תהלים כולל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ווינקל האט געשריבן:וואס מיינט דאס "דיפייאַנט'ס"?


קטיגר (פארקערטע פון סניגר = דיפענדער)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

א קורצע איבערזיכט פונ'ם אשכול.

שיטת קרעמער (משנה ראשונה) ועוד כמה: די מעשיות זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן....
שיטת והוא פלאי, (קרעמער משנה בתרא): מען טאר נישט קאמערשעלייזן אזא הייליגע זאך ווי תהילים, אויך עס ברענגט צו אמונות טפילות. (די צווייטע זעט מען נישט אז עס זאל שטערן קרעמער'ן במשנה בתרא.)
שיטת משה קארנפעלד: א איד טאר נישט לעבן אויף אזא מין וועג אז ער זאל וויסן וואס האט געברענגט צו וואס. אויך אביסל ענדליך צו די צווייטע חלק פון והוא פלאי.
שיטת לאז געמאכט, ווינקל, LEIBY: האחד בא לגור וישפוט שפוט??? מ'טאר נישט אראפרייסן קיינעם, אבער דאס גאנצע אדוווערטייזמענט מאכט נערוועז....
שיטת MSP: מעגן די אינגעלייט קריגן געלט פאר'ן זאגן תהלים???
שיטת תהלים כולל: די מעשיות זענען יא אמת, ער מעג זיך אדווערטייזן פונקט ווי אנדערע ביזנעסער, און עס ארבעט וואונדערליך, און ווער עס וויל קען זיך עס איבערצייגן.

אוקעי, קודם האבן מיר מער-ווייניגער אראפגעבראכט די שיטות, און וועמען איך האב נישט ערווענט זאל מיר מוחל זיין, כ'שרייב וואס כ'געדענק. און מסתמא איז נישט וויכטיג ארויסצוברענגן מער פוינטס (קוים וואס ביז אהער איז וויכטיג געווען).

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן, אז די גאנצע דיסקוסיע איז געפירט געווארן פארהעלטנמעסיג זייער רואיג, ווי עס פאסט זיך פאר אונזער/אייער וועבזייטל.

אויך מוז איך זיך עקסטער באדאנקן פאר תהלים-כולל, פאר'ן מאכן פון מיין אנאליז אזא שטארקע בראטל, כמעט ווי מ'באנעמט זיך להבדיל מיט א ראשון. איך האב זייער הנאה געהאט, יישר כוח.

* * *

און צום ענין, עס לאזט זיך הערן אז ווען מ'פארקויפט באבקעס פאר מענטשן, אז מענטשן זאלן ברוגז זיין. אויך וועלן מיר פארשטיין אז מענטשן שפירן זייער באדראעט ווען מ'רעדט צו זיי פסיכילאגיש, מענטשן שפירן זייער אומבא'טעמ'ט ווען מ'רירט אן זייערע הייקעלע סטרונעס. און אין מיינע אויגן, איז דאס דער סך-הכל פון די גאנצע סומאטוכע.
וואס איך וויל איצט, איז אריינגיין אין די צוויי נקודות, און זען צי דאס איז טאקע דא דער נידון.

כ'וועל זיך מחולק זיין מיט'ן ניק "תהלים כולל" (אגב ווי עס קוקט אויס איז דער ניק א פראמינענטער שרייבער ערגעצוואו, אויב דו האסט עפעס שרייבארבעט שיק עס מיר אין אישית...) וואס ער זאגט: "ריכטיג אז "תהלים כולל" איז א ביזנעס כאחד הביזנעסער, ריכטיג אז אונטער די פירערשאפט פון "תהלים כולל" שטייען עטליכע יונגעלייט וואס ציען חיונה און ברענגן פרנסה אין שטוב פון אט דעם געדאנק" ביודעי ומכירי קאמינא, די גאלד-גרוב איז א ווייטע חלום, מ'האלט נאך אינמיטן דעקן די בודזשעט.

