Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יולי 08, 2011 8:27 am

אויך באמערקט...
אפשר אין אונזער זכות?

Advertisement

פרייטאג יולי 08, 2011 8:31 am

זכות...?

(just Kidding)

פרייטאג יולי 08, 2011 3:28 pm

וואס טוהט זיך אויפן דבר יום ביומו?

איך האב נישט געוואלט אז דער דבר יום ביומו מיטן מבאר רבותינו זאלן דערלייגן געלט פון דעם וועכנטליכן ווינקל, איך האב טאקע דערפאר מציע געווען מען שרייבן די גדלות פון תהלים זאגען אנשטאט די ישועות וואס מען זעהט וועכנטליך.

פרייטאג יולי 08, 2011 3:30 pm

TOO LATE...

פרייטאג יולי 08, 2011 3:39 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אההה ענדליך רוקט זיך שוין דער מצב פאזיטיוו.

קרעדיט תהלים כולל...

איך גיב די קרעדיט פאר סאכדעס, ער האט זייער זייער גוט געשריבן.

איך האב זיך פרובירט צו האלטן פאסיוו, איך האב שוין אויבן ארויסגעברענגט א געוויסע נקודה אז עס איז נישט ריכטיג אפצושפעטן אין די צייט וואס יעדער איז דאך מודה אז "עס קען ברענגען אזעלכע ישועות", איז לאמיר אפי' זאגן אז די מעשיות זענען נישט ריכטיג, פארוואס גייט דיר אן זיי צו גלייבן אדער נישט צו גלייבן, דער תהלים כולל איז ווירקליך א סגולה וואס "קען מאכן אזעלכע מעשיות", אלזו נעם עס אן כאילו עס וואלט געווען ריכטיג.

אבער....
למען האמת, האב איך מיטגעפילט קרעמער'ס פראבלעם כאטשיג איך האב עס נישט געקענט ארויסברענגען מיט ווערטער, אבער בהמשך האשכול מיין איך אז דער פראבלעם איז "פארוואס פרובירסטו מיר איינצורעדן מעשיות וואס זענען אדער אינגאנצן נישט אמת, אדער האט עס נישט קיין שום יסוד אז די מעשה האט שייכות מיט דיין פראיעקט" דאס גיט דעם מענטש א געפיל אז מען האלט אים ווי א נאר, וואס מען קען אים פארקויפן באבקעס. און דאס רעגט נאכמער אויף, ווען מען טוט דאס מיט אן ערנסטע זאך, וואס דאן קענען מענטשן שפירן, אז מען נעמט א ערנסטע זאך און מען מאכט דערפון א ליצנות, ועוד זאת, אז פארוואס דארפסטו שרייבן פאנטאזיעס ווען דו קענסט שרייבן שיינע מאמרים ופתגמים ולקוטים איבער די גרויסקייט דערפון. אלא מאי, דו האלטסט אז איך בין א שוואכלינג א נער, וואס פון מאמרים און מקורות ווער איך נישט איבערגענומען, און מיט מעשה'לעך וועסטו מיר כאפן, וועסט רייטן אויף מיינע געפילן מיט פאנטאזיעס, דאס מאכט נערוועז מענטשן.

גערעכט צו נישט גערעכט, דאס איז א געפיל וואס אסאך מענטשן האבן ווען מען ליינט אזעלכע "ישועות" פראיעקטן, וגם אני הק' בתוכם.

----------

קרעמער און ניק ניק האקן,
איך האב שוין גראדע געזען זייער וואכנטליכע קאלום אין איינע פון די אויסגאבע'ס פון די וואך

שבת יולי 09, 2011 11:52 pm

מבאר רבותינו שרייבט אז אין די זוממער וואכן קומט נאר ארויס צוויי זייטן אנשטאט די געוועליכע פיר, לכאורה האבן זיי נישט געהאט קיין ליידיגע פלאץ פאר די תהלים כולל

זונטאג יולי 10, 2011 8:57 am

למעשה האב איך עס יא געזעהן אינעם לוח המודעות שמחה צעטיל.

מאנטאג יולי 11, 2011 4:33 pm

ווי א ענדע שירעם נאך א נישט געקומענע שניי שטורעם ריקעך מיך אריין דא און איך וואונדער מיך "וואס זוכט די אשכול אין היימישע קרעטשמע?" נאכן דורכליינען אלע קרוב צו 150 תגובות זעה איך אז מער ווייניגער איז יעדער אויפן זעלבן פעידזש בנוגע דעם כולל זעלבסט, ס'נאר דא חילוקי דיעות אין זייער מארקעטונג, א טייל האלטן אז ס'איז יא גוט און א טייל האלטן אז נישט, נו, באלאנגט דאס נישט אין ביזנעס פארום?

סאכדעס, זאג מיר דעם אמת, וואס דארף געשעהן אז דו זאלסט זיך נעמען שרייבן געהעריג ווי אמאל?

(איך האב אויך געוואלט מוחה זיין אויף עפעס, אבער אזוי ווי די זאך האצעך שוין בארואיגט ווילעך נישט צוריק אויפוועקן די געמיהטער... העלעך מוחה זיין אויף די צוויי פיסיגע פאנדזשעלאו'ס און לייכט געפארבטע שפיצלעך!!!)

פרייטאג אוגוסט 19, 2011 7:42 am

ס'דרייט זיך ארום א מעשה איבער א נס גלוי פונעם תהילים כולל, אויב מעג מען עס פארציילן דא, קען עס איינער פארציילן

פרייטאג אוגוסט 19, 2011 9:09 am

פארוואזשע זאל מען נישט טארן? פארציילן מעג מען, והמאמין יאמין.

פרייטאג אוגוסט 19, 2011 9:26 am

={'} פארציילן פארוואס נישט? אויף די ווארהייט העט מען זיך שוין נאכדעם שלאגן וועט צוקומען נאך אפאר בלעטער.

כלל גדול: פון א דיביעט ווערט מען נאר קליגער, פון האלטן זאכן אין בויך בלייבט די שכל אויך אויפן זעלבן פלאץ.

פרייטאג אוגוסט 19, 2011 9:46 am

די ספק איז נישט אלץ גלייבן, נאר צו אזאנע מעשיות זענען געמאכט פאר אונזער וועלטל.

פרייטאג אוגוסט 19, 2011 10:01 am

די שוינסט די פאפיר?

די איינציגסטע זאך וואס באלאנגט נישט אין אינזער וועלטעל איז עפעס וואס גייט אויסגעמעקט ווערן, פשוט ווייל מ'איז מטריח די מנהלים, אבער א שיינע מעשה'לע, פארוואס נישט?

זונטאג אוקטובר 09, 2011 1:34 pm

ירושלים האט שוין אויך א תהלים כולל?
עטעטשמענטס
tlm.jpg

זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:32 pm

תהילים כולל אויף ענגליש

Thilim Kolel.jpg

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 4:29 am

איך האב געליינט אז די וואס ווילען די געלט צוריק פון וועד הרבנים ווייל רב אלישיב איז נישט געגאנגען צום כותל מערבי האט ר' חיים קאניעווסקי געפסקנט אז מען זאל זיי צוריק געבען
נאר איך האב געהערט אז די פראבלעם איז געווען אז מען האט נישט געגעבען צו קופת העיר אז רב אלישיב זאל קענען גיין צום כותל מערבי
וועגען דעם האט ער טאקע נישט געקענט גיין

מאנטאג פבואר 06, 2012 8:08 pm

יעצט אריינגעקומן - נאר א וויץ

איינער האט זיך איינגעבראכן אין תהילים כולל געגנבט 150 ישועות
מען זאגט שוין תהילים צו כאפן דעם רויבער

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 6:07 pm

איין וואך האביך געליינט וועגן די פייער אין קארנוואל אז די מעמבער פון תהילים כולל איז נישט פארברענט געווארן זיין בעקריי. דאכט זיך אין אנדערן אשכול האט מען געשריבן אז דער בעקריי האט שוין ארויסגעמופט פון דארט. עפעס שטימט נישט דא.
אויך איז אונטערסאנט אז א בנין וואס האט געברענט 24 שעה איז נאך געבליבן איין אפטיילונג אזוי אומבארירט אז מ'האט תיכף געקענט ווייטער באקן. עפעס שטימט נישט פון די מעשה. קען איינער אויסקלארן די פרטים ס'וואלט זייער אונטערסאנט געווען.

