בלאט 1 פון 7

ס'קומט א גוט'ס, ספר ממצרים גאלתנו...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:18 pm
דורך גראדער
דער ספר ''ממצרים גאלתנו'' גלות וגאולת מצרים באשריבן אויף אידיש לויט די מדרשי חז''ל, וועט אי''ה זיין צו באקומען אין די געשעפטן ערב ר''ח ניסן הבעל''ט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:20 pm
דורך ים רויבער
WOW

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:21 pm
דורך משה פאלאפל
wow

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:27 pm
דורך למעלה משבעים
WOW
ב"ה, דאס איז גוטע נייעס.
איך גיי אי"ה לויפן און קויפן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:30 pm
דורך ווינקל
file.php.gif
file.php.gif (1.88 KiB) געזעהן געווארן 1284 מאל

לויפט און קויפט!!!!!!!!!!!!!!!!!! :grin:

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:31 pm
דורך שוועמל
הסכמה?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:33 pm
דורך ווינקל
שוועמל האט געשריבן:הסכמה?

זע בלאט 3 נאכן שער בלאט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:33 pm
דורך adobe yid
למעלה משבעים האט געשריבן:
WOW
ב"ה, דאס איז גוטע נייעס.
איך גיי אי"ה לויפן און קויפן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:38 pm
דורך גראדער
שוועמל האט געשריבן:הסכמה?


הרה''צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט''א ועוד

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:43 pm
דורך באמבאסטיש
פיינע נייעס, מיר גייען עס קויפן אי"ה.

---
ווער האט דעזיינט די קאווער?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:49 pm
דורך שוועמל
איז דאס די אלע שיעורים וואס זענען געלאפן דא בהמשך הווינטער?
טאמער יא פארשטיי איך שוין די אפוועזנהייט פון ידידינו, און כ'אב מוראדיג הנאה אז ער האט געטון צו די זאך!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 3:58 pm
דורך למעלה משבעים
ווינקל, די האסט געהאט א יד דערין?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:01 pm
דורך גראדער
באמבאסטיש האט געשריבן:---
ווער האט דעזיינט די קאווער?


דער דעקל איז דיזיינט געווארן דורך הרה''צ רבי דוד קויפמאן שליט''א פון דיארט.

דער אינעווייניג וואס איז גראדע הערליך דיזיינט איז געמאכט געווארן דורך הרה''צ רבי יואל פרידריך שליט''א פון דיזיין און פרינט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:26 pm
דורך מי יודע
אה ווא!
גראדער דיר קומט זיך א גרינס!! ;l;p-

דעטס ע גוד דזשאב
איך וועל עס אי"ה קויפן בלי נדר, הגם איך האב אלע חומר, נאר ארויסצווייזן אביסל עפרישיעשאן אויף דיין שווערע ארבעט

איך האף יעדער וועט אזוי טון

און זאג נאר, אין ספר האסטו שוין אראפגענומען די הענד פון די אויגן...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 4:41 pm
דורך שמערי בערי
פונקט די וואך ארויס גענומען פון שאפע איין אלטער סעט און איבער געליינט, דערציילנדיג פאר די ב"ב אז האפנטליך וועט עס ארויסקומען אין א הערליכן פארמאט, און דא אזא סורפרייז. מיר ווארטן מיט שפאנונג!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:08 pm
דורך באמבאסטיש
למעלה משבעים האט געשריבן:ווינקל, די האסט געהאט א יד דערין?

גראדער האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:---
ווער האט דעזיינט די קאווער?


דער דעקל איז דיזיינט געווארן דורך הרה''צ רבי דוד קויפמאן שליט''א פון דיארט.

דער אינעווייניג וואס איז גראדע הערליך דיזיינט איז געמאכט געווארן דורך הרה''צ רבי יואל פרידריך שליט''א פון דיזיין און פרינט.

י"ד נוטריקון ד'וד י'ואל.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:21 pm
דורך מאנאגרעמס
WOW!!!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:30 pm
דורך ווינקל
למעלה משבעים האט געשריבן:ווינקל, די האסט געהאט א יד דערין?

חוץ באדאנקן נאך יעדן שיעור וואס גראדער האט אהערגעשטעלט, האב איך ניט קיין פארבינדונג געהאט מיטן נייעם ספר.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:56 pm
דורך למעלה משבעים
ווינקל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:הסכמה?

זע בלאט 3 נאכן שער בלאט.

פון ווי ווייסטו דאס, אויב מען מעג פרעגן?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 5:57 pm
דורך שמערי בערי
דו וואלסט זיך נישט אזוי פארגעשטעלט?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:38 pm
דורך מבין נומ 1
געווען צווישן די וואס האבן זיך וועכנטליך מחי' געווען ביים שיעור דא. אוודאי גיי איך עס אי"ה קויפן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:55 pm
דורך קהת
פיינע נייעס!!

לאמיר הערן הרב גראדער.

וואס האסטו צוגעלייגט מער וואס די האסטו דא געשריבען?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:59 pm
דורך prowed jew
גראדער לאמיר דיך פרעגן
גייט עס שוין זיין אין די קרית יואל'ע געשעפטן טאקע מארגען איך וויל וויסן אויב איך קען מיך אראפשלעפן צו דורן און ארויסוואקן דערמיט?
אדער גיי איך אנקומען און זיי גייען נישט וויסן פון וואס איך רעדט אפילו?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 7:12 pm
דורך גלגלשלג
wow מיינע קינדער וועלן זיך מחי זיין דערמיט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 10:22 pm
דורך מי חכם
prowed jew האט געשריבן:גראדער לאמיר דיך פרעגן
גייט עס שוין זיין אין די קרית יואל'ע געשעפטן טאקע מארגען איך וויל וויסן אויב איך קען מיך אראפשלעפן צו דורן און ארויסוואקן דערמיט?
אדער גיי איך אנקומען און זיי גייען נישט וויסן פון וואס איך רעדט אפילו?


doren will surely know