דער "תהלים כולל" איז במקורו פון א אינגערמאן וואס זאגט שוין תהלים יארן לאנג פאר דער כולל האט זיך געגרינדעט, ווער עס קען אים ווייסט צו זאגן אז ער פלעגט יעדן טאג אויסזאגן תהלים פאר'ן דאווענען. במשך הזמן האט ער משפיע געווען אויף נאך מענטשן זאלן זאגן תהלים, און פון דארט צו א מנין... עס האט אנגעהאלטן א קורצע צייט, און כדי אנצוהאלטן די מנין האט ער געגעבן פאר די אינגעלייט א מתנת יד דא אדער דארט, און ווי איר אלע פארשטייט, איז פון דעם אויסגעוואקסן די הייליגע אונטערנעמונג (נעמליך ביזנעס) פון זאגן יעדן טאג תהלים פאר אידן וואס דארפן ישעות און רפואות.

פארוואס גיי איך צום מקור? ווייל ווען מ'נעמט זיך רעדן, דארף מען וואוסן פון וואס מ'רעדט. יעדער פארשטייט אז ווען די מעשה זאל צוגיין אביסל אנדערש, און עס זאל קומען פון א איד וואס האט געטראכט וויאזוי קען מען רייטן אויפ'ן היימישן ציבור און מאכן אפאר דאלער, נו, דאן וואלטן רוב טענות געהאט אן אחיזה. אבער היות עס האט זיך אנגעהויבן אויף אן אנדער סארט מציאות, (וואס איצט נאך וואס עס איז שוין א פאקט קען מען נישט וויסן וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן נאר אז מ'קוקט און מ'וויל זיך איבערצייגן דעם אמת, קען מען עס וויסן) עס האט זיך אנגעהויבן מיט א תמימות'דיגע חשבון פון זאגן תהלים, און יא עס האט זיך פארברייטערט צו מער א גרעסערע פראיעקט, וואס עס זענען דא אידן וואס ארבעטן דערפאר, און זיי באקומען באצאלט פאר זייער ארבעט.

השם ישמרנו, באקומען באצאלט פאר'ן ארבעטן אויף א דבר שבקדושה? יא אזוי האבן אלע גדולים געהאלטן ווען עס האט זיך גערעדט איבער מוסדות התורה וכדו'. נאר ווי אויבנדערמאנט, עס רירט אן האקעלע סטרונעס, עס וועקט אויף א פארגעפיל, פארוואס בין איך נאכנישט איינגעשריבן אינ'ם מוסד? (עס האט מיך אויך לאנג געקוועטשט ביז איך האב זיך איינגעשריבן) ווען עס קומט די סובקאנטשעס קשיא, דאן איז שוין דא א תירוץ: ליגנט, אמונות טפילות, תהלים איז נישט קיין ביזנעס, מאך נישט נערוועז (דאס איז שוין אויך גענוג), טאר מען בכלל מאכן געלט אויף תהלים? וכו' וכו' יעדער מיט זיינע בויך קוועטשעריי. אבער אלעס ווי געזאגט, ווייל דו זאלסט זיך נישט שפילן מיט מיינע געפילן.

אבער מיין טייערער חבר, ווער בעט דיך בכלל זאלסט זיך וואוסנדיג מאכן פון די אלע מעשיות וואס זיי פארקויפן יעדע וואך אין 5-6 (לאזי, גוט געציילט?) אויסגאבעס? יא עס זענען דא אידן וואס זענען פארנומען מיט אזא מאדנע געדאנק פון פארציילן וואונדערליכע מעשיות איבער תהלים וואס פאסירן אינ'ם היינטיגן דור. און יא, ער בעט געלט פאר ווער עס שרייבט זיך איין, און אויך אז ער רופט עס אן ווי אן אינשורנס פאליסי.... אוי לאוזנים שכך שומעות.. וואס זאל ער טון אז עס איז פארט א געוואלדיגע פאליסי על כל צרה שלא תבוא? טאר ער עס דאך נישט שרייבן, ווייל מעגליך אז דו וועסט ארויסנעמען א דאלער פון טאש, און אפשר אפילו נישט דאס, נאר פשוט ווערן איבערגענומען מיט מעשיות פלאות וואס פאסירט מיט די וואס האבן זיך איינגעשריבן.... דאס איז באמת א בראך, אבער די בראך איז נישט אויפ'ן פארציילער, נאר אויפ'ן לייענער...

