געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג אפריל 04, 2011 2:56 pm
אין דער אנהייב פלעג איך וואטשן, כ'האב געלייגט מער דגוש. געהאט א קליינטשיקע גארבידזש קען צווישן די סיטס, יעדן פרייטאג ביים לייגן געז האב איך געמאכט א שטיקל קליען אפ, געקויפט שמעקערס... בקיצור, כ'האב געהאלטן סדר.
למעשה, משרבו הילדים בטלה הסדר. קודם איז די גאנצע קליענאפ געווארן אפגעשטופט אויף זונטאג... ווי נישט, זונטאג האב איך אףף, וועלמיר דעמאלטס קעיר נעמען. וואס כה'אב נישט געכאפט איז אז זונטאג איז דייקא שאפינג דעי, אדער ווי מ'רופט דאס ביי אונז: זיץ-און-פלאץ-אין-די-קאר-ווילאנג-איך-גיי-ארויס-אין-פארשידענע-סטארס-דעי. ואידך, די-קינדער-דרילן-מיר-די-אויער-ווילאנג-זי-גייט-ארויס-אין-פארשידענע-סטארס-דזשאסט-טו-טעיק-עי-לוק דעי.
און פון דארט איז אלעס געגאנגען בארג אראפ. קודם האט טאקע יעדער געקענט האבן נאר א קוקי, דייקא א ווענילא, נאר איינס, און אויך נאר אין א בעג! צוביסלעך אז ס'איז נישט געווען קיין ווענילא האט זיך דורכגעבראכן טשאקלאד טשיפ קוקיס, און ווען זיי האבן אנגעהויבן מוטשען איז שוין געגאנגען פאטעטא טשיפס, רייס קעיק, ס'איז מיר אלץ ענדערשטער געווארן צו הערן קייען ווי שרייען, עד כדי כך אז היינט צוטאג איז דזשעם קוקי'ס, פינאט באדער ברויט, לאלי'ס, זאזא'ס און קאלער סאדע א גאנגבארע ארטיקל ביי מיר אין קאר, און די לעפט-אווערס טרעפן זיך זייער וועג אין אלע ווינקלען, בחורין ובסדקין, על הסיטס ממעל ועל הארץ מתחת, עד כדי כך אז די היטש בחור'לעך ווייזן מיר שוין מיט די הענט איך זאל פארן ווייטער ווען איך וויל זיך פאר זיי אפשטעלן. קיינער ווילן נישט טרעפן א קענדי אויף די הויזן פון אונטן ווען מ'קומט אן שול.
אבער אז ס'קומט פאר פסח מוז איך דאך קעיר נעמען, האב איך מיר פארגענומען אויף דעם זונטאג, כ'האב שוין פון פאראויס געמאלדן אז דעם זונטאג איז קודש לה', מ'גייט פסח'דיג מאכן די קאר!
קודם האב איך גענומען א גארבידזש בעג, און אנגעהויבן פאקן אלעס וואס מ'דארף נישט. א צירקע פון 30 קליינע וואסער באטלעך, א צודיריקטע אומגעעפנטע רייזמאן'ס בראוני באר, אן אפענע וואשער פלועד, א פעקל ארויסגעפרינטע הייד-פארק צעטלעך פאר מיין ברודער, אכצן קאפי קאפס אנגעפולט שוין מיט אויסגעבלאזענע טישו'ס און געעפנטע טשאלאד רעפינגס, א שירעם, א שאפינג בעג מיט א סטרעטשי וואס כ'האב געדארפט טראגן פאר א פרעזענט איינמאל פאר א פרענד אירע, מיין יונגלס אלטע ווינטער קאפל, אלעס אין מיסט אריין.
אקעי, יעצט גייט מען ארויסנעמען די קאר סיטס.
אקעי ניין, יעצט גייט מען טרייען ארויסצונעמען די קאר סיטס.
פפפפפפ... א שרעקליכער גרימאס מיט די מויל באווייזט זיך אויף מיין שוויציגע צורה, ארויסצייגנדיג דעם איבל וואס וועקט אויך אויף די קוים פארדייטע אייער שפייז פון פרישטאג וועלכער הייבט אן מאכן באוועגונגען ארויסצוקומען פון די טיפענישן פון די קושקע אלס רעזולטאט. א זעלטענער אוצר באווייזט זיך פאר מיינע אויגן פיל מיט פערטל אסטרייכערס קוקיס, האלב געלעקטע לאליס, שוין היינט פארשווארצטע רויטע דזשעם ברויט, פארהארטעוועטע טשונגאם'ס, איבערבלייבעניש פון אן עפל.... איך וויל פארשטיין פארוואס ווען איך פרוביר צו עפענען די סיט בעלט ארויסצונעמען א קאר סיט קען עס געדויערן א שעה מיט גאלאנגען שווייץ ביז איך קום סוקסעספול אן צום שורש, ווידעראום די פארבלייבענישן פון די מאכלים טרעפן זיך זייער וועג געמיטליך און פלאצירן זיך מיט קאנפידענץ אין זייער מקום מנוחה הארט אונטערן קאר סיט?! וויאזוי זענען זיי אפילו אנגעקומען דארט?!
איבעריג צו זאגן אז דער גאנצער אייפער און ענערגיע איז מיר אויסגערינען... כ'האב אפילו פרובירט מיט דיספאסעבל גלאווס ארויסצושאוולען די מאכלים, אבער כ'האב גאנץ שנעל איינגעזען אז אפצושיידן די חברה ועלכע האבן אזוי שיין זיך באקוועם געמאכט אין די טיפענישן פון די סחורה'נע זיצן איז נישט קיין געשעפט. די זיצן זענען שוין געווארן דזשעלי'דיג, און די דזשעלי'ס סחורה'דיג, דא וועט מען שוין דארפן עפעס א פראפעסיאנעלע חברה.
אין מיין נויט רוף איך אן מיין קליינע שוואגער, דער מיט די בלעקבערי, ער איז אלץ אפ טו דעיט מיט די עקסידענטן אויפן טראוועי און מיט די נייע רעסטוראנטן וואס עפענען זיך, ער ווייסט אלץ פון די ביליגע טיקעטס אויף פלארידא און שיקט אלץ טעקסט מעסידזשעס מיט די היינטיגע פארקינג רעגולאציעס, ער וועט שוין וויסן ווי מען קען קלינען א קאר.
-האלאו מענדי, ווייסט אפשר וואו מען קען קלינען די קאר פאר פסח?!...
-יא שור, יואלי האט געעפנט יעצט אזא פלאץ! (שווערע אטעם) ...
-ווער?!...
-(שווערע אטעם) יואלי ליבערמאן (שווערע אטעם) 'פראנטא' (שווערע אטעם) האסט נישט געהערט?! (פיר שווערע אטעם'ס)...
-אאאאםםם.... ניין, כ'האנישט געהערט, האלאו מענדי, זעץ דיך אראפ א רגע און רעד רואיג ווייל איך הער נישט קיין ווארט וואס דו זאגסט, ווער איז יואלי פראנטא?...
-איך... לויף... לויף דא... צו א כאפצעם... גיב א קאלל עניבאדי... יעדער ווייסט... פראנטא-וואש... פרעג דיך נאך....
-האלאו געמיר די נומבער?!....
-...
סאו, מיין שוואגער לויפט צו א כאפצעם, איך שטיי דא מיט קלעבעדיגע הענטשקעך, אלע קינדער פון די בלאק זענען שוין דא, און מיין יונגל וואס איז יעצט אהיימגעקומען פון חדר זיצט שוין אין די פראנט סיט און פייפט מיט די קאר... אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן?! וואס איז פראנטא-וואש'ס נומבער?!...
Advertisement
מאנטאג אפריל 04, 2011 2:57 pm
האלאו, יענטאאש!... אזוי צוריקגעבליבן ביסטו?! יעדער האט פראנטא'ס נומבער, נאדיר, סעיוו עס אריין אין דיין נעקסטעל:
347WASH123
347-9274-123--------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
צו באשטעלן די סארט אדווערטייזמענט ביטע זיך פארבינדן מיט ads@ivelt.com--------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
פאר הערות און קאמענטארן איבער דעם ארטיקל ביטע קליקט דא
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:20 pm
איך כאפ נאך נישט ווער יואלי פראנטא איז (אמאל האט מען גערעדט פון יואלי פר"מ, איז דאס די זעלבע????....)
אבער ס'האט זיך אלעס געלוינט אז מען זעט יענטאאש צוריק
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:23 pm
"זייער נייגעריג" האט די קאפ אויפן פלאץ.
יענטאאש, מיר בענקן זיך נאך דיינע זיסע געשרייבאכצער! וואסא חילוק עדווערטייזמענט צו ניש.
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:29 pm
ווי מער מענטשן ס'גייען עס ליינען אלס מער ריקוועסטס פאר עד'ס וועט זיין, אלס מער וועט יענטאאש שרייבן... סאו שיקטס ארום די לינק.
יענטאאש איך האב געקראכט אפאר מאל אימיטן ליינען.
טענקס און וועלקאם בעק.
מאנטאג אפריל 04, 2011 4:03 pm
זייער נייגעריג האט געשריבן:דא קען מען שרייבן קאמענטארן איבער יענטאאש'ס ארטיקל פון יואלי פראנטא'ס קאר וואש.
viewtopic.php?f=73&t=13636
טעות לעולם חוזר
מאנטאג אפריל 04, 2011 4:05 pm
פונקטליך האט געשריבן:יענטאאש, מיר בענקן זיך נאך דיינע זיסע געשרייבאכצער! וואסא חילוק עדווערטייזמענט צו ניש.
מאנטאג אפריל 04, 2011 4:29 pm
יענטאאש שרייבט נאר פאר געלט...
מאנטאג אפריל 04, 2011 4:54 pm
האניג האט געשריבן:יענטאאש שרייבט נאר פאר געלט...
איך מיין אויך אזוי... כ׳האב אזוי הויעך געלאכט אזש מיין בעה"ב האט געהערט... (ניין - דאס מאל האבעכעם נישט געקענט איינרעדן אז איך האב געלאכט אויפן טעלעפאון ווייל ס׳איז געווען צו שפעט)!
מאנטאג אפריל 04, 2011 5:09 pm
האניג האט געשריבן:יענטאאש שרייבט נאר פאר געלט...
דאס ווייסעך נישט, אבער איין זאך איז זיכער, ס'ווערד געלט!
מאנטאג אפריל 04, 2011 5:14 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:האניג האט געשריבן:יענטאאש שרייבט נאר פאר געלט...
דאס ווייסעך נישט, אבער איין זאך איז זיכער, ס'ווערד געלט!
מאנטאג אפריל 04, 2011 5:35 pm
ס'איז א געלונגענע עד!
טיפיקל יענטאאש!
מאנטאג אפריל 04, 2011 6:11 pm
ווער איז יענטאאש?
דזשאסט קידינג... יענטאאש איז שוין היינט א שם דבר ביי אינג און קייט, פון חיים-חזקי ביז די קנעפל פון זיין סוועדער (וואס איז א היבשער מהלך) ווייסט יעדער אז פאר א גוטע אדווערטייזמענט גייט מען צו יענטאאש, אזוי ווי פאר א גוטע קארוואש גייט מען צו פראנטא'ס (אדער צו מנשה... מיר האבן שוין קאמפאוט-טישן אינערהאלב קרעטשמע, און דאס איז שוין אויסער יגר'לס קארוואש, איי, ווער געדענקט).
מאנטאג אפריל 04, 2011 8:25 pm
קרעמער האט געשריבן:ווער איז יענטאאש?
דזשאסט קידינג... יענטאאש איז שוין היינט א שם דבר ביי אינג און קייט, פון חיים-חזקי ביז די קנעפל פון זיין סוועדער (וואס איז א היבשער מהלך) ווייסט יעדער אז פאר א גוטע אדווערטייזמענט גייט מען צו יענטאאש, אזוי ווי פאר א גוטע קארוואש גייט מען צו פראנטא'ס (אדער צו מנשה... מיר האבן שוין קאמפאוט-טישן אינערהאלב קרעטשמע, און דאס איז שוין אויסער יגר'לס קארוואש, איי, ווער געדענקט).
עס איז נישט קיין קאמפאטישען מנשה עדווערטייזט די זעלבע קאמפאני.
אפשר איז יענטאש אין מנשה קאמפאטישען......
מאנטאג אפריל 04, 2011 8:31 pm
שוין באקומען די ארטיקל אויף אימעיל. ס'איז נישט יושר ווען מ'קאפיט די אימעיל אן שרייבן פון וועם ס'קומט און מיטשיקן די לינק. ס'קומט זיך פאר קרעטשמע אזויפיל אז מענטשען זאלן כאטש וויסן מהיכן ארטיקל זה יצא.
מאנטאג אפריל 04, 2011 8:49 pm
ביי מיר איז עס אנגעקומען העלפט מיט א לינק צו ליינען ווייטער.
מאנטאג אפריל 04, 2011 8:56 pm
לייבי, דאס איז גאר גוט!
דינסטאג אפריל 05, 2011 10:00 am
וואס קאסט אזא עד?
דינסטאג אפריל 05, 2011 10:40 am
דינסטאג אפריל 05, 2011 11:12 am
כא נישט געפרעגט ווי מען קען דאס באקומען איך האב געפרעגט וואס סקאסט
דינסטאג אפריל 05, 2011 12:06 pm
א בייפאל פון א עד.
קאמענטארן? יא. היידפארק האט נישט אויסגעפעלט דארט.
דינסטאג אפריל 05, 2011 12:19 pm
אגב זעה איך אז זיי האבן היינט אויסגעטראפן נאך א וועג פין אדווערטייזן............
קוקט אויס סאיז לעצטענס אריין אין סטייל....
דינסטאג אפריל 05, 2011 2:28 pm
סתם א זייטיגע נאטיץ:
איך האב נעכטן דורכשפאצירט די בעדפארד שטראסע ארום 11 אזייגער אין אווענט, און באמערקט אז נעבן קאנקארד פלאזא (דארט וואו עס פלעגט זיך געפונען די "ארטמאיער" פירמע, וואס האט זיך לעצטנס אריבערגעצויגן צו בעדפארד ווינקל ווילאבי) טוהט זיך העפטיג, מען רייניגט אויטאס אין א ריזיגע ליידיגע שטח. אינדרויסן שטייט א גרויסע שילד מיט אונזער באקאנטע "פראנטא" (וואס איך זוך נאך דעם באדייט דערפון)..
דינסטאג אפריל 05, 2011 2:39 pm
קרעמער האט געשריבן:סתם א זייטיגע נאטיץ:
איך האב נעכטן דורכשפאצירט די בעדפארד שטראסע ארום 11 אזייגער אין אווענט, און באמערקט אז נעבן קאנקארד פלאזא (דארט וואו עס פלעגט זיך געפונען די "ארטמאיער" פירמע, וואס האט זיך לעצטנס אריבערגעצויגן צו בעדפארד ווינקל ווילאבי) טוהט זיך העפטיג, מען רייניגט אויטאס אין א ריזיגע ליידיגע שטח. אינדרויסן שטייט א גרויסע שילד מיט אונזער באקאנטע "פראנטא" (וואס איך זוך נאך דעם באדייט דערפון)..
דער אינגערמאן האט געפענט (א גאנץ יאר) אין ניו דזשערזי א ברענטש פון א גרויסע פלארידע באזירטע פירמע.
נאדער זייער וועב זייטל:
http://prontowash.com/usa/home.php
דינסטאג אפריל 05, 2011 3:08 pm
אגב.
איז עס נאר א "האנט" קאר וואש ?
אזוי האב איך געזעהן אויפן היינטיגן אדווערטייזמעט (...) און לויט די בילדער אינעם יעצטיגן לינק.
אויף מנשה'ס און אויף די יענטאשש אדווערטייזמענט ווערט עס נישט דערמאנט.
און אויב יא, איז עס טאקע בעסער און שענער פארן קאר ווען עס ווערט געוואשן מיטן האנט ?
אויב יא, דאן לויפן מיר אהין וואס פריער.
(נאא, לויפן ?? מיש נישט אויס, לויפן לויפט מען צו לערנער שטריימלעך, און צו א כאפצעם...)