(תהילים זאגן האט א גרויסן כח דאס איז קיין ספק די שאלה דא איז אויף די פרטים פון די ספעציפישע עפיזאד וואס האט געזאלט פארקומען יענע וואך)

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 6:10 pm

איך וויל נישט נאכאמאל עפענען דעם שאכטל ווערים, אבער זיי האבן א מאגנאטישע קראפט וואס פארבינדט זיי למפרע מיט יעדע ערפאלגרייכע מעשה וואס ווערט נאר געמאלדן אויף די בולעטין אפטיילונג פון קול מבשר.

דער עלטער זיידע ז"ל פלעגט זאגען שבועות נאכן פשט'ל "שניידט די קרעפלעך"

דאנערשטאג פבואר 09, 2012 7:31 pm

קרעמער האט געשריבן:דער עלטער זיידע ז"ל פלעגט זאגען שבועות נאכן פשט'ל "שניידט די קרעפלעך"

;l;p-

פרייטאג פבואר 10, 2012 11:56 am

איך האב געליינט די זעלבע מעשה פון חצות כולל איך האב נישט געזען קיין קאפירייט אדער אפשר האסטו עס אויך געליינט ביי חצות כולל נישט ביי תהלים...

פרייטאג פבואר 10, 2012 12:00 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:יעצט אריינגעקומן - נאר א וויץ

איינער האט זיך איינגעבראכן אין תהילים כולל געגנבט 150 ישועות
מען זאגט שוין תהילים צו כאפן דעם רויבער

יא, מ'זאגט אז דער גנב איז געווען חצות כולל....

פרייטאג פבואר 10, 2012 12:01 pm

זיי קויפן די מעשיות אויפן זעלבן פלאץ? איינער ווייסט צו תהלים כולל האט געהאט די זעלבע מעשה?
עטעטשמענטס
d.jpg

פרייטאג פבואר 10, 2012 12:12 pm

קרעמער סאיז דא א חסד ארגאנזאציע וואס העלפט אידען און אלעמען וואס מקען נאר ברויכען מיט געזונטהייט פרנסה און ביזנעס סתם אזוי הילפבארע עצות אויף טריט און שריט און לעבען און אויך האט עס א כולל ווי מלערנט שיעורים יעדן טאג און אויך העלפן זיי מיט ידיעת התורה אויך העלפען זיי מחזק זיין בדקי ישראל און איין ווארט און וואס נישט און כבין נישט א שרייבער בטבע קען איך נישט מאריך זיין אזויפל
סאיז ביימיר קלאר אז מיטען געבן געלט פאר זיי בויט מען נאך זיך גרויסע זכותים פינטעל אן קיין אפרעג(קאמענטס אפשר יא)
דאן פארוואס זעה איך נישט אזויסאך עדוועטייזמענטס אין די אידישע וועלט מענטשען זיכען נישט קיין זכותים בפרט ווען מקען בישרזען א ישועה מיט א גיטען עד וואס 4000 ליינער ליינען טעגליך גארנטירט כלשון קדשו
אפשר דארף מען שרייבען ישעות פון ספאנסערס
פארגעסן צו שרייבען יא דא איז אויך דא אכולל חצות דו"ק ותשכח

פרייטאג פבואר 10, 2012 12:49 pm

איינער ווייסט אויב דאס איז אמת,
עטעטשמענטס
image001.jpg
לעצט פאראכטן דורך דארפסמאן אום פרייטאג פבואר 10, 2012 12:50 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement