Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אדווערטייזמענט: וויפיל צאלט איר פאר אייער מעינטענענס??

דאנערשטאג מאי 12, 2011 8:59 am

"צפון!" שרייט די טאטע, "חיים'ל, זאג שיין צפון". צפון, מ'נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן און מ'עסט עס פאר חצות...

אוי וויי!!! ווי ליגט די אפיקומן... איך זעה עס נישט!!! איך האב עס דא באהאלטן, פארפירט חיים'ל'ס טאטע. חיים'ל קומט צו לויפן מיט איין שמחה, טאטי, איך האבעס געגאנוועט, איך געבעס צוריק אבער איך וויל זאלסט מיר קויפן א "לעלו"... יא, א "לעלו" אזוי ווי משה'לע'ס טאטע האט, ער איז א "צאלע" איך וויל אזא "לעלו"... ווען איך גיי זיין א טאטע גייעך זיין א עכטע "צאלע".

נו , אז חיים'ל בעט, העמער אריבער גיין צו משה'לעס הויז און זעהן וואספארא "צאלע לעלו'ס" משה'לע'ס טאטע האט.

ביי משה'לע'ס טאטע אין הויז האט מען זיך אויך פריער געזעצט צום סדר, ב"ה אלעס קלאפט, משה'לע'ס טאטע זיצט אויפן היסב בעט און צוטיילט די מיטעלסטע מצה, און ווי נאר משה'לע מיט זיינע געשוויסטער האבן גע'פסק'ט אז די שטיקל איז די גרעסערע העלפט, און דאס גייט מען אוועקלייגן פאר אפיקומן, איז צו זייער שמחה נישט געווען קיין גרעניץ. משה'לע האט שוין אנגעפאנגען צו וועבן פלענער וויאזוי ער גייט גנב'ענען דעם אפיקומן אנא דעם וואס זיין טאטע זאל אפילו באמערקן, און נאכדעם וואס ער גייט בעטן פאר אפיקומן.

"מגיד!" רופט משה'לע'ס טאטע אויס, משה'לע זאגט שיין "מגיד מ'זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא..."

ענדליך מ'גייט שוין פרעגן די קשיות, משה'לע איז זייער פרייליך, די לעצטע פאר יאר, זינט ער איז שוין גרויס און ער קען שוין אליין פרעגן די קשיות, איז זיין טאטע קיינמאל נישט געווען אינדערהיים ביי מגיד, אלעמאל איז ער געלאפן אויף א הצלה קאל, און ער האט נאר געהערט פון אנדערע קינדער אז זיי האבן געפרעגט שיין די קשיות פון זייער טאטע ביים סדר, אבער ער האט נאכנישט געהאט די זכיה דערצו. און טאקע פארדעם האט פארגאנגענע יאר די גאנצע משפחה צוזאמען געבעטן פאר "אפיקומן" פון זייער טאטע אז ער זאל מער נישט ארויסגיין אינמיטן די סדר צו א קאלל, און טאקע לכבוד דעם האט זיך משה'לע היינט אראפגעלייגט פאר אפאר שעה צו קענען זיין אויסגערוהט. א קלייניגקייט? ער גייט פרעגן די פיר קשיות פון זיין טאטע אליין! און דערווייל האט זיין טאטע געהאלטן ווארט, דעריבער איז צו משה'לע'ס שמחה נישט געווען קיין גרעניץ! מ'האלט שוין דא! ער גייט שוין פרעגן די קשיות פון זיין טאטע.

"נו, משה'לע הייב אן טאטע לעבן", זאגט משה'לע'ס טאטע. משה'לע שפרינגט אויף און גלייך שלעפט ער זיך ארויף אויפן בענקל מיט א שמחה און ער הייבט אן: טאטע לעבן, איך וויל דיר.....

פפפפפפפפיייייייייייייףףףףףףףףףףףףףףףףףףףףף.....! א פייף האט איבערגעהעאקט אונזער משה'לע'ס זיסע קול'כל... מ'הערט ווי די דיספעטשער שרייט "עני יוניט עוועילעבל... אלערדזשיק ריעקשן... קאוד וואן..." אוי וויי געוואלד!!! א קינד שטיקט זיך, ער קען נישט אטעמען, און דאס קינד וואוינט בלויז 2 הייזער אוועק!!! נישט דא וואס צוטראכטן, משה'לע'ס טאטע הייבט זיך אויף, לאזט אלעס איבער אונטער זיך, און מיטן קיטל לויפט ער ארויס צו זיין קאר, כאפט זיין עקוויפמענט און לויפט ראטעווען א אידיש קינד.

ס'שוין דורך 5 מינוט, און משה'לע שטייט נאך אלץ אויפן זעלבן פלאץ, ער האט נאך גרייט זיין שבכל הלילות פינגער... ער קען נישט נישט גלייבן וואס ס'האט אקורשט פאסירט. איז זיין טאטע טאקע נישט דא? איז זיין טאטע טאקע ארויסגעלאפן???

זייענדיג א קינד פון א מעמבער אין די 'חברה הצלה' ווייסט ער שוין אז זיין טאטע קען צומאל אוועקלויפן אינמיטן א שבת'דיגע סעודה, אפילו אינמיטן שמועסן מיט אים, אדער אינמיטן דאווענען, און אפילו אינמיטן שופר בלאזן איז זיין טאטע שוין ארויסגעלאפן, ער איז שוין היפש געוואוינט דערצו, ער ווייסט אז מ'טאר נישט וויינען, זיין טאטע ראטעוועט מענטשן, ער טוט א גרויסע מצוה, אבער אזאנס? כאבעם דאך געבעטן פאריאר פאר אפיקומן אז ער זאל נישט גיין, און ער האט געזאגט אז ער גייט פראבירן נישט צו גיין, און איך האב מיך גוט איינגע'חזר'ט די 4 קשיות כדי מיין טאטע זאל זעהן אז איך קען עס גוט, איך האב מיך אראפגעלייגט שלאפן נאכמיטאג צו זיין גוט אויסגערוהט, און דא... אזאנס???

דריי שעה שפעטער ווען משה'לעס טאטע האט אראפגעשטיגן די טרעפ פונעם אמבולאנס און געמאכט זיין וועג צוריק צו זיין שטוב, פראבירט ער צו הערן פון פענסטער וואס דארט טוצעך, וואס טוהען די קינדער? וואס טוט משה'לע? ער הייבט אן ארויפצוגיין די טרעפ צו זיין הויז, ס'איז שטיל... ער שטייט שוין אונטער די טיר, ס'איז שטיל... ער מאכט אויף די טיר... זיין הארץ צוגייט אים, ער פיהלט ווי ער מוז רופן הצלה... ער קען עס נישט צוקוקן, זיין משה'לע וועלעכער איז שוין איבעגעמידעט שטייט ביי זיין מאמע'ן און וויינט האלב שלאפענדיג "טאטי האט מיך צוגעזאגט אז ער גייט נישט ארויסלויפן" און... ער וויינט... משה'לע'ס טאטע קען דאס נישט צוקוקן.

ס'האט גענומען עטליכע שעה פאר משה'לע'ס טאטע זיך צו בארואיגן, ער האט טאקע שיין בארואיגט זיין משה'לע, און צוגעזאגט אז מארגן גייט ער עם אויסהערן די קשיות. אבער טיף אינערליך איז ער זייער צוטראגן. פון איין זייט דאנקט ער און לויבט דעם אייבערשטן אז ער האט זוכה געווען צו ראטעווען א אידיש קינד! א קלייניגקייט? געראטעוועט א איד ממות לחיים ממש!!! אבער פון די אנדערע זייט טוט עם וויי אז די שענסטע צייט פון יאר אויף וואס די קינדער קוקן אזוי ארויס, "די סדר נאכט" האבן זיינע קינדערלעך נישט זוכה געווען צו פראווען אינאיינעם מיט זייער טאטע. ער איז זייער צושאקלט.

טייערע אידן. לאמיר נאר אריינקלערן, וואס האט משה'לע'ס טאטע דא געטוהן? ער האט אוועקגעגעבן זיין נחת, די גאנצע האראוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט די לעצטע פאר טאג זיך צוצוגרייטן צום סדר נאכט, ער האט געלערענט ספרי קודש, מדרשים ער זאל האבן וואס צו דערציילן פאר זיינע קינדער, דעם והגדת לבנך, ווי אויך די פארגעניגן פון זיינע קינדער און פון זיין משפחה, אלעס האט ער אוועקגעגעבן. פאר וועם? נישט פאר זיך, און נישט פאר "יענעם" נאר פאר "אייך"!!

אסאך מאל ווען מ'הערט א הצלה קאר פארן צו א קאל טראכט מען צו זיך, נעבעך, וואס איז שוין ווייטער געשעהן צו "יענעם" איד? דער "יענער" איז אזא רחמנות! און ווען ס'קומט צו געבן געלט פאר הצלה טראכט מען די זעלבע. יא! הצלה ראטעוועט "מענטשן" יעדן טאג, איך האב אליינס געזעהן א עקסידענט ווי זיי זענען דארט געווען. נעעעבעעעעך, "יענער"... אנטשולדיגט, ס'איז א טעות! נישט "יענער"! אמת, דאס מאל איז עס נישט געווען ביי אייך אין שטוב, אבער וויפיל מאל א יאר לויפט דער זעלבער וואלאנטיר ראטעווען "אייער" משפחה מיטגליד, עלטערן, געשוויסטער צו קינדער.

לאמיר נאר אריינטראכטן וויזוי ס'קוקט אויס ווען א מענטש קויפט זיך א הויז. מען איז פארנומען און מען מאכט זיכער אז ס'דא א גוטע "מעינטענענס קאמפאני", די מעינטענענס פירמע גאראנטירט אז ווען די עלעוועיטער צוברעכט זיך ווערט עס געפיקסט "די נעקסטע טאג", און טאמער א פייפ קראכט, אה, דאס איז שוין אן "עמערדזשענסי". ביז "2-3 שעה" איז א פלאמבער דא! וויפיל מער וואלט איר געצאלט אז דער פלאמבער זאל זיך אונטעריאגן אין זיין דא אין 3 מינוט פאר די וואסער קען אנמאכן שווערע שאדענס? וויפיל וואלט איר באצאלט אז אייער "מעינטענענס קאמפאני" זאל זיין אויסשטאפירט מיט די בעסטע "עקוויפמענט" צו קענען פארעכטן אלע פראבלעמען גענוג שנעל?

ר' איד, סטאפ! שטעלט אייך אפ! טראכט אריין גוט פאר איין מינוט! ווען אייער קינד צוקלאפט זיך, אדער עימיצער שפיהרט זיך נישט אזוי גוט און מ'דארף תיכף ומיד האבן די "מעינטענענס קאמפאני" ווי לאנג געדויערט פאר זיי צו זיין דארט, "1 מינוט"??? און טאמער ס'פאסירט - ס'זאל נישט פאסירן - עפעס מער א ערענסטע זאך זענען זיי דא אין "סעקונדעס"?? וויפיל וואלט איר געצאלט פאר אזא געשיקטע "מעינטענענס קאמפאני"?

פאר אייער הויז באצאלט איר שווערע געלטער פאר "מעינטענענס" יעדע חודש, וויפיל באצאלט איר פאר די "מעינטענענס" פון אייער גוף? פון אייער הארץ? פאר אייער געזונט? איז דען פארהאן נאך איין "מעינטענענס קאמפאני" וואס איז גרייט 24 שעה, 7 טעג א וואך, 365 טעג א יאר?? די "עמערדזשענסי ריפעיר" סטעף איז גרייט יעדע סעקונדע פונעם יאר און קומען אן צו הילפס רופן אין "געציילטע סעקונדען"! וויפיל וואלט איר געצאלט פאר אזא "מעינטענענס קאמפעני"??

"חברה הצלה" איז די "מעינטענענס קאמפאני" פאר "אייער" געזונט! זיי שטייען גרייט על כל צרה - ס'זאל זיך נישט מאכן - 24 שעה א טאג, 365 טאג א יאר, ערב'ס, מוצאי'ס, פורים, פסח, הושענה רבה. נישט דא קיין איין סעקונדע פון יאר וואס זיי זענען נישט גרייט! רעב איד, מאכט אייך דעם חשבון און מאכט זיכער אז "אייער" "מעינטענענס קאמפאני" איז גרייט מיט די בעסטע עקוויפמענט "אייך" צו סערווירן!! מ'זאל עס נישט דארפן.

קומט ארויס ווייזן שטיצע פאר משה'לע'ס טאטע וואס איז א וואלאנטיר פאר "אייער" "מעינטענענס קאמפאני", ער גייט אייך אפווארטן ביים דינער, ער וויל ענקער חיזוק, ער וויל זעהן ווי איר ווייזט אים ארויס שטיצע, און איר זאגט עם "איר זענט דא פאר "אונז" ווען "אונז" דארף מער אייך, דא האט איר מיין שטיצע דא האט איר מיין יערליכע "מעינטענענס" שעיר, איר קענט גיין קויפן נייע "עקוויפמענט" צו קענען ראטעווען "מיך" אדער א צווייטן איד, מ'זאל נישט דארפן.

אכטונג תושבי וויליאמסבורג. קומט ארויס "היינט" נאכט, דאנערשטאג פרשת בהר אין זאל פון "ראוז קעסטל", מחזק צו זיין משה'לע'ס טאטע. און שיקט ענקערע פרויען זונטאג פרשת בחוקתי מחזק צו זיין משה'לע'ס מאמע... קויפט וויפיל ראפעלס איר קענט, מעגליך אז איר וועט געוואונען א "לעלא פאר חיים'ל"...

נ.ב. אויב קענט איר נישט זיך פערזענליך באטייליגן, קענט איר נאך אלץ קויפן ראפפעל'ס אנליין דורך קליקן אויף די לינק.

Advertisement

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:12 am

צו באשטעלן די סארט אדווערטייזמענט ביטע זיך פארבינדן מיט ads@ivelt.com

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:16 am

וויכי, אזוי גאר?! די ביסט דער שרייבער דא?? אויב האט מען סיי ווען אמאל גענוצט דעם באקאנטן רבי קשיא "אויב קענסטו יאאא... וואו ביסטו געווען ביז היינט??" איז דאס קיינמאל נישט געווען אזוי אקטועל ווי יעצט!

זייער גוט געשריבן, זייער עמאשענעל געווזען.. און יאפ! ס'איז א וויכטיגע צוועק, הגם איך צאל נישט פאר קיין מעיטענענס פירמע, ווייל איך האב נישט. אבער 'חברה הצלה' האב איך יא! זיי זענען סיייווי דא פאר מיר סיי ווען, אלזא וועלן מיר זיך טאקע משתתף זיין היינט נאכט ביים וויכטיגן דיננער.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:26 am

יענטאאאש!!!!
יו מעיד מיי דעי..........

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:58 am

א מעסטער-פּיס פון וויכי; גאר גוט אראפגעלייגט!

ויה"ר אז די אלע "וויכטיג מאכער'ס", און די אלע וואס פארמאגן לעלו'ס, זאלן שוין קענען זיצן אינדערהיים ביים סדר, און רואיג אויסהערן משה'לען - ברפואת וישועת כלל ישראל ונאמר אמן.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 10:12 am

וויכי, כגלייב נישט וואס איך זעה אזוי גוט אראפצולייגן, זייער עמאשענעל, כהאב זיך ממש געשפירט ווי משה'לע אליין...

און אוואדאי וועלמיר גיין שטיצן די געטרייע איבערגעגעבענע הצלה וואלונטירען...

דאנערשטאג מאי 12, 2011 10:21 am

וויכי געוואלדיג גוט אראפ געלייגט! A-1 ;l;p-

א האלבע שעה בין איך געשטאנען אין שפעקולירט צו דערגיין ווי קומט הצלה צו מעינטענענס, ביז איך האב גענדיגט ליינען און געזען אז דאס איז עס טאקע.

הצלה איז טאקע די ארגאנאזאציע ווי איך גיי יעדע יאר צום פאדי און איך לייגן אריין א נדבה כפי יכלתי, און יא איך האב שוין געווינען אויך.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:15 pm

הצלה איז מסתמא געווען די ערשטע ארגעניזאציע וואס האט ארויסבאקומען פון מיר "צען מאל ח"י" אין מיין לעבן, און זינט דאן האב איך קיינמאל נישט פארמינערט דערפון, אין טייל פעלער מוסיף געווען.

און דאס איז מסתמא די בעסטע וויכי ארטיקל ביזדערווייל, לאמיר האפן אויף נאך אזעלכע און נאך בעסערע ווי דאס.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:04 pm

וויכי ......!

הצלה הצלה
האסטו מיר גענומען אויף א רייד,יוא בין איך דיזי אלעס דרייד זיך.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:07 pm

וויכי האט מיר צוגעזאגט אז היי יאר גייט ער נישט אנטלויפן אינמיטן דינער, קומסט גרויזאמער?

דאנערשטאג מאי 12, 2011 3:03 pm

וויכטיג מאכער, דאס ביזטו?

איך גלייב עס נאכנישט אויף דיר, דו וועסט נאך מוזן נאך אפאר אזעלכע ארטיקלען שרייבן אז איך זאל עס קענען גלייבן.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 3:07 pm

שוועמל האט געשריבן:יענטאאאש!!!!יו מעיד מיי דעי..........

?????

דאנערשטאג מאי 12, 2011 3:41 pm

וויכי, איך האף די ערווארטס נישט איך זאל רעספעקטירן די הצלה אזוי ווי די מעינטענעס קאמפאני ביי מיין בילדינג...

!!! הצלה איז אסאאאאאאאך שנעלער !!!

דאנערשטאג מאי 12, 2011 6:31 pm

דו האסט עס אזאנס גוט אראפגעלייגט, אזש ווען איך האב פאר א רגע אויפגעהויבן מיינע אויגן פונעם ארטיקל, און כאב געזעהן מיין צוויי יעריגס שפאצירן געמיטלעך מיט א פרעצל און מויל, האבעך א קוויטש געטאן "חמץ... חמץ...!"

כקען גארנישט צולייגען צו דערצו, נאר אז איך האף אז דערוילעם וועט שכל האבן און עפענען די קעשענעס (און ווער עס האלט די געלט אין די בערזל, די בערזל...) און באגיסן מיט גרויסע ריזיקע סכומים אין עהרע פון די מוסרי נפש שלא על מנת לקבל פרס.

ומכאן הקריאה יוצאות פאר די אלע "וואנע ביס" ווי מערופט עס (איך צייל זיך גראדע נישט צווישען זיי...) אז זיין א הצלה וואלאנטיר איז נישט קיין פיקניק, און דאס קומט מיט גאר אסאך קאמפרעמאציע, ווי מקען דאס פארשטיין פון מורה מורינו וויכי'ס ארטיקל.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 6:53 pm

קאן נישט זיין בעסער וויכי! מאסיוו!!!

דאנערשטאג מאי 12, 2011 7:21 pm

ווער פאר א גוט יאר רעדט דארט אויף די "קומט אלע אין די מאסן" קאר?
ער איז שוין געפערליך הייזעריג...

דאנערשטאג מאי 12, 2011 7:21 pm

וויכי! געוואלדיג ;l;p-

האסט מיר אזוי איבערגענומען, איך האב אזוי רחמנות אויף דעם קינד, איך מיין אז איך וועל בלי נדר קיין הצלה מעמבער נישט ווערן...

דאנערשטאג מאי 12, 2011 7:33 pm

לעלא לעלא פיפ פיפ פיפ!!!

וואסיז געשען פרעגסטו?? אה גארנישט, א סוער פייפ האט געפלאצט, וואס קוקסטע מיר אזוי אן?? די ווייסט טאקע נישט וואס ס'גייט פאר לעצטענס? זייט וויכי האט גע'פסק'ענט אז מעינטענענס חברה דארפען לויפען צו קאלס אזוי געשיקט וואו די הצלה אינגעלייט, האבען זיך אלע וואנעביס (נישט יאר פרענד) און רייסערס זיך איינגעשריבען אדער געעפענט מענטענענס קאמפעניס, און זיי האבען זיך אויפגעריסען מיט סייטס און ליירינס!!

וויצען און א זייט געלייגט, וויכי סיז עפעס מורא'דיג עמאושענעל געוועזען, איך האלט אז סיז נישט מער וואו יושר אז מיין לאקאלע הצלה דא זאל אויך צושטייער געבן פאר די עד, ווייל זיי גייען דא אויך מאכען געלט דערפון....

דאנערשטאג מאי 12, 2011 8:03 pm

וויכי נעיני: די ביסט גוט, ד י. ב י ס ט. ג ו ט..
ווען איכהאב גענדיקט ליינען דעם ארטיקל האב איך ארויסגענומען מיין בערזל ארויסגענימען די קרעדיט קארט און....... ס'געווען דיקלייענט...
אבער די האסט געמאכט א ווינדערהאפטיגע און ברייטפארכטיגע און רעכטדענקיגע ארבייט. א שמייכל צו טאן און א קרעכץ צו געבען, פונקט ווי די האסט אראפגעלייגט פינקי'ס דרשה ביי רופא חולים דינער....
און פאר די אלע וואנע ביס און צו דיר מיין פריינד "דיין פריינד" וואס איז נישט קיין וואנע בי, אפשר גאר א אנדער קאווערט חברים מעבער, ווי מ'הערט עם אסאך מאל זאגען אויפן ראדיאוי "פאסיבעל פלעט ביי קארנער לי אנד העיווערט קאד וואן,,,
און די אלע וויכטיג מאכער'ס ווי מ'רופט זיי, אויב וועט עטס געבען פאר הצלה, אפשר וועט מען זעהן און הימל אז עטס ווילטס באמת העלפן מענטשן איז לשנה הבא וועט עסט קענען ווערן אפשר לייף גארדס,,,,

דאנערשטאג מאי 12, 2011 8:34 pm

אלס זייטיגע זאך. איז נישט בעסער אז מ'זאל נישט פירקלען אין דעם אשכול? איך מיין אז אין די ארגינעלע אשכול קומט נישט קיין הערות. מ'דארף עפענען א באזונדערע אשכול פאר הערות און דאס לאזן נאר מיט די עד. דאס איז מיין מיינונג.

דאנערשטאג מאי 12, 2011 8:51 pm

וויכי!!!!!

געלעגער איך האלט אז די פירקלען געט נאר צו צו די עד

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:05 pm

איך בין אלדעוועיס מסכים מיט וואדקע

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:09 pm

אשר ווילבער האט געשריבן:און פאר די אלע וואנע ביס און צו דיר מיין פריינד "דיין פריינד" וואס איז נישט קיין וואנע בי, אפשר גאר א אנדער קאווערט חברים מעבער, ווי מ'הערט עם אסאך מאל זאגען אויפן ראדיאוי "פאסיבעל פלעט ביי קארנער לי אנד העיווערט קאד וואן,,,

שוין יארן נישט געהערט אזא גוט'ס!

דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:13 pm

וואדקע האט געשריבן:וויכי!!!!!

