בלאט 2 פון 7
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 11:04 pm
דורך ווינקל
נתן דוב האט געשריבן:וואס גייט דא פאר ?
וואס איז די התלהבות צו דעם ספר אזוי גרויס. ס' קוקט אויס ווי א בצאלטע אפגעשמיסטע זאך.. און קורצען די ספר איז נאך נישט ערשינען און די געשעפטען.. און שוין קומט נישט צו זיך מרוב התפעלות.. און בפרט פונעם קאווער ? וואסגייט דא פאהר ?
דער קוקט אויס ווי דאס דארפיש קינד וואס האט טענות אויף די סדר העליות, עיין משלי הח"ח.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 11:05 pm
דורך prowed jew
ר' נתן בער איר האט נאכנישט געליינט הרב גראדער'ס ארטיקלען אינעם זשורנאל?
לויפט ליינען וועט איר שוין גארנישט פרעגן
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 12:14 am
דורך מוטשע נישט
איי וויי וויי גראדער, האסט מיר גוט אויסגעשפיעלט....
כ'מידער זאגן מיי פיעלינג'ס אר ווערי מיקסט. פון איין וועג'ס בין איך פרייליך ביז גאר צוליב צוויי סיבות, ערשטנס פארשטייט זיך, איז אז עס איז ב"ה ארויסגעקומען א דבר השלם און מיר וועלן קענען היי יאהר מקיים זיין דעם כאילו הוא עצמו יצא בהידור רב, צווייטנס ווייל איך האב דיר פשוט געשוינט אז א מאן מיט אזא פליסיגן זאפטיגן פעדער זאל אזוי זיך אויסגעבן און אריינלייגן כוחות עצומות דא אויפן וועלט'ל מידי שבוע בשבוע אין די צייט ווען ער קען לכאורה פארדינען שיין געלט פון זיין הערליכע ווערק.
אבער לעומת זה, מוז איך דיר זאגן אז איך שפיר מיר אביסל אפגעפאטשט, איך האב ח"ו נישט קיין טענות, ביסט מיר גארנישט שולדיג, אבער סוכ"ס האב איך, און מסתמא נאך פילע אנדערע חברי הפארום, ערווארטעט אן אומזינסטיגע יציאת מצרים אויסגאבע דא אויפן פארום כדרכך בקודש. אבער וואס קען מען טאהן, שכינתא בגלותא, מען ווישט זיך אפ די נאז און מען גייט ווייטער. קויפן וועט מען דאס עניוועי מוזן וויבאלד די דארשט ציהט און די הונגער נאגט, כ'האב אבער דעם ריכטיגן קאנפידענט אז די געלט וועט זיין כקליפת השום קעגן די הנאה וואס איך און מיין משפחה וועלן האבן דערפון.
זאלסטו האבן א זיס לעכטיג יו"ט וכימי צאתנו מצרים אראנו נפלאות.
(גראדער, לאך דיר אויס, מוטשע נישט זוכט בלויז זיך אויסלופטערן די געפילן, זארג דיר נישט, מ'האט שוין געהערט אזאנס, איינמאל ער וועט איינהאנדלן די קונטרס וועט ער זיך שנעל בארואיגן, ס'איז בלויז אן איבערגאנג, איגנאריר איהם.)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 8:10 am
דורך פארדינט
איך האב שוין געזען דעם ספר נעכטן נאכט ביי דורן, ס'קוק אויס גאר גוט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 8:20 am
דורך פאטאקי08
א עקסטערען ישר כח גראדער פאר דעם!!!!
איך לויפ עס קויפן פאר מיין יונגל וואס וועט זיין ציגעקלעבט דערמיט א גאנץ פסח
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:09 am
דורך leiby
קוקט אויס ער האט פארקויפט די זכות פונעם ספר פאר א געהעריגע קאמפעני.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:17 am
דורך jkup50
נישט נאר מיין יונגעל נאר איך אליין אויך
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:22 am
דורך גראדער
leiby האט געשריבן:קוקט אויס ער האט פארקויפט די זכות פונעם ספר פאר א געהעריגע קאמפעני.
יא, מיר האבן פארקויפט דעם זכות פונעם ספר פאר הוצאת ש''י, וואס איז א פליגל פון קינדער שפיל, אויף מיין בקשה האבן זיי ארויסגעגעבן דעם ספר אויף זייער אייגענער נאמען ווי גלייך איינער פון זיי האט עס געשריבן. והכל על מקומו יבא בסתר.
ב''ה זיי האבן געמאכט זייער א שיינע ארבעט מיטן אהערשטעלן דעם ספר צום דרוק.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:58 am
דורך מוישע_יאכעס
מוטשע נישט האט געשריבן:....
אבער לעומת זה, מוז איך דיר זאגן אז איך שפיר מיר אביסל אפגעפאטשט, איך האב ח"ו נישט קיין טענות, ביסט מיר גארנישט שולדיג, אבער סוכ"ס האב איך, און מסתמא נאך פילע אנדערע חברי הפארום, ערווארטעט אן אומזינסטיגע יציאת מצרים אויסגאבע דא אויפן פארום כדרכך בקודש. אבער וואס קען מען טאהן, שכינתא בגלותא, מען ווישט זיך אפ די נאז און מען גייט ווייטער, קויפן וועט מען דאס עניוועי מוזן וויבאלד די דארשט ציהט און די הונגער נאגט, כ'האב אבער דעם ריכטיגן קאנפידענט אז די געלט וועט זיין כקליפת השום קעגן די הנאה וואס איך און מיין משפחה וועלן האבן דערפון.
זאלסטו האבן א זיס לעכטיג יו"ט וכימי צאתנו מצרים אראנו נפלאו.
און איך חזר נאכאמאל איבער, מ'גיימערעס אי"ה איינהאנדלען, און אזוי באצאלען פאר גראדערן, אבער איין זאך יא, פון יעצט און ווייטער ביזטו שוין א באצאלטער און די מוזט שוין יעדע וואך ערשיינען.......
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:10 am
דורך משה פאלאפל
דער ספר האט בילדער אויך?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:12 am
דורך שלעפשיץ
jkup50 האט געשריבן:נישט נאר מיין יונגעל נאר איך אליין אויך
אין איך אויך
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:13 am
דורך מי יודע
גראדער האט געשריבן:leiby האט געשריבן:קוקט אויס ער האט פארקויפט די זכות פונעם ספר פאר א געהעריגע קאמפעני.
יא, מיר האבן פארקויפט דעם זכות פונעם ספר פאר הוצאת ש''י, וואס איז א פליגל פון קינדער שפיל, אויף מיין בקשה האבן זיי ארויסגעגעבן דעם ספר אויף זייער אייגענער נאמען ווי גלייך איינער פון זיי האט עס געשריבן. והכל על מקומו יבא בסתר.
ב''ה זיי האבן געמאכט זייער א שיינע ארבעט מיטן אהערשטעלן דעם ספר צום דרוק.
איך האלט שוין קוים איין דעם אטעם זיך צו באקענען מיט דעם גראדער, איך האב געמיינט אז ברצון שטעלט ער זיך אויפן פאדיום
דערווייל זע איך האב געגרייזט
איז נישט, רצונו של אדם זהו כבודו, אבער דאס קומט מיט א פרייז, זיי ממשיך!!!!!!!!!!!!!!
מיר וועלן אי"ה קויפן די אנדערע ספרים אויך
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:17 am
דורך למעלה משבעים
יעצט אראפ געלייגט מיטן ספרים מוכר, אים אנגעזאגט אז ער זאל דאס ווי שנעלער פארשאפן.
אגב גראדער די קענסט שוין שטימען
דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:47 am
דורך אפשר
ברוך השם
דאס יאר וועלן מיר בעזר ה' האבן וואס צי פארציילן פאר די קינדער ביים סדר נאכט.
א גרויסן יישר כח הרב גראדער שליט''א.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:35 pm
דורך 1x1
מבין נומ 1 האט געשריבן:געווען צווישן די וואס האבן זיך וועכנטליך מחי' געווען ביים שיעור דא. אוודאי גיי איך עס אי"ה קויפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:37 pm
דורך ים רויבער
כאטשיג געשריבען א ש'כח פאר חברי מערכת אידישע וועלט פאר'ן ארויסהעלפען מיט חיזוק און הערות?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 1:38 pm
דורך 1x1
גראדער, ביז וואו האסטו מסיים געווען, ביז נאכ'ן ים סוף, נאך מתן תורה?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 2:02 pm
דורך matovu
APRIL FOOLS JOKE ????
vos geit fur doo ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 2:16 pm
דורך שמערי בערי
איינער שטייט אין געשעפט און יעדער וואס קויפט עס פרעגט ער "וואס איז דיין ניק"?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 2:16 pm
דורך ים רויבער
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 2:38 pm
דורך גימעל
זענט איר באמת אליין ארויס פון מצרים?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 3:18 pm
דורך adobe yid
שמערי בערי האט געשריבן:איינער שטייט אין געשעפט און יעדער וואס קויפט עס פרעגט ער "וואס איז דיין ניק"?

זאל איך איהם אויסזאגן מיין ניק?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 3:23 pm
דורך adobe yid
איך האב עס שוין געקויפט ב"ה, עס אויס זייער שיין צוזאם געשטעלט שיינע גרויסע קלארע אותיות גרינג צום ליינען, יישר כח הרב גראדער!!
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 3:24 pm
דורך ים רויבער
מה יקר?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 3:27 pm
דורך adobe yid
ים רויבער האט געשריבן:מה יקר?
20 טאלער