מחאה: צו כאפן א פארקינג פון איינעם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Anonymous

מחאה: צו כאפן א פארקינג פון איינעם

תגובהדורך Anonymous » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 11:05 am

איך קום אהיים יעדן נאכט צווישן זעקס אין זיבן געווענטליך איז נישט דא קיין ליידיגע פלאץ צו פארקן.
אמאל פלעג איך ארום פארן די גאס צו זוכן ווי צו פארקן אויף די אנדערע זייט ביז איך האב געזעהן אז יעדעס מאל וואס איך בין ארומגעפארן איז ליידיג געווארן א פלאץ אויף מיין גאס.
האב איך אויף געהערט ארום צו פארן. נאר איך ווארט אין פארענט פון מיין הויז געווענטליך ביז א צעהן מינוט האב איך ווי צו פארקן.
מאכטס זיך אבער מער ווי איין מאל אין מער ווי צוויי אין מער ווי.... אז קומטס זיך אהן א קאר טראץ וואס ער זעהט אנדערע קארס ווארטן שוין צו פארקן גיבט ער זיך א ריק אריין אין לאזט יעדעם פייפן
וויל איך דא מוחה זיין במחאה גמורה אויף דעם אום איידעלען אקט

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 11:19 am

איך האלט אז דו דארפסט מוחה זיין דארט אויפן פלאטס (פלאץ) , העסטו מער אויפטוען .
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

Re: מחאה: צו כאפן א פארקינג פון איינעם

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 1:20 pm

eli האט געשריבן:גיבט ער זיך א ריק אריין אין לאזט יעדעם פייפן

העי, אלי, פריי דיך אז ער לאזט דיך פייפן. אנדערע לאזן אפילו דאס אויך נישט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:21 pm

נובדאי אזוי, מ'שטייט אינטער דיר, און מ'זעהט ווי דו קלאטצט אין קאר מיט פארמאכטע אויגן מיטן רויטן גרויסן צינג האלב ארויסגעשטעקט, ווי לאנג זאל יענער ווארטן אזוי?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג פאברואר 18, 2007 5:56 am

אה! אט דעריבער וויל איך נישט קויפן מאשינע.
ווער דארף האבן די טויזנט און איין פראבלעמען וואס זיינען פארבונדן מיט א מאשינע, אז מען קען ב"ה פארן מיט אוטובוס אדער (אויב דאס איז נייטיק) נעמען טאקסי.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 2:47 pm

ערנסטער;

איר זענט פון מיינע מענטשן.

געבט אויך אויף דעם פלאפון, זענט איר פולשטענדיג אויף מיין פארטיי!

ביטע שעהן, בלייבט אבער מיטן אינטערנעט... די מיטגלידער פון אונזער פארטיי מוזן האבן א פארבינדונג.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:16 am

קרעמער האט געשריבן:ערנסטער;

איר זענט פון מיינע מענטשן.

-:c:h

קרעמער האט געשריבן:געבט אויך אויף דעם פלאפון, זענט איר פולשטענדיג אויף מיין פארטיי!

אבער צווישן א פלאפון און א מאשינע ס'איז דא עפעס א חילוק - פלאפון איז אביסל ביליקער און ער אויכעט שאפט נישט אזוי פיל פראבלעמען מיטן פארקינג. :wink:

קרעמער האט געשריבן:ביטע שעהן, בלייבט אבער מיטן אינטערנעט... די מיטגלידער פון אונזער פארטיי מוזן האבן א פארבינדונג.

אין שטוב טאקע האב איך נישט קיין אינטערנעט. ס'איז מיר גענוג (די והותר) דער אינטערנעט אויף דער ארבעט.
די וואָר הענגט אויף א האָר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot], ביסט גערעכט, פראהביטש, ריכטיג און 22 געסט