געלעגער איך האלט אז די פירקלען געט נאר צו צו די עד

פרייטאג מאי 13, 2011 7:09 am

א ריכטיגער וויכטיג מאכער!
טייערע חברי הקרעטשמע.
שוין יארן וואס 'צאלע' מאכט א כינעזער ליציטאציע פאר מענער דאנערשטאג פאר די גרויסע פרויען ליציטאציע, הכלל, איך בין קיינמאל נישט געגאנגען אהין, ווייל ס'האט מיר נישט געצויגן צו גיין און פערטיג, יא כ'האב געגעבן די געלט פאר די ב"ב שתחי' זי זאל גיין דערמיט און אויסוועלן וואספארא בעדגעוואנט סעט זי דארף, אדער וואספארא שפילצייג זי דארף, און בזה החל ובזה כלה.

נעכטן נאכן ליינען וויכי'ס אנדערע ניק'ס ארטיקל, בין איך געווארן אנגעווארימט, אודה ולא אבוש עס האט גערעדט צו מיר, און נאך מעריב רופט מען אן די חבריא און מען שמועסט אפ א צייט, און מען גייט.

באמת האב איך געהאט נאך א כונה, נעמליך, פון וויכי'ס ווערטער קוקט אויס אז ער גייט זיין דארטן טעטיג, ווייל א וויכטיג מאכער, וועלכער קומט אן צו צכ"ל (צ'אלעס כ'ינעזער ל'יציטאציע), איז דאך ווארשיינליך ביזי, נו ווער וועט אנהאלטן ברייט אפן זיין מויל, זיינע צוויי הענט וועלן דאך זיין פארנומען, (אויב פארשטייסטו נישט דאן קוק איבער זיין אוועטער), האב איך געטראכט אז אפשר וועל איך אהינגיין און עס אנהאלטן שטארק למען יעמוד ימים רבים.

למעשה קום איך אן און לא דובים ולא יער, נישט קיין וויכטיג מאכער און ניטאמאל קיין וויכי, ר'יז נישטא פאר קיין רפואה, יעדעם האב איך געזעהן אבער אים נישט. כ'האב אנגעהויבן צו טראכטן אפשר איז ער גאר אן אנדערער ווי כ'האב געמיינט, און כ'געב א גיי צו צו מיינס א חבר א צאלע און כפרעג אים 'סט געזעהן וויכי?, און ער קוקט מיר אן ווי פון די לבנה אראפ, און ער פרעגט מיר, כיכי? וואס?.

כ'האב געזעהן אז נישטא צו וועם צו רעדן און כהאב באשלאסן אז דער וויכי איז א עכטע וויכטיג מאכער, ער קען אנדרייען יענעם און ער אליין איז נישט צום האבן, הכלל איך גיי אריין אין די אונטערשטע זאל, און איך גיי צו צו די באריקאדעס, און אט זעה איך א טוץ אינגלעך, וועלכע שטייען גרייט מיר צו העלפן, און איך טראכט אפשר ווייסן זיי ווי וויכי איז, און כ'גיי צו און כ'פרעג א אינגל ווי איז וויכטיג מאכער?, און ער געט מיר אזא קוק אן מיט א שטרענגע בליק, און נעמט זיך שימפן, וויכטיג מאכער שמיכטיג מאכער,ווען דו ביסט געווען א אינגל האסטו אויך געוואלט דא זיין, נייו?!, איך זעה מיין בראך דער אינגל מיינט אז איך האב אים געמיינט צו פרעגן צו ער איז א וויכטיג מאכער, און איך לויף אוועק פון דארט אווי די שווארצע פעפער וואקסט.

טייערער וויכי! צכ"ל אן וויכי, איז געווען ווי א דארף אן א הונט, ווי א סאדע מאשין אן קאלע, און ווי היידפארק אן א ליגנט, ווי ריעלי מיססד יו!
לעצט פאראכטן דורך צולייגער אום מאנטאג מאי 30, 2011 8:07 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement