צים סוף איז געבליבען אז מען דארף זיין פרייליך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

צים סוף איז געבליבען אז מען דארף זיין פרייליך

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 18, 2007 12:22 am

בס"ד

אזוי שפאצירענדיג אין די ענדלאזע וועגען אין מיין קאמפיוטער שפאציר איך זיך אזוי געמיטליך אין איך טראכט דורעך די פארגאנגענע שבת קודש וויפעל געלונגענע זאכען האבען פאסירט אין וויפעל דורכפעלער
איך לייג ארויך די גיטע זאכען אויף איין זייט פינעם וואגשאל אין די דורכפעלער אויפען צווייטען זייט איך איך מאך דעם סך הכל צי איך דארף זיין פריילעך אדער ח"ו אנגעבלאזען
למעשה קען איך נישט דיסיידען וואס איך דארף זיין, די טשאלענט איז ב"ה געווען געראטען, אבער ס'געווען א פאר אנדערע דורכפעלער אין עס איז שווער צי קומען צי א מסקנה
די קאפ ארבעט פיבערהאפטיג די אויערען שוויצען מעןו מיז קומען צי א מסקנה
ביז איך בין געקומען צי א מסקנה אז איך קען נישט אליין דיסיידען אין איך מיז פרעגען א גיטען פריינט ,איך שפאציר ווייטער די וועטער איז ב"ה ווארים (אין מיין קאמפיוטער איז יעצט זימער) איך שפאציר אריין אין א "פארק" אין איך זיך א גיטען חבר די בענק זענען באזעצט מיט אלע ערליי בריאים שיינע יודען , ביזנעס לייט, שלעפערס, אין סתם ליידיג גייער'ס ,איך קוק זיך ארום ,אין זיך א גיטען חבר
פלוצלינג דעזעה איך, ווי איינער זיצט אין שפילט אויף א פידעל, עס קוקט אויס ווי ער האט קיין דאגה אויף דער וועלט נישט ,די אויגען זענען פארגלייזט ,מיט עפעס א העכערע שמייכעל אויף די לעפצען,
אין ער זיצט אין שפילט אויף סטרינעס פינעם פידעל ,אין א העכערע אטמאסטפער איז אויסגעגאסען אויפען גאנצען ארום ,איך שטעל זיך אפ אין קוק זיך איין, אין עס ווערט מיר לעכטיג פאר די אויגען ,
דאס איז דאך נישט קיין צווייטער ווי אינדזער באקאנטער קרעמער , שוין איך האב שוין מיט וועם זיך דורכצורעדען , איך גיי צי אין געב אים א קלאפ אויף די פלייצע אין זאג א גיטע וואך קרעמער וואס טוט זיך
בקיצור איך האב מיט אים געהאט א לאנגע שמועס אין איך בין זייער נתפאל געווארען פין זיין קלוגשאפט אין אויסגערעכענטקייט אסאך דורכפעלער האט ער מיר צינומען אין מיר אויפגעוויזען אז עס איז גארנישט קיין דורכפאל בקיצור צים סוף איז געבליבען אז איך דארף זיין פרייליך

סאו בין איך פריילעך

איך האב געמאכט א בילד פין קרעמער אינם פארק ,דא האט איר
צוגעלייגטע
F135C4EF3F8F46749CD56850E9670DF0.gif
F135C4EF3F8F46749CD56850E9670DF0.gif (12.85 KiB) געזעהן 3166 מאל
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 1:17 am

האסט פארגעסן אנצוהייבן (מיטן באקאנטן ניגון):

א שיינעם חלום האב איך געזען
אין א פארק בין איך געווען
פלוצלינג באמערק איך א פרייליך אידל
קרעמער שפילט אויף א פידל
איך געב אים א קלאפ אויפן פלייצע
ר' איד - געב מיר אן עצה

קרעמער דרייט זיך צו מיר אויס
איך רעד זיך דאס הארץ ארויס
ער הערט מיר אויס מיט געדולד
מיין צער האט ער מיטגעפילט
ער דרייט זיך ימין ושמאל
און רופט אויס הויך אויפן קול

בסייעתא דשמיא!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:01 am

ירא שמים;

הערליך, ווארעם, און קרעטשמעריש ארויסגעברענגט, א שאד נאר אז דו האסט מיר נישט געפרעגט צו וועמען זיך צו ווענדן, איך וואלט דיר גלייך געשיקט צו קרעמער'ן און דיר פארשפארט א שפאציר, אבער מאכט נישט, סוף האסטו אליינס געזעהן דעם ריכטיגן פארשוין.

קרעמער;

איי די גראמען פון אמאל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:46 pm

יאנאש;

די גראמען פון אמאל,
אין אלט-שטאט אויפן טאל,
דאס וועל איך אלעמאל
געדענקן...

