פרשת משפטים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיט וואסערע געפילען דערמאנט איר זיך פין די חדר'ישע פרשת משפטים'ס

5
21%
6
25%
13
54%
 
סך הכול שטימען: 24

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

פרשת משפטים

תגובהדורך ירא שמים » מוצ"ש פאברואר 10, 2007 8:40 pm

בס"ד

יא ווען עס קומט אן פרשת משפטים דערמאנט מען זיך אז אין חדר פלעגט עס זיין א וואך וואס עס איז נישט געוועזען קיין מאנקי ביזנעס וואס פארציילט אייך אייער גירסא דינקותא פין פרשת משפטים
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש פאברואר 10, 2007 11:40 pm

ס'איז שוין געווען אזוי לאנג צוריק, אז איך געדענק קוים וואס דאן איז פארגעגאנגען, אבער איך האלט אז מ'האט דאס געמאכט מער ווי ס'איז, פארשטייט זיך אז די רבי'ס האבן געהאט א חלק דערין.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 11, 2007 1:23 am

וואו א יאר, געוואנדען אינעם רשעות פינעם דיקטאטער, וואס מאנכע ריפען מלמדים.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג פאברואר 11, 2007 8:31 am

המ... קיינמאל נישט געטארכט פון דעם...
כ'וועל פרעגן ביי מיינע זין.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג פאברואר 11, 2007 10:24 am

ביי די דריטע אויסוואהל, פין וועם רעדט מען ? יונגעל אדער מלמד? סיז א גרויסע נפקא מינה.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » זונטאג פאברואר 11, 2007 2:00 pm

אוי האט מיין רבי געהאט א פאגעניגען פון פרשת משפטים. דער טעראטר האט זיך אייגענטליך אנגעהויבען נאך פרייטאג פר' יתרו, ער האט אונז אלע אנגעווארענט "נעקסטע וואך זאל יעדער קומען מיט בלעכענע הויזען " ווייל מען גייט נישט לערנען גמרא נאר חומש-רש"י און ווער עס וועט נישט אויסהערען וועט באקומען א מתנה אין דער זייט.
זונטאג איז ער אריין געקומען מיט א ניי רויטע שטעקעלע און געפאטכעט דערמיט ווי ער וואלט געהאלטען ביים כאפען א צעווילדעוועטע פלעדער מויז. געברענגט האט ער, א באזינדער גרויסע בוך מיט קאפיעס פון ווי ער האט פארגעלערנט מיט אייפער, די צעטעלעך האט ער געברענגט נאר אזוינע שווערע סדרות ווי ויחי צו דער ואני אדער בשלח צו די שירה.
א קינערישען ציטער נעמט אונז אלע ארום. ווי נאטר ער הייבט אן רעדען פון באטערען דעם אויער פאר'ן קנעכט ווערט אונז קאלעמוטנע אויפ'ן הארץ און שטייף און די בריסט. ער שטעלט באחלד פראגעס און ווער עס טייטעלט נישט גיבט ער א ווייז מיט פינגער אז די וואך איז "משפטים" אויף דער וועלט.
אהבתי את אשתי, זאגט ער מיט זיין דיקע שטומע און פארוואלקענט פנים ווי גלייך ער לעבט יעצט איבער דעם גאנצען קושמאר פון יעניגע וואס דער בית דין האט זיי פארקויפט און ביזן שטיקעל רש"י פון "דרש כמין חומר" נעמט ער נישט אראפ זיין פארזויערט פנים.
איי בענקט זיך נישט צוריק נאך יענע צייטען.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » זונטאג פאברואר 11, 2007 2:36 pm

abimlaibt האט געשריבן:ביי די דריטע אויסוואהל, פין וועם רעדט מען ? יונגעל אדער מלמד? סיז א גרויסע נפקא מינה.

מען רעט פינעם יונגעל (וואס איז שוין היינט א ערוואקסענער)די מלמדים דרייען זיך נישט דא (אזוי מיין איך)
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 11, 2007 2:49 pm

נאטורליך

A1 כדרכך בקודש


ולגבי השאלה
איך האב קיינמאל נישט צו שטארק געציטערט פון די חיה 'משפטים'.
איך האב דאך א גוט קעפל און שנעל אויפגעכאפט אלעס..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » זונטאג פאברואר 11, 2007 3:08 pm

נו נאטורליך זיי ממשיך, דיינע ווערטער זענען כמין חומר.
וויזוי איז דורכגעגאנגען און חדר ווען די אקסן האבן זיך געשטויסן? אויב האט מען נישט געקענט די ד' שומרים? שור תם - מועד?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 11, 2007 5:12 pm

יאך אזוי ווי קרעמער, נישט אז כאב געהאט אזא גוט קעפל, אבער כ'געדענק נישט קיין קאשמארן, מ'האט נישט געדארפט דאס דורכשטופן. אקיצער דאס איז שוין די צווייטע סקר לעצטענס וואס כ'קען נישט ענפערן.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג פאברואר 11, 2007 5:34 pm

ב"ה קיין שוואך קעפל האב איך נישט געהאט, אבער כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, ער האט געריסן און געשמיסן, ליב געהאט מיינע באקן, והא ראי' ער האט געפליקט דערפון שטיקער

איך קען אויסרופן מיט פאטאס:
זיי האבן מיט געמאכט א היטלער'ן, איך האב מיטגעמאכט א משפטים!

אזוי ווי מ'קען נישט שרייבן ימח שמו אויף קיין יוד, שרייב איך נישט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 11, 2007 5:47 pm

ס'איז נאר אגב.

יגר'ל, און דיין טויבעלע מאכט נישט מיט? פליט און פליט און קען זיך פון דיר נישט ארויסדרייען.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג פאברואר 11, 2007 5:50 pm

סעקרעטאר, דאס דארף זיין א תירוץ אויפן פראסקענען די צאן קדשים?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 11, 2007 5:54 pm

עה, קיינמאל, איך בין מיט דיר אלל דע וועי. איך האב פלעין געפרעגט א זייטיגע קשיא.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג פאברואר 11, 2007 7:14 pm

איינע פון מיינע רבי'ס פלעגן שמייסן פ' תרומה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 11, 2007 7:54 pm

סאכדעס האט געשריבן:יאך אזוי ווי קרעמער, נישט אז כאב געהאט אזא גוט קעפל, אבער כ'געדענק נישט קיין קאשמארן, מ'האט נישט געדארפט דאס דורכשטופן. אקיצער דאס איז שוין די צווייטע סקר לעצטענס וואס כ'קען נישט ענפערן.


האי דיינא שוועמל בקרעמער איתחלפא ליה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 12, 2007 12:45 pm

קרעמער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:יאך אזוי ווי קרעמער, נישט אז כאב געהאט אזא גוט קעפל, אבער כ'געדענק נישט קיין קאשמארן, מ'האט נישט געדארפט דאס דורכשטופן. אקיצער דאס איז שוין די צווייטע סקר לעצטענס וואס כ'קען נישט ענפערן.


האי דיינא שוועמל בקרעמער איתחלפא ליה.


נכונים הדברים כדרבונות, וראוין להעלותן על שולחן מלכים.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 10:47 am

איך האב געהאט א רבי וואס דאנערשטיג פר' משפטים נאכן זיין אויף hi alert א גאנצע וואך זאגט ער אונז אז ביי איהם איז פר' משפטים נישט קיין עסק. ער איז מער מקפיד אויף פר' תרומה ביי די יריעות
נו שטעלט אייך פאר אונזער פילינגס דעמאלט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2007 11:25 am

eli האט געשריבן:איך האב געהאט א רבי וואס דאנערשטיג פר' משפטים נאכן זיין אויף hi alert א גאנצע וואך זאגט ער אונז אז ביי איהם איז פר' משפטים נישט קיין עסק. ער איז מער מקפיד אויף פר' תרומה ביי די יריעות
נו שטעלט אייך פאר אונזער פילינגס דעמאלט


חחחחחחחחחחח

היטלעך אראפ פאר דיין רבי!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג פאברואר 15, 2009 10:17 am

ארויפגעברענגט לכבוד פרשת משפטים תשס"ט

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » זונטאג פאברואר 15, 2009 10:37 am

ביי מיר פרשת משפטים איז געווען אזוי ווי אייביג, איך האב קיינמאל נישט געפילט א חילוק צו ס'איז פרשת משפטים אדער עפעס א אנדערע סדרה,

איך האב אייביג געכאפט!!!! :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג פאברואר 16, 2009 3:09 pm

איך האב געשטימט פארען צוייטען אפשען.

אגב, פון די רעזאלטאטען זעהט אויס אז מערערע דא האבען שוין געהאט יונגערע מלמדים וויא איך. מיינע מלמדים זענען געווען מלחמה איבערלעבער. זיי זענען געווען היציגע, נערוועיזע, נישט געהאט קיין געדולד, און געשלאגען מיט א רציחה. אינז האמער פשוט פיינט געהאט צי גיין און חדר. און אזוי איז געווען דורכשניטלעך און אלע חסידישע חדרים און די תש"י תש"כ יאהרען.
the SCY is the limit

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 16, 2009 3:51 pm

צו זיין נערוועז האטצעך נישט אויסגעפעלט צו זיין א לאגער איד, ס'האט פונקט אזוי געקענט זיין ווען איינעם אינישט געגאנגען גוט אינדערהיים, צו אין שלום בית, צו קינדערלאז. אין מיינע צייטן אינאך געווען היבשע נערוועזע מלמדים, וואס האבן בכלל נישט געגעבן קיין חשק צו גיין אין חדר.

היינטיגע צייטן אישוין אסאך אנדערש, מ'נעמט היינט היבש קער, אז די מלמדים זאלן זיך נישט קענען צולאזן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט