בלאט 1 פון 2

וואס טויג די נייע וויליאמסבורג, מיט די זעלבע אלטע ברוקלין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:00 am
דורך יענטאאש
"ניי וויליאמסבורג". אזוי ווערט די געגענט גערופן מיט א צויבערנדע ליבשאפט. איך גראדע, זע נאכנישט די ניי'קייט דערינען. די געילע בלינקענדיגע לעקטערס אויף די ספאנישע רעסטוראונט געשעפטן זענען אלטער פון אלט, דראג-זאון קארנערס איז אויך נישט קיין נייע המצאה. אבער הער, אז אידן צאלן צוויי טויזנט דאללאר רענט א חודש, לאז עס זיין "ניי".

ניי וויליאמסבורג איז אויך די געגענט פון מיין שוואגער'ס וואש-רום, וואס ער נוצט עס אויך פאר א דירה. אויף ביזדערווייל. מיין שוואגער, משה נחום, "מוישש" ווי מ'רופט אים מיט ליבשאפט, ער נוצט עס נאר פאר א דירה ביז ער גייט צוריקמאכן די געלט פון זיין "אינוועסטמענט" וואס ער האט געמאכט אין זיין שנה ראשונה, דעמאלטס גייט ער קויפן א פראפערטי אין וויליאמסבורג, געהעריג נעבן איר מאמע, און בויען א הויז מיט א שותף. די פלענס זענען שוין דא, דאס געלט איז אמאל געווען, און די חלומות וועלן ווייטער אנגיין, אבער דאס אלעס איז מיר נישט נוגע. וואס איז מיר יא נוגע איז מיין נעפיו מרדכי'לע, אים האט מען אפגעשוירן דעם זונטאג... אקעי... און מ'האט געמאכט, לטובת הרבים, א 'ברעקפעסט', און דא קום איך אריין אין די פיקטשער.

איך וואוין נישט אין די "נייע וויליאמסבורג", איך וואוין נאך אין די אלטע שמאטעדיגע וויליאמסבורג, סאו איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס אין די געגנט. נישט געפערליך. נישט געפערליך זאגסטע? כ'האב נאכנישט געענדיגט די מעשה. יעצט, ס'שטעלט זיך ארויס, אז דארט ווי איך האב געפארקט איז א באהאלטענע 'נאו סטענדינג' זאנע. און אז דו וועסט ארויפקוקן מיט א מייקראסקאופ דארט העכער די פארבויעטע קאנסטראקשן דעכער וועסטו זען אז ס'איז טאקע דא א סיין. איך דריי זיך נישט מיט קיין מייקראסקאופ, אבער יעצט פארשטיי איך שוין די באהאלטענע בליקן וואס דער מעקסיקאנער ארבייטער האט מיך געגעבן בשעת איך האב זיך אריינגעלעוועלט אינעם ספאט מיט א פונקטליכקייט, זאל אים ג-ט באצאלן פאר זיין גוטסקייט פון מיך נישט מעורר זיין.

און אזוי ארום איז טאקע אויסגעקומען, אז בשעת איך בין געזעצן אין א זונטאג פרימארגן און פארקייעט צוויבל בעיגעלס מיט אנגע'מייערנ'טע טונא, ביי שיין געדעקטע טישן פארפולט מיט קעז קוכן און טשאקלאד ראגעלעך וואס מיין מאגן האט נאך דאן –עטליכע שעה געריקט פון מלוה מלכה- נישט געקענט פארדייען. אין די פריע שטונדן וואס אין א געווענליכן זונטאג בין איך נאך לאנג איינעגעטוכיעט צווישן קושן און דעקע, אריינכאפנדיג דאס ביסל וואס איך בין נישט אנגעקומען שבת נאכמיטאג. אט דאן האט א לייכט אנגעטיענער שלעפער טראק פאכמאן ארויפגעצויגן מיין דזשעלאפי פון הונטן און אפגעפירט איר אין די די.או.טי'ס פארשאלטענע פארקינג גאראדזש. ס'איז דא א שאנס אז דער אויבנדערמאנטער 'ראדריגא' האט א בילד דערפון אויף זיין סעלפאון.

***

מרדכי'לע איז שוין אפגעבאדן, די נייע נאסע לייכט געקרייזלטע פיאות הענגט בא'חן'ט ביי די זייטן, די שוויגער איז ביזי אנצייגן וואו מען קען נאך אראפנעמען און וואו מען דארף לאזן צוריקוואקסן. איך נעם זיך צוזאם דאס געזונדל, און מיט פוילע טריט, ווען די קאלטע קאווע שטיקט מיך נאך ביים האלז, הויב איך אן זיך ווענדן צום ארט ווי מיין קאר איז (אמאל געווען)...