לאמיר דאס אויפפרישן,
דאס בלעטל צוריקמישן,
די טרערן אפווישן,
מיר בענקן

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:56 pm

הממממ... דער קרעמער טויג!
אפשר עפנט מען טאקע אינעם שפראך פארום אן אשכול מיוחד צו גראמען?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 18, 2007 5:08 pm

ירא שמים, זייער גוט, האסט איין טעות נאר געמאכט, די בילד איז פון א קוסטיק גיטאר, נישט קיין פידל, אפשר קען דאס קרעמער אויך, אבער ער בעהאלט עס אויף ביזדערוויל,
קרעמער דיינע גראמען זענען זייער גוט, ס'קוקט אויס אז די האסט יעצט גענדיגט אויסהערן די טעיפ פון פינקי ביי די אקערמאן חתונה,
כ'מיין אז ביידע ניגונים זינגט ער דארט, די צווייטע זיכער.
עניוועי, צום ענין, אויף JUNE 15 ביסטו עוועליבעל ? ס'איז אין ויואל משה,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 5:23 pm

מאשקע נייג צו אן אויער,
הערשט יעצט ווערסטו געוואויר,
קוק אין אלט קרעטשמע ביים טויער,
אינעם "פאום" אשכול גענויער.

חרוזים און פאומס וועסטו געפונען,
מיט זאפטיגע גראמען דערינען,
איי איז די טינט אמאל גערינען,
די רייכע אמאל איז אבער אנטרינען.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 18, 2007 5:46 pm

אנטרינען איז טאקע דער רייכער אמאל,
אבער מיר ווייסן אז לא אלמן ישראל,
דער קוואל טרוקנט זיך אויס קיינמאל,
מ'קען דערפון שעפן אוצרות אן א צאל.

אלזא גארטל דיך אן די לענדן,
און טוה אלע דיינע כוחות אנווענדן,
עטליכע מינוטן א טאג טוה שפענדן,
ווייל אויב נישט יעצט, ווען-דען?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:57 pm

בס"ד

קרעמער איז מקיים וישא משלו אין טוט אין א גראם ארויס גיין
פין זיין פענען טוט ווערטער ארויסרינען איינער צים צווייטען טוט פאסען אזוי שיין

פין דערווייטענס טוט ר' מאשקע קומען
אין צי גראמען האט ער זיך אויך גענומען

זיין קול'כל טוט אין די ליפט שפרייזען
אזש ער גייט ממש ארויס פין די גלייזען

צייטליך ווערט אינגאנצען באנומען
ער הייבט זיך אן אינטער ציברימען

ער ווערט שוין אינגאנצען צימישט
ער האט זיך דאך נאר פאר איין חתונה ציגערישט

אין דא זענען די גראמער'ס אזוי ציוואקסען
יעדער מאכט אנדערע פאקסען

וועם צי נעמען טוט ער נישט וויסען
פין אלע קען מען דאך אזוי געניסען

אוי טאטע וואס טוט מען יעצט
מען וועט דארפען יעדעם נעמען אויף א טעסט

אין ווער עס וועט ארויס קומען די בעסט
ער וועט מהנה זיין די געסט
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:59 pm

סא, איז דער אשכול צו א גראמען אשכול געווארן פארדרייט?
אדער וועט זיך דאס נאך אזוי דרייען און דרייען, אז מ'וועט שוין נישט וויסן צו מען גייט אדער שטייט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 10:46 pm

דער אשכול איז נישט פארדרייט
קוק וואס אויפן קעפל שטייט
מען דארף זיין פרייליך אלע צייט
אזוי איז געבליבן יעדער באשטייט

איינער ווערט פרייליך פון נאש
א צווייטער פון א פולע טאש

דער דריטער פון א וויצל מלא טעם
און ווער פון א שיינע חרוז אויפן גראם
לעצט פאראכטן דורך קרעמער אום דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 19, 2007 12:06 am

איז אבער נאך אלץ דא איינער
א דארער און א קליינער
דרייט זיך מיט קרומע ביינער
אנע שמייכל אויף די ציינער

נישט דאס מאכט אים געהויבן
און נישט דאס טינט אויפן בויגן
דאס טוט אים נישט אפנויגן
כאילו ער זעהט דאס נישט מיט די אויגן

הוי די טאשן! וויל ער אנפילן
גענצליך געזונט! אראפ מיט די פילן
קינדערלעך מיט נחת! זיך שיין שפילן
בלעטער גמרא! טוט ער אזוי ווילן

הלואי, פאר אלע אידן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:25 am

קרעמער האט געשריבן:דער אשכול איז נישט פארדרייט
קוק וואס אויפן קעפל שטייט
מען דארף זיין פרייליך אלע צייט
אזוי איז געבליבן יעדער באשטייט

איינער ווערט פרייליך פון נאש
א צווייטער פון א פולע טאש

דער דריטער פון א וויצל מלא טעם
און ווער פון א שיינע חרוז אויפן חרוז


קרעמער, נצחתני.
ברוך אשר בחר בנו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 1:03 am

אינטערסאנט אז דו האסט נישט אנגעמערקט דעם טעות אינעם לעצטן שורה, וואו עס שטייט חרוז ביים סוף, אנשטאט גראם (איך האב עס שוין יעצט פארראכטן אינעם אריגינעלן תגובה)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 11:25 am

קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט אז דו האסט נישט אנגעמערקט דעם טעות אינעם לעצטן שורה, וואו עס שטייט חרוז ביים סוף, אנשטאט גראם (איך האב עס שוין יעצט פארראכטן אינעם אריגינעלן תגובה)


איך האב יא באמערקט, אבער איך בין געווענליך נישט פון דעי וואס מערקן אויף טעותים, נאר ווען ס'איז עפעס ספעשל'ס און מ'קען מאכן דערפון מטעמים. (איך רעד נישט פון די טעותים אשכול וואס דארט און אין יענע צייט איז געווען א פארמעסט ווער ס'קען טרעפן מער טעותים ביים צווייטן.)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט