וואס צו שמועסן ביים שבת טיש

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

וואס צו שמועסן ביים שבת טיש

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 04, 2011 3:48 pm

וואס צו דערציילן ביים שבת טיש, איז שוין דא א פיינעם אשכול, ווי אידן צדיקים וחסידים זענען מפרסם גוטע מעשיות וואס קען ווערן דערציילט ביים שבת טיש,
איך וויל אבער מיחד זיין א אשכול איבער טעמעס וואס א טאטע קען רעדן, ווען ער וויל זאגן מוסר, אדער סתם ער זיכט א ערנסטע טעמע, ווי ער זאל זיך צוברייטערן ביים שבת טיש ווען די קינדער זיצן ארום, און אז מ'האט שוין א טעמע קען מען זיך אונטער דעם שטעלן און מרחיב הדיבור זיין לתועלת הענין, לויט זייער פארשטאנד,
איך וויל ברענגען א משל פאר די נעקסטע 3 - 4 וואכן א קיצור פון ענינים וואס מ'קען רעדן, און דער עולם קען צולייגן נאך סחורה כיד ד' הטובה עליהם,

פרשת בלק
וירא בלק: בלק וויל פאר יעדן פרייז דינגען דעם בלעם צו שעלטן, וואס מיינט דאס ווען מ'שעלט, ווי שטארק דער באשעפער האט נישט געוואלט בלעם זאל שעלטן אידן און דערפאר אונטער געריקט אלע מיני שטרויכלינגען פאר בלעם, און דאס איז שוין א גוי, כ"ש און אוודאי א איד טאר נישט שעלטן און זאגן שלעכטע ווערטער אויף אנדערע אידן, דאס איז באמת א ענין ווי מ'קען מרחיב זיין את הדיבור,

מה טובו אהליך יעקב: בלעם האט געזעהן אידישע הייזער ווי די טירן זענען נישט איינס קעגן צווייטן, וויאזוי מ'דארף לעבן מיט שכנים, ווען מ'גייט אמאל צו א שכן אינדערהיים, צו מ'מעג ארום לויפן אין זייער הויז בחדרי חדרים, א אידישע הויז איז פארמאכט די פענסטער'ס, מ'לעבט באשיידן, וואס מ'טוט אינדערהיים טוט מען נישט אין די גאס,

אם יתן לי בלק מלוא ביתו כסף וזהב: די גנות פון זיין געלט גייציג, וואס איז דען געלט? געלט מאכט נישט גליקליך א מענטש, בלעם איז געוועהן א צר עין, הוי מתמידיו של אברהם אבינו ולא מתלמידיו של בלעם, נישט זאגן אם יתן לי, "איך" דארף אסאך געלט, נאר פארקערט ווי אברהם אבינו וואס האט דאס גאנצע פארטיילט פאר אנדערע,

פרשת פנחס
בקנוא את קנאתי, ס'דארף וויי טון ווען מ'זעהט אז א איד איז עובר די תורה, בא הכתוב ויחסו אחר אהרן, פנחס איז געוועהן א א אייניקל פון אהרן הכהן וואס האט ליב געהאט יעדן איד, און טאקע צוליב דעם האט אים וויי געטאן אז א איד איז עובר אויף די תורה, ווען מ'זעהט אז א איד איז עובר אויף די תורה דארף עס קודם וויי טון און הערשט דערנאך קען מען טון שריט ווי אויפמערקן יענעם אדער מוחה זיין, קנאות קומט פון אהבת ישראל ווי ס'פאסט זיך פאר א אייניקל פון אהרן הכהן,

צרור את המדינים: די מרחק פון א איד צו להבדיל א גוי, מיר דארפן האלטן אין איין חזר'ן, מיר זענען דער עם הנבחר און דער גוי איז מושפל, מיר טארן נישט האלטן אז די גוים זענען סאפיסטיקירט און אהער געשטעלט און מיר זענען צוריק געשטאנען ווי אין די אלטע צייטן, דאס איז געוועהן עצת בלעם אז אידן זאלן שעצן די גוים און דענאך זיך וועלן משדך זיין מיט זיי, א איד איז טויזנט מאל בעסער און קלוגער און חשוב'ער פונעם גוי,

משפחת החנוכי: אידישע קינדער האבן באקומען א אות ה' צו זייער נאמען ווייל אין מצרים האט מען זיך נישט אויסגעמישט מיט די גוים, די דריי יסודות וואס האט אפגעטיילט אידן מיט גוים זענען געוועהן שם לשון מלבוש, דער שם דער אידישע נאמען איז געווארן צוגעלייגט א י' מיט א ה', די כח פון א אידישע נאמען, דאס איז א חלק פון די נשמה, מ'שיקט פון הימל אריין א רוח הקודש פארן טאטן וועלכע נאמען צו געבן, רוב מאל געט מען נעמען נאך זיידעס – באבעס, משה'לע דו הייסט נאכן זיידן ר' משה וואס איז געוועהן א שוחט וכו', רחל'ע דו הייסט נאך די באבע רחל וואס איז געוועהן ביים קריג וכו',