די קומענדיגע מינוטן זענען אנגעפילט געווארן מיטן איבערקוקן איינמאל און נאכאמאל די נאמען פונעם בלאק, און נאכלויפן מיין מענדי וואס האט מיר געזוכט ארויסצוהעלפן דורכן לויפן אין די אנדערע ריכטונג זען צו איך האב נישט געמאכט א טעות און עכט בין איך געפארקט אויף די אנדערע זייט. עטליכע צומישטע מינוטן שפעטער האבן מיר זיך דערזען מיט איין עצה: רופן א טעקסי.

***
ברוקלין, ברוקלין, ברוקלין!! הייבט אויף א קענטיג פארנומענער קול אויף די אנדערע זייט טרייבל. עםם.. "איי ניד עי טעקסי פראם... טו...." הייב איך אן אויסרופן מיט אן ערנסטע שטימע, "ענד איי ניד איט פעסט" לייג איך צו עטוואס שטרענג. איך האב אבער באלד רעאליזירט אז איך רעד צו א דופן, און אז באלד נאכן אויסרופן דריי מאל מיט א מעקסיקאנע מאס העפליכקייט די נאמען פון זיין טעקסי האט ער מיך געשטעלט אויף 'האלד', בעת א גריצלדיגע קאסעטע, אימפארטירט אזש פון די דאמיניקן רעפובליק, שפילט פון אונטערוויילעכץ מיך צו האלטן רואיג... אקעי, איך קען עס פארשטיין, ס'איז פארנומען, ער דארף קאארדינעיטן, נעמען קאללס, גיב א מינוט ער איז אט אט צוריק.

אקעי גיב אים צוויי מינוט. פינף מינוט. אכט. צוועלף. אקעי איך האק אראפ און כ'קאל אים צוריק, ס'טו געזען אזאנס.

ברוקלין, ברוקלין, ברוקלין!! הערט זיך די הארציגע שטומע ווידעראמאל, דאסמאל פאלגט עס נאך מיט א באלדיגע 'האלד אן'.

צו מאכן א פופצן מינוט'יגע מעשה קורץ. ער שיקט מיך א טעקסי 'רייט עוועי, רייט עוועי. טאא מיניטס, טאא מיניטס'. איי געס ער זאגט עס איבער צוויי מאל ווי צו דריקן אז כאטש ער האט זיך געלאזט טאקע ווארטן אויף האלד, די טעלעפאון סיסטעם חלק געדויערט טאקע, אבער די קארס קומען איינס צוויי.

און טאקע, ער האט זיך נישט געזוימט, און בשעת איך האב פרובירט האלטן פינף קינדער אונטער קאנטראל אין א הייסן זונטאג צופרי, אין א פרעמדן בלאק, האט מיין צוקונפטיגער טעקסי זיך שטארק געאיילט אויפצופיקן דעם פאסאנדזשיר וועלכער איז איינס פאר מיר אין די רייע, און מיט א פלינקע געיעגעניש האט ער אים אפגעפירט צו זיין דעסטינאציע, אויף סאוט ניין און דריגס, און גלייך דערנאך האט ער זיך פאכמאניש דורכגעריקט גאנץ וויליאמסבורג מיט א זריזות, און א קורצע פינף און צוואנציג מינוט און דריי פאון קאללס שפעטער, האט ער זיך באוויזן מיט די באקאנטע טאון קאר במלא הודו והדרו. ס'איז דא א קאר, און מ'דארף כלל נישט זארגן וועגן לופט, הוי ראי' די פענסטער איז אפן!

איך הייב אן קאארדינירן די קינדער אריין אין די קאר, בינו לבינו בעט איך דעם דרייווער ער זאל אזוי גוט זיין און עפענען די טראנק, די באגאבו דארף אויך איר מקום קבוע. ער שענקט מיך אזא בליק ווי איינער זאגט, 'איך קוק דיר אויס ווי א טעקסי? כ'מיין...', איך ווער שוין נערוועז, 'מיסטער, קערידזש, נאו פלעיס!' הייב איך טענה'ן. מיט אן ארויסגעוויזענע רגזה קומט ער ארויס פון קאר, עפנט דעם טראנק און הייבט אן נערוועז ארומצוריקן זיינע פלואיד באטלעך, די ספעיר טייער, עפעס א באקס נאגלעך, און ווייסעך וואס נאך. מיט גרויס פלאגעניש, און נאך א גוטן האק צו דעם טראנק מיט א צוויי דריי גוטע דריקעס אויף אראפ וואס האט מיך שוין געמאכט אנהייבן טראכטן פון אן הלוואה פאר א נייעם קערידזש, האט מען ענדליך דעם פראבלעם מסדר געווען.

איך וויל זיך אריינזעצן, אבער די טראמא'דיגע בליקן פון די משפחה אינעם בעק סיט, איינער איבערן צווייטן, און יעדער מלא טענות, האב איך פארשטאנען אז איך מוז גיין פון פארנט. דער דרייווער רוקט זיך שוין אריין אין דרייוו, אויפשאקלנדיג דערביי דעם גאנצן אויטא, איך וויל עפענען דעם פארנט טיר, אבער ער איז הערמעטיש פארשלאסן! איך גיב אים א קלאפ אין די טיר און איך ווינק אים מיין באגער זיך אריינצוזעצן, ער ווערט שוין אינגאנצן מלא טענות, ער צייגט מיר אן אויף פולע זיץ מיט א ראדיאו טראנסמיטער, א דיקן ראול טאועל פעפער, א שמוציגן בריפקעיס, א בערזל, דער האט זיך ערנסט קובע מקום געווען דא... אינגאנצן פארשוויצט, און מיט דברים היוצאים מן הלב אויף די ספאנישע שפראך אויף די לעפצן, רוקט ער צוזאם זיינע מטלטלים אויף איין הלפט זיץ, און צייגט מיך אן איך זאל מיך מסדר זיין אויף דאס אנדערע העלפט.

א געשמאקע ריח נודף האט מיך ענטפאנגען, דער קאר איז ווייזט אויס באזארגט מיט א מעיד אין מעקסיקא 'שמעקער'. דער ריח ניחוח פילט אן דעם גאנצן קאר, צילנדיג אוועקצונעמען די גערוך פון דעם איבערגעלאזטן לאנטש בעג פון נעכטן, און די סאפער פון אייערנעכטן.

דער דרייווער איז פארנומען אויפן בלו טוט אויפן העכסטן טאן אין א טיפע קאנווערסאציע אויף זיין היים שפראך, וויצן פליען אין אלע ריכטונגען, איך וואלט זיך געלערנט די שפראך פשוט צו קענען מיטלאכן. די קינדער זענען מלא טענות איינער אויפן צווייטן, יעדער שרייט אז דער צווייטער 'זיצט זיך אויף די גאנצע סיט'. די גריצלדיגע קולות אויפן ראדיאו בענעזאם מיט די פרופ-פרופס זענען משבר את האוזן, און אונזער רייזע ווערט אויך באגלייט מיט געשמאקע מוזיק פון עפעס מעקסיקאנע סטאנציאן.

כ'האב זיך נישט געדארפט זארגן אז די משפחה וועט אויסהערן די הארציגע שנעל געזינגענע מעלאדיע פונעם ספאנישן ערל, ווייל ערשטנס איז שווער צו הערן עפעס ווען א נאסע לופט בלאזט אריין מיט קראפט אין די אויערן פון די אפענע פענסטער, און בכלל איז מיין ווייב געווען ביזי אנכאפן דעם קאפ צודעק, מיין בחור'ל האט פרובירט זיך שלאגן מיטן ווינט איבער די קאנטראל פון זיין פיאות, און מיינע יונגלעך זענען סייווי געווען ביזי לייגן דגוש אויף אן אדווערטייזמענט אין די נעכטיגע 'ניו יארק פאוסט' וועלכע איז געלעגן אויף דער ערד.

איך פרוביר ווינקן דעם דרייווער אז ס'איז עטוואס שטיקיג דא, ס'איז טאקע נאר אין די הויכע אכציגער אינדערויסן מיט א נאסקייט אין די לופט פון וועלכן מען קען טרינקען, אבער מיט אזויפיל נפשות אין די קאר קען מען נוצן אביסל קילע לופט. דער דרייווער זעט נישט עכט דעם פראבלעם, אנצייגנדיג מיט די האנט אויף די דרייפערטל אפענע פענסטער, אבער מיט א קענטיגע פארשטענדעניש טוט ער לכבודי עפענען די פענסטער ביז אינגאנצן...

מיין בעל עגלה איז אין א קענטיגע געיעג, מאכנדיג ווילדע מאנאווערעס פון אלע זייטן. איך פארשטיי אביסל פארוואס ער יאגט זיך, ווייל ווי נאר ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג מיט מיין געזונדל, האט ער געלאזט וויסן דעם דיספעטשער אז ער איז אט עוועילעבל פאר צוויי פאסאנדזשירן נאך מיר. מיין פראבלעם איז נאר אז איך האלט נאך אינמיטן פארהאנדלען מיט מיין מאגן וועגן די אומערווארטעטע ברייטע אכט אינדערפרי'עדיגע זונטאג פרישטאג, און די שארט-סטאפס און ווילדע טוירנס קוקט אויס ווי א שטיקל התגרות באומות פון מיין זייט, און איך הייב אן שפירן קלאנגען אז דער מאגן מיינער פלאנט א שטיקל גירוש.

ביני לביני האט דער מעקסיקאנער חזן איבערגעגעבן דעם מייקראפאון צו אן ערלית ,און איצט לייגט זי אראפ איר צד פון די מעשה אויף א הארציגן פאמעליכן טאן, איך פארשטיי נישט קיין ספאניש, איך קען נישט די ווערטער, אבער עס קוקט ווי זי האט א טענה, און פון די בליקן אין אונזער ריכטונג פון די דורכגייער ביים רעד לייט קוקט אויס אז דער עולם האט מיט איר מיטגעפיל.

ענדליך, בעת די מוזיקאנטן און בעלי השיר האבן געטוישט צו א מער פרייליכע פאסירונג ווי עס האט אויסגעקוקט אז די מענער זייט און די נשים זייט זענען ביי א געמיינזאמע מיינונג, זענען מיר סוף כל סוף אנגעקומען אהיים.

דער פרישטאג איז שוין ב"ה פארדייט, די קאר איז שוין אויפגעפיקט, בלומבערג האט שוין לאנג דעפאזיטעט מיין קנס, און 'מזל טוב' נאכאמאל מוישש, אבער נקעסטיים דו מאכסט א שמחה, זיי מוחל שיק מיר א לימא...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:00 am
דורך וויכטיג מאכער
אוי יענטאאש, אזא שלימזל דארפסטו אייביג זיין? ווער האטעך געבעטן צו נעמען א קאר סערוויס? היינט אידעך שוין דא "גאו קאר" פראביר עס איינמאל אויס און דו וועסט מער נישט טראכטן פון עפעס אנדערש!

אבער גלייב מיר יענטאאש, דו ביסט גארניש אזא שלימזל, דו ביסט גאר א בר מזל! יא יא! דו קענסט ווען אנטרעפן א דרייווער וואס איז נעכטן אראפ פון די שיף און האט ניטאמאל קיין לייסענס, נאר א קאפי פון זיין קאזינס לייסענס! און ווען די דיספעטשער זאגט עם אז מ'דארף רעכענען פאר יעדע סטאפ 2 דאללער מיינט ער אז פאר יעדע שארטסטאפ מאכט ער געלט, דעריבער מאכט ער ווי מער שארטסטאפס ער קען!

ווען מ'זאגט אים אז פאר 'וועיטינג' טשארדזשד מען 15 דאללער א שעה, איז טאמער נאכן ווארטן אויפן קאר פאר 15 מינוט ביסטו ארויפגעגאנגען א מינוט עפעס נעמען פון דיין הויז, און ער איז פונקט אנגעקומען, פארגעט איט! דו צאלסט שוין א עקסטערע דאללער צוויי... און ניטאמאל פראבידעך צו טענהן, אנלעסס דו ביסט גרייט צו נעמען אביסל קללות...

אנדערש איז אבער ביי "גאו קאר", נאכן הערן פון אפאר רייזענדע איבער די "פונקטליכקייט" פון "גאו קאר" האב איך מיך פארבינדן מיט איינע פון די בעלי בתים פון "גאו קאר" און אים געפרעגט "וויזוי קען זיין אז מיין שוועסטער האט גערופן א קאר, און ווען זי איז געגאנגען צום טיר איז די קאר שוין דארט געשטאנען, און דער דרייווער איז געווען רעדי איבערצונעמען די קערידזש און אריינלייגן אין טראנק?" וויזוי איז דאס מעגליך?

"קום ארויס צו אונז אין אפיס העסטע אלעס פארשטיין" זאגט ער.

איך בין ארויפגעגאנגען צו די "גאו קאר" העדקאוואטערס, די בעל הבית האט מיך גלייך אריינגעפיהרט אינעם "דיספעטשינג רום", דארט זענען געזיצן 2 דיספעטשערס, יעדער האט א סאפיסטיקעיטעד קאמפיוטער סיסטעם, און א דריטע סיסטעם איז געווען אנגעגרייט פאר ראש האוער, וואס דאן איז דא א דריטע דיספעטשער.

בערך נאך 1.5 מינוט ווארטן איז אריינגעקומען א קאל, "גאו קאר" הייבט אויף דער דיספעטשער - א צען יאריגער וועטעראן פון "נארטסייד" - און אויף זיין סקרין קומט ארויף אלע אינפערמעישן פון דעם קאלער, און ווי נאר דער מענטש זאגט די אדרעסס פון וואו ער וויל דעם קאר, לייגט די דיספעטשער אריין א נאוט, אז די נאמבער האט געבעטן א קאר פון די לאקעישן אין די צייט פון טאג, כדי טאמער דער זעלבער מענטש וועט קאלן נאכמאל אין די זעלבע צייט פון טאג זאל ער גראד וויסן פון ווי די קאר דארף גיין, און דאס טוט פארמיידן פראבלעמען אין פאל די דיספעטשער איז נישט קלאר וואס יענער זאגט, ווייל אויב שטומט דאס וואס ס'דאכצעכעם אז יענער זאגט, מיט די אינפערמעישן וואס ער האט, אז יענער נעמט יעדע וואך א קאר אין די צייט פון די אדרעסס, וועט ער גראד קענען שיקן א קאר צום ריכטיגן אדרעסס.

ווי נאר ער האט ארויסגעגעבן די קאלל, האט ער געדריקט עפעס א באטן אויפן קאמפיוטער, און אויפן סקרין קומט ארויף די מאפע פון די געגענט, און ס'ווערט א סוירקל אויפן סקרין ארום די אדרעסס ווי די קאר דארף גיין. אויב רופצעך אן איינער וואס איז נישט אין די סוירקל, לאזט מען עם נישט גיין, מ'שיקט א דרייווער וואס איז אין די סוירקל, און אויב זענען דא אפאר דרייווערס אינעם סוירקל, רעכענט די סיסטעם אויס ווער ס'קען זיין דארט די שנעלסטע, "יעצט פארשטייסטע שוין וויזוי ער איז געווען שנעל?" פרעגט ער מיך וויזענדיג אויפן סקרין, די ווייטסטע וואס די קאר קען זיין איז 3-4 בלאקס אוועק, א וואונדער זיי קומען אזוי שנעל? און ער לייגט צו, "איך וועל ענדערש זאגן פאר'ן קאסטומער אז די קאר איז 5 מינוט אוועק, אדער איך האב נישט קיין קאר, ווי איידער זאגן 2 מינוט און אים לאזן ווארטן".

ארויסגייענדיג פונעם דיספעטשונג רום, אויפן וועג צו זיין אפיס, האבעכמעך באגעגענט מיט אסאך גוים, אויף מיין פראגע וואס זיי טוהען דא האט ער געענטפערט אז ער האט זייער אסאך דרייווערס פון אנדערע קאר סערוויסעס וואס ווילן אריינקומען דרייוון פאר אים, אבער ער נעמט נישט רוב פון זיי, ער זאגט אז ער האט ב"ה זייער א גרויסע אויסוואל, דעריבער סעלעקט ער נאר די נארמאלע צווישן זיי.

ער ווייזט מיר אן אויף א האנט-בוך וואס יעדע דרייווער וואס וויל ווערן אנגענומען ביי אים מוז דורכליינען, און גוט קענען פאר מ'גייט ארויס דרייוון. דארט שרייבט ער די "תקנות" פון די קאר סערוויס, די פאלגענדע תקנות:

דרעסס קאוד - יעדער האט א "טי שוירט" פון גאו קאר. און מוז גיין אנגעטוהן נארמאל.

די קאר מוז ווערן געקליענט יעדן טאג, און איין מאל א וואך א געהעריגע קאר וואש ביי א פראפעשענאל! און די קאר ווערט יעדן טאג אינספעקטעד דורכן דרייווער, און בערך איין מאל א וואך ווערט די דרייווער גערופן צום בעיס פאר א אינספעקשן.

שמעקערס מוז זיין. אבער די שמעקערס זענען ספעציעלע "גאו קאר" שמעקערס, נישט די ספאנישע שמעקערס...

פאר יעדע לאנג דיסטענס טריפ דארף מען גיין צו די בעיס אויפפיקן באטלעך קאלטע וואסער פאר די פאסאנדזשירן, און ס'קאסט נישט עקסטער!

דער דרייווער מוז רעדן איידל צום פאסאנדזשיר.

מוז העלפן מיט די פעקלעך.

זיך באדאנקען ווען זיי גייען ארויס.

גיבן עיר קאנדישן אויב ס'פעהלט אויס.

מוזיק מעג נאר ארבייטן די סידי וואס זיי - גאו-קאר - האבן אריינגעלייגט אינעם קאר.

נישט זיך אנרופן ווען מ'איז ווייט פון די קאל, נאר אויב קיינער ענטפערט נישט.

נישט פראבירן צו בא'גנב'נען מיט פרייזן מיט פארשידענע תירוצים.

ער ווייזט מיר אויך די טי שוירטס און די פעיפערס וואס מ'לייגט אויף די סיעטס, און נאך אנדערע זאכן וואס דארפן זיין שיין אויסגעלייגט אין די קאר. בקיצור: ער פארלאנגט "היי קלעס" סערוויס פון זיינע דרייווערס.

וועט דאך יעדער פרעגן די פראגע וואס איך האב געפרעגט, "און טאמער נישט?" כ'מיין ווער האלט קאפ צו די דרייווער האט יא געגריסט צו נישט... צו ער האט יא געטוהן אדער נישט געטוהן וואס מ'הייסטעם? אה! גוט געפרעגט! ער פארציילט מיר איבער א גאר מאדערענער און סאפיסטיקעיטעד סיסטעם וואס איז שוין כמעט פארטיג, און וועט בקרוב אריינגיין אין קראפט:

יעדע קאר גייט האבן א "באר קאוד", די באר קאוד ווען מ'סקענט עס אריין דורך א בלעקבערי, אייפאון אדער עני אנדערע סמארט פאון, גייט גראד פיהרן צו א פעידזש אויף זייער וועבסייט, ווי מ'וועט קענען זעהן אלעס איבער די קאר אין וואס מ'פאהרט יעצט, קאמפלימענטס און קאמפלעינס איבער די דרייווער, און מ'וועט קענען אליין קאמענטירן, ווי אויך וועט מען פון דארט קענען קאנטראולן די סידי פלעיער און די עיר קאנדישן!

ער האט אויך פארציילט נאך זאכן וואס גייט בקרוב זיין אין עפעקט:

מ'גייט קענען אויפסעטן א אנליין אקאונט, און רופן א קאר דורך טעקסט.

א גאר זעלטענע זאך וואס ביי קיין שום קאר סערוויס קעמען נישט טרעפן איז די "השבת אבידה" פראגרעם. סיי די דרייווערס ווייסן אז זיי מוזן צוריקברענגען יעדע חפץ וואס ס'בלייבט אין קאר, און זיי ווערן באלוינט פאר יעדע זאך וואס זיי ברענגען, פלאס אויף די וועב סייט גייען זיי האבן א "לאסט ענד פאונד" סעקשאן מיט פיקטשערס פון יעדע פארלוירענע חפץ, ווי יעדע פאסאנדזשיר קען ארויפלייגן אויב ער טרעפט עפעס, און ווער ס'פארלירט קען גרינג טרעפן.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, פארציילט מיר דער בעל בית אז יעדע 2 וואכן מאכט ער א "ליל שישי פארברענג" פאר זיינע דרייווערס, יעדע צווייטע דאנערשטאג שטעלט ער צו טשולענט מיט אנדערע מאכלים, און אלע דרייווערס קומען זיך צוזאם און זענען זיך מחזק איינער דעם אנדערן, מ'שמיעסט אויס פראבלעמען, און מ'נעמט עקספיריענס איינער פונעם צווייטן, "איך פראביר זיי צו באהאנדלן ווי 'היי קלעס' מענטשן, ווייל אזוי קען איך פארלאנגען פון זיי צו באהאנדלן די קאסטומערס ווי 'היי קלעס' מענטשן" האט ער צוגעענדיגט.

ס"ה האמער דא א סאפיסטיקעיטעד "גאו קאר" וואס ווערט אנגעפיהרט דורך היימישע בעלי בתים וואס פארשטייען דאס געברויך פונעם היימישן ציבור!

יענטאאש, א שאד צו ריקן דיין קאר פאר א לאוקעל, ווען דו קענסט נעמען א "גאו קאר"! נעקסט טיים רוף 718-387-7777, און ענדזשוי א געשמאקע רייזע ווי קיינמאל ביפאר!


נ.ב. אז דו ווילסט קענסטע גיין צו http://www.gocarny.com און באשטעלן א קאר אנליין...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:04 am
דורך אידישע וועלט
צו באשטעלן די סארט אדווערטייזמענט ביטע זיך פארבינדן מיט ads@ivelt.com

קאמענטארן: נייע וויליאמסבורג, מיט די זעלבע אלטע ברוקלין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:31 am
דורך צייטליך
דא קען מען שרייבן די קאמענטארן אויף די ארטיקל פון יענטאאש אונטערן קעפל: "וואס טויג נייע וויליאמסבורג, מיט די זעלבע אלטע ברוקלין?"
viewtopic.php?f=73&t=14264

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:33 am
דורך צייטליך
פאר קאמענטארן:
viewtopic.php?f=3&t=14266

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:34 am
דורך בשמים
וועל מיר עס באלד ליינען בעיון אי"ה.

א פלא וויאזוי וויכי האט שוין אזוי שנעל מגיב געווען א לאנגס און א ברייטס, און די זעלבע מינוט וואס יענטאש'ס תגובה איז געשיקט געווארן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:43 am
דורך קרעמער
פארדעם איז ער דאך א וויכטיג-מאכער און האט 'קאנעקשאנס'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:16 am
דורך קעכער
יענטאאש!!! אזוי גוט אראפ צולייגן ברוקלין טרע טרע!!

וויכי איך קען נאר צולייגן אז ס'איז אמת יעדע ווארט וואס די שרייבסט, די ערשטע מאל וואס איך האב גענוצט "גאו קאר" האב איך גלייך באמערק אז די סערוויס פון די דרייווערס איז אנריעל.

ווי נאר ער איז אנגעקומען איז ער ארויסגעקומען פון קאר געהאלפן מיינע קינדער אריינגיין, גענומען מיין קערידזש.

אונז האמיר געמאכט א סטאפ אויפן וועג אראפ צולאזען איינעם און ער האט נישט געוואלט נעמען קיין עקסטערע געלט, זאגענדיג אז ס'איז עניוועי געווען אויפן וועג.

דאס איז געווען מיין ערשטע עקספיריענס מיט זיי, זייט דעמאלטס נוץ איך נאר זיי..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:24 am
דורך משה קארנפעלד
וויאזוי ארבייט דער אנליין באשטעלן?

איך שיק אים אריין מיין אינפארמאציע און ער שיקט מיר אן אימעיל אויב די קאר קומט?

---

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:53 am
דורך ווער בין איך?
איזעס אויך אין בפ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 12:35 pm
דורך ים רויבער
ווען איך האב זיי די ערשטע מאל געקאלט האט מיר זייער נערוועז געמאכט די גאנצע "וועלקאום טו גאו קאר" איך מיין אז מענטשן ווערן נערוועז ווען א מאשין הייבט אויף ס'איז אפשר מער פראפשינעל אבער ווער דארף פראפשינעל ווען מ'קאלט א קאר מ'וויל ענדערש רעדן צו א מענטש כנלע"ד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 12:37 pm
דורך סאדע_באטל
יעענטאש, דיין קאר האסטו שוין צוריק ?

וויכי, שיין אדווערטייזט......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 1:42 pm
דורך ווינקל
געוואלדיג!!!!

גאו יענטאאש!!!! גאו וויכי!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 4:47 pm
דורך מוישע_יאכעס
א בשותפות'דיגע אדווערטייזמענט פון יענטאאש און וויכי!! וואס קען זיין בעסער? שיין איינגעטיילט פונקט וואו די ספאנישע סטאנציאן מיט די ערלית....

זייער געלאכט, און פון די אנדער זייט שיין און הערליך ארויסגעברענגט, עלמער אנזאגען אינדערהיים פון היינט און ווייטער ניצט מען נאר גאוף קארס!! דעיס וועט מען זיכער נישט אוועקשלעפן!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 8:11 pm
דורך יא יא
איך האב באמת הנאי געהאט צו ליינען די געשמאקע ארטיקל פון יענטאש, טו אזוי אויך דער נייע קאר סערווי איידיע פון וויכי בשעת'ן זיך אפרוען פון א שווערע טאכ ארבעט. טראכטענדיג ביי זיך; 'הלואי וועט דאס איין טאג זיין אין בארא פארק.
ארויסוואקענדיג פון מיין דירה צו די גאס, זעה איך א GoCar אראפקומען די גאס,וועלענדיג זיין א חכם און קראסן אינמיטן די גאס, שטעל איך זיך אפ צו כאפן א בליק אויך דעם נייעם קאר, אזוי אויך בין איך נישט געוועהן אין די גוסטע צו ווערן איבערגעפארן. אבער די דרייווער האט זיך אפגעשטעלט, און מיט א שמייכל ווייזט ער מיך אז איך קען אריבערוואקן פארנט פון זיין קאר. יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 8:13 pm
דורך ווער בין איך?
וועלקאם בעק יא יא, ווער האטער אויפגעוועקט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 8:27 pm
דורך יא יא
ערשטנס, איך בין נישט צוריק ביז עס וועט זיין באקוועם צט ליינען און שרייבן אויף די בלעקבערי. אויף דיין צייטע שאלה; וויכי האט מיך אויפגעוועקט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:02 pm
דורך צייטליך
איך גלייב שווער אז יענטאאש האט בכלל א קאר. עס קוקט מיר אויס אויסגעזויגן פון פינגער ס'גאנצע מעשה. ס'מוז זיין אז ער ניצט טעגליך די קאר סערוויסעס למיניהם. אויב האט ער טאקע אן אויטא, טא, פון וואנעט זאל ער וויסן אזוי גוט יעדע דעטאל איבער זייערע מאדנע אויפירונגען?? וואזאלעכדער זאגן. מיייסטערהאפטיג אראפגעלייגט! כאמעך געהאלטן ביי די זייטן.

און וויכי, האסט מיר געכאפט! (כ'הער זאגן) שטארק ארויסגעברענגט און גוט אראפגעלייגט. וואס זאגעך גוט? זייער גוט! וואונדערבאר!

גאו קאר! גאו!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:55 pm
דורך געלעגער
איך נוץ גאנץ אפט קאר סערוויס. ס'נעקטע מאל אי"ה וועט עס זיין גאו קאר אין יענטאש מאכער'ס זכות. אויב וועלן זיי נישט האבן און איך וועל מוזן ניצן ברררקולין וועל איך שמייכלן די גאנצע וועג

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 24, 2011 11:21 am
דורך איך_הער
הערליך יענטאאש, הערליך וויכי.

יישר כחכם.
קיין קאר סערוויס ניצעך נישט געווענליך, באט ארטיקלען ליינעך שוין איינמאל, (שטייצעך נאר ווען כא צייט.)

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 24, 2011 11:59 am
דורך איזעי
איך_הער האט געשריבן:קיין קאר סערוויס ניצעך נישט געווענליך,


אויסער ווען דו קומסט אויף ניי וויליאמסבורג און דו פארקסט ביי א ווארקינג סייט......

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 11:11 pm
דורך leiby
אין איין ווארט, יענטאאש במלואו!!
נישט קיין חילוק וויפיל די יארן לויפן, וויפיל הפסקה'ס ס'דא צווישן איין ארטיקל אונעם צווייטען, בלייבט די שריפט אונעם אלטען ראה"ק'ס פעדער.

יעצט צו וויכי'ס עצה, כ'מיין כ'גיי שטיצן די קאר סערוויס אפעלו ס'פעלט מיר נישט אויס, נאר צו ווייזן אז פאר א יענטאאש ארטיקל איז ווערד צו באצאלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 11:29 pm
דורך קרעמער
ענדליך אנגעקומען איבערצוליינען דעם גאנצן יענטאאש געמויזעכץ מיט די וויכי צושפייז, און... איר האט מיך נישט אנטוישט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 1:25 am
דורך טהור-עיניים
חברה, כ'אמוירע אז די א נדערע קאר סערוויסעס וועלן אייך רופן צו דין תורה פאר זיי ארויסשטעלן פון ביזנעס. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל נאך וועלן רופן סיי וועלכן אנדערן קאר סערוויס נאך אזא ארטיקל.

אבער יעצט האב איך אפאר פראגעס. האבן זיי אידישע דרייווער אויך אדער נאר גוי'אישע. פון דעם וועבסייט זעט מיר אויס אז זיי זוכן נישט דוקא דעם אידישן קאסטומער, עס זעט אויס אז זיי אפיעלן אויך צום גוי'אישן גאס, בין איך גערעכט? צו פלאנען זיי זיך אויסצוברייטערן ווייטער, אדער זיי בלייבן נאר אין דעם געגענט????

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 5:39 am
דורך גרויזאמער
הזאת יענטאאאאששש!!!!!

גלייבט מיר ווען א קאמפיוטער סקרין וואלט געשפיגן שמאלץ פון גוטע ארטיקלעך אינעם געזיכט פון איר לעזער, וואלטן כל השאוערס שבעולם נישט געהאלפן מיך אפצורוימען פון פעטנס.

אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט יענטאאש אז רוב קאר סערוויס, מיט די T4 (צו T5) לייסענס פלעיטס זענען ליקאלן טאון קארן?

ווי עס קוקט מיר אויס איז עס ספעשל געמאכט אז דער פאסאזשיר זאל אריינפאלן אינעם זיץ, און זיך נישט קענען באוועגן במשך דעם גאנצן וועג ווען ביי יעדע באמפ ווערט געפראוועט נענועים.