און ניין, עס איז נישט קיין ביזנעס ווי אנדערע ביזנעסער, סיי וואס פאר אן אנדערע ביזנעס, וואלט שוין פארמאכט נאך אזעלכע ריזיגע איינקנופטן. ווען נישט עס זאל זיין באזירט אויף תהלים; וואס נאך די הוצאות דעקן זיך (אויב?) לויפט מען נישט נאך געלט, וואלט ער שוין ביזנעסווייז לאנג צוגעמאכט דעם גאלד-גרוב... נאר וואס, עס איז א קליינע תמיכה פאר אינגעלייט וואס זאגן תהלים, פלאס וואס אידן זעען גרויסע זאכן, דאס איז וואס האלט אים.

אוועקצומאכן אזא הייליגע פראיעקט, דארף מען שוין צו האבן גאדס, און עס זענען טאקע דא דא פולע וואס האבן די קוראזש, און לאכן און שפעטן (נע, רייסן קיינעם נישט אראפ, אבער ווייסט וואס כ'מיין, יא?), אפשר אזוי וועט דער אזוי גערופענער תהלים כולל רבי, אויפהערן מיט זיינע נערוון קריכעריי. קען זיין עס וועט אייך געלונגען, (כ'גלויב אז ער האט שוין געזען אדער געהערט פונ'ם אשכול.) און ער וועט אויפהערן צו נערוועז מאכן די אלע נערוועזע מענטשן, וואס וועסטו האבן פארדינט?

גארניקס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א מעשה וואס איך געב אוועק בחנם פאר "תהלים כולל" אלס פיוס:

געווען א איד וואס האט פארמאגט א ניק (דאס איז אזא צו-נאמען וואס מענטשן נוצן אויפן אינטערנעט רח"ל צו פארדעקן זייער ווירקליכע אידענטיטעט) און דערמיט פלעגט ער שרייבן ככל העולה על רוחו. איינמאל האט איינער אויפגעברענגט א בילד פון די "תהלים כולל" אנאנס וואס לויפט וועכנטליך אין תורה-בלעטער אדער פלוג-בלעטער, און דער אויבנדערמאנטער שרייבער האט זיך צופירט די הענט מיט אויסדרוקן וואס האבן געקענט אויסגעטייטשט ווערן דורך מאנכע ווי כאילו אפגעשפעט פון די באגריף פון זאגען תהלים אדער פועל'ן ישועות דורך מזמורי תהלים.

ויהי היום, איין טאג נאכן באזידלט ווערן דערוועגן דורך א ניק "תהלים כולל", און דער איד וואס באהאלט זיך (אומערפאלגרייך) אונטער די ניק האט געלערנט זיין טעגליכן שיעור מוסר, וואו ער לערנט דיזע טעג דעם ספר יסוד יוסף (פון רבי'ן פון קב הישר), באגעגנט ער זיך אין א קאפיטל וואס רעדט שטארק איבער די סגולה פון תהלים זאגען, און אז עס וואלט כדאי געווען צו גרינדן א גרופע תהלים זאגער אין יעדן שטאט. ער איז געבליבן אפגעפאטשט, שפירנדיג אז מען רעדט דא צו אים פון הימל.

תיכף האט ער זיך פארגענומען אויפצוהערן שפעטן פון די אדווערטייזמענטס, און אלס תשובת המשקל שטעלט ער ארויף א לינק צו דעם פרק נ"ט פון יסוד יוסף. עס הייבט זיך אן אויף דעם בלעטל: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=100 און די הויכפונקט איז אויף דעם פאלגנדן בלאט, עיין שם.

