Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

לאמיר זיין חסידישע "מענטשן"

פרייטאג אפריל 29, 2011 12:12 am

איך וויל אראפשרייבן אביסל וואס ליגט אויפ'ן הארץ און דא איז די פלאץ וואו איך קען שרייבן צו מערערע משלנו'ס אויפאמאל. אולי ואולי, אפשר דאך וועט עס אריינגיין אין איינעמס אויערן. אז נישט, זאל זיין אין מיינע אייגענע.
שוין א שטיק צייט וואס איך האלט מיט ביי א געוויסע אידישע קאמפאני אן אינטערעסאנטע ערשיינונג. די פירמע האט טויזנטער טויזנטער קאסטומערס, רובא דרובא דרובא גוים, בלויז א קליינע טייל זענען אידן, אבער וואונדער איבער וואונדער: א ריזיגע פראצענט פון די וואס דיספּיוטן שפעטער די קרעדיט קארד טשארדש זענען אידן, חסידישע אידן.
דאס איז אן עולה און אן אוממענטשליכקייט, אויסער פשוט גניבה. עס רעדט זיך נישט אלץ פון זאכן וואס מען "מוז" קויפן, יענע גביר'טע קען זיך לאזן וואוילגיין אויף א ברייטן אופן, בעט דאס און פארלאנגט יענץ ווי ביי אחשורוש אין פאלאץ, ווען נאך אלע צרות און קוועטשערייען באקומט מען א קרעדיט קארד צו טשארדזשן, גייט אריבער א שטיק צייט און די באנק שלעפט צוריק דאס געלט. וואס איז? גארנישט, יענעמס חבר'טע האט איר מסתמא דערציילט אז זי האט עס אויך געטון און ס'איז געלונגען. אלזא, פארוואס דען נישט? הייסטעס, ס'דאך געלט אין מיסט צו באצאלן די קרעדיט קארד באלאנס.
אזוינס און ענליכס האלט איך כסדר מיט, און דאס איז נישט איין מעשה אדער צומאליגע פעלער, נאר מעשים כמעט בכל יום. ביי יעדן אידישן קאסטומער נאמען, אויב איז דער אדרעס פון איינע פון די פינף געגנטער, האט עס א היפשע פראצענט שאנס צו ווערן "צוריקגעשלעפּט". אסאך רעדן איין שטותים און לאקשן מיט תירוצים שונים ומשונים, אלעס אבי צו ארויסבאקומען א שטיקל קרעדיט. אסאך ווייסן נישט זיי האנדלען מיט א אידישע פירמע, ווען יא, וואלטן זיי זיך פארשטעקט פאר בושה. און נאך אסאך פעלער ווען די חברה רעדן טיילמאל אזוי עקלדיג, אזוי געדרייט, אזוי פרעך, אזוי גאוה'דיג, אזוי בלעימי, אזוי פּושי, אזוי דימענדינג, עס איז פשוט א חרפה. כ'קען נישט דערציילן די זאפטיגע געשיכטעס כדי צו פארדעקן פון וועלכע פירמע איך רעדט. און נאך אלעם א געוואלד מיט "טשארדזש-בעקס". געוואלד, פארוואס? פארוואס פונקט די היימישע האבן אזוי ליב די תירוצים און די דריידלעך.
באמת קען מען רעדן בכלל פון דעם ענין, נישט דוקא דא אדער דארט. איך בין א חסיד און איך בין שטאלץ צו זיין, אבער דאס איז קיינמאל נישט קיין סתירה צו זאגן און מוסר'ן אפן ווען עס איז דא א פראבלעם. יא, מיר חסידים, זענען אויך זייער געשלאגן אין דעם גאנצן בין אדם לחבירו. נישט פון דעם לשון הרע, רכילות און טשעפען חלק רעד איך דא, נאר פון זיין א מענטש, דעם פיפטן שולחן ערוך אבער אויך דעם ערשטן. חילול השם איז הארבער פון הארב.
בין אדם לחבירו איז האלב פון די לוחות. ליגנט גייט שוין מיט, לה"ר אויך, רעדן אין שול, נו, מ'דארף דאך זיין אנדערש ווי אין קלויסטער. אבער חילול השם איז די ערגסטע, חמור מכל חמורות. און דיספיוטן א קרעדיט קארד איז גניבה לויט אלע שיטות און פוסקים, אפילו אויב עס איז יא א גויאישע פירמע איז גניבת עכו"ם אסור לכל הדיעות.
די שוואכקייט איז, ווי ווייט איך ווייס, היפש שטארק ביי אונז חסידים. מ'קען אריינגיין פונקטליך פארוואס דאס איז געשען אז טייל פון אונז זענען פארוואנדלט געווארן אין אזעלכע געיאגטע, טענהנדיגע, שטופנדיגע, אויסשפילנדיג, אומגראדע סארט מענטשן. אפשר האט דאס מיט'ן זיין זייער פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, מיר האבן ב"ה גרויסע קינדער-געבענטשטע פאמיליעס, און דערצו נישט אייביג די העכסט-באצאלטע דזשאבס (פארוואס? ווייטער א באזונדערע נושא), מיר האבן נישט קיין פלאץ נאכצוגעבן יענעם, מיר האבן נישט קיין צייט אויף גארנישט און דארפן דעריבער זיך אויך אייביג יאגן און פליען, אבער פיקוח נפש ביים דרייוון איז וויכטיגער ווי אנקומען צו כאפן מנחה. מוטב שלא יתפלל מנחה אחד ויתפלל מנחאות הרבה ולא יהרוג אנשים נשים וטף בדרך.
עס דאכט זיך מיר אז די אנדערע סארטן, ווי ליטווישע און מאדערן-ארטאדאקסן, זענען היפש הינטערשטעליג אין דעם ענין. יא, מ'קען זאגן אז דאס האט מיט דעם וואס זיי זענען מער "אמעריקאניזירט" ווי מיר זענען, אבער פאקטיש איז דער חלק א מעלה. מיר זענען ציוויליזירטע מענטשן, דארפן מיר זיך אויפפירן ציוויליזירט. און ניין, דאס מאכט קיינעם נישט מער פון אונז, בכלל נישט. מיר קענען שטאלצירן מיט אונזערע גוטע חלקים קעגן וואס אנדערע קענען זיך פארשטעקן, אבער טאקע ווייל מיר דארפן צו זיין די "פרומסטע" מיינט דאס צו זיין פרום אין אלע ענינים. מיר דארפן זיין די אויסגעהאלטנסטע פון אלע. און נישט זיך אויסוועלן "ווייסע זאקן יא, ריטוירנס נישט. א גארטל אויפ'ן אתרוג און א שיינער גידול יא, דיספיוטען קרעדיט קארדס נישט. רעכטס אויף לינקס יא, גניבת דעת נישט." דאכט זיך לויט די אריגינעלע טייש באדייט א חסיד ווער ס'גייט לפנים משורת הדין. מען איז צו להוט נאך יעדן דאלאר און אסאך זענען להשמיד ולהרוג, זענען גרייט צו מאכן אלע שפיצלעך און דריידלעך זיך צו קענען ארויסדרייען פון צאלן, אדער כאטש זיך שפארן אביסל. אפילו אין הלכה שפראך האט עס דעם פשוט'ן נאמען גניבה אדער גניבת דעת, וואס האט דעם פשוט'ן זיגל פון "אסור", "טמא", "חמץ", פונקט ווי אלע אנדערע איסורים.
(ניין, מיר פארגעסן נישט קיין רגע אויך אונזער מוראדיגע שבח פון חסד וואס איז אזוי געווארן איינגעבאקן [אפילו אפשר בעיקר נאר פאר די וואס זענען שוין צעבראכענע און פארפאלענע, נאר דאס פארלאנגט א באזונדערע אפהאנדלונג], טיי אוונטס און פארטיס, פת שחרית'ן און נאכטמאלן כסדר, גמחן לרחצה, און אלע אונזערע וואוילע סארטן ארגאניזאציעס (עיין שמעלצער'ס ניגון פאר די גאנצע ליסטע), אבער דא זענען מיר נישט געקומען זיך צו קלאפן אויף די פלייצע, און בעיקר, אונזערע מעלות און ערליכקייטן פטר'ן נישט פון די אנדערע חלקים שולחן ערוך. )

אסאך פון די שוואכקייטן זענען אזעלכע האלבע גניבה'לעך און בעיקר פשוט מענטשליכקייט, לאמיר געבן עטליכע דוגמאות.

• פרוביר נישט האנדלען א האלבע שעה מיט א סטאר צו אראפּלאזן די פרייז, צו אהיימענעמען פיר שטיק אנצוטרייען אדער איך ווייס וואס , ווען עס איז עניוועי נישט אין יענעמ'ס הענט דיר צו העלפן. אויב יענער זאגט אז מ'קען נישט צוריקגעבן עפעס וואס האט שוין א ריזיגע פלעק אדער ווען עס פעלט איין שטיקל, זאג א שיינעם טעינק יו, מיט דעם פאלשן סארט שמייכל ווי דעם אמעריקאנער גוי, און שפאציר ארויס. אויב ער וויל דיר נאר געבן סטאר קרעדיט ווייל האסט נישט קיין רעסיט, הייב נישט אן ארגומענטירן ביז אין דער נאכט אריין אז דו ווילסט צוריק די קעש, בשעת א גאנצע רייע מענטשן ווארטן הינטער דיר. אונזער גמרא קאפ איז צוגעוואוינט אז אויף יעדע זאך מוז מען אנהייבן טענה'ן מיט לאגיק און פרובירן אפענטפערן און צוריק ענטפערן. ביטע נעמט אריין דעם כלל אין קאפ: יענער האט געזאגט, ווישט אפּ די נאז און געגאנגען ווייטער. (און לאגיש גערעדט, נעם א סטאטיסטיק וויפיל מאל דו האסט עפעס אויסגעפועלט נאך אזעלכע סארט ארגומענטאציעס און אזוי קענסטו פארשטיין וואס דו טוסט אויף מיט די ענדלאזע טענהרייען און געבעטן. אויסער אפשר יענעם מאכן פילן שלעכט אדער דיך אנקוקן ווי א צערודערטער, גארנישט.)

• האסט געקויפט עפעס, האסט עס גענוצט אדער עס איז שוין אריבער דריי חדשים און דו ווייסט אז עס איז קעגן די סטאר פאליסי עס צוריקצוטראגן, דאן טראג עס 'נישט' צוריק. וועסטו שאדן האבן אביסל; שפענדסט דאך אויף אן אתרוג צוויי הונדערט דאלאר, און דארט איז מען יוצא אויך מיט א 100-דאלארדיגן דאלאר, איז וואס איז אנדערש מיט די מצוה פון קידוש השם. פארוואס דארף די היימישע וואל-מארט זיך אפּרעדן אז נאך קאנטרי באקומט ער צוריק צענדליגער פענס און עירקאנדישאנס און נאך סוכות צענדליגער היטערס.

• פארסט אין קאר, שניידט נישט יענעם אריין ווייל ער פארט נאר ווי די ספיד לימיט. הייב נישט אן בלינקען און פייפן ווען עס איז שוין רויט פאר א האלבע סעקונדע. מוזט זיך נישט אזוי הרג'ענען אבי נישט יענעם נישט אריינצולאזן אין דיין לעין. און אויב יענער האט דיך אריינגעשניטן הייב אים נישט אן נאכצורייסן נאז-צו-נאז די קומענדיגע צען מייל און איינשטעלן דיין לעבן כדי "יענעם צו ווייזן". בארואיג דיך אביסל. אויב האסט בטעות נישט באמערקט איינעם און יענער פייפט, מוזטו נישט צוריקפייפן נאר מעגסט ווייזן מיט די האנט אנטשולדיגט און געגאנגען ווייטער. אויב א צווייטער ווארט צו פארקן ביי א פארקינג לאט, קומט יענער קודם. מאך דיך נישט ווי דו האסט אים נישט באמערקט.

• איך האב לעצטנס געכאפּט א גוטן קנייטש אויפ'ן פאדערשטן באמפער פון קאר זייענדיג געפארקט פאר מנחה-מעריב. עס וועט מיך זיכער קאסטן א נייע באמפער. איז דאס יושר? און אויך זיצנדיג אין קאר האב איך שוין געכאפּט אזעלכע איידעלע רוקעס און קישעס. און ווער דען נישט? פליז גיב אכט ווי ווייט מעגליך. טו עס נישט פליז בלויז ווייל דו האסט נישט קיין געדולד צו דרייען דעם סטירינג וויל נאך זיבן מאל אהין און צוריק.

• און נישט נאר ביים דרייוון דארף מען אכט געבן אויף יענעמס קאר. ווארטנדיג אויף מיין אידענע זאל ארויסקומען פון גראסערי האב איך טאקע דעם חול המועד אבזערווירט ווי א יונגערמאן, אויסגעקוקט באמת אן איידעלער, געבט א געזונטן שטופ א געשעפט-וועגעלע וואס איז אים געשטאנען אין וועג און עס האט אריינגעזעצט אין א צווייטנס קאר.

• אויב גייסט אין געשעפט און האסט בטעות אראפּגעשטויסן א הויפן טויס פון שעלף, הייב זיי ביטע אויף. איבערהויפט אויב זעסט ווי אן ארבעטער קוקט. ס'גארנישט, יענער מיינט נישט אז ביסט א טעראריסט וואס איז דוקא געקומען אראפשיסן זאכן פון די פאליצעס, אבער ער קען דיך יא אנקוקן ווי אן אוממענטש אויב דו מאכסט זיך ווי האסט נישט באמערקט בשעת עס פאלן פולע באקסעס פאר דיין נאז. אפשר האט ער נארוואס געענדיגט זיך פלאגן אויסצולייגן שיין די סחורה.

• קומסט אן אין א האטעל, דריי נישט איבער. פרובירט זיך אויפפירן רואיג, אזוי ווי די אלע פלעינע מענטשן וואס דו זעסט דורכגיין. מוזט נישט זיין דער איינציגסטער וואס זיין שטימע קלינגט אפּ איבער די לאנגע שטילע קארידאר: מוישי, ברענג מיר ארויף נאך זיבן האנטוכער און געדענק צו קאלן שלוימי וועגן די חריף פאר שבת!" און מאך נישט קיין חזר'יי אינעם צימער, מער ווי עס איז נארמאל. די קארפעט מוז נישט אנגעגרעיפדזשוסט און די ווענט מוזן נישט קלעבן פון טשולענט. אויב טשעקאוט איז צוועלעווע, הייב נישט אן זיך שלאגן אז דיין טאטע האט דיך עפעס געקאלט וויכטיג און דו מוזט בלייבן ביז פירע נאכמיטאג און טאקע פאר די זעלבע פרייז.

• ווען א פאליצאנט שטעלט אייך אפּ, אויב האסטו א גוטן תירוץ, זיכער זאלסטו זאגן. אבער אויב נישט, קראץ נישט ארויס עפעס פון אונטערן ארבל ווי דו וואלסט דא גערעדט צו א קליין קינד. יא, דער דומער פאליציאנט האט אויך גענוג שכל און כאפט גאנץ שנעל אז דו רעדסט פון פייער און וואסער אדער ווען דו פרובירסט רעדן מיט א תמימותדיג פנים אז האסט ממש נישט באמערקט אז דא איז דא א סטאפ סיין, אדער ווען דו זאגסט ליגנט אז ביסט געפארן אויף 67, ווען ער האט דיך געקלאקט אויף 89. ווידער מאך דיר שנעל א פערזענליכע סטאטיסטיק וויפיל מאל עס האט דיר געהאלפן די אלע גערעדעכצער, תחנונים, דריידלעך, חנופות און בעריש פריילעכס. זיי העלפן נישט און געבן נאר נאך א סיבה פארוואס די פאליציאנטן שרייבן אויף זייערע בלאגס אז "די מערסטע פאן איז צו אפּשטעלן א חסיד". נישט אייביג מוז מען זיין אויפ'ן וועג צום שפיטאל אדער עירפארט און נישט יעדער מוז האבן א פי-בי-עי קארטל אדער א פרענד פון מיסטער פרייליך. און שיער פארגעסן, פליז ניץ קיינמאל נישט דעם "אנטיסעמיט" קארטל. גלייב מיר ער האט שוין דאס אויך געהערט צען מאל און עס מאכט נאר ערגער. אז דיין בעיבי איז נישט אריינגעזעצט אין א קינדער-זיץ מיינט נאכנישט אז ער איז א נאצי.

• מוזט נישט האלטן אפן די טיר יעדעס מאל דו גייסט ערגעץ, אבער עס איז א שיינע זאך ווען דו קענסט עס טאן. ביים גוי איז דאס א "מוז", מעגסטו מאכן א קידוש השם. איבערהויפט ווען יענער איז שוין ממש ממש ביים טיר, טאר מען עס נישט לאזן צוקלאפן אין זיין/איר פנים אריין.

• זיי נישט אזוי שטופנדיג. אויב זעסט ווי איך ווי איך וויל דיך נישט אויפנעמען צו היטשן, פרוביר נישט טראצדעם צו עפענען די טיר. און געב מיר נישט קיין שטרענגע בליקן ווען איך וויל דיר נישט בארגן מיין טעלעפאן, אפשר האב איך א סיבה. אויך אייביג ווען ס'איז מיר שווער דיר צו טאן עפעס א טובה, פליז, מוטשע נישט צופיל, מעגסט כאפן אויפ'ן וואונק ווען איך וויל נישט. קיינער איז נישט סתם אזוי א שלעכטער, מוזט נישט יענעם פרובירן אויסקוועטשן.

• ווען דער געשעפטס-מאן אדער באנק-מענעדזשער זאגט דיר עפעס וואס שמעקט נישט, דארפסטו זיך נישט אונטערמורמלען אומפארשטענדליך געבלאזענע זאצן. אויב ער לאזט נישט אריין נאך פינף אזייגער, קומט אים נישט קיין בייזע שטעכעדיגע בליקן אז ער נעמט נישט אן דיין תירוץ אז עס איז קוים צען נאך פינף. און ניין, ער איז נישט שולדיג אז טשעיס האט דיר גערעכנט א דרייסיג דאלארדיגן שטראף פאר'ן האבן אן אווערדרעפט אדער פאר'ן צאלן שפעט, אפילו בלויז מיט איין טאג. און אפילו ס'איז נישט דיין שולד ווייל דו "האסט פשוט פארגעסן".

• גייסט אין א פארק מיט די קינדער חול המועד, פיר דיך אויף נארמאל. דריי נישט איבער. נעם נישט איבער דעם גאנצן פלאץ. גיס נישט קיין מצה ברעקלעך אויפ'ן פלאר, שריי נישט און טייל נישט קיין פראסקעס פאר די קינדער ווי אינדערהיים. ווילסט עפעס בעטן ספעציעל א טובה פון די איינגעשטעלטע, צי אז דו האסט פארלוירן די טיקעטס אדער אז דו דארפסט א ריפאנד, קענסט עס טון רואיג. בעט איין מאל, און געענדיגט. ער וויל נישט, איז נישט. הייב נישט אן טענה'ן ווי ער וואלט געווען דיין מגיד שיעור. אויב עס שטייט א סיין נישט צו טאן עפעס, טו עס נישט. איטס דעט סימפל.

• מען זאגט נישט שיסן עסן פאר די חיות, לייג צוריק די נדבות ואוס האסט אנגעגרייט פאר די מאנקיס און ווארף נישט קיין צוויבל פאר'ן עלעפאנט אפילו קיינער זעט נישט. פארוואס האב איך חול המועד געזען ווי פון יעדע קאר וואס מען שיסט באנאנעס און לעדי פינגערס אז א בארד זיצט ביים דרייווער זיץ. עס האט אויסגעקוקט ווי דער איינגעשטעלטער מיט'ן ווייסן טראק ווייסט שוין אז די טעג ווען די חברה קומען וועט ער סייווי נישט אויספירן. מען זאגט נישט צו כאפן בילדער, האלט דיך איין. מען זאגט דיר אז עס איז אנגעפילט די זיצן אין דעם שאו און וועסט דארפן ווארטן פאר'ן נעקסטן, הייב זיך נישט אן צו איינרייסן אז דו מוזט דוקא יעצט ווייל דיינע קינדערלעך קענען נישט ווארטן און ביסט גערן מסכים צו שטיין. און אויך טאקע ווען אלע זיצן מוזטו נישט זיין דער איינציגער וואס שטעלט זיך אויף, אפילו די צוואנציג מענטשן וועמען דו פארשטעלסט צו זען שרייען דיך נישט אן. זיי א נארמאלער מענטש. גארנישט מער ווי נארמאל. פשוט, נארמאל.

צוזאמען מיט'ן עסן דעם גרעסטן נודע ביהודא שיעור כזית מצה און טאקע אין דעם קורצסטן שיעור בכדי אכילת פרס אדער אראפשלונגען גאנצע צוויי כזיתים אויפאמאל, קומט אויך דאס זיכער מאכן אז מען מאכט נישט קיין חילול השם. צוזאמען מיט'ן אנהויפענען בערג פון די ציפעדיגע ווייסע מרור, אפילו מ'איז יוצא הונדערט פראצענט מיט די חסא, דארף מען אויך זיכער מאכן אז מען גנב'עט נישט פון יענעם, גראד צי בעקיפין, און מען פירט זיך אויף נארמאל און מענטשליך צווישן אידן און גוים.

רבותי, מיר דארפן זיין מענטשן. נאכאמאל, מיר דארפן זיין מענטשן. נאך איין מאל: מען דארף זיין א מענטש. לאמיר זיך אויפפירן נארמאל ווי ציוויליזירטע מענטשן. נישט מאכן קיין חילול השם וואו מיר גייען, נאר א קידוש השם.
און פאר דעם גרויסן חלק ציבור וואס איז סייווי הולך בדרכי נעימות און פירן זיך שוין סייווי מענטשליך: חזק ואמץ!
לעצט פאראכטן דורך תהוובהו אום זונטאג מאי 01, 2011 11:51 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

פרייטאג אפריל 29, 2011 8:19 am

ס'איז באקאנט דאס ווארט: לעולם יהא "אדם" צוערשט דארף מען זיין א מענטש, און ערשט דערנאך קען מען זיין א "ירא שמים".

ווייל ס'איז הא בהא תליא.

פרייטאג אפריל 29, 2011 9:24 am

;l;p-
גאר גוטע נקודות און הערליך שיין געשריבן.

פרייטאג אפריל 29, 2011 9:27 am

א שטיקל לימוד זכות אויף די וואס 'דיספיוטן' די טשארדזשעס:
זיי ווייסן נישט, מסתמא, אז דאס געלט ווערט צוריקגענומען פון די געשעפטן.
זיי קלערן אז דאס איז אזא 'פיטשור' פון דעם קרעדיט קארטל וו.צ.ב. פרייס פראטעקשאן, וכדו'.

פרייטאג אפריל 29, 2011 9:47 am

יישר כח פאר'ן ארויסברענגען אזוי שיין א נושא וואס קוועטשט מיר (און איך בין זיכער אז אויך פאר אסאך אנדערע אידן) שוין א לאנגע צייט. ;l;p-

מיט אסאך יארן צוריק האב איך געזעהן אין איינע פון די היימישע צייטונגען (פון די צוויי גרויסע) א בריוו וואו איינער רעדט זיך אפ אז ער איז געווען ביי א בית החיים (א לוי' דאכצעך), און אויפ'ן וועג ארויס האבן צוויי עלטערע אידן נישט געקענט ארויספארן ווייל איינער האט געפארקט ווי אן אויבערחכם. הערט ער ווי איין אלטער איד רופט זיך אן צום צווייטן אויף אונגאריש: "דאס איז מסתמא א חסיד'ישער יונגערמאן."

כאטש איך האב עס געליינט מיט פיל יארן צוריק, ליגט עס מיר נאך אין די ביינער ביז היינט.

פרייטאג אפריל 29, 2011 10:16 am

מורא'דיגע געוואלדיגע נקודות
ומי יתן והי'

ס'איז אסאך מאל א בושה ווען מען דרייט זיך אין פאבליק פלעצער אין אזעלכע חוה"מ טעג, ווען רוב שמוץ פון עסן און טרינקען וואס ליגט אויף דער ערד האט אויף זיך היימישע הכשרים, וחזותו מוכיח

פרייטאג אפריל 29, 2011 10:23 am

אויפריכטיגע דיבורים, יישר כח תוהו ובוהו

פרייטאג אפריל 29, 2011 12:42 pm

זייער קלאר און שיין ארויסגעברענגט,

יא יא זאל עס נאר אנקומען צו די ריכטיגע אויגען וואס דארפען עס ליינען

פרייטאג אפריל 29, 2011 3:14 pm

מי יודע האט געשריבן:מורא'דיגע געוואלדיגע נקודות
ומי יתן והי'

ס'איז אסאך מאל א בושה ווען מען דרייט זיך אין פאבליק פלעצער אין אזעלכע חוה"מ טעג, ווען רוב שמוץ פון עסן און טרינקען וואס ליגט אויף דער ערד האט אויף זיך היימישע הכשרים, וחזותו מוכיח


עס איז טאקע נישט קיין שיינע זאך צו ווארפן שמוץ און א פארק, אבער דאס איז נישט קיין ראי' פון א חסידישער יוד צו להבדיל א גוי, ווייל ביי א גוי קומט די עלטערן מיט 2 קינדער איז גרינגער קעיר צו נעמען משא"כ ביי א יוד וואס האט א שטוב מיט קינדער איז זייער שווער צו קעיר נעמען אז מען זאל נישט ווארפן קיין שמוץ,

און תוהו ובוהו עס איז ליידער זייער אמת'ער ארטיקל און לאמיר דערציילן 2 מעשיות איינס וואס איך האב געזעהן און א אויסגאבע און איינס וואס עס איז מיט מיר געווען,

און די אויסגאבע איז געווען א מעשה אזוי, איינמאל און בארא פארק האט א יונגערמאן זיך געשלאגן מיט א עלטערע גוי איבער א פארקינג, ער הטא געטענה'ט אז ער איז אנגעקומען פריער, און די גוי האט געטענה'ט אז ער איז געווען פריער, אזוי עס האט אויסגעבראכן א קריגעריי, און די יונגערמאן איז געווען א שטיקל לעלו האט ער אריינגערופן נאך לעלוס אז ער שלאגט זיך מיט א גוי אויף די און די פלאץ, און ביז מינוטן זענען שוין געווען דארט פארזאמלט א שיינע ציבור אידן, און קיינער פון די 2 האט נישט געהאלטן ביי אויפגעבן, ביז איינער פון די פארזאמעלטע האט זיך גענטמען שרייען אויפן גוי "די אנטיסעמיט" און דא האט זיך די גוי געגעבן א שטעל אפ און געגעבן א ציה ארויף זיין ארבל און געוויזן א קויל און זיין האנט, און געזאגט די האסט מיר גערופן אנטיסעמיט, די זעסט די קויל און מיין האנט, דאס האב איך געכאפט ווען איך האב מיר מוסר נפש געווען צו ראטעעוען ענקערע זיידעס ביי די 2טע וועלט קריג,

און די מעשה פון מיר איז אזוי איך נוץ א געוויסע דאקטאר און מאנהעטן וואס אין די פיעלד ווי זי איז איז זי איינע פון די גרעסטע דאקטורים און ניו יארק, און פיל היימישע ניצן איהר, און רוב פאציענטן האבן טענות אויף איר אז זי פירט זיך אויפ זייער נעסטי צו זיי, און איך האב מיר אייביג געוואונדערט פארוואס צו מיר איז זיי אייביג זייער געדולדיג אא"וו, ביז איינמאל געט זי מיר א זאג ווייסטו פארוואס איך געב מיר אזוי אפ מיט דיר, ווייל די הערסט מיר אויס, די טראסט מיר און די רעדסט צו מיר מיט רעספעקט, די אנדערע היימישע און אזוי אויך נישט היימישע פאציענטן,אבער אידישע רעדן מיט זייער ווייניג רעספעקט (און יא א גרויסע דאקטאר האט אלע רעכטן צו פארלאנגן רעספעקט) און פרעגן טויזענט מאל איבער א זאך, נישט ווייל זיי פארשטייען נישט נאר ווייל זיי טראסטן נישט (מען קומט צו א גרויסע דאקטאר און מען טראסט איר נישט איז דאס מענטשליך?) און זי זאגט מיר אז רוב אידן זענען נישט מענטשליך, וואסארא חילול השם,

טייערע ברודער זאלט איר וויסן אז איר קוקט אויס ווי א יוד, און מיר זענען די עם הנבחר, און מען דארץ זיך אזוי אויפפירן, עס איז נאך דא פיל צו רעדן וועגען דעם,

זונטאג מאי 01, 2011 3:16 am

מיר איז אויך באשערט צו ארבעטן אין א קאמפעני וואס האנדעלט מיט גוים און אידן צוגלייך. איך קען דיר איין זאך זאגן, מיר האבן זיך גארנישט צו שעמען פון זיי!
זיי זענען גרויסע דריי קעפ און זיי ווייסן זייער גוט וויאזוי צו מאכן ריטורענס..
יא, ס'איז דא אידן ביי אונז וואס מעגן זיך ווען פארבעסערן אין מדות אבער קעגן דעם גוי??? גארנישט זיך צו שעמען!
אדרבה, איינער וויל ארויף קומען מיט מיר אויף די G טרעין א נאכמיטאג און מיר זאגן צו זיי מאכן א חילול השם? ווער שרייט,דרייט איבער,פארפירט,פרינגט איבער די געיטס. אידן? ניין!
יא, ווען א מאמע קומט אין א פארק חול המעוד מיט זעקס קינדער איז שווער און צומאל ווארפט א קינד אראפ עפעס, טאקע א בושה. אבער וואס טוט דער גוי אין פארק? זיין אוממראלישע אויפגעפיראכטס זיין צולאזנקייט דאס דארף אונז נאר שטארקן! האק נישט קיין טשייניק אז מיר דרייען א קאפ פאר די פאליציי אפיציר. פרעג סיי וועלכע פאליציי מאן וועם ער וויל ענדערש אפשטעלן דריי אזייגער ביינאכט, א איד אדער א טונקל הויטיגער?
יא, מיר זענען א קלוג פאלק און צומאל ניצן מיר די קלוגשאפט נישט וואו ס'ברויך. אבער ווען מיר זאלן זיך צוגלייכן צום גוי? נע! רחוק רחוק..

און אז איך רעד שוין. פאריגע וואך האט איינער געעפענט אן אשכול וועגן די ארטיקל אונעם טיימ'ס וואו זיי רעדן וועגן אידן נעמען שטאטישע פראגרעם'ס. דער האט געלייגט אויפן קעפל "בושת תכסה פנינו" לאמיר פארשטיין. די ארטיקל באנעמט זיך אז ק.י. איז די ארימסטע פלאץ און דאך טרעפט מען שיינע הייזער קארן א.א.וו.
לאמיר פארשטיין וואס דעם גוי שטעכט. לאמיר נעמען למשל קליידער. מיר אידן גייען מיט היטן רעקלעך יעדן טאג. ביי דעם גוי איז א רעקל א מלבוש וואס מ'טוט אן איינמאל א יאר ווען מ'גייט צו א רייכע באנקעט אדער פארטי. שיינע שווארצע געפיצטע שיך גייט מען דריי מאל א יאר. מיר אידן גייען דערמיט יעדן טאג! זיי פארשטיין דאס נישט, זיי ווייסן אז ס'איז א רעליגיעזע זאך אבער דאך שטעכט זיי די אויגן אז דאס איז אונזער טעגליכע מלבוש. און אזוי אויך ביי מלבושי נשים. זייערע פרויען האבן נישט קיין פראבלעם אריין צו וואקן אין וואל מארט און קויפן סיי וואס אפילו ס'איז מער נישט ווי מלבוש. מיר אידן דארפן גיין 'אנגעטון'. יא, מיר גייען סאך רייכער אנגעטון ווי די היינטיגע פוירסט לעדי.. דאס געט זיי דעם בליק אז מיר זענען שוין גארנישט אזוי ארעם וואו מיר זאגן. אבער באמת, דאס איז וואס אונזער תורה פארלאנגט. אויב איז די רעדע אלס פראגראמען וואס מיר קוועטשן פון די שטאט זאל ער מיר ביטע מוחל זיין. די שווארצע און די היספאנישע קוועטשן סאך מער!
יא! די ביליגע דירות אין וויליאמסבורג איז צו פארדאנקן די היספאנישע.. זיי האבן עס פארשאפט. על שארפטען האט יעדע פראגרעם וואס איז נאר דא, וואגן זאלן זיי אים עס נישט צו געבן.
בקיצור. מיר זענען די עם הנבחר און מיר דארפן אבאכט געבן אויף אונזער געפיראכטס ווייל מ'קוקט אונז נאך. אבער צו מיר זענען ארגער וואו די גוים? ען או!!

נידער מיט די בושת תכסה.. מיר זענען גלייך וואו יעדעם.. קום מיט מיר אין פוד סטעמפ אפיס און קוק וויפיל שווארצע דרייען זיך דארט. די אלע טרינקן און פארברענגן אגאנצן טאג און זיי זוכן אז די שטאט זאל זיי אויסהאלטן. מיר אידן ארבעטן און פארדינען איינער מער און איינער ווייניגער און מיר דארפן פשוט נאך הילף.

ס'פעלט אונז נישט גארנישט ב"ה!

זונטאג מאי 01, 2011 9:57 am

געלעגער!!! גאר גוט, געוואלדיג.

זונטאג מאי 01, 2011 9:59 am

זייער שיין ארויסגעברענגט

זונטאג מאי 01, 2011 10:04 am

געליינט און הנאה געהאט.

איך מיין אז עס היינט צוטאגס איז שוין דא א שינוי לטובה אין דעם ענין... אפשר רעד איך מיר נאר איין :roll:

זונטאג מאי 01, 2011 11:03 am

א נינטערעסאנטע זאך: סיי תוהוובוהו, און סיי געלעגר זענען גערעכט! דוק ותשכח.
אינטערעסאנט, אבער דאך א פאקט.

זונטאג מאי 01, 2011 2:03 pm

your friend האט געשריבן:א נינטערעסאנטע זאך: סיי תוהוובוהו, און סיי געלעגר זענען גערעכט! דוק ותשכח.
.


איך אגרי מיט דיר, איך האלט אז ביידע זענענן גערעכט,

אבער פון די אנדערע זייט איז עס א האקעלע נושא, ווייל אפילו געלעגר איז גערעכט דארף עס אבער נעמען איין זאך און באטראכט
איה"נ אז בכללוית, ווען דו שטעלסט צו ביידע פעלקער איז טאקע דער עם ישראל פול שענער און מענטשליכער ווי דער פראסטער גוי, עכ"ז דארף מען געדענקן,
אז אפילו ווען נאר "איין"טיט א עוולה, באצייכענט ער שוין ביי יענע ארומיגע אז "אלע" אידן טיען די זעלבע זאך, און די זעלבע איז פארקערט, אז ווען מען זעט "איין" איד טיען א גיטע זאך
ווערן אלע ארמיגע אידן אנגערופען ביי יענע ארמיגע אז אלע אידן זענען נערמאלע און וואלע מענטשן

יעדער איינציגער איד פארזוך, פארטרעט כלל ישראל, און דער גויט וועט אלעמאל שרייען יו דשויס, ווען ער זעט א איד טיען א עוולה, איך געדענק, איך בין אמאל געווען און א אמבעלאנס
און די פאליציי האט עס אפגעשטעלט מיט אומרעכט, און אנגעהויבן שרייען יו פיפעל אר אלוועיס ספידיניג, דער דרייווער האט זיך נישט געפוילט, ער איז ארויס פון אמבעלונס, אראפ גענימען זיין
קאפעל, און געשריגען אויפן אפיסער, נאו סעי די סעים סטעטמעינט אגעין!! דער אפיסער האט געמאכט א באו בשלום און אפגעפיצט פון דארט,

און דאס איז די פאקט, ווען א איד וועט מאכען א חילול השם, וועט מען אלץ באצייכענענן אז אלע אידן פירען זיך אזוי אויף, דערפאר דארף מען מער געווארענט זיין

געלעגער האט געשריבן:האק נישט קיין טשייניק אז מיר דרייען א קאפ פאר די פאליציי אפיציר. פרעג סיי וועלכע פאליציי מאן וועם ער וויל ענדערש אפשטעלן דריי אזייגער ביינאכט, א איד אדער א טונקל הויטיגער?


אקעי, דו מיזסט נישט ברענגן די גרויעם שבאומות, און נאכען א פארגלייך צווישן די צוויי און זאגען אז מיר זענענן בעסער

זונטאג מאי 01, 2011 3:06 pm

כ'ארבייט ב"ה נאר צווישן אידן און אונזער פירמע פארקויפט 90 פראצענט פאר אידן שותו"מ כי"ה
כ'וואוין אבער צווישן פילע אזויגערופענע אינטעליגענטע ערלים, פראפעסארן און ארטיסטן וכו' און זיי שפאצירן זיך ערליך יעדן טאג אדער צוויי מאל אין טאג מיט זייער כלב'ל, און לאזן איבער סימנים אז עס שוין ממש געפערליך. יא עס זענען דא געציילטע ארענטליכע וועלכע רוימען נאך דעם בעל חי, אבער דאס איז נאר למראת עין, ווייל די גאס איז דאך פיל איז א סימן אז ווען מען זעט נישט לאזט מען דאס איבער.
כ'האב שוין פראבירט ביי 311 אבער דערווייל גייט דאס ווייטער אן.

זונטאג מאי 01, 2011 4:17 pm

דו ביזט ווארשיינליך אין הארץ פון די סיטי, ווי די "אינטעליגענטע" גוים זענען פון די גרועים שבאומות...
אין אפסטעיט איז דער בילד ווייט נישט אזוי.

זונטאג מאי 01, 2011 6:02 pm

דער חסיד vs דער פליגער
שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.

זונטאג מאי 01, 2011 7:52 pm

א דאנק פאר די יישר-כוח'ס. דאס דאנקען אליין איז שוין בעצם א מענטשליכקייט. און אויב אנשטאט אנהייבן ארגומענטירן און טענה'ן, שרייען און אריינפליקן, שאקלט מען מיט'ן קאפ צו איינשטימען מיט יענעמ'ס ווערטער, איז דאך דאס שוין א העכערע שטאפל און מער בדרכי נעימות. אלזא, א דאנק.

און די מעשה פון מיר איז אזוי איך נוץ א געוויסע דאקטאר און מאנהעטן וואס אין די פיעלד ווי זי איז איז זי איינע פון די גרעסטע דאקטורים און ניו יארק, און פיל היימישע ניצן איהר, און רוב פאציענטן האבן טענות אויף איר אז זי פירט זיך אויפ זייער נעסטי צו זיי, און איך האב מיר אייביג געוואונדערט פארוואס צו מיר איז זיי אייביג זייער געדולדיג אא"וו, ביז איינמאל געט זי מיר א זאג ווייסטו פארוואס איך געב מיר אזוי אפ מיט דיר, ווייל די הערסט מיר אויס, די טראסט מיר און די רעדסט צו מיר מיט רעספעקט, די אנדערע היימישע און אזוי אויך נישט היימישע פאציענטן,אבער אידישע רעדן מיט זייער ווייניג רעספעקט (און יא א גרויסע דאקטאר האט אלע רעכטן צו פארלאנגן רעספעקט) און פרעגן טויזענט מאל איבער א זאך, נישט ווייל זיי פארשטייען נישט נאר ווייל זיי טראסטן נישט (מען קומט צו א גרויסע דאקטאר און מען טראסט איר נישט איז דאס מענטשליך?) און זי זאגט מיר אז רוב אידן זענען נישט מענטשליך, וואסארא חילול השם,


אוי האסטו אויפגעברענגט נאך א גוטע משל. די תמימות פון א גרויסן ציבור אין מעדיצינישען פעלד איז הונדערט פראצענט צום פארשטיין. קיינער האט נישט קיין טענות אויף איינעם וואס האט אין קאלעדזש נישט געלערנט און האט מסתמא קיינמאל אין לעבן קיין מעדיציניש בוך נישט געעפנט אז ער קען נישט הלכות ביאלאגיע. עס האט דאך נישט מיט חכמה, נאר פשוט ווער עס האט געלערנט און שטודירט וואס אלע מעדיצינישע פארשער ביז היינט האבן מחדש געווען און איבערגעוויזן , דער ווייסט וואס ער האט צו טאן. דערנאך נעמט ער שימוש, ער באקומט עקספיריענס, און ער ווערט א בקי, ער ווערט א דאקטאר. ווידער דער וואס לערנט נישט, קען נישט. פונקט ווי דער גרויסער מח-דאקטאר קען זיין א וויסטער ע"ה אין כעמיע און אסטראנאמיע. איבערהויפט דער וואס האט אין חדר בכלל נישט געלערנט די א-ב וויאזוי דער קערפער פונקציאנירט, ער וועט געווענליך ניטאמאל פארשטיין אפי' די פשוטע חלקים, ער ווייסט נישט וויאזוי די הארץ פונקציאנירט, ער קען נישט די אויטאנאמיע פונעם קערפער, ער ווייסט נישט די פונקציע און אויפגאבע פון יעדן אבר, און ער ווייסט נאר פונעם פראסטעט ווען זיין טאטע האט פראבלעמען דערמיט און ווערט געוואויר די תקפיד פונעם ניר ווען א חבר וואס פלאגט זיך דערמיט. (אויך דעם ווארט קארבאהיידרעיט איז ער נאר צו מזל געוואויר געווארן דורך ר' הערשלען.)
אבער דאס איז נישט קיין בושה, דאס איז אן אויפטו פאר אונז אז מיר לאזן דעם גוי שטודירן און זיין דער גוטער שליח פאר אידן צו היילן און מיר קענען זיך אפגעבן מיט תורה ועבודה און אויפציען אן ערליך אידיש דור. די ברענענדיגע שאלה איז נאר, וויאזוי באקומען אזויפיל די איבערגעטריבענע קאנפידענץ צו קלערן אז זיי פארשטייען יא? זיי קענען זיך גאר טענה'ן מיט'ן דאקטאר איינמאל און נאכאמאל, זיך דינגען מיט זיין אנאליז, און אפילו אים אויסשפילן מיט'ן נישט פאלגן ווען ער הייסט עפעס ווייל "ער ווייסט נישט וואס ער רעדט." ווער ביסטו אפצומאכן אז יענער ווייסט נישט וואס ער רעדט? די איינציגע תירוץ איז אז אסאך ווייסן אזוי ווייניג אין די ענינים אז ניטאמאל כאפן זיי ווי ווייט אסאך זאכן פארשטייען זיי נישט, איז עס ווי דעם קינד וואס איז אין די תקופה אז ער כאפט נאך ניטאמאל אז זיין טאטע איז צען מאל קלוגער - און בעיקר, מער עקספיריענסד - ווי אים, און עס דאכט זיך אים באמת אז ער קען אמאל פארשטיין בעסער. (און כ'פארשטיי אויך אז ס'אמאל דא וואס דער דאקטאר קען זיך טועה זיין אדער געבן אן אומריכטיגע אנאליז, אוודאי איז אלעס דא, מ'רעדט אבער פונעם אלגעמיינעם כלל, ווען דער טאטע אדער מאמע רעדט זיך סתם איין אז ער איז קלוגער פונעם דאקטאר.) און דעריבער איז מיר שוין אויסגעקומען זיך אונטערצוהערן ווי מענטשן טענה'ן זיך מיט'ן דאקטאר און עס קאסט מיר א לאך ווען איך הער דעם וויכוח, און איך באוואונדער באמת וויאזוי דער דאקטאר קען זיך אראפלאזן צו יענעמס נארישע גערעדעכץ. און בעיקר, ווי נעמט ער די געדולד? פרעגט יעדן איינציגן דאקטאר וואס האנדלט אין היימישע געגנטער צי ער האט נישט דעם פראבלעם. אוודאי מעג מען און מ'דארף פרעגן און איבערפרעגן ביז מ'פארשטייט אלעס, אבער יענעם צו טשעלענדזשען ביי יעדע ריר און אים כלומרשט פארהערן און פארווארפן הלמאי ער טוט אזוי און האלט אזוי, דאס איז נאריש און בעיביש פון א מענטש וואס קען מעדיצין ווי דער דאקטאר קען משניות.

זונטאג מאי 01, 2011 8:55 pm

געלעגער האט געשריבן:מיר איז אויך באשערט צו ארבעטן אין א קאמפעני וואס האנדעלט מיט גוים און אידן צוגלייך. איך קען דיר איין זאך זאגן, מיר האבן זיך גארנישט צו שעמען פון זיי!
זיי זענען גרויסע דריי קעפ און זיי ווייסן זייער גוט וויאזוי צו מאכן ריטורענס..
יא, ס'איז דא אידן ביי אונז וואס מעגן זיך ווען פארבעסערן אין מדות אבער קעגן דעם גוי??? גארנישט זיך צו שעמען!
אדרבה, איינער וויל ארויף קומען מיט מיר אויף די G טרעין א נאכמיטאג און מיר זאגן צו זיי מאכן א חילול השם? ווער שרייט,דרייט איבער,פארפירט,פרינגט איבער די געיטס. אידן? ניין!


הייסט עס אז עס האט אויסגעקוקט פון מיינע ווערטער ווי איך קום דא זאגן אז עס זענען נישט דא קיין גוים וואס ריטוירנען צו וואלמארט און עס זענען נישטא קיין גוים וואס דיספיוטען?...
כ'דארף נישט איבערקייען וואס כ'שוין קלאר געמאכט אז אוודאי זענען מיר חשוב'ער, אבער דאס אז עס איז "אויך" דא גוים וואס זענען דריי-קעפ איז א קנאפע טרייסט. פארגעס נישט אז צווישן 300 מיליאן אמעריקאנער גוים וועסטו זיכער זיך אנקלאפן אין אלע סארטן, אבער די פראגע איז ווען דו נעמסט איין קליינע גרופע און דו פארגלייכסט זיי צו אלע אנדערע, איבערהויפט ווען די גרופע זענען די וואס דארפן זיין די אלטימעט פרומע און אנשטענדיגע מענטשן, און צווישן זיי זעט מען א היפשער פראצענט וואס פירן זיך נישט אויף הונדערט פראצענטיג, קען מען נישט קומען שרייען: אויך דער גוי טוט עס! ווען פונקט דער איד מיט פיאות שניידט אים דורך אויף א דאבעל יעלאו ליין און פונקט דער מיט'ן בארד טענה'ט זיך אין באנק מיט'ן טעלער וכו' וכו', ציט עס זיין אויג, און עס איז נישט ווי זאגן "א גוי טוט עס אויך", ווייל "גוים" נעמט אריין "יעדן אויסער אידן". און בעיקר, ווי כ'שוין דערמאנט, דארפן מיר זיך דאך נישט צוגלייכן מיט אויפפירונג צום גוי נאר אים איבערשטייגן טויזנט מאל, און מיר טוען עס טאקע אין אלע הינזיכטן, אפגערעדט גייסטיש און אפילו בגשמיות, מיט חסד וכדומה, האט מען נאר ארויסגעברענגט וואו מיר האבן יא א שוואכקייט און עס איז נישט קיין חסרון עס אויפצוברענגען און אנערקענען און פרובירן צו פארבעסערן. עס מאכט אונז נישט נידריגער, נאר העכער.
און אז איך רעד שוין. פאריגע וואך האט איינער געעפענט אן אשכול וועגן די ארטיקל אונעם טיימ'ס וואו זיי רעדן וועגן אידן נעמען שטאטישע פראגרעם'ס. דער האט געלייגט אויפן קעפל "בושת תכסה פנינו" לאמיר פארשטיין. די ארטיקל באנעמט זיך אז ק.י. איז די ארימסטע פלאץ און דאך טרעפט מען שיינע הייזער קארן א.א.וו.
לאמיר פארשטיין וואס דעם גוי שטעכט. לאמיר נעמען למשל קליידער. מיר אידן גייען מיט היטן רעקלעך יעדן טאג. ביי דעם גוי איז א רעקל א מלבוש וואס מ'טוט אן איינמאל א יאר ווען מ'גייט צו א רייכע באנקעט אדער פארטי. שיינע שווארצע געפיצטע שיך גייט מען דריי מאל א יאר. מיר אידן גייען דערמיט יעדן טאג! זיי פארשטיין דאס נישט, זיי ווייסן אז ס'איז א רעליגיעזע זאך אבער דאך שטעכט זיי די אויגן אז דאס איז אונזער טעגליכע מלבוש. און אזוי אויך ביי מלבושי נשים. זייערע פרויען האבן נישט קיין פראבלעם אריין צו וואקן אין וואל מארט און קויפן סיי וואס אפילו ס'איז מער נישט ווי מלבוש. מיר אידן דארפן גיין 'אנגעטון'. יא, מיר גייען סאך רייכער אנגעטון ווי די היינטיגע פוירסט לעדי.. דאס געט זיי דעם בליק אז מיר זענען שוין גארנישט אזוי ארעם וואו מיר זאגן. אבער באמת, דאס איז וואס אונזער תורה פארלאנגט. אויב איז די רעדע אלס פראגראמען וואס מיר קוועטשן פון די שטאט זאל ער מיר ביטע מוחל זיין. די שווארצע און די היספאנישע קוועטשן סאך מער!


לאמיר זיך נישט דינגען צי מיר חסידים האבן פראצענטואל אויך מער שיינע קארס און די פרויען און קינדער מיט ברענד נעימס און 700-דאלארדיגע קערידזשעס וכו וכו' וואס רוב אנדערע "וויק נעמער" האבן לכאורה נישט. דאס דארף מען באזונדער אויסשמועסן און גראדע קען מען אויך פארענטפערן טייל פון די אלע פאקטן. נאר איין קליינע קשיא: דארפן די טיימס ליינער, רעגירונג ארבעטער, און גויאישע שטעטל-שכינים אננעמען בלינד אז זיבעציג פראצענט פון שטעטל מאכן אונטער זיבעצן-טויזנט דאלער א יאר?

זונטאג מאי 01, 2011 9:48 pm

הרב תהו-ובהו האט זייער פיין געזאגט, נאר במח"כ מאכט איר א שטיקל 'תהו-ובהו' אין די ענינים.

"גניבת-עכו"ם" איז אן איסור עפ"י הלכה. עס האט נישט מיט מענטשהייט צו טוהן. עס גייט אריין בגדר "אידישקייט".
און אזוי אויך אריינהאקן אין יענעמ'ס קאר, איז אויך רעכט גניבה. און דא קומט נישט אריין זיין א "מענטש".

אפן האלטן די טיר פאר דער וואס קומט אונטער דיר, ווענדט זיך: ביי אונז אין ביהמ"ד דארף עס קיינער נישט, און קיינער ערווארט עס נישט.
ווייל ביי אונז איז מען נישט גורס די "פאלשע העפליכקייט" הנקרא 'מענארס', טא צו וואס פעלט עס אויס.
פארשטייט זיך אז ווען א עלטערער איד קומט - בפרט מיט א רעדער-שטוהל, איז עס זיכער א מצוה.
ווידעראום אין א גויאיש פלאץ, אויב עס קומט אויס א חילול-השם דורכדעם איז עס דאך ווייטער אן עון בל יכופר כידוע.
און ווי מען האט שוין גוט ארויסגעברענגט, אז ביי א גוי זענען 'אלע' אידן 'איינס'. און איין אומ-מענטש וואס ענטפערט נישט צוריק "יו-וועלקאם" מיט א העפליכן שמייכל, פסל'ט ביי אים אפ אלע אידן איבער דער גארער וועלט. (און דער אמת איז אז קיין שום גוי האט אונז נישט ליב - קיין אונטערשייד ווי גרויס זיין שמייכל איז. דער "הלכה בידוע" איז קאי וקיים אפי' אין גלות אמעריקע).

צו א פאליציאנט טאר מען נישט רעדן מיט חוצפה אלס "כבוד המלכות". און ווי לאנג מיר זענען אין גלות דארפן מיר דורש זיין בשלומה של מלכות.
און ס'איז איבריג ארויסצוברענגען אז דאס שרייען "אנטיסעמיט" אדער "נאצי" איז א טפשות און זינלאזיגקייט וואס האט נאך קיינעם נישט געהאלפן.
האסט געספידט, פאק איין און באצאל דיין שטראף. האלסטו אז ער איז אומגערעכט? רעד איידל. נאר אזוי האסטו שאנסן עס צו טוישן אויף א פארקינג-טיקעט. (איך רעד פון ערפארונג).

און דאס אויספרעגן ביים דאקטאר איז גאר עפעס אנדערש. עס קומט פון די שטארקע אחריות פון די קרובי המשפחה צום פאציענט.
און סוכ"ס זענען מיר דאך אן "עם-קשי-עורף", און מען געטרויעט נישט יעדן דאקטאר - ווי גרויס ער זאל נאר זיין.
איין זאך איז אבער קלאר, אז בעפאר מען פרעגט דארף מען זיין כאטש אביסל באהאוונט אין די נושא, אז ער זאל נישט צופלאצט ווערן.
ס'איז פארהאן היינט גענוג פלעצער פון וואו צו נעמען כאטש די מינימאלע אינפארמאציע אז מען זאל עטוואס וויסן פון וואס דא האנדלט זיך.

מאנטאג מאי 02, 2011 3:49 pm

פארשריבן האט געשריבן:און דאס אויספרעגן ביים דאקטאר איז גאר עפעס אנדערש. עס קומט פון די שטארקע אחריות פון די קרובי המשפחה צום פאציענט.
און סוכ"ס זענען מיר דאך אן "עם-קשי-עורף", און מען געטרויעט נישט יעדן דאקטאר - ווי גרויס ער זאל נאר זיין.
איין זאך איז אבער קלאר, אז בעפאר מען פרעגט דארף מען זיין כאטש אביסל באהאוונט אין די נושא, אז ער זאל נישט צופלאצט ווערן.
ס'איז פארהאן היינט גענוג פלעצער פון וואו צו נעמען כאטש די מינימאלע אינפארמאציע אז מען זאל עטוואס וויסן פון וואס דא האנדלט זיך.


קיינער האט קיין טענה ווען מען "פרעגט" איבער, די שאלה איז פארוואזשע "טענה'סטו מיט'ן דאקטער און דו ווענדסט עם אפ אנע רעספעקט, אין די צייט וואס ביסט א גרויסער עיין הי אין די ענינים.

דינסטאג מאי 03, 2011 9:46 am

במחילת כבודו פונעם שרייבער, אפגעזען צו (געוויסע פון די) פונקטן דארפן טאקע א פארבעסערונג ביים היימישען ציבור, איז אבער דער ארטיקל געשריבן מיט א געמיינע האס און שפאטישקייט קעגן די סעקטע "האסידים"!! כ'ווייס נישט צו ס'איז נאכגעשריבן פון די טיימס אדער ענדערש פון איינע פון די סעלף העיטיעד האסידים בלאג'ס...

און בנוגע דיספיוטען קרעדיט קארד'ס, האב איך מיך אין די לעצטע פאר טאג זינט דעם ארטיקל גוט נאכגעפרעגט ביי מיינע חבירים און באקאנטע וואס ארבעטן אין פארשידענע ביזנעסער, רוב פון זיי זאגן אז ס'איז גאר א זעלטענע ערשיינונג אז איינער זאל קויפן עפעס און דערנאך דיספיוטען די טשארדזש פשוטו כמשמעו, כ'ווייס נישט ווי כבודך ארבעט און וואסערע סארט ביזנעס דאס איז, אבער צו זאגן אז ס'טוט זיך א ערענסטע דיספיוטעריי ביי אונז איז א "אויסגעטראכטע בלבול"!!!!!
שרייב א תגובה

Advertisement