געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך יוני 29, 2011 6:57 am
נעכטן האט א גא קאר שארף אריינגעשניטן פארנט פון מיר אויף ליע עוו. ביי ראסס סט,
איז דא ערגעץ ווי מען קען אנגעבן א קלאגע?
Advertisement
מיטוואך יוני 29, 2011 8:11 am
נישט דא, עפן א פרישע אשכול, דא איז נאר לטובת..
מיטוואך יוני 29, 2011 12:30 pm
גרויזאמער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט יענטאאש אז רוב קאר סערוויס, מיט די T4 (צו T5) לייסענס פלעיטס זענען ליקאלן טאון קארן?
ווי עס קוקט מיר אויס איז עס ספעשל געמאכט אז דער פאסאזשיר זאל אריינפאלן אינעם זיץ, און זיך נישט קענען באוועגן במשך דעם גאנצן וועג ווען ביי יעדע באמפ ווערט געפראוועט נענועים.
דערמאנטס מיר וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מענדל שווארץ ווען ער איז געווארן "אבד"ק לאשאנץ" האט ער געזאגט אז ער טוט מיט די רבנים דאס וואס ברוקלין טוט מיט די טאון קארס וד"ל
מיטוואך יוני 29, 2011 3:16 pm
יענטאש היקר !! אוי דערמאן מיך נאר נישט.
ווען כ'בין געקומען קיין אמעריקא ד'ירושלים ווי כ'האב געגלאצט מיט די צויי עינים און נאך צוגעבארגט דאס נאז צו הילף, "א טאון קאר" ?! Wow !!! עד שהמלך במסיבו, ביז איך האב מיך אריינגע'יושב'ט דעראין כמונח בקישקע, או אז נודע כי שור נגח היא.
אבער די ראול טאול פעפיר, ער איז מיר שוין איינמאל צונוץ געקומען.
ומעשה שהיה---היו לא תהיה, never again---כך היה.
א מעשה באריכות, אבער דער דם התמצית איז געשען פורים באנאכט, מיטל נאכט, געשען איז א מעמד שבירת היין, פארווארפען ערגעץ אויפן לאנגן BQE און מיין מעקסיקאנער-אמעריקאנער בעל עגלה דרייט זיך אויס צו מיר, שמייכלענדיג אזוי ברייט ווי ער וואלט נאר אקוראשט אריבערגעלאפען דער גרעניץ, און דערלאנגט מיר א......... ראול טאול פעפיר, גלייך ארויס פונעם פראנט סיעט, און דאס איבריגע שוין מיסטערי.
ובכן ביי אני הק' חופק"ק וכו' וכו' איז דאס בבחינת בירא דשתית ביה יינא לא תשדי ביה קלא, קענסט נאך כאפן א פלאטשקע אויף אלע אונזערע שונאים געווינטשן.
(וואס דער מעקסיקאנער האט געטון דערמיט דערנאך ? לית מאן דידע, קען זיין עס ליגט נאך דארטן, ובזה יתיישב כמה דקדוקים, ווער ווייסט ?)
מיטוואך יוני 29, 2011 7:01 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:חברה, כ'אמוירע אז די א נדערע קאר סערוויסעס וועלן אייך רופן צו דין תורה פאר זיי ארויסשטעלן פון ביזנעס. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל נאך וועלן רופן סיי וועלכן אנדערן קאר סערוויס נאך אזא ארטיקל.
אבער יעצט האב איך אפאר פראגעס. האבן זיי אידישע דרייווער אויך אדער נאר גוי'אישע. פון דעם וועבסייט זעט מיר אויס אז זיי זוכן נישט דוקא דעם אידישן קאסטומער, עס זעט אויס אז זיי אפיעלן אויך צום גוי'אישן גאס, בין איך גערעכט? צו פלאנען זיי זיך אויסצוברייטערן ווייטער, אדער זיי בלייבן נאר אין דעם געגענט????
????
מיטוואך יוני 29, 2011 8:25 pm
זיי פרובירן די גויאישע מארקעט אויך, זיי האבן אויפגענומען א געוועזענער דיספעטשער פון ניו ברוקלין
דאנערשטאג יוני 30, 2011 12:03 am
זיי ארבייטן אויף די גויאישע מארקעט פונקט אזוי.
און די דיספעטשער איז פון "נארט-סייד". (אדער האטער פון ביידע)
זונטאג יולי 10, 2011 12:46 pm
מה אומר ומה נדבר, אין חכם כבעל הנסיון.
כידוע ליודעי כריין, איז פארהאן א מנהג אין ווילי טאון אז גאנץ זומער איז פ' ויהי בנסוע, מען פארט און מען קומט, מאנכע פארן אין די קאנטרי און מאנכע פארן ערגעץ אנדערשוואו, אבער מען פארט.
