השגחה פרטית אויפן דילענסי
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 13, 2011 1:14 am
אט איז א נייער סיפור, צום ערשטן מאל פארשריבן. עס איז פארגעקומען א צייט צוריק, געהערט פונעם בעל עגלה אליינס.
איך דערצייל עס אצינד, זייענדיג איבערגענומען ליינענדיג סאדא באטל'ס השגחה פרטית אויפן ניו דזשערזי 17, שיין באשריבן, מיט קרעמער-קאמענטאר "יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם - לויטן תרגום איז דער פשט אז מען דארף דאנקן דעם אייבערשטן, און "פארציילן" די וואונדער פאר מענטשן.
נו, זענט איר גרייט?
פארט זיך א איד אויפן סאוט-באונד עפ-די-אר, אויפן וועג קיין וויליאמסבורג. ארויסקומענדיג פונעם פ.ד.ר. אריין אין גרענד סטריט, קומט ער אהן צו קלינטאן סטריט. די ערשטע אויפן מאפע וואו מ'קען זיך דרייען רעכטס. ער פארט געווענליך פון דא צום וויליאמסבורג בריק.
היינט, האלט ער נישט דערביי. ער פארט ווייטער.
אט קומט ער אן צו נארפאלק סטריט. געווענליך, אויב מען האט נישט געכאפט דעם וויליאמסבורג בריק דורך קלינטאן, דרייט מען זיך רעכטס אויף נארפאלק. ער איז שוין געפארן דא אומצאליגע מאל.

אבער היינט, האלט ער נישט דערביי. ער פארט ווייטער.
דער בעל עגלה ווארט אז דער וועמען ער פירט זאל זיך עפעס אנרופן. אבער ס'איז שטיל. וואס אן אמת, אויב וואלט ער געפרעגט, וואלט ער קיין ענטפער נישט באקומען.
ער קומט אן צו דעם ברייטן צוויי-וועג שטראסע. עס עקקסטריט. ער האט שוין פארפאסט צוויי געלגענהייטן. אצינד וועט מען זיך שוין זיכער אריינדרייען און אנקומען צום וויליאמסבורג בריק. נישט אזוי?!
ניין. ער פארט ווייטער.
טרעפיק, ד.ה. א אויסערגעווענליכער פארקער, איז ביי קיין איינע פון די דריי גאסן נישט געווען. ער איז שוין געפארן אמאל פון אלע דריי וועגען. אבער נישט היינט. ער האלט נישט דערביי!
און געווארט האט דער בעל עגלה אז דער פאסאנזשיר וועמען ער פירט זאל זיך עפעס אנרופן. אבער ס'איז ווייטער שטיל. וואס אן אמת, אויב וואלט ער געפרעגט, וואלט ער קיין ענטפער נישט באקומען. אונזער בעל עגלה ווייסט אויך נישט...
ער וואונדערט זיך אויף זיך זעלבסט, מה יום מיומיים? ער וואונדערט זיך אויפן פאסאזשיר פארוואס ער לאזט זיך אזוי פירן אויפן נישט ריכטיגען וועג און רעאגירט נישט.
ביי עלען סטריט האט ער זיך ענדליך אריינגעדרייט.
אנקומענדיג צו דילענסי רופט זיך אן דער פאסאזשיר: האלט! איך זעה דארטן צוויי אידן – לאמיר זיי פרעגן אויב זיי ווילן מיטקומען.

מ'האט זיך אפגעשטעלט. אריינגענומען אין קאר און געפארן ווייטער. איינער פון זיי האט געפרעגט אויב ס'איז דא עפעס צו טרינקען.
דער שווייגענדיגער-פאסאנזשיר האט געהאט א קאלטע טרינק-באטל אין באזוץ און האט דאס דערלאנגט.
עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז די צוויי זענען אויפן וועג אהיים פון א שפיטאל, וואו זיי האבן קוים פארשאפט א טעקסי ביז אהין און דער דרייווער האט נישט געוואלט אריבער פארן די בריק. ער האט זיי דארט אראפגעלאזט.
זיי האבן געווארט אויף א אנדערע טעקסי אדער היטש קרוב צו צוואנציג מינוט.
דער טעמפראטור איז געווען גאר הייס. איינער פון די צוויי איז געווען אויף טריטמענטס ר"ל.
נאכן שטיין און ווארטן אזוי לאנג, רופט זיך אהן דער חולה מיט אנגסט, כ'האלט נישט אויס די היץ, כ'דארף זיך זעהן אינדערהיים אבער שוין! נאך אביסל און ח"ו ...

איין מינוט נאכדעם ("פערצופאל"...) איז אונזער בעל עגלה אנגעקומען!