פייסעך איז דא; אריין אין "פריזער"

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

פייסעך איז דא; אריין אין "פריזער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

די טעג פאר פייסעך נענטער זיי קומען, זיצט א בחור אלטער אין טראכט, א מצוה'לע געמאכט, איך דולד נישט די בעד ענערגיע. איך האב נישט ווי צו וואקן אין מיין הויז, איי מין ווי לייג איך אוועק מיין זעהל. אלעס איז באקלעפט מיט טישטוך אפהענג "גיי ניש אריין מיט שיך" מען איז פארנומען רוימען דורך שוימען אויף די קינדווארג, עס נישט! נאר איבער א גארדבעזש בעג, ענדיגסט עסן וואש גוט אפ ס'הענט - דייקא אין די לאנדרי סינק! וואס איז די ווייטסטע פלאץ פון די קיך דארט ווי די פייסעך זאלץ האט שוין זיין מקום קבוע אויפן קאונטער רעכטס דארט ביים עק.

זאל איך בעסער צוריק גיין אין שוהל? אין ווערן ווילד באגאסן מיט מנינים משלים'ר בחורי"ם בלע"ז, אזא צייט ווער וויל אריינפאלן אין א שולכ'ל דארט אין שול איז דא א שוואם בחורים ליפן, די בין הזמנים פרעש וואלגערן זיך אין שול עפעס נישט פשוט, קטונתי בחורים מיט צעיר'ס בחורים ארום א טיש מיט אויסגעפאנטשטע סאדע, אין מען העצט זיך. צו וואס סתם העצן אויף די אומשולדיגע אנדרייער!?

אקעי, בעסיקלי בין איך די לוזער וואס איך קען מיר נישט פלאציר דא אין הויז צוליב די אנגעצויגענקייט וואס הערשט.

אההה... איין מינוט, ס'דעך דא א בעיסמענט דא ביינונז. בסדר! איך לויף אראפ אין בעיסמענט. ס'שמעקט גראדע פון פרישע לאנדרי, אפפס... א באקסל קליקס איז אויסגעגאסן ווי המן'ס גארבידזש אויפן קאפ.

איגגו! נישטא קיין זכר פון א בענקל ווי איך קען מיר אראפ זעצן! איין בענקל ליגט פארקערט אויפן צווייטן זיי שמעקן נאך פון פלעדזש און מיסטער קלין. די קאוטש? טששיז! כ'האב אויך געטראכט אז די קאוטש איז א גוטע פלאץ. אהה... די קאוטש איז דייקא יא אנגעפולט מיט געימס, הויעך ארויף ביז די אונטן פון שענדעליר קומען זיי אהן באלד, אזוי ליגט דא אויפן קאוטש דער באקאנטער קאנעקט-פאר, ראמי, סטאראטיגא, די ריייייזיגע טשעקערס געים וואס האט בילדער פון אלטע קעניגען אויף יעדער שטיקל, מען גייט זיך באלד נעמען דערצו צו קלינען איטש געים באזונדערווייזלעך.

אוי, ווי איז די טיש? א! יא, ס'פלעגט זיין א טיש. ס'געווען זיכער, יא דא! אין די בעיסמענט, די טיש דא אין בעיסמענט וואס האט אויך זיך שטענדיג די פאלשע בלומען וואזע מיט די ווייסליכע ליכטיגע בלומען איז עפעס אנגעווארפן מיט ספרים, ספרים דיק אנגעלייגט וואס מיין ברודער מענדל האט נאך געבונדן ווער ער איז געווען זעכצן יאר געווען דעמאלטס די שיבע בחור ביינונז אין הויז. היינט איז דער דרוק אנטיק, די שווארצע בינדן טעיפ איז ווילד פארקלעפט, אויס ס'פאלן ארויס פאפירן, קוק נאר דעמאלטס האט מען געשריבן מיט א דיקע בלויע פעדער, שוין אויך געווען צייטן.

גימל גימל גימל - גאו! די פריזער איז דא! ער איז נאך דא, ער איז בחיים ער איז בקיים, ס'פריזער שטייט שטאלץ ביים ווינקל. אמת אז מען רוקט זיך גאר נאנט הערט מען עפעס א גרודער'ל וואס ציגערט אויף די נערוון. ס'קראכט אזוי. צצזצזצזצזז... צזזצצזזז... אקעי, נישט געפערליך. א ווילדער מחשבה קומט אריין אין קאפ, ס'זאגט - אריין אין פריזער? יא - ניין. אפשר? וגומר! אריין אין פריזער. שוין - - - אריין, ווער קומט? ס'בעסטע וואס קען נאר זיין. ס'זאגצעך גוט? אפשר נישט אריינגיין, אקעי; די קאפ איז שוין אינעווייניג, אהה... כ'שפור ווי די ערב פייסעך דוחק איז אויפן בארג אראפ, אלעס איז פיין. אהה... א קילעכל אויפן הייסן באק איז יעצט פיין.

פששש... אויסגעטראפן די זאך. די פריזער איז די בעסטע דערווייל. איז מיר שווער געווארן בין איך טאקע דער איינציגסטער וואס האט ערפונדען אז די בעסטע פלאץ איז אין פריזער!?

האמער א גוגעל געטאן צו קוקן אפשר איז דאס א סייענטיפיק זאך. והוא לפריזער! געב א קוק וואס א וועלט איז היינט, די קאפ אין פריזער איז די גאולה פון די פסח לחץ, אויב ווילט איר דאס טרייען, טוט עס אויפן אייגן אחריות.

א גוטן פריזער!... אין א חג כשר ושמח!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יא יא... ס'איז קאנפערמירט! ביינאזמאנים האציך אנגעפאנגען!

דער בחור איז שוין ארויס פון די גלייזן. דער האט פארגעסן פון אלץ און אלעמען און צוריק אריינגעשטעקט ס'קעפל ביינונז אין קרעטשמע און איבערגעלאזט זיינע פינגער אפדריקן אזוי אז מ'קענעס דערקענען פון א מייל אוועק!

אלטער, ווי נאר ביסט אינדרויסן פון פריזער ביטע דערצייל אונז איבער דיין איבערלעבעניש דארט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

ענדליך איז ער דא
ריזיג געשריבן און בלייבט דא ביטע
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאשקע רייס אהער, גיב א שפאר אפ דעם פריזער אז דער בחור זאל נישט קענען צוריקגיין אין שיבע נעקסטע זמן...

מ'דארף אבער זעהן צוצושטעלן ווייפיי פאר אלטער'ן? מ'רעטעך נישט פון קיין קטונתי מושלם'לעך, מ'רעטעך פון אונזער אלטער, איא? מ'דארף מאכן זיכער אז ער איז דא געהעריג.

שאקס! יעצט כאפעך אז אויב איזער אין פריזער קענער זיך נישט צולאזן... מ'מוז זאפארט מאכן א מיטינג...

באכי, טענקס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלטער איז דא; ארויס פון די טשאפעל פריזער
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

נאך אזא געוואלדיגע הסבר פארשטייצעך שויניש פארוואס אלע מוטשען זיך ארום מיט א פשט אויף די קאפ אין פריזער געפיקטשעראכץ, ס'איז פשוט ערב פייסעך!

241543903

טענקס!! בלייב מיט אונז!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווען איך האב אנגעפאנגען די ארטיקל האב איך געקלערט צו ציטירן יעדע אויסדרוק וואס האט מיר געקאסט אן אויספלאץ. איך האב מיך געטראפן ציטירן די גאנצע ארטיקל...
אוי.. אדיר במרום, פון וואו נעמט מען אזא שפראך?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חכם, די גאנצע איידיע איז פון א אידישע קאפ. דוד הורוויץ איז דאכט זיך א אידישע נאמען.

אלטי, קענסט נישט נעמען קרעדיט פאר יענעמ'ס איידיע...

א גרינע מילא, דאס וועל איך דיר געבן אמאל...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

אכן נודע הדבר!!! נעוואדע באווייזצעך נישט
דער אלטער מיט זיין באלי הוט מפייסעך לפייסעך, עריז פארפרארען און פריזער, און נאר ערב פייסעך ווען ס'ווייב קלינט עס אויס, ווארפט זי אים ארויס פון פריזער, און ער צולאזט זיך דא אויף די קרעטשמע פאדלאגע....

עניוועי אלטי ווער ביניך צו זאגען "ריזיג" אבער איך זאג עניוועי. און שטייצעך א גרויסען שקויעך
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך האב אלטס געוויסט אז די גויטע'ס שיקט מען אהין! אלטער; ביסט געווארן א גויטע אויף דער עלטער?.. רחמנא לשיזבן..

איך ווייס נישט וויאזוי דו האסט אריינגעפיט מיט דיין באלי היטעל... מעכטיג גוט גוט.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אלטער טוה א קוק הונטערן זילבער פעיפער צו דזשארדזש איז נישט דארט באהאלטן.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

זעה גיב שטארק אכט נישט צוצולייגן דעם צונג צום אייזן דארט אינעם פריזער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

;l;p- ;l;p- אלטער!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יאפ... געווען דא אמאל אן אלטער באכער....... איי איי איי איז ער געווען א באכער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”