געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג מאי 10, 2011 2:26 pm
פארוואס זעהט מען אז אלטע בתי טרטיאות אלטע טיאטערס פון תקופת רומא איז דא א דימענד איבערצובויען אויף די אריגינעלע געבוי און משפילט ווייטער די טמנא'ע שויס, אבער היימישע ערליכע אידן וועלן נישט איבערבויען חורבות פון בתי כנסיות אין א"י.
היתכן???
קיין איין אלטע שוהל האט מען נישט איבערגעבויט מיט איר אלטע קוק, פארוואס זאל מען נישט איבערבויען די שוהלן אין קצרין, ארבל, ברנעם, הר שמאי און נאך פון די תקופות התנאים והאמוראים?
דא האט איר א ארכיטעקטורעל מאלעריי ווי אזוי בערך די שוהל האט באדארפט אויסקוקען
מען מאכט נאר "שיין" די אלטע מערה מיט איר אלטע חן, ממאכט שטיבלאך פאר מנינים, אנשטאט דאווענען בקביעות אין שיינע שוהלן, אדער אלטע שוהלן, מיט א שטיקל הכנה דרבה צום דאווענען, פארוואס נישט לאזן די אלטע בנינים מיט איר אלטע חן, מקען בויען אראפציר פונעם בארג נייע בילדינגס מיט שאפס פאר די טוריסטן..., אבער לאז געמאך די הייליגע מקומות.מטרעפט אז חסידות'ר מאכן איבער די חצירות פון דערהיים, א גאנצע רעש מבויט פון פריש אויף די מקום קדוש שהצפללו בו אבותינו ורבותינו, אלץ פארשטייט מען, די געפילן זענען געהויבן
וואס טוט זיך מיט די הייליגע פלעצער אין די הייליגע לאנד!!! עפעס נאר די קברים האבן א זכות שיפקדו מקומם, [אדרבא דארט פעהלט נאך אויך א גרויסע האנט, סנאך דא אזויפיל צו טוהן] אבער וואס איז מיט די אלע אור אור אלטע בתי כנסיות! אין מיין שו"ע שטייט אז מטאר נישט שניידן די גראז פון אלטע בתי כנסיות כדי מען זאל דאס זעהן און עס זאל וויי טוהן און אזוי וועט מען עס איבערבויען! ווי זענען אונזערע געפילן?

נ.ב. וד"ל.
Advertisement
דינסטאג מאי 10, 2011 2:45 pm
דערמאנסט מיר פון יענע אידענע, וועלכע האט זיך געשטופט צו זעהן ווי א שוהל איז איינגעהילט אין פלאמען, אידענע, וואס שטופט איר זיך אזוי? האבן די ארומיגע איר געפרעגט
אז כ'האב נישט זוכה געווען צו זעהן ווי דער בית המקדש ברענט זאל איך כאטש זוכה זיין צו זעהן ווי דער שוהל ברענט....
דינסטאג מאי 10, 2011 2:55 pm
קליקו, איידער דו שרייבסט וועגן איבערבויען, שרייב וועגן די שולן זעלבסט, ווי זיי זענען, די היסטאריע פון זיי, און עפעס חידושים וואס מען האט געטראפן, ס'העט ווען געווען אינטרעסאנט
דינסטאג מאי 10, 2011 3:04 pm
רק מעט מזעיר מרבבות העולים מירונה בכל ימות השנה ובפרט ביום ההילולא, מכירים את בית הכנסת העתיק של מירון. בית הכנסת מצוי על גבעה מתנשאת ביישוב מירון, בסמוך לציון הרשב"י. ככל בתי הכנסת הגליליים הוא ממוקם במקום הגבוה ביותר ביישוב, ופונה דרומה לכיוון ירושלים.
בית הכנסת נבנה בתקופה הרומית, הידועה כ "תקופת המשנה והתלמוד" שהייתה תקופה משגשגת לישובים היהודיים בגליל. בית הכנסת נבנה על משטח אשר נחצב בתוך ההר, ובמקום עדיין ניכרים שרידיו. ביניהם ניתן לזהות את קיר הפתח המרכזי אשר משקופו סדוק ופתח נוסף ששוחזר. כמו-כן למקום ניתן לעלות במדרגות שנשתמרו כמעט בשלמותן מאותה התקופה.
אגדות רבות נרקמו סביב המבנה הזה, ביניהם האגדה הידועה, כי אם משקופו ייפול - אות הוא לבואו הקרוב של משיח בן דוד. יש הטוענים, כי הישמעאלים שהתגוררו במשך תקופה ארוכה בכפר מירון, דאגו לתחזק את המשקוף, כדי שחלילה לא יגיע הגואל ויושיע את היהודים.אנשים רבים מגיעים להתפלל במקום לעיתים קרובות, וביניהם אנשי "יד עזרה", תלמידיו של הרה"צ רבי אשר פריינד זצ"ל, אשר מגיעים על פי הוראת רבם זצ"ל לשבות ביישוב מדי שבת מברכים ומתפללים את תפילת ליל שבת בבית הכנסת העתיק.
מקורפארשטייסט שוין?
----
בית הכנסת העתיק במירון נמצא במקום מתנשא מעל הישוב מירון. הוא התגלה מעל למירון הקדומה, אשר נחשפה בחפירות ארכאולוגיות. בית הכנסת נבנה כמקובל במקום הגבוה ביותר בישוב. כפי שרמב"ם פוסק במשנה תורה: כשבונין בית הכנסת, אין בונין אותו אלא בגובהה של עיר, שנאמר " בְּרֹאשׁ הֹמִיּוֹת, תִּקְרָא, בְּפִתְחֵי שְׁעָרִים בָּעִיר אֲמָרֶיהָ תֹאמֵר" (משלי א',כ"א). ומגביהין אותו עד שיהיה גבוה מכל חצרות העיר, שנאמר "לְרוֹמֵם אֶת-בֵּית אֱלֹהֵינוּ " (עזרא ט,ט) . (ספר אהבה, הלכות תפילה, י"א, ב'))
עולה רגל אחר משנת רנ"ו (1495) מספר על בית הכנסת ומשקופו: "עוד ראיתי בית הכנסת מר שמעון בר יוחאי ז"ל, וגם בנין מאבנים גדולות: אבל עתה הוא חרב ולא נשאר ממנו אלה כותל אחד. ואומרים אנשי צפת כי אם יפול הכותל הזה - אז יבוא המשיח". והוא מסיים: " בשנת 1492, שנת גרוש ספרד, החל הכותל ליפול ואז עשו אנשי צפת יום משתה ושמחה"
לאחר החפירות שבוצעו במקום חוזק המשקוף בתבניות מתכת.
מקורא בילד פון דער נאנט
לעצט פאראכטן דורך
קליקו אום דינסטאג מאי 10, 2011 3:11 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג מאי 10, 2011 3:11 pm
נו, איז דאך בעסער אז מ'בויעט עס נישט איבער אז דער משקוף זאל שנעלער אראפ פאלן...
דינסטאג מאי 10, 2011 3:20 pm
טייערע אידעלעך! איך וויל אייך איין זאך אויפקלערן, דאס בית הכנסת קען ווערן צוריק אויפגעשטעלט נאר אין דיין זכות! יא אין דיין זכות!
געלט איז נישט קיין פראבלעם!
די איינציגע זאך וואס פעהלט אויס איז אינטערעסע, אויב סדא אינטערעסע וועט אויטאמאטיש זיין געלט, דאס ווייזט זיך אויף אין אזויפיל פלעצער אז אפילו נישטיגע זאכן אויב סדא אינטערסע ביים עולם דאן וועלן די גבירים עסקנים רעדנערס אלע קומען ווי צום בינען שטאק
פארדעם ביטע נעמט דאס נישט פאר לייכט! איר פאהרט קיין מירון מאכט זיכער צו דאווענען דארטן מאכן א שיעור משניות ליקוט משנות רבי שמעון וחביריו, יא איך האב טאקע נישט קיין געפיל דערפאר אבער דאך אז פון מיין קליינע מעשה קען דאס פאסירן וועט עס נזקף ווערן לזכותך
דינסטאג מאי 10, 2011 6:12 pm
פון דער אנדערע זייט, כל זמן עס האט נאך דעם ארגינעלן אויסקוק, גארנישט געטוישט זינט מען האט איר איבערגעלאזט, פארמאגט דאס אן אויסטערלישן ווערד, אן ארגינעלקייט פון אמאל.
מיטוואך מאי 11, 2011 3:04 pm
רבבה, די שו"ע זאגט אז מען זאל זעהן איבערצובויען אלטע שוהלן און נישט לאזן בחורבנה, פארדעם פאר מען בויט די וויכטיגע שטיבלעך ביי די פארטש פון כהנים זאל מען בעטן די ציבור צו לערנען און דאווענען אין דעם אלטן מקום קדוש.
און פונקט ווי ביי די חורבה שהל אין ירושלים איז עס געלונגען פון אלע הינזיכטן קען עס דא אויך געשעהן
מיטוואך מאי 11, 2011 3:15 pm
די חורבה שול אין אלט שטאט, איז געווען די מדינה'ס אינטרעסן, און דאס האט שוין רבבה געשריבן, עס דארף זיין די ציוניסטישע מדינה'ס אינטערעסן (זיי טוען וואס לוינט זיי פאליטיש, ווי אין אלט שטאט איז עס געווען צו ווייזן רבונות ישראל דארט, נישט תורה'דיג).
מיטוואך מאי 11, 2011 4:16 pm
יהיה כן האט געשריבן:די חורבה שול אין אלט שטאט, איז געווען די מדינה'ס אינטרעסן, און דאס האט שוין רבבה געשריבן, עס דארף זיין די ציוניסטישע מדינה'ס אינטערעסן (זיי טוען וואס לוינט זיי פאליטיש, ווי אין אלט שטאט איז עס געווען צו ווייזן רבונות ישראל דארט, נישט תורה'דיג).
טאקע דאס באדערט מיר קען מען דען נישט טוהן עפעס נאר פאר'ן באשעפערס וועגן?
כלל ישראל איז דאך הייליג, זאל מען אריינמישן אביסעלע נישט כשרע מחשבות ווי למשל אייגענע כבוד, חסידות, עפעס אבי סזאל פאסירן, אויף וואס דען שטייען היינט אלע ארגאניזאציעס און מוסדות? נו זאל מען דא טוהן די זעלבע, אבער סדארף זיין די פאר 'משוגעים' וואס זאלן גיין ווייזן אינטערעסע, פונקט ווי יעדע מוסד הייבט זיך אן פון איין 'משוגענע' און דערנאך פארט עס
מיטוואך מאי 11, 2011 7:47 pm
קליקו האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:די חורבה שול אין אלט שטאט, איז געווען די מדינה'ס אינטרעסן, און דאס האט שוין רבבה געשריבן, עס דארף זיין די ציוניסטישע מדינה'ס אינטערעסן (זיי טוען וואס לוינט זיי פאליטיש, ווי אין אלט שטאט איז עס געווען צו ווייזן רבונות ישראל דארט, נישט תורה'דיג).
טאקע דאס באדערט מיר קען מען דען נישט טוהן עפעס נאר פאר'ן באשעפערס וועגן?
כלל ישראל איז דאך הייליג, זאל מען אריינמישן אביסעלע נישט כשרע מחשבות ווי למשל אייגענע כבוד, חסידות, עפעס אבי סזאל פאסירן, אויף וואס דען שטייען היינט אלע ארגאניזאציעס און מוסדות? נו זאל מען דא טוהן די זעלבע, אבער סדארף זיין די פאר 'משוגעים' וואס זאלן גיין ווייזן אינטערעסע, פונקט ווי יעדע מוסד הייבט זיך אן פון איין 'משוגענע' און דערנאך פארט עס
כ׳בין מוחה פארן בארעדן כלל ישראל
וועלכער מוסד האט זיך אנגעהויבן מיט ׳איין משוגענע׳
ס׳ארא גערעדעכצס דאס?
דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:05 am
יהיה כן האט געשריבן:קליקו האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:די חורבה שול אין אלט שטאט, איז געווען די מדינה'ס אינטרעסן, און דאס האט שוין רבבה געשריבן, עס דארף זיין די ציוניסטישע מדינה'ס אינטערעסן (זיי טוען וואס לוינט זיי פאליטיש, ווי אין אלט שטאט איז עס געווען צו ווייזן רבונות ישראל דארט, נישט תורה'דיג).
טאקע דאס באדערט מיר קען מען דען נישט טוהן עפעס נאר פאר'ן באשעפערס וועגן?
כלל ישראל איז דאך הייליג, זאל מען אריינמישן אביסעלע נישט כשרע מחשבות ווי למשל אייגענע כבוד, חסידות, עפעס אבי סזאל פאסירן, אויף וואס דען שטייען היינט אלע ארגאניזאציעס און מוסדות? נו זאל מען דא טוהן די זעלבע, אבער סדארף זיין די פאר 'משוגעים' וואס זאלן גיין ווייזן אינטערעסע, פונקט ווי יעדע מוסד הייבט זיך אן פון איין 'משוגענע' און דערנאך פארט עס
כ׳בין מוחה פארן בארעדן כלל ישראל
וועלכער מוסד האט זיך אנגעהויבן מיט ׳איין משוגענע׳
ס׳ארא גערעדעכצס דאס?
פארשטייסט וואס ' ' מיינט?
הרב כהאנמאן זצ"ל פון פונביזש איז אמאל געקומען צו א מוסד האט ער געפרעגט ווער איז דער 'משוגענער' דא?
אא"וו פאנאוויזשע רב איז אויך געווען פאררעכנט אלס 'משוגענער' ביים בויען זיין ישיבה
ביטע פארשטייט אביסל אז סאטמארער רבי זי"ע איז אויך געווען פאררעכנט פון די סארט, און סאיז פשוט נישט צופ פארשטיין ווי זיינע אייגענע תלמידים וועלן קיינמאל נישט נאכגיין אין זיינע טריט אין דעם אינזיכט, נאר מוועט אפשפעטן פון יעדעם וואס טוט א הייליגע זאך אבער זעהט אויס נישט ריאליסטיש
דינסטאג מאי 17, 2011 9:07 am
פארט איר קיין מירון? פרעגט אן ביי די חשובע עסקנים צו סטוט זיך עפעס ביי די ביהכ"נ העתיק, ווייזט אינטערעסע אין די מקום, און העלפט פארשפרייטן די ענין
דינסטאג מאי 17, 2011 10:11 am
אפשר צייכנט איר אן אויף אויף א מאפע ווי דאס איז?
און בכלל איז א גאנצע ספק אויב רבי שמעון האט געוואוינט אין מירון בכלל.
עס ווערט אינערגעץ נישט דערמאנט אז ער האט דארט געוואוינט.
דינסטאג מאי 17, 2011 11:03 am
פרייטאג מאי 20, 2011 9:09 am
דא קענט איר זעהן 360 דיגרי דעם ביהכ"נ מיטן ביהמ"ד אויפן זייטכדי צו כאפן א בליק און זיך מצטער זיין אויף די הזנחת מקום הקודש
דא קענט איר ארום פארן צו נאך בתי כנסיות [
למשל ארבל] און אלטע שטעט אין א"י [
למשל חירבת קיאפא] (
ווי מהאט געטראפן כתובת דוד המלך)
דינסטאג מאי 24, 2011 11:05 am
אה עפעס רחמנות, אבער ווער האט זיך געלייגט שלאפן דארטן אין געצעהלט אינעם ביהכ"נ?
אז מגייט נישט דאווענען דארט דאן דאס געשעהט!
דינסטאג מאי 24, 2011 11:12 am
וואס איז דיין פראבלעם אז מען שלאפט דארט, אין די מערה זעלבסט שלאפט מען אויך, טראצדעם וואס מען דאווענט דארט.
דינסטאג מאי 24, 2011 11:15 am
פרייטאג יוני 17, 2011 12:41 pm
[url=http://www.israelnationalnews.com/Radio/Player.htm#0#3194]דא קען מען הערן אין ענגליש א אינטערוויו פון יוסי סטיפנסקי איבער בתי כנסיות אין גליל זייער אינטערסאנט[/url]
מאנטאג יוני 27, 2011 3:41 pm
מאנטאג ינואר 30, 2012 4:17 pm
למשל איבערצובויען די קבר פון הורדוס הרשע איז דא
גענוג משוגעים וואס ווילן איבערבויען צום אלטן פראכט

אבער די אלטע שוהלן אין גליל איז נאר דא איין קליקו נעבאך..
מאנטאג ינואר 30, 2012 4:40 pm
די ביהמ"ד או פקקיעין האט מען אויך געבויט פון ניי עס איז נישט געבליבען דארט וויניגער פון מירון
די צווי בתי מדרשים און ברעם ווי רשב"י האט לכאורה יא געלערנט איז געבלבען מער ווי ביידע
מאנטאג ינואר 30, 2012 5:51 pm
קליקו, פאר ל"ג בעומר קומט קרבן פסח...
מאנטאג ינואר 30, 2012 5:54 pm
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:קליקו, פאר ל"ג בעומר קומט קרבן פסח...
נישט ביכורים?...