תהלים כולל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תהלים כולל

תגובהדורך בשמים » מיטוואך יוני 29, 2011 5:52 pm

untitled.JPG

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מיטוואך יוני 29, 2011 9:31 pm

שוין נישטא וואס צו אדווערטייזן, ווי מען גייט און שטייט קלאפט מען זיך אן אין זייערע נישט געשטויגענע מעשיות
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 29, 2011 10:07 pm

און וואס האט פאסירט מיט א נדבן צום נ"ך כולל און צום מדרש כולל?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מיטוואך יוני 29, 2011 10:13 pm

קורץ און שארף האט געשריבן:א אדווערטייזמענט קאסט געלט

איך האב מיט תהלים כולל גארניקס איינגעשטויסן, פינטל.

איך האב עס ארויפגעשטעלט צוליב די אינטערסאנטקייט פון די מעשה, אז א קליין קינד איז געפאלן פון 12 פיס הויעך אויף צעמענטענע פלאהר, און איז בלויז לייכט פארוואונדעט געווארן.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך יוני 29, 2011 10:16 pm

איך האב שוין גראדע אמאל געהערט אזא מעשה, נאך פאר עס איז געווען דער תהלים כולל, עס קען זיין אמת.

כאטשיג עס בלייבט א וואונדער, ווייל געווענליך קומט מען נישט אפ אזוי לייכט פון קיין צעמענטענע פלאר.

מי יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 30, 2011 9:47 am

איזעי האט געשריבן:איך האב שוין גראדע אמאל געהערט אזא מעשה, נאך פאר עס איז געווען דער תהלים כולל, עס קען זיין אמת.

כאטשיג עס בלייבט א וואונדער, ווייל געווענליך קומט מען נישט אפ אזוי לייכט פון קיין צעמענטענע פלאר.

דערמאנטס מיר א מעשה
א איד האט געדארפט כאפן א פליגער, ער קומט אן אין עירפארט און טרעפט נישט קיין פארקינג, הייבט ער אויף די הענטעלעך צום טאטן אין הימל און זאגט, אוי באשעפער, איך דארף כאפן דעם נעקסטן פליגער, איך דארף א פארקינג.
אין יענע רגע בעקט איינער ארויס און ס'ווערט ליידיג א פארקינג, רופט ער זיך אן, אקעי באשעפער ס'איז גוט איך האב שוין א פארקינג...

לענינינו, זאגסט "גאטש ס'בלייבט א וואונדער", נו דאס איז דאך דער תהלים כולל, אויב עס דרך הטבע איז דאך עס דרך הטבע, און דערפאר איז דער תהלים כולל פאר שלא כדרך הטבע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 30, 2011 12:41 pm

דאס קינד איז נישט געפאלען עטליכעשטאק, עס איז בסך הכל געפאלן בערך 10 -12 פוס, איך מיין אז בדרך כלל לעבט מען עס לייכט איבער, העכסטענס מיט א ציבראכענע ביין

______

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 30, 2011 12:48 pm

פארן לייענען מיין תגובה - דיסקלעימער:
איך בין נישט קיין אגענט פאר תהלים כולל, כאטש איך ווייס פון צוויי פעלער וואו נאכן זיך איינשרייבן האט מען געזעהן גרויסע ישועות בנסתר צו בנגלה, ש'קיין נאפקעמינע.

דאס קינד איז געפאלן מיטן קאפ אראפ - צו א סעמענטענע פלאר.
יעצט זאג איבער מחותן 'לעבט מען עס לייכט איבער, העכסטנס מיט א צובראכענע ביין'?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 30, 2011 1:07 pm

בדרך הלצה: א סימפאטיקער צום תהלים כולל וואלט אפילו צוגעשריבען, אז דאס קינד איז געפאלען קאפ אראפ, און אויפן פלאר איז געווען צוויי שארפע שווערד מיטען שפיץ ארויף פינקט קעגן דאס קינד'ס קאפ, און בדרך נס האט זיך די שווערד צופצילט און פארן קינד איז גארנישט געשען,

