געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:34 pm
ווען מען שרייבט זיך איין אין "איי-וועלט" ברויך מען זיך אויסקלויבן א "ניק" כדי צו קענען פונקציאנירן דא. ווען מען קוקט זיך אום זעט מען כל ערליי ניקס באזירט אויף נעמען, אביעקטן, מושגים וכדומה.
עס וואונדערט מיר שוין א שטיק צייט וואס איז פשט פון זיך אויסקלויבן א ניק וואס פארמאגט א שטארק-נעגאטיווע קאנאטאציע? צום ביישפיל: "שוטה", "דעפרעסט", "קלאץ קאפ" וכדומה. דאס זעלבע וויל זיך מיר פארשטיין, וואס ברענגט א מענטש זיך צו געבן אן אראגאנטן בעל-גאוה'דיגן נאמען, צום ביישפיל: "אינטעליגענט", "אמת'דיג", "קלוגער יוד", "בר דעת", "זיס" וכדומה.
אפשר קענען מיר ארויסהעלפן דאס פארשטיין די וועלכע פארמאגן אזעלכע ניקס, וואס עס איז זיי דורכגעפארן אין מחשבה בשעת'ן זיך באשטימען אזא אידענטיטעט.
Advertisement
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:42 pm
דאכצעך אז עס איז שוין פארהאן א אלטער אשכול דערוועגן, אויב די ניק שפיגלט ווירקליך אפ דעם מענטש. איך דארף עס אויפזיכן.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:45 pm
עס האט גארנישט מיט קיין שום אייגנשאפטן, א ניק, פונקט ווי ענקזייעטי, קען זיך מאכן ביי קינדער און ערוואקסענע (מקור: ר' מרדכי וויינבערגער)
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:46 pm
קארל איך בין חושד אז עכט האסטו געוואלט אויסקלויבען "קארעלע" פאר דייו ניק נאר ס'האט דיר נישט געפאסט ביזטו געבליבען ביי קארל
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:46 pm
צייטליך האט געשריבן:דאכצעך אז עס איז שוין פארהאן א אלטער אשכול דערוועגן, אויב די ניק שפיגלט ווירקליך אפ דעם מענטש. איך דארף עס אויפזיכן.
איך פרעג נישט צי עס שפיגלט אפ דעם מענטש. איך האלט בכלל נישט אז א ניק מיט'ן נאמען "שוטה" איז ווירקליך א שוטה. נאר איך וויל פארשטיין וואס עס טרייבט דעם מענטש זיך אויסצואוועלן אזא ניק. און דאס זעלבע פארקערט.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:47 pm
המתחיל ב... אומרים לו וכדו'..
קארל, זיי די דער ערשטער און שרייב אראפ וואס עס איז דיר דורכגעלאפן אין מחשבה ביים עפענען די ניק "קארל".
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:50 pm
צייטליך האט געשריבן:המתחיל ב... אומרים לו וכדו'..
קארל, זיי די דער ערשטער און שרייב אראפ וואס עס איז דיר דורכגעלאפן אין מחשבה ביים עפענען די ניק "קארל".
לכאורה האט ער דעמאלט געטראכט פון די מעשה פון ר' יונתן אייבשיץ מיט קעניג קארל דער זעקסטער...
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:56 pm
צייטליך האט געשריבן:המתחיל ב... אומרים לו וכדו'..
קארל, זיי די דער ערשטער און שרייב אראפ וואס עס איז דיר דורכגעלאפן אין מחשבה ביים עפענען די ניק "קארל".
"קארל", פונקט ווי "צייטליך", איז א נאמען וואס איז נישט מוסף אדער גורע - און איך האב נישט געעפנט דעם אשכול איבער אזעלכע נעמען.
איך וויל פארשטיין דווקא אזעלכע סארט נעמען וועלכע איך האב דערמאנט אין דער פתיחה צו דעם אשכול.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 12:59 pm
קארל איז דייקא יא א נאמען וואס זאגט אסאך איבער דעם וואס פארשטעקט זיך דערונטער, און מען ערווארטעט פון דיר צו ענטפערן דעם זעלביגן שאלה ווי אינטעליגענט אדער שוטה
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:02 pm
מיר האט געשטיפט די ניק צוליב מיין שנאה פאר די וואס רעדן און רעדן, און זיי קומען נישט צו צום פוינט.
רעד קורץ און שארף צום פינטעל
------
קרעמער = אלס קרעטשמער, די זעלבע מיט מאשקע, קרעטשמער,
ביי די וועי סנאך נישט דא א ניק "שענקער"
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:06 pm
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:11 pm
viewtopic.php?p=239930#p239930מען קען אלע 3 אשכולות מערדזשן צו איין גרויסע.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:12 pm
קרעמער האט געשריבן:קארל איז דייקא יא א נאמען וואס זאגט אסאך איבער דעם וואס פארשטעקט זיך דערונטער
איך האלט גראדע נישט אזוי - אבער עס איז נישט מעלה ומוריד. נאכאמאל, די כוונה פון דעם אשכול איז נישט אויסצושמועסן פארוואס א מענטש האט זיך אויסגעקליבן א ספעציפישן ניק - צי עס האט א באדייט צי נישט. מיין פראגע איז דייקא בנוגע צוויי קאטעגאריעס פון ניקס:
1) ניקס וועלכע פארמאגן נעגאטיווע קאנאטאציעס, ווי "שוטה", "משוגענער", וכדומה. און מיין פראגע צו די וועלכע פארמאגן אזעלכע ניקס איז: צי האלסטו זיך טאקע פאר א שוטה? צי ווילסטו מען זאל דיך אנקוקן ווי א שוטה? האסטו א הנאה זיך צו געבן אן אידענטיטעט וואס לייגט דיך אין א נעגאטיוון ליכט?
2) ניקס וועלכע גרויסן זיך מיט סופערלאטיווע טאלאנטן און אייגנשאפטן, ווי "אינטעליגענט", "געשמאקער", "זיס", וכדומה. און מיין פראגע צו די וועלכע האבן אזעלכע ניקס איז: צי האלסטו טאקע אז דו ביסט אזוי אינטעליגענט? ביסטו טאקע א "געשמאקער" אדער דו האסט בלויז א רצון דערפאר? צי קלערסטו נישט אז אזא ניק מאכט דיך אויסזען אראגאנט?
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:20 pm
איך האב אויסגעקליבן מיין ניק צוליב דעם ווייל איך ציל צו זיין 'אויפריכטיג'. איך האב עס נישט געטון אלץ אראגאנץ און גאוה, נאר ווייל דאס איז מיין טרוים. און איך דענק אז דאס איז די סיבה פון די פילע פאזיטיווע ניקס.
און דאקעגן די נעגאטיווע ניקס זענען לויט מיין שאצונג אן אויסברויך פון דעם פערזאן אויף די לעצטע תגובה וואס ער האט געזען איידער זיך איינשרייבן.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:24 pm
קומט מיר פאר ווי יענער וואס האט אויסגערופן "די נער זאל ארויסגיין" און קיינער האט זיך נישט אויפגעהויבן פון ארט, אויס מורא אז מען העט נאך מיינען אז ער איז חלילה א נער.
קארל, דו גלויבסט אז דער ניק שוטה וועט ענפערן? אדער דער ניק זיס וועט ענפערן?
ביטע, זאג וואס דו גלויבסט, וואס קען ליגן אונטער אזאנע ערשיינונגען, שמועס אויס די מעגליכקייטן.
איך פארשטיי אז עס קען האבן צו טון מיט מיליאן און צוויי סיבות, און עס איז כמעט אוממעגליך אנצודייטן וואס עס באוועגט א מענש אזוי אדער אזוי.
למשל זיס; (איך מיין נישט אים פערזענליך) קען זיין אדער מחמת ער האלט אז ער איז אזאנס.
אדער ווייל ער וויל זיין אזאנס.
אדער ער וויל מען זאל מיינען אז ער איז זיס-און ממילא וועלן זיך זיינע ווערטער ליינען געשמאקער.
אדער ער איז פשוט געוועהן יענע רגע ביים עפענען דעם ניק אין א גוטער שטימונג.
אדער ווייל ער האט א צוויי מינוט פאר דעם פונקט געהערט דעם אויסדרוק.
אדער האט ער פונקט דאן זיך פארקוקט אויף זיין קליין מיידעלע און געהאלטן אז זי איז זיס, און ממילא איז אים די אויסדרוק געליגן אין קאפ.
למשל; שוטה, קען זיין אז ער איז א שוטה-און דאן האט ער דאך שוין חכמה דאס צו וויסן...
אדער האט אים זיין מלמד דאס געפלעגט צו זאגן-ביז ער האלט שוין היינט טאקע אזוי.
אדער וויל ער אז מען זאל מיינען אז ער איז א שוטה-און זיך איבערצייגן אז נישט, און דאן וועלן אים אנדערע ניקס באזינגען אז ער איז יא קלוג.
אדער ווייל ער האלט אז עס איז אויפרייסעריש פאר מענטשן'ס אויגן זיך אזוי צו רופן ממילא וועט ער ציען אויפמערקזאמקייט.
און נאך און נאך און נאך, שפעקולאציעס זענען דא רובי רבבות, אדרבה וואס גלויבסטו קען זיין די דראנג זיך צו רופן מיט פראווקאציאנערישע נעמען.
לעצט פאראכטן דורך
יארצייטן אום דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:27 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:25 pm
אויף יענע ניקים קען איך דיר נישט ענטפרען, אבער לייען די תגובה וואס ידידינו הישיש ר' "קרעזי" (וואס גייט לכאורה אריין אין דיינע קאטאגאריע'ס) האט בשעתו געשריבן:
קרעזי האט געשריבן:איך האב מיר א נאמען געגעבן נאך דעם הויפט באשטאנדטייל פון מיין אייגנארטיגען כאראקטער וועלכע טוט האבן א שטארקען עפעקט אויפן מיין סאציאלע באציאונג, און טוט דירעקט בייאיינפלוסן מיין מאדנע פארבינדונגען און פארהאנקערניש מיט דעם ציוויליזירטען מענשהייט.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:30 pm
צייטליך האט געשריבן:אויף יענע ניקים קען איך דיר נישט ענטפרען, אבער לייען די תגובה וואס ידידינו הישיש ר' "קרעזי" (וואס גייט לכאורה אריין אין דיינע קאטאגאריע'ס) האט בשעתו געשריבן:
קרעזי האט געשריבן:איך האב מיר א נאמען געגעבן נאך דעם הויפט באשטאנדטייל פון מיין אייגנארטיגען כאראקטער וועלכע טוט האבן א שטארקען עפעקט אויפן מיין סאציאלע באציאונג, און טוט דירעקט בייאיינפלוסן מיין מאדנע פארבינדונגען און פארהאנקערניש מיט דעם ציוויליזירטען מענשהייט.
דוכטזיך מיר אז קארל וויל זיך טיפער דערגרונטעווען און ער פרעגט טאקע אויף "קרעזי"'ס אנגעגעבענע סיבה זעלבסט;
האט ער טאקע פון זיך אזוי געהאלטן? אויב יא, ארלעדיגט! אויב נישט פארוואס וויל ער זיין אויפפאלענד אויף אזא קרעזי וועג?
וואס האלט ער אז ער פארדינט פון זיך אהערשטעלן אלס קרעזי, איז ער מיט דעם פטור פון רעדן צו די זאך? איז ער דערמיט מחויב צו ווייזן דוקא'דיגע אויסערארנדליכע חכמה כדי אויפצוווייזן אז ער נישט קרעזי?
בקיצור; איז עס א סעלף דעפענס, אדער א סעלף קאנפידענס?
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:38 pm
מיינע צוויי סענט. בדרך כלל האט א ניק יא א קלארע שייכות מיט א א מענטש {אדער אום מענטש..} אמאל איז עס וויסענדיג, ד.ה. דער מענטש ווייסט אז ער קלויבט אויס די ניק, ווייל די ניקהאט א שייכות מיט אים, און אמאל איז עס אומוויסענד, נאר סובקאנטשסלי,
עס זענענן דא מענשט וואס די ניק טוט סימבאלעזירען זייער אייגנעארטיגע טבע, און עס איז איז דא ניקים, וואס עס באצייכענט דעם מענטש ווי אזוי ער זעט אויס ווען ער טוט עקטען/פראפארומען, און אמאל טוט די ניק סימבאלעזירען דעם אייגענטומער'ס פריינד/געגענט/סביבה/קהלה. אא"וו
אבער, דא קומט א גרויסע אבער, דאס איז אלעס געזאגט געווארען נאר פאר די ערשטע בערך 500 ניקס דא און קרעטשמע, ווען עס איז נאך געווען א אויסוואל, און מען האט געקענט אויסוועלן די ניק מיט וואס מען האט זיך די מערסטע געפילט באקוועם, היינטיגע צייטען וואס עס עס איז זייער שווער צו טרעפן א פאסיגע ניק, ווייל גאר אסאך איז שוין פארנימען, מיז טאקע די ניק נישט האבען קיין שום שייכות מיטען מענטש
למשל מיין ניק מחותן, בשעת איך האב עס גע'עפענט האב איך מיר ניטאמאל געפילט באקוועם דערמיט, נאר פשוט עס איז נישט געווען קיין אויסוואל, אסאך אנדערע נעמען איז נישט געווען עוועליבעל, בין איך געבליבען מיט דעים
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:53 pm
קארל האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:קארל איז דייקא יא א נאמען וואס זאגט אסאך איבער דעם וואס פארשטעקט זיך דערונטער
איך האלט גראדע נישט אזוי - אבער עס איז נישט מעלה ומוריד. נאכאמאל, די כוונה פון דעם אשכול איז נישט אויסצושמועסן פארוואס א מענטש האט זיך אויסגעקליבן א ספעציפישן ניק - צי עס האט א באדייט צי נישט. מיין פראגע איז דייקא בנוגע צוויי קאטעגאריעס פון ניקס:
1) ניקס וועלכע פארמאגן נעגאטיווע קאנאטאציעס, ווי "שוטה", "משוגענער", וכדומה. און מיין פראגע צו די וועלכע פארמאגן אזעלכע ניקס איז: צי האלסטו זיך טאקע פאר א שוטה? צי ווילסטו מען זאל דיך אנקוקן ווי א שוטה? האסטו א הנאה זיך צו געבן אן אידענטיטעט וואס לייגט דיך אין א נעגאטיוון ליכט?
2) ניקס וועלכע גרויסן זיך מיט סופערלאטיווע טאלאנטן און אייגנשאפטן, ווי "אינטעליגענט", "געשמאקער", "זיס", וכדומה. און מיין פראגע צו די וועלכע האבן אזעלכע ניקס איז: צי האלסטו טאקע אז דו ביסט אזוי אינטעליגענט? ביסטו טאקע א "געשמאקער" אדער דו האסט בלויז א רצון דערפאר? צי קלערסטו נישט אז אזא ניק מאכט דיך אויסזען אראגאנט?
2) ניקס וואס נעמען פאזיטיווע נעמען איז מן הסתם ווייל זיי שעצן גאר שטארק די סארט טאלאנט/סקילס, און זיי פראבירן צו מעפן זייער מיינד לויט די דיקטעיטן פון די פוינט: ער זוכט די קליגשאפט פונעם דיסקוסיע, ער וויל/האט ליב געשמאקייט א.ד.ג.
לעצט פאראכטן דורך
פאקטיש אום דאנערשטאג מאי 12, 2011 4:18 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:06 pm
אה, ענדליך איז דער אשכול ארויפגעפארן אויף די ריכטיגע רעלסן.
יארצייטן,
דיינע שפעקולאציעס זענען זייער צו דער זאך. יעצט ווארטן מיר נאר אז די באטרעפנדע ניקס זאלן זיך אנרופן.
איך וואלט געקענט צולייגן פארשידענע טעאריעס עפ"י תורת הפסיכאלאגיע, אבער פארוואס אויספראקן מענטשן ברבים ווען זיי אליין קענען קלארמאכן דעם פראצעס וואס האט זיי געפירט זיך אויסצוקלויבן אזעלכע ניקס.
דערווייל האבן מיר שוין צוויי ביאורים אויף אזעלכע ניקס. "אויפריכטיג" רעדט זייער אויפריכטיג אז זיין ציל איז פשוט צו זיין אויפריכטיג. "קרעיזי'ס" ערקלערונג האט מיר אויפגעברענגט א שמייכל.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:17 pm
איך ענטפער נישט פאר איך באקומם א ביאור אויף קריאת השם קארל.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 3:04 pm
אינטעליגענט האט געגעבן א הסבר, קוק אין זיינע ערשטע תגובות, אויב דענק איך גוט איז די סיבה נאר אלץ היפך פונעם ניק קרעזי, געב א זיך אויף.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 3:16 pm
פארוואס טאקע איז נאכנישט דא קיין ניק "פסיכאלאג" (אפשר איז שוין יא דא?)
איך בעט פון די אלע פסיכאלאגן דא אין דעם אשכול זאלן עס פרובירן צו דערגרינטעווען
דאנערשטאג מאי 12, 2011 5:18 pm
מיר האבן געהאט דא אמאל א פסיכאלאג אונטער'ן ניק "דניאל פישר"...
דאנערשטאג מאי 12, 2011 5:18 pm
קארל, עפ"י תורת הפסיכאלאגיע צו וואס האב איך זיך אויסגעקליבן אטא דעם ניק?