תהלים כולל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 6:05 pm

אין א פארטאגס פאראיאר ווינטער בין איך אמאל געגאנגען אריינכאפן א טבילה במקוה אין אונטערשטן שטאק פון א שול בשכינות ביתי שמקור הקהילה קדושה הוא בגאליציע, און ביים אריינסטאפן פאר א האלבע מינוט אין היכל הביהמ"ד האב איך געזען ווי די אידן זאגן תהלים מיט גרויס התעוררות ויה"ר שיתקבל לרצון לפני אדון כל, ואמרתי אני בלבי אז ס'איז מעגליך די נאטורליכע קארגשאפט ערלויבט זיי נישט צו ספענדן אביסל געלט פאר כוללי חצות ותהלים, ממילא מוזן זיי עס אליין טון. אית מאן דפרע בגופי' ואית מאן דפרע בממוני'.

בּרזל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 6:45 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:אין א פארטאגס פאראיאר ווינטער בין איך אמאל געגאנגען אריינכאפן א טבילה במקוה אין אונטערשטן שטאק פון א שול בשכינות ביתי שמקור הקהילה קדושה הוא בגאליציע, און ביים אריינסטאפן פאר א האלבע מינוט אין היכל הביהמ"ד האב איך געזען ווי די אידן זאגן תהלים מיט גרויס התעוררות ויה"ר שיתקבל לרצון לפני אדון כל, ואמרתי אני בלבי אז ס'איז מעגליך די נאטורליכע קארגשאפט ערלויבט זיי נישט צו ספענדן אביסל געלט פאר כוללי חצות ותהלים, ממילא מוזן זיי עס אליין טון. אית מאן דפרע בגופי' ואית מאן דפרע בממוני'.


;l;p-

אוואו זעענדינג אויפ׳ן בּאס א איד זאגן תהלים, רופט זיך אן עימעצער: הייסט דאס דו בּיסט אן אויבּער חכם, דו מוזט אליין זאגן, תהלים כּולל איז דיר נישט גוט... יענער האט עס נאך געזאגט פאר א וויץ, אבּער ווי לאנג קלערט עטץ וועט עס נעמען בּיז מ׳וועט עס זאגן פאר ערענסט?
ס׳איז על הכּלל כּולו יצא, ווען אנשטאט מ׳זאל אנקוקן די אלע קאפּ פארדרייערס ווי לצים, זענען עס די וואס קרומען דערקעגן גאנצע אפּיקורסים בּיי געוויסע. ועל זה ידוו כּל ה.....

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: איך בענטש דער וואס האט אויסגעזאגט פאר יהוד'ן די סוד אז מיט די לאקאציע קעמען אויך נערווירן מענטשן.

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:21 pm

. ;l;p- :grin: :grin:
צוגעלייגטע
IMG_1297.JPG
עס זענען דא מענטשן

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:26 pm

איך וויל סתם פארשטיין, איך האב פריער געוואטשט א קליפ וואס איינער האט ארויף געליייגט אויף אינזער וועלטעל ווי א גוויסע בדחן ריפט אויס א געוויסע רבי, אין בשעתן אויסריפען איז משפיע ער נישט נארמאלע ברכות, אזוי ווייט אייז איינער האט דארט געשריבען אז עס נישט געווען קיין טריקענע אויג בשעת מעשה
פארוואס האט דער בעל התהלים כולל נישט די רעכטען וואס יענע בדחן האט?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אי-רעלעווענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:14 pm

יהודי האט געשריבן:. ;l;p- :grin: :grin:

טענקס,

דער דן האט מזל ווי...

כוואונדער מיך שוין לאנג וואס פארא קווליפיקאציעס ברויך א ציון האבן צו ווערן ״אפראוועט״ ביי תהילים כולל?!
מען דארף נישט אפטיילן ציווישן הערינג פיש און פלייש (הרה״ק משינאווע זי״ע עי׳ דברי יחזקאל החדש)

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:22 pm

בעל דעת האט געשריבן:איך וויל סתם פארשטיין, איך האב פריער געוואטשט א קליפ וואס איינער האט ארויף געליייגט אויף אינזער וועלטעל ווי א גוויסע בדחן ריפט אויס א געוויסע רבי, אין בשעתן אויסריפען איז משפיע ער נישט נארמאלע ברכות, אזוי ווייט אייז איינער האט דארט געשריבען אז עס נישט געווען קיין טריקענע אויג בשעת מעשה
פארוואס האט דער בעל התהלים כולל נישט די רעכטען וואס יענע בדחן האט?

דו האסט אליין געזאגט די תירוץ. ווייל ער איז א בדחן.

צד תמות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:40 pm

ווי האט שוין דער יארמער פאראויסגעזאגט: "דן, מיט'ן כולל, איז בגימטריא גנב"...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:47 pm

צד תמות האט געשריבן:ווי האט שוין דער יארמער פאראויסגעזאגט: "דן, מיט'ן כולל, איז בגימטריא גנב"...

:lol: :lol:
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

קארעקט
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

תגובהדורך קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 10:54 pm

להודיע האט געשריבן:דן בן יעקב ? וואס ? יא נישט קיין שום מיסטעיק, דן בן יעקב!


ענד איטס עגעין "תהלים כולל" וואס באווייזט יעדעס מאל עקסטער צו ערשטוינען אלעמען מיט זייערע פאנטאסטישע חידושים וואס מאכט שפרינגען יעדן נפש היפה.


איר זענט שוין זאט צו הערן פון אלע סגולה פירמעס וואס נוצן ריבניץ ? טאהש ? מירון ? נישט גע'דאגה'ט, תהלים כולל, די אלטימעט ישועות מאשין איז דא אייך צו העלפן לייזן אייער קאנסערן. א פרישע יאר, א פרישן ספין, און דאסמאל איז קבר "דן בן יעקב" געפאלן א קרבן. טאקע גאנץ א ווייטע וועג אבער מ'מוז מודה זיין, קריעטיוו עס איז.



די מעלה מיט דן בן יעקב איז ווארשיינליך אז דער ציון באלאנגט נישט פאר א באזונדערע קבוצה ביי כלל ישראל, די ליטווישע למשל זענען נישט גורס די גאנצע געפאראכטס קיין מירון, ריבניץ ציט אויך נאר א געוויסן סארט קלייענטל, טאהש איז א חצר הקודש, דער ציון פון יונתן בן עוזיאל איז פאר אלטע בחורים עקסילוסיוו, אפילו רבי לייב בעל יסורים איז געווען א חסיד פון מיטעלער רבי'ן. "תהלים כולל" וויל נישט ראסיזים, די געטרייע שלוחים פון כלל ישראל זענען דא פאר יעדן איד וואס שטאמט פון די י"ב שבטי קה אפגעזען פון קאליר, קרייז אדער גענדער.



אט דא קומט אריין אין בילד דער קבר פון "דן בן יעקב". נישטא קיין איין איד וואס קען זאגן איך באלאנג נישט צו דעם קרייז. יעדער וואס שטאמט מזרע אברהם יצחק ויעקב איז א מחותן אהער. דער מעסעזש פון "תהלים כולל" לויטעט: " איר זענט א פרענק וואס ווייסט נישט וועגן ריבניץ ? טאהש רעדט נישט צו אייך ? מירון איז צו טיפיקל ? נאו פראבלעם. לעצטע מאל מיר האבן געטשעקט שטאמט איר אלע פון די שבטים הק', דן בן יעקב איז יאר וועי טו גאו! גיט ביטע אהער די קרעדיט קארטלעך, סיינט היינט אויף מעמבערשיפ, שטיצט די מוסדות און פועל'ט אלעס גוטס."



זייט מיר נישט חושד, איך בין נישט דא ח"ו צו מאכן חלילה ליצנות פון דעם מקום קדוש. חזקה על תהלים כולל זאלן אפירשלעפן אלע פארשטיפטע ענינים און קבלות איבער דעם ענין, און גראדע איז טאקע דא אין ספרים פארשידנס איבער די סגולות פון דעם ציון. פארט איז בויך וואקלנדיג צו מיטהאלטן וויאזוי דאס מוסד הק' תהלים כולל טראגט דעם ציבור אויף א רייד וואס דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איז נעקסט.



דאס איז אמאל זיכער, ווען משוגע וואלט וויי געטאן וואלט מען געברויכט אן אווער דאז פון פעין קילער.


ק/פ



איך כאפ נישט די דשאוק

וואס איז די פראבלעם צו זאגן תהילים ביי קבר דן בן יעקב? אין ארץ ישראל איז עס א מקובל'דיגע מקום מסוגל.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת
פארבינד זיך:

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 11:01 pm

להודיע، פאר די גרים האבן זיי נאך גארנישט צוגעשטעלט...

צד תמות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 11:04 pm

דאן קען מען זיך אפשר רישן אז נעקסט איז די קבר פון אונקלוס הגר..

בּרזל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 11:31 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:איך וויל סתם פארשטיין, איך האב פריער געוואטשט א קליפ וואס איינער האט ארויף געליייגט אויף אינזער וועלטעל ווי א גוויסע בדחן ריפט אויס א געוויסע רבי, אין בשעתן אויסריפען איז משפיע ער נישט נארמאלע ברכות, אזוי ווייט אייז איינער האט דארט געשריבען אז עס נישט געווען קיין טריקענע אויג בשעת מעשה
פארוואס האט דער בעל התהלים כולל נישט די רעכטען וואס יענע בדחן האט?

דו האסט אליין געזאגט די תירוץ. ווייל ער איז א בדחן.


עקזעקטלי, די תהלים כּולל מעשׂיות איז אזוי אמת ווי יענע בּדחן׳ס מעשׂיות.
א חוץ פון דעם האט דער בּדחן לכאורה נישט געבּעטן קיינעם פון די אנוועזענדע קיין מעמבּערשׁיפּ אויפ׳ן בּארוף פון די ישׁועות...

קאזאבלאנקא
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 12:05 pm

להודיע האט געשריבן:דן בן יעקב


און גראדע איז טאקע דא אין ספרים פארשידנס איבער די סגולות פון דעם ציון.


מקור?

קארעקט
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

תגובהדורך קארעקט » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 1:04 pm

ברזל פארגינען, פארגינען יענעם...
תהלים כולל צווינגט אויך נישט מעמבערשיפ פון קיינעם, ווער ס'וויל קען זיי געבן געלט פאר זייער סערוויס פון זאגן תהלים פאר זיינע הזכרות און ווער סאיז דשעליס קען שרייבן תגובות אויף אייוועלט אראפצורייסן א מפעל וואס האט קיינעם גארנישט געטון קיין שלעכטס.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:42 am

קארעקט האט געשריבן:ברזל פארגינען, פארגינען יענעם...
תהלים כולל צווינגט אויך נישט מעמבערשיפ פון קיינעם, ווער ס'וויל קען זיי געבן געלט פאר זייער סערוויס פון זאגן תהלים פאר זיינע הזכרות און ווער סאיז דשעליס קען שרייבן תגובות אויף אייוועלט אראפצורייסן א מפעל וואס האט קיינעם גארנישט געטון קיין שלעכטס.


קארעקט!

מושך חסד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:01 am

ווער איז דער ספר נשיח בחוקיך פון וועם זיי ברענגן?
אגב, דשעלאסי קען זיין איינס פון די סיבות פארוואס מענטשן זאלן זיך רעגן אויף זיי, אבער אפילו ס'זאל נתפרסם ווערן אז זיי דערלייגן געלט אויפן פראיעקט וועט נאכאלס זיין מענטשן וואס וועלן קוקן דערויף מיט א קרום אויג.

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 11, 2017 3:55 pm

תהילים כולל האט עדווערטייזט אז זיי נעמען אן הזכרות מיט קבלות צו שאץער ציון
די קבלה זענען סטריקלי קאנפידענטשעל
איין זאך וואס איך וויל וויסן פארוואס תהילים כולל נעמט זיך נישט אונטער פאר יענעם די קבלה אויך ?

אי-רעלעווענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:20 pm

ניס קראכער האט געשריבן:תהילים כולל האט עדווערטייזט אז זיי נעמען אן הזכרות מיט קבלות צו שאץער ציון
די קבלה זענען סטריקלי קאנפידענטשעל
איין זאך וואס איך וויל וויסן פארוואס תהילים כולל נעמט זיך נישט אונטער פאר יענעם די קבלה אויך ?

זיי מסביר דיין ליצנות?!
מען דארף נישט אפטיילן ציווישן הערינג פיש און פלייש (הרה״ק משינאווע זי״ע עי׳ דברי יחזקאל החדש)

אלט מאנרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:21 pm

ניס קראכער האט געשריבן:תהילים כולל האט עדווערטייזט אז זיי נעמען אן הזכרות מיט קבלות צו שאץער ציון
די קבלה זענען סטריקלי קאנפידענטשעל
איין זאך וואס איך וויל וויסן פארוואס תהילים כולל נעמט זיך נישט אונטער פאר יענעם די קבלה אויך ?

;l;p-
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:25 pm

ניס קראכער האט געשריבן:תהילים כולל האט עדווערטייזט אז זיי נעמען אן הזכרות מיט קבלות צו שאץער ציון
די קבלה זענען סטריקלי קאנפידענטשעל
איין זאך וואס איך וויל וויסן פארוואס תהילים כולל נעמט זיך נישט אונטער פאר יענעם די קבלה אויך ?

כ'מיין פאר א געהעריגע אפצאל, וועלן זיי דאס אויך טון


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יואל שווארטץ, סידיראם און 12 געסט