ווער ס'קען מיך זאל אויפהייבן די הענט!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

ווער ס'קען מיך זאל אויפהייבן די הענט!

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » זונטאג פאברואר 18, 2007 6:35 am

איך בין שוין דא אפאר וואכן אבער איך שפיר זיך נאך אלץ ווי אן אוטסיידער. ווען איך קום אריין אין די קרעטשמע זע איך אלעמאל ווי אזוי קופקעס וועלכע האבן ביז יעצט גערעדט מיט אזא לעבהאפטיגקייט ווערן שטיל און מען קוקט אויף מיך מיט פארדעכטיגטע בליקן. אנפאנג האב איך געמיינט אז מען רעדט פון מיר און כ'בין געווען זייער באליידיגט, אבער מיט דער צייט האב איך איינגעזען אז מען סודות'ט זיך ארום איבער אנדערע זאכן און מען וויל פשוט נישט איך זאל הערן.

איך פיר א שווערע אויספארשונג און כ'בין דערווייל נאכנישט אנגעקומען צו ווייט, אבער דאס איז וואס כ'האב שוין באוויזן אויסצוגעפינען:

1) אפשר האלב אדער מער פון די קרעטשמע זיצערס זענען מיטגלידער אין עפעס א רויבער באנדע (אין 100 יאר ארום וואלט איך געשריבן מאפיא גרופע, אבער אין אונזערע קרעטשמע צייטן האט דאס נאכנישט עקזיסטירט) מיט'ן נאמען "גוגל טאלק". מען מעלדט מיך נישט איין וואו די באנדע קומט זיך צוזאם און ווען, און בעיקר וואו די רויב-געלט ווערט אוועקגעלייגט.

2) אין א דערנעבנדן וויין-געהענגעל זע איך ווי מאשקע שילדערט איבער א קשר בוגדים וואס איז פארגעקומען צווישן די חברי הקרעטשמע וואו איך בין, לדאבון כל בית ישראל, נישט איינגעלאדנט געווארן.

בקיצור איך שפיר זיך דא ווי שה אחד בין שבעים נפש ירדו אבותינו מצרימה. וויל איך דא פרעגן דעם עולם: הלנו אתם אם לצרינו. ס'קען נישט גיין ווייטער אזוי: אידער יו'אר וויט אס אר יואר אר וויט די טעראריסטס.

אלזא, וויל איך דא איינמעלדן אז איך גיי קאמפעטישן מיט "גוגעל טאלק". איך עפן א באנדע וואס גייט הייסן "עקסייט מעסענדזשער" וכדו'. דער נאמען איז נאכנישט זיכער. ווער ס'וויל זיך אנשליסן זאל אויפהייבן די האנט.
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום זונטאג פאברואר 18, 2007 8:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:07 am

איך האב נישט פארשטאנען וואס דו טראגסט אן, אבער אז דיזעל פרעגט וואו מען שטייט איין, ענטפערט יאנאש גלייך


מיר זענען אלל דעי וועי אן יור סייד, זאג מיר נאר די פלאץ (אפשר האצענפלאץ) די צייט (הונדערט יאר ארום???) און מיר זענען זאפארט דארט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:20 pm

איך.
(דאס גייט ארויף אויפ'ן נאמען פונעם אשכול)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:27 pm

ווארום גיין אין קאנקורענץ מיט אונזער וואויל בארימטע גוגעל-שפרעכע?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:32 pm

=k?%0
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:40 pm

דיזער האט נישט געוואוסט אז מיר האבן דא דעם הויפט אגענט פאר גוגעל, מר. קרעמער שיחי'.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 18, 2007 3:42 pm

אז כעל באקימען א חלק אינעם שלל, בין איך גרייט צו הייבען הענט,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 18, 2007 4:00 pm

כייב אויף די הענט, אבער נאר אויפן אשכול-קעפל, א_ווי מאשקע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג פאברואר 18, 2007 6:35 pm

דיזע,

ביידע הענט זאל איך אויפהייבן, אדער איינס איז גענוג?

און אויך וויל איך וויסן ווי לאנג איך דארף עס האלטן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 6:36 pm

העי, טריאו, פרעג נישט אזויפיל קשיות. אז מ'הייסט דיר הייבן הענט, זאלסטו הייבן. פארשטאנען?
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג פאברואר 18, 2007 6:43 pm

איך וויל נישט האלטן צו לאנג מיין הענט, ווייל באלד וועט קרעמער אריין קומען דא ער וועט זעהן עז דער עולם האלט דא די הענט, וועט ער זאגן אז דא איז אויך א עיר שכולה כהנים...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 6:56 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:56 pm

איך הייב נישט אויף און איך לייג נישט אראפ, דיזער, האסט א ברירה, ס'איז דא א ווערטל א קעניג האט געזען אין די שטערנ'ס אז די גאנצע וועלט גייט ווערן משוגע, ער האט געהאט א ברירה עפעס איינצונעמען און בלייבן נארמאל, אבער פאר ער האט דאס געטוהן האט ער געפרעגט איינע פון זיינע יועצים צו ער זאל דאס טוהן, האט אים יענער געענטפערט, אז אויב די גאנצע וועלט איז משוגע, וועט ער גארנישט האבן פון דעם וואס ער איז נארמאל, ווייל פאקטיש אין די אויגן פון די משוגעים וועט ער זיין דער משוגע'נער ווייל ער איז אנדער פון יעדן, נאר וואס דען זאלסטו יא טוהן, מאך דיך עפעס א סימן אויף דיר, אז דו זאלסט אייביג געדענקען אז דו ביסט משוגע, מיט דעם וועסטו זיין עפעס מער פון יעדן אז דו וועסט כאשט וויסן ווי די האלסט אויף די וועלט.

לענינינו, אויב די גאנצע באנדע איז קשר בוגדים, אנשטאט זיך צו הרג'ענען מיט זיין, ווער איינער פון זיי, קום מיט, און ווער איינער פון אונז, וואס א חילוק דער נאמען אז קשר בוגדים זאל זיין קשר בוגדים, אבער אנדערש פון יעדן האט נישט קיין זין צו זיין, נאר וואס דען קענסט דיך מאכן עפעס א סימן אז ווען דו ביסט דא, זאלסטו וויסן אז דו ביסט אין א קשר בוגדים.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 18, 2007 9:01 pm

בס"ד

איך_הער, גיט ,ס'האט מיר געקאסט א לאך ,אבער אזוי ווי עס איז שוין חודש אדר קארג איך נישט, נאר כל הפושט יד נותנין לו
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » זונטאג פאברואר 18, 2007 9:12 pm

איך הער דיך נישט אויס. נאכ'ן באקומען אזא ווארימע ריספאנס פונעם גאנצן עולם זענען דיינע ווערטער ביי מיר כקליפת השום.

ערעב קרעמער, נו טו צו דער זאך. לאמיך וויסן ווען און וואו מען טרעפט זיך, און אויף וואספארא באדינגונגען מען דארף איינגיין זיך צו קענען אנשליסן.

wow, אזא אפארטוניטי, דיזע ערצעהלונג וועט קענען מיטהאלטן לייוו וויאזוי א רויבעריי ווערט דורכגעפירט, פון אינסייד. ער וועט נישט דארפן נוצן זיינע דמיונות פעהיגקייטן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט ווען דער רויבער האט געאפערט פאר'ן אידן זיין לעצטן וואונטש, און יענער האט זיך דערמאנט די ווערטער פון הייליגן צדיק אז ער זאל נישט פארגעסן צו דאווענען מעריב, אדער אנצינדן גרויסע חנוכה ליכט, אדער עסן מלוה מלכה, אדער שאקלען לולב, און וואונדער איבער וואונדער, די רויבערס זענען אנטלאפן, אדער געהרגעט געווארן, אדער זיך דערמאנט אז זיי זענען אליינס אידן און תשובה געטאן, אדער דער גראף האט געהערט די קולות פון די שהחינו און געקומען צו לויפן און געראטעוועט דעם איד. די מעשה איז אלעמאל געווען די זעלבע, דער בעל דמיון האט נאר געדארפט אריינפילן די בלענקס.

מאשקע, דריי מאל גארנישט, און צייטליך. איך האף אז עטס האלטס נישט די הענט ביז יעצט. ס'טוט שטארק וויי.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 18, 2007 9:20 pm

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:איך הער דיך נישט אויס. נאכ'ן באקומען אזא ווארימע ריספאנס פונעם גאנצן עולם זענען דיינע ווערטער ביי מיר כקליפת השום.

ערעב קרעמער, נו טו צו דער זאך. לאמיך וויסן ווען און וואו מען טרעפט זיך, און אויף וואספארא באדינגונגען מען דארף איינגיין זיך צו קענען אנשליסן.

wow, אזא אפארטוניטי, דיזע ערצעהלונג וועט קענען מיטהאלטן לייוו וויאזוי א רויבעריי ווערט דורכגעפירט, פון אינסייד. ער וועט נישט דארפן נוצן זיינע דמיונות פעהיגקייטן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט ווען דער רויבער האט געאפערט פאר'ן אידן זיין לעצטן וואונטש, און יענער האט זיך דערמאנט די ווערטער פון הייליגן צדיק אז ער זאל נישט פארגעסן צו דאווענען מעריב, אדער אנצינדן גרויסע חנוכה ליכט, אדער עסן מלוה מלכה, אדער שאקלען לולב, און וואונדער איבער וואונדער, די רויבערס זענען אנטלאפן, אדער געהרגעט געווארן, אדער זיך דערמאנט אז זיי זענען אליינס אידן און תשובה געטאן, אדער דער גראף האט געהערט די קולות פון די שהחינו און געקומען צו לויפן און געראטעוועט דעם איד. די מעשה איז אלעמאל געווען די זעלבע, דער בעל דמיון האט נאר געדארפט אריינפילן די בלענקס.

מאשקע, דריי מאל גארנישט, און צייטליך. איך האף אז עטס האלטס נישט די הענט ביז יעצט. ס'טוט שטארק וויי.


מוחה מוחה נישט מאכען קיין חוזק פין סיפורי צדיקים

וואס איז דאס זאג נאר ווער איז געווען דיין רבי ,הא וואס פאר א שפראך איז דאס

אביסעלע דרך ארץ ,האסט נישט געטראפען עפעס בעסער וואס חוזק צי מאכען
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 11:11 pm

ירא שמים האט געשריבן:וואס איז דאס זאג נאר ווער איז געווען דיין רבי

לויט ווי ס'משמע, האט ער נישט געהאט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 11:12 pm

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:ערעב קרעמער, נו טו צו דער זאך. לאמיך וויסן ווען און וואו מען טרעפט זיך, און אויף וואספארא באדינגונגען מען דארף איינגיין זיך צו קענען אנשליסן.


ביי מיר ביסטו שוין א געטראפענער, כ'ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער דו האסט מיר שוין אנגענומען אויף דיין גוגעל-טאלק ליסטע ביודעים ובלא יודעים, אפשר האסטו דאס טאקע געטאן צווישן פיר און פינף פארטאגס, ווען ביי דיר איז פריים טיים...

קוק איבער דיין ליסטע, וועסטו מיר טרעפן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 11:15 pm

איך_הער האט געשריבן:איך הייב נישט אויף און איך לייג נישט אראפ, דיזער, האסט א ברירה, ס'איז דא א ווערטל א קעניג האט געזען אין די שטערנ'ס אז די גאנצע וועלט גייט ווערן משוגע, ער האט געהאט א ברירה עפעס איינצונעמען און בלייבן נארמאל, אבער פאר ער האט דאס געטוהן האט ער געפרעגט איינע פון זיינע יועצים צו ער זאל דאס טוהן, האט אים יענער געענטפערט, אז אויב די גאנצע וועלט איז משוגע, וועט ער גארנישט האבן פון דעם וואס ער איז נארמאל, ווייל פאקטיש אין די אויגן פון די משוגעים וועט ער זיין דער משוגע'נער ווייל ער איז אנדער פון יעדן, נאר וואס דען זאלסטו יא טוהן, מאך דיך עפעס א סימן אויף דיר, אז דו זאלסט אייביג געדענקען אז דו ביסט משוגע, מיט דעם וועסטו זיין עפעס מער פון יעדן אז דו וועסט כאשט וויסן ווי די האלסט אויף די וועלט.

לענינינו, אויב די גאנצע באנדע איז קשר בוגדים, אנשטאט זיך צו הרג'ענען מיט זיין, ווער איינער פון זיי, קום מיט, און ווער איינער פון אונז, וואס א חילוק דער נאמען אז קשר בוגדים זאל זיין קשר בוגדים, אבער אנדערש פון יעדן האט נישט קיין זין צו זיין, נאר וואס דען קענסט דיך מאכן עפעס א סימן אז ווען דו ביסט דא, זאלסטו וויסן אז דו ביסט אין א קשר בוגדים.

יא, איך האב אויך געלאכט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » מאנטאג פאברואר 19, 2007 12:30 am

מאשקע, איך גלייב נישט אז דו האסט אויך געלאכט. איך קען דיך צו גוט. דו זאגסט עס נאר ווייל דו ווילסט אים א טובה טאן.

קרעמער, אטההההה. דו ביסט עס געווען? איך האב אזא גרינגען אימעיל אדרעס - ווי דו ווייסט - אז הונדערטער מענטשן פארמישן זיך מיט עס, און יעדן טאג באקום איך איבער 2,000 ספעם אימעילס. גוט, מעמער זיין אויף גוגל אפטער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » מאנטאג פאברואר 19, 2007 1:50 am

ירא שמים, בארואיג זיך.

די אמאליגע דיזע ערצעהלונגען (איך רעד נישט ח"ו פון די אמת'ע סיפורי צדיקים. איך רעד נאר פון די אויבנדערמאנטע פיקשאן ביכלעך.) האבן אויסגעקוקט ווי משה גאלדמאנ'ס טעיפס קוקן אויס היינט צוטאגס. ר' משה פארמאגט ארום צען ניגונים אין זיין ניגונים זאפאס, און יעדעס מאל וואס ער וויל ארויסגעבן א נייעם טעיפ טוישט ער איין פאל ביי די צען ניגונים, און עולם גולם ווערט עקסיידעט דערפאר. די זעלבע איז גאנץ זיכער אויך מיט אסאך אנדערע פאפולערע מלחינים.

טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, אמאל איז געווען שווערער ארויסצוגעבן ביכער ווי היינט. עס איז געווען א גאנצע חכמה און אן עבודת הפרך. אלזא, מען האט נישט געקענט שרייבן א נייע מעשה יעדן שני וחמישי, ווייל ס'איז נישט געגאנגען אזוי ווי היינט, אז מען האט עס אפגעקלאפט אויפ'ן קאמפיוטער און פון דארט געשיקט צום דרוקער אויף אימעיל, און ס'איז געווען א נייע מעשה. דער בחור הזעצער האט זיך געזאלט שפילן מיט יעדן אות עקסטער.

וואס האט מען געטאן? מען האט געמאכט איין בלופרינט, איין יסוד פון א מעשה, איין דרעפט, און מען האט געלאזט ליידיג פלאץ אריינצופילן געוויסע דעטאלן, און יעדעס מאל וואס מען האט געזאלט ארויסגעבן א פרישע דיזע ערצעהלונג האט מען אביסעלע געטוישט די דעטאלן, און ס'איז געווען א נייע מעשה, א נייע דיזע ערצעהלונג. אפילו די נעמען זענען געבליבן כמעט די זעלבע ביי יעדער מעשה.

