רבותי! מיר וועלן בענטשן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

רבותי! מיר וועלן בענטשן

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג פאברואר 16, 2007 12:51 pm

מיר גייען שוין ראש חודש בענטשן, א קלייניגקייט, איינע פון די פילצאליגע מאל וואס מ'זאגט "מ'גייט בענטשן" און ס'גייט צו אן א געדרייטן שיר המעלות ניגון, און אן קיין קלעפ.. מ'גייט בענטשן דעם חודש בה"א הידוע, א חודש וואס אפילו ויזתא'ס טאטע האט זיך דערמיט געמוזט רעכענען, מ'וועט הערן ווי דער רב דיין אדער שוחט דמתא וועט – זיך שטיקענדיג פאר געלעכטער – ארויסזאגן: ראש חודש אדר יהי' ביום הראשון ולמחרתו ביום השני, וואס מיט דעם וועלן מיר צייגן פאר די וועלט, אז "אדר" מיינט עפעס, אדר איז נישט סתם א ווארט וואס מ'זאגט ארויס און מ'גייט ווייטער, אלעס דרייט זיך ארום און ארום און ארום, די מאסקעס ווערן באשטעלט, בערן לייבן באגליידעט מיט ריזיגע ציינער ס'זאל אויסקוקן עכט, קלאחיניס מיט צדקה פישקעס אין זייערע הענד, מאכן זיכערע טריט צום חודש "אדר" הבא לקראתינו לשלום.

קליין איז די שפראך, עס אראפצומאלן אויפן פאפיר, ווען עס קומט דיזע מינוטין. מיר דארפן ווען מאריך זיין מיטן ארטיקל ווען נישט די רביצין פאדערט זי דארף נאך צוויי עפל פון די גראסערי צו מאכן דעם "שבת שקלים" קוגעל, און וויפיל חכמות מיר וועלן פרובירן נאר פרובירן צו מאכן, וועלן מיר נישט קענען באקעמפען וואס דער "מלך טיפש" האט שוין פרובירט גוזר צו זיין "להיות כל איש שורר בביתו" און ס'האט זיך גענדיגט מיט א וויסטן "ונהפוך הוא"..

יו זי שרייט שוין... ביי גוט שבת

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 16, 2007 3:07 pm

ס'פרייליך אין שטעטל
|{}+

----------
פארוואס האב איך נישט געקענט אראפברענגן (ארויפברענגן) אהער דעם פידל שפילער און די אנדערע מוזיקאנטן פון "סמיילי" קעלער?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג פאברואר 16, 2007 3:38 pm

%f#@ וואס זאגט איר זאל איך מיר מאכן אזא קאסטיום?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש פאברואר 17, 2007 9:05 pm

לכאורה איז דאס די גרינגסטע, ווייל דו דארפסט נאר צוקויפן א גרויסע שפיז, וזהו.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:16 pm

איח וואלת ווען געזאגת אס עז לוינת זיח, ווייל דיין רעבעצען בעת זעהן אס עז איס נישת שעהן צו רייטען אויפ א פערד, וועת דער דיין באקימען א ביזעל מער ריספעקת פינדערהיים,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 18, 2007 9:30 pm

מ'דארף שוין טוישן די קעפל צו, רבותי מיר האבן שוין געבענטשט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 19, 2007 12:13 am

א קעפל האט ער נאך אויך ??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:13 pm

קרעמער האט געשריבן:לכאורה איז דאס די גרינגסטע, ווייל דו דארפסט נאר צוקויפן א גרויסע שפיז, וזהו.

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

cano האט געשריבן:איח וואלת ווען געזאגת אס עז לוינת זיח, ווייל דיין רעבעצען בעת זעהן אס עז איס נישת שעהן צו רייטען אויפ א פערד, וועת דער דיין באקימען א ביזעל מער ריספעקת פינדערהיים,


נישט פארשטאנען די טיפקיייט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:35 pm

סאכדעס: קוק אויף זיין חתימה וועסטו פארשטיין די טיפקייט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:29 pm

מאשקע האט געשריבן:סאכדעס: קוק אויף זיין חתימה וועסטו פארשטיין די טיפקייט.


נישט די ספעלינג איז די פראבלעם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot], חדשות, נאטרוליסט און 31 געסט