---
עצה טובה קמ"ל: כולל שומרי החומות באצאלט אויך וועכנטליך אן אנאנס אינעם ווינקל פון מבאר רבותינו, נאר אנשטאט פאבריצירן געשיכטעלעך אדער דערציילן אמת'ע אנעקדאטן וואס מאנגלן זיכער נישט, באמיען זיי זיך צו ברענגן מאמרים פון צדיקים בנוגע גיבן צדקה פאר עניי ארץ ישראל און די געוואלדיגע סגולות דערפון. אולי וואלט געווען אן עצה אז "תהלים כולל" זאל מאכן אזא סארט ליקוט איבער די חשיבות פון תהלים זאגען און טאקע לאזן דרוקן וועכנטליך אויסצוגן פון ספרים הקדושים וואס רעדן בשבח אמירת תהלים.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

קענסט פארקויפן די מעשה אויך פאר מפעל החק... צו אזעלכע אפענע גילויים זענען נאר די חק לערנער זוכה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דא קומט נישט אריין "חק". איך האב עס געלערנט אין "יסוד יוסף" דירעקט.

אבער אז מען רעדט שוין פון "מפעל החק" - וואס "תהלים כולל" ווארט קוים זיי זאלן זיך נעמען פראפעגאנדירן און קאמערציעליזירן זייערע ניסים - איז טאקע באגריסנדווערד זייער איינגעהאלטענע וועג פון אדווערטייזן. בלויז איין מאל א יאר הענגן זיי פלאקאטן און שטעלן אריין בראשורן אין די שוהלן, ווי צו דערמאנען דעם עולם אז עס איז א פיינער לימוד אשר יסודתו מהררי קודש (און יא, אויך די סגולות דערפון מפי ספרים וסופרים), אבער א גאנץ יאר זעהט מען בלויז זייער נומער אין פיצעלע אותיות אויפן דבר יום ביומו.

די וואס נעמען זיך רייטן אויפן ציבור מיט טעגליכע אדער וועכנטליכע אנאנסן פון ניסים און כמו-ניסים, קענען זיך גרינג ערווארבן אזא נאמען ווי "ח"י ראטיל" און "סעקלהיד".
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

לאור די קריאה פון קרעמער גיי איך מיר בכלל נישט באציען צום עצם נושא פון תהלים כולל. אבער איין נקודה וואס 'תהלים כולל' האט ערווענט וואס איך וויל מחולק זיין מיט אים.
תהלים כולל האט געשריבן:קיינער האט אייך פערזענליך נישט געהייסן גלייבן אין די מעשיות, און קיינער צווינגט אייך נישט אנצוקוקן די אדווערטייזמענטס וואס שמעקט אייך נישט צו זען, אין די באצאלטע אדער אין די אומזיסטע אויסגאבעס. אבער פארוואס און פאר וועלכע גוטע סיבה מוז מען קומען אין פובליק און אפלאכן פון א גוטע זאך? (איך ווארט נאר מיט געדולד אויף א געוויסער "מפעל" וועלכע איז אנגעגאנגען מיט א ריזיגע פראפאגאנדע אין די וואכן פאר די בראשית סדרות, צו פארשפרייטן און פארמערן (קאמערשאלייזן?) א געוויסע טייערע און אנגענומענע טעגליכע לימוד ביי אידישע קינדער מדור דור, זיי זאלן איין שיינעם טאג אנהייבן מיט די אדער ענליכע קאמערשאליזם אדווערטייזמענט. וואס ער וועט דעמאלט האבן צו זאגן??...)


עס איז אינו דומה כלל וכלל צו אן אדווערטייזמענט פון א מפעל וואס פארשפרייט א געוויסע זאך מיט אידישקייט.

קיינער האט נישט קיין טענות ווען מען פארשפרייט צעטלעך איבער די סגולות פון ענטפערן אמן יהא שמיה רבה הויעך, ענטפערן אמן הויך וכדומה. עס ווערט נישט קאמערשעלייזד.

קאמערשעלייזד ווערט עס ווען מען פאנגט אן בעטן געלט דערפאר....

יענע מפעל האט נישט געבעטן קיין געלט פון קיינעם, ער האט געהאט א געוויסע אינטערסע אין דעם מפעל, און ער האט געלאזט אין גאנג א קאמפיין.

----
קרעמער האקט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך שטיי פון דער זייט און איך לייען. איך באוואונדער אז אין יארע 2011 איז נאך פארהאן אזא אשכול אויף אייוועלט. הלוואי זאל אלע טענות אזוי גיין.
--
קרעמער, דאס אז סאכדעס האט געשריבן אזויפיל קערעקטערס אין א תגובה איז ביי דיר נישט קיין שלא כדרך הטבע'דיגער זאך??..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קופת העיר, ועד הרבנים, פרק שירה, שיר השירים, 40 טעג, קאפיטעל י"ג, נר לע"נ, קבלתי לפרסם, אור החיים יומי, מפעל החוק, ח"י ראטל, סדר המעמדות, שמות בעכער, שמות רינגעל, קטרת על קלף, תהלים המחולק, תהילים החיד"א, מוסדות רמ"א. זעוויל,(וואס האב איך אויסגעלאזט?) זענען העפליך געלאדנט צו עפענען ניק'ס
אפשר וועלען נאך ניק'ס תשובה טוהן, ביני וביני וועט זיין דא לעבידיג
בכל אופן היות איך זעה אז מענטשען זענען נפגע געווארן בעט איך איבער אלף פעמים, ואכפול ועוד פעם ועוד פעם, אין אף אחד המפקפק בחשיבות הענין, רק סוברים שהמעשה'ליך מזלזל בהחשיבות
עכ"ז, ואחרי ככלות הכל, הרי אנשים הללו יודעים יותר טוב, כי הרי הם עוסקים בדבר, לכן דברי בטלים ומבוטלים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

והוא פלאי וועלכע מוסר ספר האסטו היינט געלערנט...? קרעמער דיין מעשה'לע איז קעש!

ביי אונז איז טאקע דא דער מנהג פונם יסוד יוסף צו זאגן יעדן טאג תלים ברבים. מען זאגט נישט די גאנצע יעדן טאג, נאר מיט א סדר פון 5 קאפיטלעך יעדן טאג. עס וואלט טאקע געווען א ענין נכון אביסל אנווארעמען דעם ציבור נישט צו אנטלויפן נאכן דאווענען פאר תלים...

אז מען רעדט שוין... א טיכטיגער אינגערמאן אין מיין ס'מעדריש האט איין טאג סוף דאווענען געגעבן א קלאפ אויפן טיש, און אויסגערופן "איך וויל בעטן ווער ס'קען, זאל אינזין האבן היינט ביי תהלים מיינס א חבר, וואס דארף א גרויסע ישועה". אונטערסאנט כמעט קיינער האט נישט פארלאזט דעם מנין פארן מיטהאלטן דעם סדר תהילים מיטן יהי רצון וואס האט אפגעדונערט....
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

עס איז אמאל געהאנגן א צעטל (מיטן בעל המעשה, ווער דענקט?) מיט א מעשה אז רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט עפעס אזא מין לשון, "איינער וואס זאגט נישט לכל הפחות די פינף קאפיטלעך תהלים א טאג, איז דאך ממש א רוצח פאר זיך און פאר זיין שטוב..."
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אההה ענדליך רוקט זיך שוין דער מצב פאזיטיוו.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

סאכדעס האט געשריבן:אההה ענדליך רוקט זיך שוין דער מצב פאזיטיוו.

קרעדיט תהלים כולל...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווינקל האט געשריבן:עס איז אמאל געהאנגן א צעטל (מיטן בעל המעשה, ווער דענקט?) מיט א מעשה אז רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט עפעס אזא מין לשון, "איינער וואס זאגט נישט לכל הפחות די פינף קאפיטלעך תהלים א טאג, איז דאך ממש א רוצח פאר זיך און פאר זיין שטוב..."

א שיינע באבע מעשה, מ'האט אנגעהויבן זאגן די פינעף קאפיטלעך הערשט ווען דער רבי ז"ל איז נישט געזונט געווארן, לרפואתו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב אלץ געוויסט אז מען האט א פראבלעם עפענט מען אויף א תהילים'ל און מען בעט ביים הייליגען באשעפער, היינט איז עכשיו דרא , מען האט א פראבלעם רופט מען אן תהילים כולל און ................
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

כהאב דא אריין געלאנדשט כהאב מיך געוואלט נעמען שרייבן
אבער כבר קידמנו הוד כבוד סאכדעס של"י כהאב אקוראט געוועלט שרייבן וואס ער
כקאן דעם יונגערמאן וואס פירט עס פונדערנאנט איו כקאן די יונגעלייט וואאס זענען אינעם מנין
אזוי ווי דער עולם פפארט אינדערקאנטרי קען מען מאכן א סטאפ און קרית יואל אין עס אויסטשעקן
יעדן אינדערפרי ביהמ"ד תולדות אהרן
קרעמער סטעפ אין
לייבי קענסט אויך עס אויסטשעקן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארוואס זאל איך אריינ'סטעפן' אין תהלים כולל? איך האב דען אמאל געצווייפלט אין די ווארהייט אז אזא כולל עקזיסטירט? פארוואס דארף איך די גביית עדות פון סאכדעס מיט ראמני08 איבער די ערליכקייט און ישרות און צדקות און וואס נישט פון דעם מייסד דערפון, אין די צייט וואס איך צווייפל נישט אין די אויפריכטיגקייט פון זיינע מאטיוון.

מען האט דא פרובירט צו פארדרייען מיינע טענות אזש ביזן אפשפעטן פון די גאנצע באגריף פון זאגען תהלים ח"ו, אין די צייט וואס שוין איבער 13 יאר וואס איך בין ב"ה מסיים ספר תהלים וואך נאך וואך, כן יעזור ה' להלאה.

איך האב בסך הכל פארפירט קעגן די וואס פארדרייען א קאפ מיט מופתים חדשים לבקרים יעדע וואך אויפן חשבון פון דעם תהלים כולל, און דאס מיינע פריינט קענט איר נישט אפווענדן מיטן קענען דעם מייסד און די תהלים-מנין.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין גרויסן שול אויף ראדני איז אויך דא מניני תהלים ווען אימער, איז דאס אויך א באצאלטער כולל אדער זיי זאגן אומזיסט?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

קום קענסט מיט זאגען אומזיסט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ווינקל דיין מעשה האב איך געהערט אויפן ברך משה,

ראמני כ'האב דיר שוין געזאגט אין פריוואט, כ'בין בכלל נישט אריין אין די נושא פונעם כולל, כ'האב נאר גערעדט צום שרייבער,
אויב איז עפעס משמע פין מיינע ווערטער בעט איך איבער ווער ס'איז נפגע געווארן
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דארפסמאן האט געשריבן:קום קענסט מיט זאגען אומזיסט


אה שוין, דארף איך נישט קריכן ביז קרית יואל, קען איך דארט אויך אריינסטעפן..
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יהיה כן האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:קום קענסט מיט זאגען אומזיסט


אה שוין, דארף איך נישט קריכן ביז קרית יואל, קען איך דארט אויך אריינסטעפן..

פארוואס זאל מען זאגען אומזיסט אויב מען קען זאגען פאר טבין ותקילין....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

farshlufen האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:עס איז אמאל געהאנגן א צעטל (מיטן בעל המעשה, ווער דענקט?) מיט א מעשה אז רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט עפעס אזא מין לשון, "איינער וואס זאגט נישט לכל הפחות די פינף קאפיטלעך תהלים א טאג, איז דאך ממש א רוצח פאר זיך און פאר זיין שטוב..."

א שיינע באבע מעשה, מ'האט אנגעהויבן זאגן די פינעף קאפיטלעך הערשט ווען דער רבי ז"ל איז נישט געזונט געווארן, לרפואתו.


די מימרא בשם רביה"ק זי"ע איז אמת נאר אויף א אנדערען אופן,
ער האט געזאגט בשם פון איינע פון די צדיקים, אז איד וואס איז נישט מתפלל יעדן טאג אויף זיך און אויף די ווייב און קינדער האט א דין ווי א רוצח,
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב געטראכט אנ'עצה אויף פרנסה
צו שאפען רימנובע לעכט
אזאלכע וואס זאל ברענען 40 טעג
און מען וועט זיך נישט מער מוזען מיטשען צוריק צינדען די לעכט
אבער אפשר גייט דאס אויך אריין אין מייקראוועיוו אידישקייט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

אין מבאר רבותינו די וואך, פעלט די תהלים כולל עד...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אויך באמערקט...
אפשר אין אונזער זכות?
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”