פרשת מטות
פרשת נדרים: מוצא שפתיך תשמור, א איד זאגט ארויס א ווארט ווי שטארק איז דער כח פון דעם, אז א איד זאגט אויף א פשוט'ע בהמה הרי זו עולה, ווערט די בהמה אזוי הייליג אז דאס גאנצע גייט אויפן מזבח כלו לד', און די כהנים קענען אפי' נישט עסן פון דעם, די פשוט'ע בהמה וואס איז נעכטן געוועהן די זעלבע אקס צווישן אנדערע אקסן איז היינט געווארן איין שטיק קדושה נאר דורך די פאר געציילטע ווערטער וואס א איד זאגט ארויס,

נקום נקמת בני ישראל מאת המדינים: וויאזוי גייט א גוי אין מלחמה, טאנקען מיט באמבעס, ער שיסט און האקט, א איד גייט אין מלחמה, ער נעמט זיינע הייליגע זאכן, זיינע ספרים, טלית ותפילין, ווי מיר זעהן דא ווען אלעזר הכהן האט גענומען דעם ציץ מיט די הייליגע זאכן פון משכן און אזוי מלחמה געהאלטן, אט די הייליגע זאכן זענען פיל שטערקער ווי די גרעסטע באמבעס פון די גוים, אונז מיט אונזער תהלים און אונזער גמרא קענען אסאך מער אויפטון ווי זיי מיט זייערע אטמאם באמבעס, איין קאפיטל תהלים קען אוועק לייגן א גוי אין א מינוט,

בני גד ובני ראובן: זיי האבן געבעטן משה רבינו זיי ווילן נישט אריין גיין קיין א"י, זיי ווילן בלייבן דא אין ערבות מואב ווייל דא איז בעסער פאר זייערע שאף, כאטש משה רבינו וואס האט אזוי שטארק געוואלט אריין גיין קיין א"י וויסנדיג ווי הייליג א"י איז האט ער נישט מסביר געוועהן פאר בני גד ובני ראובן דאס חשובות פון א"י און ווי הייליג דארטן איז, נאר ער פראבירט צו העלפן די צוויי שבטים און אנפרעגן קב"ה צו זיי מעגן בלייבן וואוינען דא, משה רבינו האט קודם געזארגט פאר יענעמס גשמיות און נאכדעם פאר זיין רוחניות, ווען מ'העלפט א איד קודם העלפן זיין גשמיות און נאכדעם זיין רוחניות,

פרשת מסעי
אלה מסעי: די 42 מסעות ווי אידן זענען געגאנגען דאס איז צו דערמאנען אז יעדע ריר אינעם טאג טעגליכן לעבן איז עקסטערע נסים, צו וואס מוזן מיר געדענקען פונקטליך יעדע שטאט ווי מ'איז דורך געפארן?, ווייל כאטש ס'קוקט אויס אזא פשוט'ע זאך מ'קומט מ'גייט, מ'פארט אהער מ'פארט אהין, יעדע ריר איז השגחה פרטית פארוואס דו האסט געמוזט אנקומען דארט און דארט יענעם אין יענעם טאג,

וישמע הכנעני מלך ערד: באמת זענען דאס געוועהן עמלקים נישט כנענים נאר וויבאלד זיי האבן גערעדט ווי כנענים רופט זיי די תורה אן כנענים, ווען איינער רעדט די גוי'שע שפראך, ליינט גוי'ש, באקומט ער ח"ו א נאמען פאר א גוי, א איד דארף רעדן אידיש, דאס איז אונזער שפראך, אונזערע זיידעס האבן געהאט מסי"נ אויף דעם, חת"ס נישט געלאזט א רב רעדן די גוי'שע שפראך,

גבולות ארץ ישראל: ארץ ישראל איז בעצם א הייליג לאנד נאר ווען אידן זענען זוכה באקומען זיי דאס לאנד, ווי מ'זאגט אין קר"ש יעדן טאג אויב חלילה מ'טוט נישט דעם רצון ד' ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה, אידן אין גלות האבן אלץ געהאפט צו קענען צוריק קומען קיין א"י צו די אמאליגע מלוכה, די מצב היינט ווען ציונים האבן פארכאפט א"י, וואס זיי האבן געטון מיט תמימות'דיגע אידן נאך די מלחמה ווען מ'האט זיי איינגערעדט אז א"י ווערט צוריק ווי אמאל מיט א אייגענע מלוכה,

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מאנטאג יולי 04, 2011 3:49 pm

WOW אזוינס אהערצושטעלן ברויך מען ריכטיג זיין א "שאץ מאץ".

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » מאנטאג יולי 04, 2011 3:50 pm

פיין, איך שאהר שוין אוועק די ברעקלעך פון די חלה, גרייט צו זאגן תורה ביים טיש
(אבער איך גיי נישט ווארענען מיינע יונגלעך אז איך וועל שפעטער איבערפרעגן וואס איך האב געזאגט...)
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יולי 04, 2011 3:52 pm

וואט-אן-איידיע... שאץ!!!
אין מילים.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יולי 05, 2011 1:21 pm

ר'שט יעצט באמערקט, געוואלדיג!!!, און לאמיר האפן אז עס וועט זיין א דבר השלם אויף חמשה חומשי תורה, און זמני השנה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2010 2:24 pm

תגובהדורך מה פתאום » מיטוואך יולי 06, 2011 11:44 am

צולייגער האט געשריבן:ר'שט יעצט באמערקט, געוואלדיג!!!, און לאמיר האפן אז עס וועט זיין א דבר השלם אויף חמשה חומשי תורה, און זמני השנה.


אויף די בראשית סדרות דארף איך צו האבן ערגעצוואו אין קאמפיוטער אזא סארט זאך וואס איך האב מיר אמאל געמאכט, אזא כ'על עס טרעפן עלכעס בל"נ ארויפשטעלן.

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2010 2:24 pm

תגובהדורך מה פתאום » מיטוואך יולי 06, 2011 11:53 am

אגב, דער ענין פון "מה טובו אהלך יעקב", איז זייער צוגעפאסט מעורר צו זיין די קינדער יעצט אין קאנטרי.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך יולי 06, 2011 12:05 pm

מה פתאום האט געשריבן:אגב, דער ענין פון "מה טובו אהלך יעקב", איז זייער צוגעפאסט מעורר צו זיין די קינדער יעצט אין קאנטרי.

און עס וועט נישט שאטן צו לערנען דעם שו"ע דערויף אינעווייניג, אדער עכ"פ דער שו"ע הרב
עס שטייט דארט אזעלכע זאכן, וואס מענטשן מיינען עס איז פארצייטישע הנהגות
קוקט'ס סעיף י"א ואפי' שניהם מתרצים, יענע לאזט....
קוקט'ס סעיף י"ב
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 06, 2011 12:16 pm

וז"ל שוע"ה חו"מ דיני נזקי ממון
סעיף יא; אסור לעמוד על שדה חבירו להסתכל בה בשעה שהיא עומדת בקמותיה שלא יזיקנה בעין רעה (ואין צריך לומר שאסור להסתכל בחבירו בענין שיש לחוש שיזיקנו בעין רעה) ואפילו בעסקיו ומעשיו של חבירו שאין בהם חשש היזק עין אם עושה בביתו וברשותו אסור לראות שלא מדעתו כי שמא אינו חפץ שידעו ממעשיו ומעסקיו לפיכך שנים שדרים בחצר אחת והם עניים שאין ידם משגת לבנות כותל באמצע החצר לחלקה לשנים שלא יראה אחד במעשיו ועסקיו של חבירו שמשתמש בחצר אם יכולים לקבל מן הצדקה כדי לעשות מחיצה קלה ביניהם עושים ואם לאו צריכים ליזהר בכל מה שאפשר שלא להסתכל זה בתשמישיו של זה בחצר ואצ"ל שאסור לאחר להסתכל לחצר חבירו לראות בעסקיו ואצ"ל לביתו שלא מדעתו ורצונו ואפילו רואהו ושותק לו שמא מתבייש לומר לו ואפילו נתן לו חבירו רשות לפתוח חלון לחצרו לא נתנה לו אלא לאורה אבל אסור לו לעמוד בחלון לראות בחצר חבירו:

סעיף יב; ולפיכך אסור לפתוח פתח כנגד פתח וחלון כנגד חלון שלא יראה אחד מעשיו של חבירו ואפילו שניהם מתרצים יש אוסרים שאין זו מדת צניעות שיראה זה תשמישיו של זה כל היום ואמרו חכמים וישא בלעם את עיניו וירא את ישראל שוכן לשבטיו ראה שאין פתחי אהליהם מכוונים זה כנגד זה אמר ראויים הללו שתשרה עליהם שכינה ואפילו רשות הרבים מפסקת ביניהם אסורים לפתוח חלון כנגד חלון אם החלונות גבוהות שאין בני רשות הרבים יכולין לראות בהן דרך הילוכם וקרקעות בתיהם הן גבוהות מקרקע רשות הרבים שהם יכולים לראות בהם אבל אם בני רשות הרבים יכולים לראות בהן דרך הילוכם אין לחוש אפילו בחלון נגד חלון שהרי סוף סוף צריך להיות צנוע בתשמישיו מפני בני רשות הרבים העוברים שם כל היום ואין צריך לומר בפתח כנגד פתח שהם נמוכים יותר:

סעיף יג; יש אומרים שצריך אדם ליזהר מלעמוד כנגד (פתח) בית חבירו או חצירו ולראות בו אפילו ראיה קלה שאינו מתכוין כלל להסתכל לידע עסקיו של חבירו אלא יחזור פניו כשיעמוד כנגד (פתח) ביתו או חצירו של חבירו כדי שלא יחשדהו חבירו שמתכוין להסתכל לידע עסקיו ויהיה נתפס כגנב כיון שאין לו טענה למה הוא מסתכל (שאף בני רשות הרבים אינם רשאים לעמוד ולהסתכל אלא כשרואים ראיה קלה דרך הילוכם אין לחוש שהרי מזה אין יכול להזהר וצריך להיות צנוע בתשמישיו שראיה קלה בהם קשה עליו):


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קושטא און 10 געסט