ס'איז געגאנגען בערך אזוי:

אין יאר___ איז אין דארף___ געווען אן ארענדאר, מאשקע האט ער געהייסן. ער האט זיך זייער געפלאגט פאר פרנסה און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן די ראטע פאר'ן פריץ, דער פריץ האט אים געדראעט אז ער וועט אים אריינלייגן אין קעלער. וואס טוט א איד אין אן עת צרה? ער לויפט צו זיין רבי'ן דער הייליגער___. דער הייליגער___ האט געקוקט דעם קוויטל און האט פארמאכט די אויגן, און יעדער האט געוואוסט אז דער צדיק מאכט איצט עליית נשמה. ענדליך איז דער צדיק אראפגעקומען און ער האט געזאגט פארן איד_____________. דער איד האט צוגעזאגט צו איינהאלטן די הבטחה, און דער צדיק האט אים ווארים אנגעוואונטשן און ער איז אהיימגעפארן. דער איד פארט אהיים פונעם צדיק און אינמיטן וועג באפאלן אים רויבער, זיי נעמען צו זיין געלט, און דאן זאגט אים דער רויבער-הויפט אז זיי מוזן אים הרג'ענען, ווייל אז נישט וועט דער איד זיי פאר'מסר'ען. דער איד בעט און וויינט צו זיי אבער ס'העלפט נישט קיין געוויינערייען און קיין הבטחות. און דער איד גרייט זיך צו זאגן וידוי. ווי ס'איז געווען דער שטייגער האט דער באנדע-הויפט ערלויבט פאר דעם איד צו זאגן זיין לעצטן וואונטש און______________, וכך הוה, און מיטאמאל_____________________, א פחד האט ארומגענומען די רויבער ווען זיי האבן דאס געזען און_________ אויפ'ן פלאץ ממש!!! די רויבער זענען_________________ און זיי זענען געווארן (ביטע מאכן א טשעק ביים נויטיגן קעסטל) __אמת'ע בעלי תשובה __געהאנגען אויף א הויכן בוים __די באדינערס פון דעם איד __ארעסטירט דורכן פריץ, וואס האט זיך באדאנקט פאר'ן איד פאר'ן העלפן כאפן די שרעקליכע רויבער באנדע וועמען ער האט אזוי לאנג געזוכט צו כאפן, און לכבוד דעם האט דער פריץ מוחל געווען די ראטע, און נאכדערצו אים ערלויבט צו האלטן די קרעטשמע פאר די קומענדיגע דריי יאר פריי פון ראטע (ביטע אינאכט נעמען אז אויב מאכט איר א טשעק ביים לעצטן קעסטל ענדיגט זיך דא די מעשה. אויב האט איר נישט געמאכט קיין טשעק ביי דיזע קעסטל דאן טוט ווייטער שפינען די מעשה פון דא און ווייטער) דער איד איז אהיימגעפארן און ווי נאר ער האט געעפנט די טיר פון זיין הויז איז_________________ מאשקע האט זיך צעוויינט פון גרויס שמחה. עס איז געווען א געוואלדיגער נס און די גאנצע שטאט האט גע'רעש'ט פון דעם געוואלדיגן מופת פונעם הייליגן______.

דאס איז געווען דער דרעפט פאר מאשקע-פריץ-צדיק מעשיות. ס'זענען געווען אפאר אנדערע דרעפטס פאר בלוט בלבול-איוואנ'ס טויטער זון מעשיות וכדו', אבער דעטס איט. עפעס אנדערש איז נישט געווען...
לעצט פאראכטן דורך דיזע ערצעלונג אום מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:47 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:02 am

אוי לייגסטו עס גוט אראפ.
כ'געדענק עס נאך ווי היינט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 12:10 pm

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, איך גלייב נישט אז דו האסט אויך געלאכט. איך קען דיך צו גוט. דו זאגסט עס נאר ווייל דו ווילסט אים א טובה טאן.

קרעמער, אטההההה. דו ביסט עס געווען? איך האב אזא גרינגען אימעיל אדרעס - ווי דו ווייסט - אז הונדערטער מענטשן פארמישן זיך מיט עס, און יעדן טאג באקום איך איבער 2,000 ספעם אימעילס. גוט, מעמער זיין אויף גוגל אפטער.


קוקנדיג פאראויס - לוקינג פארווערד


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט