תהלים כולל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דארפסמאן האט געשריבן:איינער ווייסט אויב דאס איז אמת,

קוק דא
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלאכי »

2 נקודות למחשבה,

1#, עס איז דא אסאך סגולות אויפן אידישן מארקעט, אסאך סגולות קומען אין גייען, אסאך סגולות בלייבן מפורסם א לאנגע תקופה, די צד השווה פון אלע סגולות איז, אז עס העלפט דעם מענטש פון זיין פראבלעם, שידוכים, גיטע קינדער, פרנסה, געזונט, וכדומה.

די מהלך וויאזוי א איד דארף אנקוקן סגולות, איז אזוי, דער גוטער באשעפער שיקט נישט קיין פראבלעמען אומזיסט, עס איז אלעס לטוב, אדער אפצוקומען, אדער מעורר צו זיין, אדער להרבות שכרו (למ"ד יש יסורין בלא עוון), אדער לנסיון.

אידען האבן אלס געוואוסט אז תשובה תפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזרה, ווען מ'האט א צרה רח"ל, גיסט מען זיך אויס דאס הארץ פאר השי"ת, מטיילט מער צדקה, און מ'מאכט קבלות טובות.

דערנאך איז דא אזאך ווי א סגולה, ד.מ. אז היות מלכותא דשמיא כעין מלכות דארעא, עס איז דא א מידת הדין, שלעכטע מלאכים, די סגולות ארבעטן קעגן זיי, (כ'פארשטיי עס נישט פונקטליך, יבא מי שדעתו רחבה ויסבירנו), אבער דאס איז די טפל, די עיקר איז תשובה תפלה וצדקה.

איינער וואס האט א צרה ל"ע, און הייבט אן צינדן א ליכט לע"נ ר' מנחם מענדל ב"ר יוסף זי"ע, אבער איז גארנישט משנה זיין דאווענען, תהלים זאגן, לימוד התורה, שמירת עיניים, בין אדם לחבירו, האט געמיס'ט די פוינט, דער באשעפער שיקט נישט קיינע יסורים צוליב'ן נישט זאגן פרק שירה, א איד איז נישט קראנק געווארן צוליב נישט אנטוהן די סגולה רינגל, קיינער האט נישט פארלוירן זיין פרנסה צוליב נישט שיקן ח"י רוטטל אויפן ציון הרשב"י, מיר גלייבן אינעם פסוק (איכה ג') מה יתאונן אדם חי, גבר על חטאיו, און ווי די רמב"ן סוף פרשת בא שרייבט אז יסוד הדת איז צו גלייבן אז דורך מצוות ומע"ט קומט גוטס, וההיפך בהיפך, און מ'טאר נישט טוהן דעם טפל (סגולה), און איבערלאזן די עיקר (מצוות ומע"ט).

דאס איז אויך וואס איך קלער בנוגע די גליונות פון לימוד אוהח"ק, אידן און אלע דורות האבן זיך געווייקט אין אוה"ח, אבער די וועג וויאזוי די גליון לייגט אראפ די מעשיות מאכט פילען כאילו דאס איז די עיקר וואס השי"ת וויל פון דיר, איינמאל די הייבסט אן לערנען, האסטו ממלא געווען די תביעה וואס השי"ת האט פון דיר געפאדערט, און די צרה גייט אוועק. פון די אנדערע זייט קען זיין אז איינער וואס לערנט בקביעות אוהח"ק, לא ימלט עס זאל נישט טוישן זיין מהלך המחשבה, ער הייבט אן לעבן מער מיטן אייבערשטן, וממילא איז עס ווי איינער נעמט זיך אונטער בעת צר צו לערנען מער ספרי מוסר, וואס איז זיכער איינע פון די שטערקסטע קבלות טובות וואס א מענטש קען מאכן, און צוגאב האט עס די כח פון א סגולה, ממילא איז עס יא א עיקר.

דאס איז בנוגע סגולות בכלליות, בנוגע אמירת תהלים איז דא נאך א נקודה:

2#, עס זענען שוין דא אשכולות איבער קאמערשעלייזד אידישקייט, "איך צאל וויפיל די ווילסט, נאר שטעל מיר צי א רעדי מנורה מיט די קנויטן און אויל", פארן אויף פסח אין האטעללס, קויפן רעדי געקניפטע ציצית, און נאך.

"זאגן תהלים" איז נאך פון די זאכן וואס מיר פלאגן זיך נאך אליינס צו זאגן, בכל עת מצוא, צו שובבים, יעדע תענית, פורים צופריה, שב"ק צופריה אדער נאכמיטאג, אפגעררעדט די הייליגע טעג וואס מ'הייבט אן פון עיו"כ קטן ביז הושענא רבה, בכל עת צרה איז מען מרבה בתהלים, אפילו אונז קען מיר נישט די טייטש געהעריג, פונדעסטוועגן פילט מען אזא נאנטקייט, אזא דערהויבנקייט, ובפרט ווען מהאלט ביי א קאפיטל וואס מ'פארשטייט יא, איי עד אנה ה' תשכחינו נצח, הבט ימין וראה ואין לי מכיר, עד מתי אלקים יחרף צר, ס'צוגיסט זיך אין די ביינער, און צומאל גליטשט זיך ארויס א טרערעלע, און ווען מ'שטעלט זיך אויף איז מען אנדערש ווי פארדעם, און מ'האפט אז מ'האט אלעס גוט אויסגעבעטן.
ס'איז אין לשער וויפיל די ספרים שרייבן איבערן גרויסקייט פון תהלים זאגן, טוהט א קוק אין נודע ביהודה ווען ער געט א תיקון תשובה פאר איינעם, שרייבט ער "וידבק מאד בשירות ותשבחות של דוד המלך ע"ה, שזה דבר גדול להלהיב בלב האדם אהבת הבורא ב"ה וכו' ובאתר דליעול ירקא, ליעול בשרא וכוורי, הם שירותיו של דוד שבוודאי מועילים" אט איז א לינק http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=40

צו נעמען אזא זאך און קאמערשעלייזן, טוהט וויי, בעקיפין הערט זיך דאס "די דארפסט זיך שוין נישט פלאגן אין זאגן אליינס תהלים, מיר וועלן עס שוין טוהן פאר דיר" [בפרט אז דאס איז אין סטייל היינטיגע צייטן], פ"וו נעמט מען אוועק די ביסל וואס מיר פלאגן זיך נאך יא, ובפרט אז די עיקר מעלה של תהלים איז דאס אז דער נברא איז שופך שיח לפני יוצרו, אז ער גיט עס איבער פאר א צווייטן פעלט דאך דער עיקר,

ווען א איד איז א מעמבער און תהלים כולל, אויך זאגט ער יעדן טאג 5 קאפיטלעך נאכן דאווענען, און ער האט געהאט א ישועה, פון וואס קומט עס? איך זאג פון זיינע 5 קאפיטלעך, [כמדומה אז רוב ספרים וואס רעדן וועגן תהלים, רעדן אליינס צו זאגן].

אוודאי וועט א ערוואקסענע מענטש נישט סטאפן צו זאגן תהלים צוליב וואס ער איז א מעמבער און תהלים כולל, אבער פאר די בחורים און אינגלעך שאפט זיך דעם איינדרוק, אז די עלטסטע און הייליגסטע סגולה ביי כלל ישראל, איז פונקט אזוי גוט אויב די ווערסט א מעמבער און תהלים כולל [אפשר נאכמער, ווייל דארט איז עס א מנין, יעדן טאג, גאנץ תהלים, משא"כ דו אליינס איז נישט גאנץ תהלים יעדן טאג].

דאס איז וויאזוי אסאך ליינערס באטראכטן דעם וועכענטליכן מעשה, אבער די ארויסגעבער ווילן עס נישט קאמערשעלייזן, זיי ווילן ס"ה מאכן געלט, און דאס איז די בעסטע וועג, איך ווייס טאקע נישט קיין אנדערע עצה.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

גוט ארויסגעברענגט דעם ענין. ;l;p-
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער גוט זאגסטו.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מלאכי זייער גוט און קלאר
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

גוט געזאגט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך ווארט אויף די דין תורה...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווער רעדט נאך פון די גראפיקא.... א מחי' צו זען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך קען נאר אזויפיל צולייגן.... איך אליינס האב שוין גענוצט דעם תהלים כולל, און נישט אוועק גענומען פון מיין אייגענעם תהלים זאגן. זיי זאגן זייער קלאר אז זיי טוען נאר איין זאך מער אז זיי האבן א מנין אידן וואס זאגן תהלים צוזאמען, וואס דאס איז א זאך וואס רוב אידן טוען נישט נאר הושענא רבא ביינאכט...
אמת אז זיי וואלטן געדארפט קלארער זיין אין די עד'ס ארויסברענגען דעם חשיבות פון זאגן תהלים אליינס אויך
אמת אז זיי זוכן צו מאכן געלט, ווייל אז נישט וואלטן זיי געזעצן איבערן תהלים'ל איבערגעבויגן און נישט ארויסגעקוקט און אונז וואלט מיר זיי נישט געזעהן

פון דעסטוועגן דאך איז עס נישט אוועק צו מאכן, עס איז א גוטע איידיע און עס ארבעט... מילא ווען איימיצער האט א פראבלעם איז דאס נאך אלס א קנאקעדיגע זאך צו טון. (אויסער דעם אייגענעם תהלים זאגן) דער כח הרבים איז גאר שטארק, און צאלן געלט פאר אזא זאך איז א זכות, ווייל דאס ברענגט דעם ובכל מאודך צום הויכפונקט און דער ובכל מאודך היינטיגע צייטן איז א גאר שטארקער פאראלעל מיטן בכל נפשך אויך ודי....
אלעמאל בשימחה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 04, 2012 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעמאל בשימחה »

איינער זאגט מיר פארוואס האט דער עולם לעצטענס צווילינגען ווייל מען געט געלט סיי פאר תהילים כולל און סיי פאר כולל חצות ...................................................
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נאך א מזל אז זיי געבען נישט אויך צו וועד הרבנים און קופת העיר....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

גוט!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

היינט האציך געפענט דער תהלים כולל בראנטש אין וויליע (בין המשפתים, צווישן די גרעניצן פון אלט, און ניי, וויליאמסבורג)....

האביך פארצישלאגן צוויי הצעות:
ראשית כל, כדי עס זאל נישט זיין דיסקרימינאציע, זאל מען עפענען א בראנטש פאר פרויען אויכעט..... (דאכציך ס'בעסערע פרנסה ווי בעיביסיטן....), מילא לימוד התורה אין א געהעריגער כולל חלילה, אבער תהלים זאגן, פאר וואדזשע נישט?.

שנית, נעקסט וואלט איך געוואלט ס'זאל זיין א 'פארנט כולל', זיי זאלן זאגן פארנט טעגליך אנשטאט מיר...... (א תחנון כולל גלייב איך וועט זיך נישט אויסארבעטן, ווייל זונטאג און פרייטיג איז דאך נישטא קיין כולל, און מאנטאג און דאנערשטאג איז נישטא קיין תחנון, בלייבט נאר איבער א גרינער דינסטאג...)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יהיה כן, א גרינע...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יהיה ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

געפלאנט אהינצוגיין זיך איינשרייבן, אבער כאב געזעהן עדווערטייזט ווי זיי זוכען א סגן מנהל, אויף דעם בין איך נישט גרייט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

די פראפעגאנדע לעצטענס אין וויליאמסבורג פאר'ן תהילים כולל באדערט מיר אביסעל. ווארים דוד המלך ע"ה האט געמאכט דעם תהילם'ל אז אידן זאלען קענען שופך שיח זיין אין זאגען שירות ותשבחות פאר'ן בורא כל העולמים אין נישט פאר ביזנעס!(אזוי מיין איך עכ"פ)
אקעי. ווילסט מאכען ביזנעס נא פראבלעם אבער געוואלד!! אזא פראפעגאנדע?!
אין מיינע אויגען טיט דאס שטארק פארשעמען אונזער הייליגע תהילם'ל!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אזוי גייט היינט אלעסדינג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

אמת. אבער א חיוב מחאה איז נאך אלץ דא
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

אידן זיצן טאג נאך טאג זאגן תהילים, ווי פארשטייט זיך ברויכן זיי א מתן שכרה בצידה, וואס איז אזוי שלעכט?
פראפאגאנדע? ביזנעס? ער קאווערט זיך בכלל?

מ'מאכט היינט פראפאגאנדע פאר אזויפיל שטותים, דא איז עס כאטש פאר א גוטע זאך.

כ'זעה בכלל נישט ווי עס 'פארשעמט' דעם תהילים.

אין מיינע אויגן איז עס זייער א גוטע זאך און ברענגט גוטע השפעות פאר יעדע שטאט ווי עס איז דא אזא מנין.

א מנין תהילים איז א געוואלדיגע כוח, הלוואי עפנט ער אין מיין שטאט אויך.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

גיכער און שויתי, איר מעגט איבער ליינער די ערשטע 6 בלעטער פון דעם אשכול
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

יהיה כן האט געשריבן:שנית, נעקסט וואלט איך געוואלט ס'זאל זיין א 'פארנט כולל', זיי זאלן זאגן פארנט טעגליך אנשטאט מיר...... (א תחנון כולל גלייב איך וועט זיך נישט אויסארבעטן, ווייל זונטאג און פרייטיג איז דאך נישטא קיין כולל, און מאנטאג און דאנערשטאג איז נישטא קיין תחנון, בלייבט נאר איבער א גרינער דינסטאג...)


שוין דא איינס
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פריילאך האט געשריבן:געפלאנט אהינצוגיין זיך איינשרייבן, אבער כאב געזעהן עדווערטייזט ווי זיי זוכען א סגן מנהל, אויף דעם בין איך נישט גרייט.

איך דריי מיך ארום מיט א שטארקע פראגע, נאכנישט געטראפן וועמען צו פרעגן.

וואס איז די אויפגאבע פונעם סגן מנהל פון תהלים כולל אנדערש ווי פונעם מנהל אליינס?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

סגן מנהל איז א טיטעל אהן א מיטעל....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”