בארואיגט אייך, מיר מיינען נישט אייער שלעכטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

בארואיגט אייך, מיר מיינען נישט אייער שלעכטס

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך פאברואר 14, 2007 6:42 pm

ער האט זיך באליידיגט, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס פאסירט, אבער ער נעמט עס זייער פערסענעל.

לאמיר מקדים זיין, מ'רעדט דא ניטאמאל פון א ילוד אשה, ער איז נישט קיין מענטש, נישט קיין חי' ניטאמאל א צומח, א פלעינער דומם, אבער ווען דו טשעפעסט מיט אים קען ער זיך באליידיגן.

די מעשה אין קורצן גייט אזוי, איך האב אין מיין קאר צוויי קליינע מאשינען, איינס איז דער בלו-טוט, עקשעלי איז עס גרעי, באט אז די אראנדזשע קעסטל אויפן עריפלאן איז שווארץ קען דעס אויך זיין בלו. דאס צווייטע מאשין איז אן איי-פאד, וואס ביידע פון זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען מיך לערנען בלק אויב איך לאז זיי אליינס איבער אין קאר איבערנאכט.

איך דארף אייך נישט צו זאגן, ווי מיין ווייב און שווער שעמען זיך ווען איך גיי אנגעטון דעם בלו-טוט, ס'שטייטש הלמאי, דעם בחור וואס מ'האט פון ישיבה ארויסגענומען האט מען געוואוסט אויף זיכער אז אויב קיין רשכבה"ג נישט איז כאטש הגאון הגדול הדגול דאס זיכער, און דא אזא בראך, מיט א בלוטוט גייט ער ארום..

איז כדאי נישט מצער צו זיין די דאזיגע עלעמענדן – כאילו איך פארדיען עפעס אויב איך מאך זיי פרייליך.. פארגעסט נישט דער שוויגער וועט אויך זיין פרייליך!! אהא, דאס איז שוין יא עפעס אמת? – האבן מיר געמאכט אז מ'וועט עס ניצן נאר אין קאר, אין גאנץ משפחת סהדותא איז געווארן גוט אויפגעלייגט.

אבער ווי יעדע דבר שבקדושה מאכט זיך א מעשה אזוי, אז ווען ס'איז ביטער קאלט, אין מ'לאזט דארט איבער די כלים ווערן זיי אויס מענטש! איך רעד נישט פונעם פאקט אז אנטון אזא בלוטוט אויפן אויער מאכט אז די אויערן זאלן אנפאנגן זיך צוצוברעכן פאר קעלט, ארבעט ער אויך נישט די ערשטע צוויי דריי מינוט, און דאס זעלבע מיטן איי-פאד. גרויסע מומחים וואס זיצען אינעם הייסען בור יעדן צופרי מיט די ריקן אנגעלאנט ביים ווינקל זאגן, אז אזעלכע מאשין קען פשוט שלאפן גיין פון אזעלכע עינויים קשים, מ'דארף זיי באהאנדלן מיט א געוויסע מאס ווארימקייט.. נישט עס שלאגן אדער קלאפן ווען איך וויל עס אויפוועקן, זיי קענען חלילה קאליע ווערן אינגאנצן..

ועל זה קא בכינא, מאשינדעלעך מאשינדעלעך, אל נא אחי תרעו, מיר ווילן אייך חלילה נישט וויי טון, מיר ברענגן אייך נישט אריין אין שטוב נאר כדאי קיינער זאל אייך נישט באפאלן מיט קללות נמרצות, דעטס איט, נאטינג פערסענעל.

מי יתן אז איינע פון די מגי"ש וואס רעדן צום איי-פאד גאנצערטע דרשות, זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל דאס מסביר זיין פארן מאשינדל, ער זאל זיך נישט שפירן אזוי געטראפן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך פאברואר 14, 2007 6:55 pm

חחחחחחחח....

יגר A-1 מייסטערהאפטיג,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך פאברואר 14, 2007 6:57 pm

יגר'ל, ס'איז ריזיג, און ממילא באקומסטו פון מיר א ריזיגן יישר כח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 14, 2007 7:09 pm

יגר, וואס זאל איך דיר זאגן?
האסט געמאכט מיין טאג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך פאברואר 14, 2007 7:10 pm

דיין טאג אדער נאכט? (ס'איז נאר אגב.)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 14, 2007 7:19 pm

ביי מיר איז נאך בייטאג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 14, 2007 8:03 pm

זייער פיין געזאגט יגר'ל - מיטן אלטן טעם וואס נאר יגר_סהדותא קען אריינלייגן אין אן ארטיקל!

(עצה טובה: אפשר איז כדאי איינצואוויקלן די אפוד מיטן שן תכלת אין א קאלדרע וועלן זיי נישט פרירן אין די פארפרוירענע נעכט)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך פאברואר 14, 2007 8:16 pm

יגר'ל;

ריזיג, די בעסטע איז מיר נאך געפאלן די לעצטע שורה 'מי יתן אז איינע פון די מגי"ש וואס רעדן צום איי-פאד גאנצערטע דרשות, זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל דאס מסביר זיין פארן מאשינדל, ער זאל זיך נישט שפירן אזוי געטראפן.', דאס איז בעסער ווי גוט.

ביידיוועי, האסטו גענומען א בת אחותו, איך זעה אז דו ביסט אן איידעם ביי סהדותא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 14, 2007 8:18 pm

ניין, ער האט פשוט גערעדט פון זיין אייגענע פאמיליע (אזוי פארשטיי איך עס)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 11:38 am

קודעם א ריזן יישר כוח פאר די מיה, צו אריינברענגן א ווארימקייט מיט א תוכנ'דער שמייכל אין די קרעטשמע.


קרעמער האט געשריבן:(עצה טובה: אפשר איז כדאי איינצואוויקלן די אפוד מיטן שן תכלת אין א קאלדרע וועלן זיי נישט פרירן אין די פארפרוירענע נעכט)


די עצה איז נאר פאר א מענטש וואס האט חיות אין זיך. א_נישט וועט די קאלדערע האלטן קאלד די אפוד מיט די תכלת שן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 1:04 pm

עס וועט אים אבער אפהיטן פון די בייזע ווינטן וואס בושעווען אינדרויסן, ער וועט בלויז פארבלייבן מיט זיין נאטורליכע מעטאלענע קעלט צו וואס ער איז געוואוינט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 1:32 pm

נאר אויף דעם היט שוין אפ די שויבן פונ'ם אויטא. אויב יגר'ל פארמאגט דאס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 1:37 pm

סאכדעס האט געשריבן:נאר אויף דעם היט שוין אפ די שויבן פונ'ם אויטא. אויב יגר'ל פארמאגט דאס.

אויב ער פארמאגט וואס? די קאר אדער די שויבן?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 1:38 pm

די שויבן אויף די קאר.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 1:44 pm

אה.
(א תגובה)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:03 pm

נישט איינס נאר צוויי, די שאלע איז דאך אויך איבריג

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:05 pm

לכאורה איז עס מער ווי צוויי.
An article a day keeps the babies away

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:11 pm

א מין גערעדעכטס

(א סטעיטמענט)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:15 pm

זייטס שוין שטיל איך ווארן

(א פראסק)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:23 pm

OUCH
(פון די פראסק)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:29 pm

איך מוז לאכן.

דער אשכול הייסט: בארואיגט אייך, מיר מיינען נישט אייער שלעכטס, און ס'ענדיגט זיך מיט קלעפ..

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 2:41 pm

וואס לאכסטו? דיין רבי האט דען אנדערש געזאגט ווען ער האט דארלאנגט, אדער אריינגעהויבן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 5:47 pm

סאכדעס, גאנץ גוט.

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » מאנטאג פאברואר 19, 2007 9:29 pm

יגר, חחחח. דאנקע שיין, עס איז ריזיג

איך בין טאקע שפעט, אבער אלץ בעסער ווי קיינמאל,

----------------

סאכדעס/מאשקע
A-1


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט