אדר תשס"ז: קימו וקבלו קאמפיין
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 19, 2007 10:53 pm
מורי ורבותי, הערן און הערנער! (וואס? - נו, שטער נישט, קוים ביים אנהויב פונעם קאמפיין מוזטו איבערהאקן?)
יעצט גייט חודש אדר (וואו גייט עס? גייט עס צופיס? פילייכט וויל ער אן היטש? - ששש), איז דאך דאס די פאסיגסטע צייט אויפצופרישן אן אלטע קבלה און ארייננעמען דערין פרישע מיטגלידער, אזוי ווי מיר געפונען אין חז"ל אז בימי מרדכי ואסתר האבן די אידן ווידעראמאל מקבל געווען די תורה מיט א פרישקייט, דאסמאל מאהבה, אומגעצווינגן, ווי די גמרא דרש'נט דאס פון די ווערטער קימו וקבלו היהודים - קיימו מה שקיבלו כבר (שבת פ"ח ע"א).
וואלט איך פארגעשלאגן (אוי וויי, דער הייבט הענט... לאמיר הייבן פיס און אנטרינען ווערן פון דאנעט - ששש איר הערט דאך מיר נישט אויס אפילו, נייגט צו אן אויער, פילייכט וועט דאס אייך זיין אינטערעסאנט) אזוי.
מיר ווייסן דאך אז אין די לעצטע טעג/וואכן/חדשים זענען צוגעקומען מערערע מיטגלידער אין די קרעטשמע, און א שיין טייל פון די פרישע געסט האבן זיך ערנסט קובע מקום געווען דאהי, אויסגעפאקט די פעקלעך און האלטן מיר פולשטענדיג מיט אלע געשפרעכן, דעבאטעס און טעמעס; זיי נעמען שטעלונגען און שטעלן נעמונגען (וואס? - סארי.. סתם א טעות הדפום, ס'מאכט זיך ביי די שענסטע און דאס בעסטע - וחאט רייע אז עס האט זיך אקורשט געמאכט ביי מיר), איז אפשר אין פלאץ אויפצופרישן די שיעור הקהילה וואס מיר האבן איינגעפירט מיט איבער א האלב יאר צוריק, טאקע דעם פארגאנגענעם חמשה עשר באב תשס"ו העעל"ט.
די אויפפרישונג וועט דינען א צווייפאכיגן צוועק: 1) מחזק זיין און געבן א שטופ (אה, צוערשט הייבט ער אן מיט שלעק, יעצט האלט עס שוין ביי שטופעס.. עס גייט שטופעווייז..) פאר די אלטע תושבים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם פראגראם אינעם אנהייב, 2) עס איז אויך געצילט אריינצוגעבן א חשק פאר די פרישע מעמבערס, אויך זיי זאלן זיך אנשליסן אין דעם שיעור הקהילה.
די שיעור הקהילה - פאר די וואס ווייסן טאקע נישט וואס דאס איז - באשטייט פון 2 סעיפים אין קיצור שלחן ערוך על הסדר, מיר האלטן יעצט ביי דיני אשרי ובא לציון פון נאך תפילת שחרית. די וואס האלטן מיט דעם שיעור קענען מעיד זיין אז עס נעמט נישט מער ווי בלויז געציילטע מינוטן אפצולערנען דעם טעגליכן שיעור - וואס ווערט ארויפגעלייגט דורך די חשוב'ע חברי הנהלה יעדן ארבעטס טאג, אפילו זונטאג (אויסער פרייטאג) אינעם "בית יאנאש" פורום וואס ליגט פראמינענט אינעם בית המדרש אפטיילונג פון די קרעטשמע.
מאכט א חשבון אז מיט די געציילטע מינוטן קענט איר זיך קונה זיין א זיץ אין עולם הבא - כל השונה הלכות (מיעוט הלכות שנים) בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא.
דברי תורה איז דאך פון די זאכן וואס ברויכן חיזוק, לאמיר זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערן (טאקע אין דעם אשכול) אנצוגיין מיטן שיעור תמידין כסדרן, און לאמיר אויך מקיים זיין דעם מוסיפין כהלכתן דורכן אריינברענגן פרישע לומדים אינעם מסגרת השיעור.
**
דער "קימו וקבלו" קאמפיין זאל אויך דינען אלץ א התחזקות פאר די "סוף זמן קריאת שמע" פארמעסט וואס האלט שוין אן עטליכע חדשים צווישן די ווענט פונעם קרעטשמע, און האט שוין ב"ה געראטעוועט צענדליגער אידן פון צענדליגער פארפאסטע און פארשפעטיגטע קריאת-שמע ליינען'ס, ווי די ווענט פונעם אשכול קענען מעיד זיין.
אלטע מיטגלידער קענען נוצן חיזוק דערין, און פרישע מעמבערס זענען שטענדיג וועלקאם זיך איינצושרייבן אין יענעם אשכול (ווי מען זעט טאקע אז עטליכע האבן דאס ב"ה אליין אנגעהויבן צו טאן אין די לעצטערע צייטן), און נאכן ווערן איינגעוואוינט דערין (וואס דאס איז געווען די גאנצע ציהל פונעם פארמעסט - אנצוגיין אזוי 40 טעג, ביז עס ווערט א געוואוינהייט) וועט שוין די בעט אליינס אויסשפייען אין צייט צו ליינען קריאת שמע בזמן; בדוק ומנוסה!