ערענסט גערעדט: איך לייקען נישט די פאקט אז דא קען ווען געשען א טראגעדיע, און איך לייקען נישט די פאקט אז תהלים העלפט אייביג, און מען דארף עס אייביג האבן,
עס פעלט זיך אבער אויס, א באזינדערע שמיעס איבער די תהלים כולל, אירע מקורות ע"פ ספרים וסופרים, אירע מעשות וואס זי לייגט יעדע וואך, אא"וו, און ווי דו פארשטייסט וועט אזא אשכול נישט איבערלעבן 24 שעה, דערפאר איז בעסער אז מען הייבט נישט אן

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 30, 2011 1:11 pm

:lol:
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הבל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2008 9:14 am

תגובהדורך הבל » דאנארשטאג יוני 30, 2011 1:35 pm

צולייגער האט געשריבן:דאס קינד איז געפאלן מיטן קאפ אראפ - צו א סעמענטענע פלאר.
יעצט זאג איבער מחותן 'לעבט מען עס לייכט איבער, העכסטנס מיט א צובראכענע ביין'?


אט האט איר א בילד
צוגעלייגטע
2949.jpg
2949.jpg (2.04 KiB) געזעהן 2246 מאל

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 30, 2011 2:07 pm

;1@ ;1@
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יוני 30, 2011 2:48 pm

עיין אין מאשקע'ס קופת העיר אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 30, 2011 3:35 pm

און ווי האט נאר קרעמער געשריבן?, באלד וועט זיך עפענען א כולל טאנצערס...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג יוני 30, 2011 4:29 pm

ווער זענען באמת די תהלים זאגער'ס? ווער פירט עס אן? וואו איז עס פלאצירט?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג יוני 30, 2011 4:39 pm

ס'ווערט געפירט דורך א אינגערמאן אין ק"י אין דער כולל איז אויך דארט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יוני 30, 2011 6:04 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווער זענען באמת די תהלים זאגער'ס? ווער פירט עס אן? וואו איז עס פלאצירט?

לויט וואס כ'האב געהערט זענען די תהלים זאגערס בחורים, און "כולל" יונגערלייט, א שטייגער ווי ציצית קניפן... כידוע ליודעי חן
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 01, 2011 1:35 pm

נאכן ליינען די מעשה בין איך געבליבן צומישט ווער עס איז אויפן קאפ געפאלן, דער זיידע אדער דאס אייניקל

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 03, 2011 12:27 pm

בא הכתוב השלישי, פעסטער רב שליט"א, ומכריע ביניהם, איך בין מיין אייגענע זיידע...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19800
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 03, 2011 2:18 pm

גראדע זאגן דארט תהלים ארבייטס אינגעלייט אויך.

א חבר מיינער זאגט דארט תהלים יעדן טאג.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג יולי 03, 2011 2:39 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:שוין נישטא וואס צו אדווערטייזן, ווי מען גייט און שטייט קלאפט מען זיך אן אין זייערע נישט געשטויגענע מעשיות


געבויט אויף? די גלייבסט נישט אז תהילים ברענגט ישועות? הגם היינט איז א הסתר פנים און מ'זעט נישט היינט קיין אפענע זאכן, אבער ליין איבער זייערע מעשיות העסטו זען אז ס'נישט קיין אפענע זאכן, נאר ווער ס'גלייבט אין אייבערשטען ווייסט אז די גוטע ענדע האט א שייכות מיטן תהילים, א כופר קען עס תולה זיין במקרה.
זיי פארציילן נישט קיין קריאת ים סוף מעשיות.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג יולי 03, 2011 2:43 pm

כאב געזאגט אז תהילים ברענגט נישט? ח"ו, איך זאג אז איך גלייב נישט זייערע מעשיות
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג יולי 03, 2011 2:49 pm

הא גופא קשיא? אז תהילים ברענגט איז פארוואס גלייבסו נישט? האסט א פערזענליכע פייט מיט זיי? האסט מורא פונעם פתי יאמין לכל דבר? די חכמה איז נישט קיינמאל צו גלייבן א חכמה איז צו וויסן ווען יא און ווען נישט.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג יולי 03, 2011 2:58 pm

אויב איך וועל מיך נעמען באקן מעשיות אויפן חשבון פון תהילים וועסטו מיר גלייבן?
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 03, 2011 4:38 pm

עס איז א פריוואטע קאנפליקט צווישן דעם תהלים כולל און די פלאי פלאים פון גליון אור החיים ווער עס קען פאבריצירן בעסערע מעשיות

דער געווינער איז אבער קלאר "קופת העיר"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], הכנעה, קליינקעפיק און 11 געסט