און וואס וועלן טוהן די וועלכע די מענער זענען דארט בעה"ב, און זיי ווילן זיך נישט אויסליידיגן ס'גמ"ח אקאונט מיטן חתונה פאליסי פאר דעם נארישן זינלאזן קאנטרי מנהג?, דאן גייט מען אויף שבתים צום מאמע/שוויגי, און מען האט א גוד טיים, אבי מ'קלעבט און מ'פארט, צולייגי, כאטש ער איז א גרויסע צולייגער און לאזט זיך נישט פון די קאנטרי געלט פרעסעריי, איז ער אבער נאך אלס אנגעבינדן אין דעם אפמאך פון 'אוקיר ואיזון ואפלח', ב"ה קיינמאל קיין ערגערס, און ס'ווייבעלע האט דיסיידעד אז ווייל די שוועגערין קומט אריין פון מאנדראו, מוז מען איר קיפן קאמפאני, און מען גייט גיין צו מאמי אויף שאבעס, והאך קאווע, מען האט זיך איינגעפאקט די זיבן און זיבעציג טשוועטשקעס, און יאלא, געגאנגען.
ער"ש נאך די מיקווע, און נאך א גלאז קאלטע קאלא סאדע, הייבט מען אויף דעם טרייבל און מען רופט אן? וועם דען אויב נישט 'גאוקאר', (נ.ב. טאקע נאר א דאנק וויכי, און קענסט באמת נעמען קרעדיט פאר מיין טריפ) עס איז געווען 7:35 נאכמיטאג, און דער דיספעטשער הייבט אויף, און הערט מיר אויס שטייט און פרעגט די יעצטיגע לאקעישאן, און די דעסטינאציע, און נאכן זיין אויף די ליין צוויי מינוט און פרעגן דעם דרייווער (וועלכער איז געווען א בלאק אוועק) צו די פאסאנזשירן זענען שוין ארויס, און צו ער קען נעמען די קאל, זאגט ער מיר קלאר 'טרי מיניטס', מען גייט אראפ מיטן רענצל און די שאר ירקות, און מען גייט ארויס אויפן גאס, אין ווינציגער ווי צוויי מינוט קומט גאו קאר אן, און דער דרייווער זעענדיג מיט וועם ער האט צוטוהן, איז ער ארויס פון זיין סיט און אריינגעלייגט די זעק און פעק, און ניין, ער האט נישט 'בטעות עפעס איבערגעלאזט', און אויך נישט געשאלטן בקול רם בכל כחו ובכל כונתו, נאר געענדיגט אריינלייגן און אריין אין די פראנט, אויפגעשריבן מיין אדרעס, אריינגעלייגט אין דעם דזשי פי עס, און ער לאזט זיך ארויס אויף די יארכע, און עס האט נישט געארבעט קיין 'פרוף מאשינען', אויך נישט די הארציגע ספאניאלישע לידער.
אינמיטן וועג שטייענדיג ביי א רויט לייט, זעה איך ווי מיינס א באקאנטער שטייט ביים טראנק פון א 'פארא ברוקלין, פרוף', קאר סערוויס, און שלעפט ארויס א רענצל מיט זיין קערידזש, און דער דרייווער אין פראנט נעמט שוין די נעקסטע טריפ, און ער דרייט זיך אויס און שעלט, און ווי נאר דער איגערמאן נעמט ארויס זיין קערידזש און מאכט צו דעם טראנק, געט ער א פליה אוועק, און יא, עס איז אים געלונגען! ער האט געפעסט דעם רויטלייט, און ער האט געמאכט א הילכיגן שארטסטאפ אינמיטן דעם 'קראסוואק'.
אנקומענדיג צו שוויגי איז מען ארויס פון קאר, און ר'ערל איז עודך ארויס פון זיין זיץ, און ארויסגענומען אלע זעק און פעק, און ארויפגעלייגט אויפן סיידוואק, און ווען די ב"ב מיט די קליינע אין די הענט איז שוין געווען אויפן סיידוואק, איז ער אוועקגעפארן.
סך הכל: 7:54, פערצן מינוט נאכן אויפהייבן דעם טעלעפאן צו רופן, אריינגערעכנט אנדערהאלבן מינוט פון ווארטן אויפן טעל., בין איך געווען ביי שוויגי אין דיינונג רום.
---
מאצע שאבעס נאכן גרויסארטיגן מלאווע מאלקע, האט מען גערופן ניו ברוקלין, האלטנדיג אז אין אזא שפעטע שעה איז 'גיי אויטא' שויניש אפן, און אינמיטן ווארטן דרייי פיר מינוט אויף דעם כעוורע מאן, קומט אן א גאו קאר, אודה ולא אבוש, איך האב נישט געמערקט אויף די מינוט אז עס איז גאו קאר, נאר זעענדיג די t&lc פלעיטס האבן מיר זיך גערוקט צום טיר, און די אידענע האט זיך אריינגעזעצט, און איך וויל גיין אריינלייגן די זעק, אבער דער דרייווער קומט ארויס, און העפליך באגריסט ער אונז, און ער וויל אריינלייגן די פעקלעך, איך האב נישט פארשטאנען וואס אזוינס גייט דא פאר, זינט ווען טוען די ספאנישע גוים צולייגן א פלעצע, אבער ווער ווייסט אפשר איז גאו קאר שולדיג, גיי ווייס.
אין קאר פרעגט מיר דער מנהיג ישראל וואו איך וויל גיין, און ווען איך זאג דעם דעסטינאציע, פרעגט ער מיר 'דיד יו קאלד גאו קאר', (אין גאו קאר - ווי שוין דערמאנט - נעמט דער דיספעטשער דעם דעסטינאציע אדרעס אויכעט) האבעך באמערקט דאן א סימבאל פון גאו קאר אויף די ווינדאו, און איך האב פארשטאנען מיין סטעיק, נעמליך א צווייטער האט גערופן גאו קאר, והבן.
קודם האב איך חרטה געהאט פארן נישט טרייען מיין לאק און רופן גאו קאר, און נאכדעם האב איך שוין באמערקט ווי דער ברוקלין דרייווער זיצט און שימפט, ווארטנדיג אויף זיין פאציענט, און דאן זענמיר ארויס פון קאר, גראד אריין אין דעם אפענם פיסק פון דעם שפאניאלא, וועלכער האט געזידט און געשאלטן, נאכאמאזעל אז דער גוי פונעם לאקאלן גראסערי האט מיר אויסגעלערנט ספאנישע קללות, זוי האבעך אים געקענט צוריקענטפערן און שטיל מאכן אויף א מינוט.
אבער דאן... איז דער גאו קאר דרייווער ארויס פון קאר און אריינגעלייגט מיינע חפצים אין דעם ברוקלין קאר, יא אפילו עס איז געווען א טעות גמור די גאנצע טריפ. און וויאזוי עס איז אדורך די טריפ מיטן ברוקלין דרייווער, לאז איך איבער פאר די ליינערס איבערצוקוקן יענטאאש'ס ארטיקל.
ודי בזה.
שרייט אלע 'גאו קאר'.
זונטאג יולי 10, 2011 12:54 pm
צולייגער האסט עס זייער גוט צולייגט!!
זונטאג יולי 10, 2011 1:07 pm
א נערישע פראגע (?) מיט אזאנע סערוויסעס און אינוועסטמענטס בלייבט נאך איבער צו לייזען עפעס פאר די באלעבאטים?
זונטאג יולי 10, 2011 1:11 pm
א נערישע ענטפער, פון די קאר סערוויסעס, וועלכע איך אליין וועל נוצן בעז"ה, וועלן זיי אפצאלן דעם אדווערטייזמענט אין עטליכע מאנאטן בעז"ה.
זונטאג יולי 10, 2011 1:33 pm
יאפ. געניצט דעם סערוויס פרייטאג און באוואונדערט די העפליכקייט. נישט אנטוישט ב"ה
זונטאג מרץ 11, 2012 2:25 pm
אלס א שטענדיגע באניצער פון די היימישע קאר סערוויס, ערלויב איך מיך צו זאגן עטוואס קריטיק
די ערשטע זאך וואס באדערט מיך איז זייער ריספאנד צייט, ס'נעמט זיי סך לענגער אנצוקומען צו מיר ווי ווען איך רוף די נישט אידישע, זייער 'רייט עוועי' איז א חסידישע 'רייט עוועי' צומאל אזוי לאנג ווי פיפצען מינוט.
נאך א קלייניגקייט, ווען איך רוף די קאר צו א בית המדרש וואו איך דאווען וואס דארט טוט זיך א פארקער מיט קארן וואס ווארטן אויף פארקינג פלעצער אא"וו. ווייס איך קיינמאל נישט ווער מיין קאר איז. די דרייווער איז א היימישער און איך ווייס נישט צו ער פייפט און זיצט דאבעל פארק'ד ווייל ער ווארט אויף מיר אדער ווייל ער איז א מתפלל וואס ווארט אויף א ספאט צו פארקן. שוין נישט איינמאל צוגעוואקט צו א קאר פרעגן צו ער איז די קאר סערוויס וואס איך האב גערופן און ער האט מיר פון די לבנה אנגעקוקט. די קארס ברויכן האבן א סטיקער וואס איז נראה לעינים אז מ'זאל וויסן אז זיי זענען עס.
אויסער דעם בין איך ב"ה זייער צופרידן מיט זיי און איך פראביר זיי צו געבן ווי מער ביזנעס ווען ס'איז שייך.
מיטוואך מרץ 14, 2012 11:21 am
אפאר מאל גענוצט אין די לעצטע פאר חדשים,
דער דרייווער האט געהאלפן אריינלייגן די קערידזש אין די קאר,
די רעספאנס טיים איז טאקע נישט געווען אזוי פונקטליך, אבער יעדער דרייווער ווייסט וואס עס מיינט אסאך מאל דורך צו פארן א וויליאמסבורגער גאס, פאריגע וואך בינעך געשטאנען אונטער א גארבידזש טראק פאר צען מינוט!