געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
פרייטאג אפריל 15, 2011 1:27 am
איז דא עפעס א ענין יא אדער נישט צו גיין מיט א האנט זייגער )ביי מענער(.
פון ר' שמעון (?) זאגט מען נאך אז א טאשן זייגער געדויערט אים עטליכע מינוט א יאר בלויז ארויסנעמען און קוקן דערפאר איז ער געגאנגען א האנט זייגער.
Advertisement
פרייטאג אפריל 15, 2011 8:31 am
צום זאך, וואס איז די קוועסטשען מארק נאך די ווארט האנט זייגער? וואס וויל שוועמל מרמז זיין דערמיט?
פרייטאג אפריל 15, 2011 9:43 am
אין חצרות צאנז-קלויזנבורג גייט מען מיט האנט זייגערס.
שמעתי אומרים אז הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זצ"ל פלעגט טראגן א האנט זייגער אויף ביידע הענט, כדאי נישט גורם צו זיין ביטול תורה. אויך פלעגט ער עס טראגן אויף די אנדערע זייט פון די הענט, נישט דארט וואו געווענליכע מענטשן טראגן עס, ווייל דארט איז גרינגער צו קוקן.
פרייטאג אפריל 15, 2011 9:47 am
דאכט זיך אז מהר"ש מבאבוב זצ"ל איז אויך געגאנגען מיט א האנט זייגער.
שבת אפריל 16, 2011 10:50 pm
דו רעדסט פון ליפא שמעלצער'ס נייע האנט זייגער? קויף שנעל, פאר ס'קומט ארויס אן איסור...
שבת אפריל 16, 2011 11:09 pm
יויש, כ'אב געמיינט ער האט נאר גלעזער..
אריין אין היכל ליפא.
שבת אפריל 16, 2011 11:33 pm
שוועמל האט געשריבן:יויש, כ'אב געמיינט ער האט נאר גלעזער..
אריין אין היכל ליפא.
א לינק ביטע...
שבת אפריל 16, 2011 11:45 pm
ליפא בדרך..
זונטאג אפריל 17, 2011 1:54 pm
מען זאגט נאך פון פריערדיגע צדיקים אז אויב מען האט א "שלשלת" קען מען זאגן "וימאן". וההיפך בהיפך.
אבער אלעס וועט זיך פארשטענדליך ווענדן: פון וואו דו שטאמסט, אין וועלכע סביבה דו געפינסט זיך און וואס איז דיין ציל דערמיט.
זונטאג מאי 08, 2011 12:46 am
ליגט מיר אין קאפ פון גירסא דינקותא, אין נאמען פון איינע פון די פריערדיגע צדיקים,
אז א האנט זייגער איז די קידושין רינגעל פון דעם . . .
זונטאג מאי 08, 2011 1:14 am
נאמרה בשם בעלזא רב (איזה?)
זונטאג מאי 08, 2011 10:39 am
איך האב אייביג געמיינט אז די איסור שטאט פון משה מנהל צוזאמען מיט די איסור אויפ'ן באקל פאסיק
זונטאג מאי 08, 2011 11:25 am
עס שוין א לאנגע צייט וואס איך מיטשע זיך פארשטייען די איסור דערפון,
לויט מיין רבי און כיתה ז'. אויב גייט מען מיט א האנד זייגער, ווערט די האנד זייגער די קידושין די רינגעל פאר'ן יצר הרע, עס איז א פחד ווי הארב די עבירה איז
עני אינפאו?
זונטאג מאי 08, 2011 12:06 pm
ים רויבער האט געשריבן:איך האב אייביג געמיינט אז די איסור שטאט פון משה מנהל צוזאמען מיט די איסור אויפ'ן באקל פאסיק
בערך די זעלבע איסור ווי מחיקה קלה על הכותל.
זונטאג מאי 08, 2011 12:31 pm
שוועמל האט געשריבן:ים רויבער האט געשריבן:איך האב אייביג געמיינט אז די איסור שטאט פון משה מנהל צוזאמען מיט די איסור אויפ'ן באקל פאסיק
בערך די זעלבע איסור ווי מחיקה קלה על הכותל.
זונטאג מאי 08, 2011 3:02 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:נאמרה בשם בעלזא רב (איזה?)
איך האב עס געהערט און נאמען פון הרה"ק ר' ישכר דוב
זונטאג מאי 08, 2011 3:45 pm
שוועמל האט געשריבן:ים רויבער האט געשריבן:איך האב אייביג געמיינט אז די איסור שטאט פון משה מנהל צוזאמען מיט די איסור אויפ'ן באקל פאסיק
בערך די זעלבע איסור ווי מחיקה קלה על הכותל.
מחיקה קלה האט די רבי זי"ע געשריבען בכתב יד קדשו אויף די תקנות פטן די ישיבה
זונטאג מאי 08, 2011 3:53 pm
הרה"ק מספינקא זי"ע איז געווען גאר שארף אקעגן דאס האנט זייגער באנוץ (מפי המשב"ק)
דינסטאג דצמבר 10, 2013 4:50 pm
קען זיין אז דער פראבלעם איז געווען וועגן לא תלבש ?
פון דאAt the dawn of the 20th century, only women wore wristwatches. No self-respecting "real man" would wear one. However, in the first World War, soldiers wore wristwatches because taking out a pocket watch to check the time was difficult or impossible in battle. After the war was over, it was considered "socially acceptable" to wear wrist watches, and they became popular. Half a century later, digital watches, which used electrical currents running through quartz crystals to cause vibration and tell the time very accurately, began to appear.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 4:54 pm
לא תלבש לא ילבש (אריין אין דקדוק עשקול)
דינסטאג דצמבר 10, 2013 5:15 pm
היפאקריט האט געשריבן:לא תלבש לא ילבש (אריין אין דקדוק עשקול)
קשוט לעצמך.... אשכול איז מיט אן אלף
דינסטאג דצמבר 10, 2013 5:30 pm
למעלה איז שוין ווידער גערעכט, המתקן לעולם צריך תיקון.
ראב"י אומר מנין שלא תלבש אשה.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:00 pm
חאפ'ך נישט וואס איר מיינט
אוואדע לא תלבש אשה אבער לא ילבש גבר
דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:17 pm
לא ילבש גבר איז א לשון הפסוק, לא תלבש אין פסוק שטייט נישט, איך האב נאר מציין געווען אז חז"ל זאגן ביי א פרוי דער לשון אזוי ווי דער פסוק נוצט ביים איש, גארנישט עקסטער געמיינט. והכל פשוט.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:31 pm
הערט א פחד פון א מעשה בנוגע דעם ענין:
די מעשה ווייס איך מיט די נאמען ס'איז א קראנטע מעשה (היינט נאכאמאל זיכער געמאכט), ס'איז געווען א איד פון די ספרדישע געמיינדע, ער האט געוואוינט אין ארגענטינע א זייער געהויבענע איד, רביה"ק מ'סאטמאר האט זיך געלאזט בענטשן ביי איהם (א מעשה פאר זיך), און דער איד האט געלאזט צוואה אז לאחר פטירתו זאל מען איהם -פון ארגענטינא- ארויף טראגן קיין ארץ ישראל וויל ער וויל דארט ליגן.
למעשה האט מען פון די רעגירונג דארט אין ארגענטינא געמאכט גרויסע צרות, זיי האבו נישט געוואלט ארויסלאזן די נפטר, ס'האט זיך געשלעפט און געשלעפט, למעשה האט די משפחה געזען אז ס'נישט קיין ברירה, און מען האט איהם באערדיגט אין ארגענטינא מיט א תנאי איהם צו מפנה זיין ווען מ'וועט קענען (א שמועס פאר זיך, אריין אין ידיעות התורה אשכול....).
ווי געזאגט פריער די איד איז געווען א מוראדיג געהויבענע איד, יעצט הערט, נאך איבער צוויי חדשים האט מען צום סוף באקומען ערלויבעניש פון די רעגירונג ארויפצוטראגן די נפטר, און מען האט איהם געוואלט מפנה זיין, ווען מען האט געעפנט די קבר האט מען געזעהן אז ער נאך געווען אינגאצן גאנץ און פריש כאילו מען וואלט איהם היינט באערדיגט, אחוץ.... ביי די פלאץ פון די האנט זייגער!
נאכאמאל ווען נישט איך האב היינט איבער געפרעגט די מענטש וואס איז געשטאנען דארט בשעת מעשה און ארויסגעהאלפן די חברה קדישא וואלט איך עס נישט געגלייבט און אוודאי נישט געשריבן....
לגבי וואס די איסור איז, און פשט דערפון ווייס איך נישט אבער, די מעשה איז א מעשה פלא