בלאט 3 פון 7

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 4:02 pm
דורך jkup50
ביז ווי גייט עס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 4:11 pm
דורך adobe yid
jkup50 האט געשריבן:ביז ווי גייט עס?

ביז יציאת מצרים, איך האף נאר אז עס גייט נאך ארויס קומען נאך א באנד (אויף נעקסטע יאהר) פון קריאת ים סוף ועוד..... עס זאל זיין א דבר השלם

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 4:14 pm
דורך דעפרעסט
ים רויבער האט געשריבן:כאטשיג געשריבען א ש'כח פאר חברי מערכת אידישע וועלט פאר'ן ארויסהעלפען מיט חיזוק און הערות?

ווירקליך אזוי..!אין די הקדמה איז דא א הארציגער ש''כח פאר אלע חברים וידידים וואס האבן יעדע וואך מחזק געווען, מגיב געווען וכו', א פרעמדער וועט אפשר נישט כאפן פון וואס סרעדט זיך אבער די רמז איז זייער קלאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 5:28 pm
דורך jkup50
adobe yid האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:ביז ווי גייט עס?

ביז יציאת מצרים, איך האף נאר אז עס גייט נאך ארויס קומען נאך א באנד (אויף נעקסטע יאהר) פון קריאת ים סוף ועוד..... עס זאל זיין א דבר השלם

איך גלייב נישט ער נעמט אונז נישט אריין אין וואסער!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 5:46 pm
דורך prowed jew
יעצט ארויסשפאצירט דערמיט פון דורן איך קוק אריין און וואס זעה איך אז אן קיין בושה זיך געהעריג אראפ געצויגן דאס מאסקע
נו גילוי......
ס'בכלל נישט קיין בושה חזק ונתחזק

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 6:14 pm
דורך משה פאלאפל
prowed jew האט געשריבן:יעצט ארויסשפאצירט דערמיט פון דורן און אן קיין בושה זיך געהעריג אראפ געצויגן דאס מאסקע
נו גילוי......
ס'בכלל נישט קיין בושה חזק ונתחזק


וואס הייסט? וואס האסטו געטון?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 6:32 pm
דורך prowed jew
שוין פאראכטן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 7:40 pm
דורך prowed jew
דעפרעסט האט געשריבן:ווירקליך אזוי..!אין די הקדמה איז דא א הארציגער ש''כח פאר אלע חברים וידידים וואס האבן יעדע וואך מחזק געווען, מגיב געווען וכו', א פרעמדער וועט אפשר נישט כאפן פון וואס סרעדט זיך אבער די רמז איז זייער קלאר.

יא כ'האב געכאפט די שכח אין די הקדמה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 8:17 pm
דורך adobe yid
prowed jew האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:ווירקליך אזוי..!אין די הקדמה איז דא א הארציגער ש''כח פאר אלע חברים וידידים וואס האבן יעדע וואך מחזק געווען, מגיב געווען וכו', א פרעמדער וועט אפשר נישט כאפן פון וואס סרעדט זיך אבער די רמז איז זייער קלאר.

יא כ'האב געכאפט די שכח אין די הקדמה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 8:46 pm
דורך געלעגער
איך טו זיך פרייען פאר רב גראדער. זאל ער מצליח זיין און מאכן אסאך געלט. (תושבי קרעטשמע וואלטן געמעגט קריגן א הנחה..)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 9:32 pm
דורך שמאטע
געלעגער האט געשריבן: (תושבי קרעטשמע וואלטן געמעגט קריגן א הנחה..)


הערשט תושבי קרעטשמע דארפן באצאלן פול פרייז פארן האבן די פריוויליג פין האבן ידידינו רב "גראדער שליט"א" בתוכינו עראינד דע יער בחינם !!!

שכח רבי !!!

די ספר האט א גרויס מעגליכקייט צי זיין אין מיין שטוב אויף דאס יאר פסח, האפענטליך! (איך האב נאך נישט קיין קינדער אין די עידש)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:20 pm
דורך שמערי בערי
העי, כ'בין געווען אין געשעפט און ער האט עס נאכנישט, געהעריגע ראסיזם...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:33 pm
דורך adobe yid
שמערי בערי האט געשריבן:העי, כ'בין געווען אין געשעפט און ער האט עס נאכנישט, געהעריגע ראסיזם...

ער האט דיך געפרעגט דיין ניק? אפשר פאר שמערי וואלט ער יא געהאט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:40 pm
דורך שוועמל
איך קויף עס בתנאי אז הרב גראדער וועט ווייטער ארויסגעבן די וואונדערליכע ערצעהלונגען אויף די גאנצע סיפור פון קי"ס, מדבר, משכן, כיבוש, ז' מלכים, שופטים, שמואל שאול וכו', ס'יז דאך א אוצר בלום ממש.

איך בין גרייט צו העלפן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 3:17 am
דורך גראדער
שוועמל האט געשריבן:איך קויף עס בתנאי אז הרב גראדער וועט ווייטער ארויסגעבן די וואונדערליכע ערצעהלונגען אויף די גאנצע סיפור פון קי"ס, מדבר, משכן, כיבוש, ז' מלכים, שופטים, שמואל שאול וכו', ס'יז דאך א אוצר בלום ממש.

איך בין גרייט צו העלפן.


נו אוודאי האפן מיר ממשיך צו זיין... און פארשטייט זיך מיטן באשעפער'ס און שוועמל'ס הילף...

צו די וואס האבן טענות פארוואס איך האב נישט צוגעענדיגט ביז נאך קריעת ים סוף, ווען איך האב געגעבן דעם ספר פאר הגה''צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש דורכצוקוקן האב איך אים געזאגט אז איך פלאן נאך אריינצורוקן קריעת ים סוף, האט ער מיר געזאגט איך זאל עס נישט טון, ענדערש שרייבן שפעטער מיט ישוב הדעת ווי איידער צו מאכן געכאפטע מעשיות. (איך וויל נישט נאכזאגן לשון קדשו... אבער דאך, ס'בלייבט דאך צוויישן אונז... ''מ'דערקענט אינעם ספר ווי ס'איז געשריבן גוט און ווי ס'איז געכאפט...'')


שמערי בערי האט געשריבן:העי, כ'בין געווען אין געשעפט און ער האט עס נאכנישט, געהעריגע ראסיזם...

וועלכער געשעפט?

געלעגער האט געשריבן:איך טו זיך פרייען פאר רב גראדער. זאל ער מצליח זיין און מאכן אסאך געלט. (תושבי קרעטשמע וואלטן געמעגט קריגן א הנחה..)


אמת, ביזט גערעכט, בפרט די וואס האבן געגעבן גוטע עצות און הערות וואס האבן צוגעהאלפן ס'זאל זיין א דבר השלם קומט זיך באמת א ביכל אינגאצן אומזיסט,ס'וועט נאר אנמאכן א געוואלדיגער צומישעניש ווען צען חברה וועלן אריינקומען אין געשעפט אויפפיקן דעם ביכל פאר געלעגער... און דערנאך וועסטו אליינס קומען זאגן אז דו האסט עס נאכנישט באקומען, כ'רעד שוין נישט פון אנדערע וואס וועלן קומען נעמען א ביכל פאר יעדן ניק וואס זיי פארמאגן...

prowed jew האט געשריבן:יעצט ארויסשפאצירט דערמיט פון דורן איך קוק אריין און וואס זעה איך אז אן קיין בושה זיך געהעריג אראפ געצויגן דאס מאסקע
נו גילוי......
ס'בכלל נישט קיין בושה חזק ונתחזק


קוקט אויס אז די האסט נישט געליינט די אויבערשטע תגובה איבערן פארקויף פונעם ביכל פאר ש''י...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 3:53 am
דורך באמבאסטיש
געוואלדיג! געוואלדיג! היי יאר דארפן מיר נישט גיין חול המועד האלטן מיט די קינדער, טאטי וועט זיך אראפזעצן מיט די קינדער און דערציילן פונעם וואונדערליכן ביכל "ממצרים גאלתנו" און דאס וועט זיין די בעסטע [און ביליגסטע] חול המועד געהאלטעכטס.

אגב; איז אין פלאן ארויסצוגעבן א לשה"ק'דיגע אויפלאגע אויך?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 5:28 am
דורך קרעמער
שוין איינגעהאנדלט לכבוד פסח, ביי ר' שלמה רובינפעלד ספרים געשעפט אויף מארסי עוועניו

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 7:28 am
דורך prowed jew
דא איז די שכח פון הרב גראדער און די הקדמה פונעם ספר

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:10 am
דורך מאשקע
פשיהא איך בין עקסיידעט. ס'איז דאס ערשטע מאל וואס א חיבור פון אן אונזעריגן קומט ארויס לאור עולם אויף אזא פארנעם.

קויף עס. כ'מיין שיק עס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:29 am
דורך jkup50
אי"ה אביסל נענטער צום יו""ט האף איך סוועט נאך זיין אין סטאר פאר מיר איך וויל נישט סזאל ווערן חמצדיג און מהעמיר זיך איינהאנדלען דעם נייעם ספר צי שטיצן מורינו הרב גראדער שלילט"א
אגב איך בין מוסר ומודעה אז רוצוני איז אויך צי שטיצן אייוועלט מיט דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:46 am
דורך פריילאך
אזוי ווי די בני תורה געבן א דאנק פאר די כולל ווי זיי האלטן זיך אויף, וואלט שיין געווען צו באדאנקן אייוועלט, ווי די בוך איך געהאדעוועט געווארן (חוץ די מגיבים).

אויף מיין PDF איז עס א ערך פון 30 זייטן. וויאזוי איז דאס געווארן אזא דיקן ביכל? איז דאס ריזיגע אויתיות, אדער בילדער?

עניוועי גראדער א הארציגן ישר כח, איך האב מיך שוין אנגעהויבן פארקוקן אין די אלטע פאפירן. אבער די פלאן איז שוין עס צו שיקן אין שמות און קויפן א ביכל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 10:12 am
דורך גראדער
פריילאך האט געשריבן:
אויף מיין PDF איז עס א ערך פון 30 זייטן. וויאזוי איז דאס געווארן אזא דיקן ביכל? איז דאס ריזיגע אויתיות, אדער בילדער?


אינעם ספר איז דא פי כמה פון וואס עס איז געווען דא אויף איי וועלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 10:38 am
דורך שמערי בערי
א חופה, שוין צום צווייטן מאל זיך אריינגעכאפט אין ספרים געשעפט צווישן איין אטעם און צווייטן, און ס'נאך אלס נישט דארט!

טאמער נעקסטע מאל איך גיי איז עס נישט דארט....

וועל איך מוזן גיין נאכאמאל...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 10:55 am
דורך מאשקע
שמערי בערי האט געשריבן:א חופה, שוין צום צווייטן מאל זיך אריינגעכאפט אין ספרים געשעפט צווישן איין אטעם און צווייטן, און ס'נאך אלס נישט דארט!

טאמער נעקסטע מאל איך גיי איז עס נישט דארט....


וועסטו מוזן אטעמען אביסל שטאטער...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 11:11 am
דורך פאטאקי08
מקען עס נישט קויפן אויפן געוועלב?