דאנערשטאג מרץ 31, 2011 11:46 pm
עס איז פלעין נישט נארמאל.
הער, איך האלט "באמת" אז די צייט איז רייף נאר דער עולם וויל נישט גיין (איי וואס מיינט דעמאלס די צייט איז רייף? פרעג מיך גרינגערע קשיות)
ווייסטו וואס, באמת האלט איך אז דער עולם איז שוין אזוי גרייט צו גיין, אז ווי נאר מען שפארט אויף דעם טיר פון דעם נייעם שטעטל, גייט דער עולם פשוט אזוי אריינפאלן דארט, אז מען וועט דארפן אונטערלייגן נעצן צו כאפן דעם עולם, אניש קענאך חלילה געשעין א דיזעסטער. נאר וואס דען? אה, יענקל, וואס העצעך עפעס אין ליביע...
צודרייטע מענטשן, מען וואוינט צוקוועטשט ווי די מייזן, ווי די ראטן, עהה, מייז? ראטן? ווי די סקאנקס, ווי די וואדער באגס, ווי די..... כווייסנישוואס. און מען וויל אזוי וואוינען, דאס איז מסורת אבות. זיי זענען אליינס שילדיג. נישט זיי, די עלטערן, ניין די ווייבער, אונאו, די קינדער, די מלמדים, די רבנים, די רביים. סאנאפקע מינע דער עיקר איז מען זאל שרייען אז איינער איז שילדיג.
אךךך, דאס איז דער עיקר? ניין, לדעתי זענען שילדיג חברים און שומרים, קען אויך זיין אפשר חסד של אמת, און לויט געוויסע ווערסיעס פון "אונטער די קוליסן" איז עס גאר משמחי לב.
שטותים מיט לאקשן, עס איז עוז והדר'ס שילד, אך וואס עפעס, כפתור ופרח. ניין אלע עסקנים זענען שולדיג, זיי ווילן גארנישט טון, פוילע יונגען...
***
טייערע אידן, העלפט מיר צו,
איך זעה דא לעצטענס אז דער עולם איז זייער אין די גיסטע פון "רעדן" פון א נייעם ישוב, זיך אפרעדן און ווייטאגן אויף דעם מצב, און קלאגן אז מען דארף האבן א נייעם שטעטל אדער שטאט ווי צו מופן, און זאגן דיעות וואו, וויאזוי און נאך אנדערע סארט עצות איבער א נייעם ישוב/שטעטל.
ע"כ טו איך מייסד זיין דעם אשכול, ספעציעל פאר די דאזיגע מטרה, זיך אויסצוגעבן אויף דעם נושא, וזה החלי:
איך וואוין כרגע אין א פיצעלע איין רום דירה, וועלכע פארמאגט בקושי א קליין קאך, צוויי פיצי ביהכ"ס, דריי פיצי בעדרוםס איין פיצי דיינינג רום, און נאך איין פיצי רום וועלכע איז פלעי רום, ספרים שטוב, אפיס, געסט שטוב, און וואס נאך אימער עס פעלט אויס.
די דירה געפונט זיך אויפן צוועלעפטן שטאק אינעם בוידעם ביים בוילער רום (אן א עלעוועטער), אין דעם בעיסמעט דריי שטאק אינטער דער ערד גלייך לעבן דעם עטיק פען וועלכע מאכט מיר שטענדיגע קולות אינאיינעם מיט זיין שכן דער אלטער בוילער און לאזן נישט שלאפן, קוים סטעפסעס איז דא אנצוקומען אהין, עס האט נישט קיין פענסטערס, סאו קען נישט אריינקומען ריינע לופט, עס האט יא לעכער וועלכע ברענגט אריין דעם רעגן און שניי און אויך די ווינטן, (אבער נאר די קאלטע, נישט די אויפפרישנדע), איך האב נישט קיין שכן צו וועמען ארויסצורעדן א ווארט, און די שכנים הערן נישט אויף צו פייניגן און דערגיין די יארן
הקיצער, עס איז איום ונורא און איך האלט עס מער נישט אויס, ווי זענען די עסקנים, איך וויל מען זאל שוין מאכן א שטעטל, שוין, היינט, מארגן וויל איך שוין וואוינען דארט, דארט וויל איך האבן א אייגענעם הויז, געבויעט אויף דרייצן עיקער לאנד, מיט פרוכט ביימער און א בלומען גארטן צו שפאצירן, דריי שכנים גלייך ביי די טיר (צו האבן פון וועמען צו בארגן עפעס און אויך וועמען נאכצוקוקן), אבער קיינע שכנים, (איך דארף פרייוועסי).
דער שטעטל זאל זיין אין א שטילע רואיגע אטמאספערע, צווישן הערליכע בערג און אטעם פארכאפענדע טאלן, מיט וואונדערבארע פאנאראמעס, מען זאל קענען זען פון די פענסטער מייעסטעטישע וואסער פאלן, אויג באצויבערענדע בערג מיט שניי'איגע שפיצן, און אויך די הערליכע אראנדש/גאלדענע מדבר זאמדן, ווי מען וועט הערן פויגלען און בת היענה'ס זינגען, לעמפערטס און טיגערס ברומען, און וועלף און שאקאלן וואויען, אבער עס זאל אויך זיין גלייך לעבן ניו יארק, (אן קיין טאלל שטייצעך), מאקסימוס זעקס מינוט פון ווילי און פיר פון ב"פ, (פון מאנסי מעג עס שוין זיין פערצן מינוט) אויך נישט מער פון זיבעצן מינוט פון בראנקס זו (מדארף דאך אמאל גיין זיך אויסלופטערן אביסל). עס זאל אויך קיינמאל נישט זיין קיין טרעפיק אנצוקומען אהין אדער צוריק.
צוויי נייע בתי מדרשים (מיט היכל התורה'ס) מיט שיינע נייע מקוה'ס (איינס מיט א נאסע שוויץ איינס מיט א טרוקענע) אן קיין דרייעדיגע געיטס, מיט קאווע שטיבלעך וועלכע וועלן זיין אפן 24/8/369, און האבן מניינים פון תרח, ביז נאך זיבן און נייציג און פון מנחה קטנה עד שיעלה עמוד השחר. תיקון יעדן טאג נאכן דאווענען און אויך א ברית (בדיעבד איז א חתן אויך גוט). א אנגיינדיגע חברה הצלה, חברים, חברה קדישא, תומכי שבת, קמחא דפיסחא, ביקור חולים, רופא חולים, גומל דלים, חסד, חדר עזרא, חדר נחמי', מצילי אש, פרת, חדקל, עזרת נישואין און כאטש דריי טיי אווענטס א וואך.
אונגארישע רעסטוראנט, כינעזישע, יאפאנעזישע, מאראקאנער, איטאליענער, איזראעלי, מידל איסטערן, פאר איסטערן, פאר ראקעוועי'ען, מעקסיקאנער, פאנאמער, בעגלאדאש'ער און וויעטנאמער, כאטש צוויי פון יעדע מין, און דערנאך פארשטייט זיך לפחות דריי פיצא געשעפטן און צוויי אייז קריעם געשעפטן (איינס מיט קאלירטע ספרינקלס אין מיט טונקעלע).
אויך זאל זיין דארטן א עירוב, מיט מוחים דערקעגן, (און אויך קעגן אלע אנדערע זאכן, למשל גל פז, אפילו אויב עס וועט נישט זיין דארט איינס, וכדו').
א גראסערי נעקסט דאר צו יעדע הויז, בדיעבד קען גענוג זיין איינס אויף "יעדן" קארנער.
כאטש פיר קינדער דאקטוירים און אכט פאר ערוואקסענע, און אויך א שפיטאל גלייך דערנעבן, (אבער די אמבולאנסן זאלן מיך נאר נישט שטערן ווען זיי פארן אדורך).
און אזוי ווי די עסקנים האבן עס נאך נישט צוגעשטעלט, קום איך צו די מסקנא אז זיי האלטן נישט דערביי, און מיין לענדלער איז א רשע מרושע, וועלכער וועט קיינמאל נישט אנקומען צום גיהנום, ער צאפט מיר דאס בלוט און טרונקט מיין דם התמצית און נאגט אויס ביי מיר דאס לשד העצמות, און איך בין אים נישט מוחל פון דאנעט ביז אהין... פאר קיין פעני נישט...
פרייטאג אפריל 01, 2011 12:20 am
hahahaahha
פרייטאג אפריל 01, 2011 12:43 am
מורא'דיג!!!
יעצט הייב איך שוין אן צו טראכטן אז דו ביסט שולדיג אין דער גאנצער סומאטאכע...
פרייטאג אפריל 01, 2011 1:12 am
טהור'ס תגובה אין איין ווארט:
די גאנצע וועלט איז שולדיג, [אויסער איך..].
פרייטאג אפריל 01, 2011 2:59 am
עמקות שלמה האט געשריבן:טהור'ס תגובה אין איין ווארט:
די גאנצע וועלט איז שולדיג, [אויסער איך..].
עה!!! ליין איבער ער זאגט אז זיין לענדלער איז שולדיג...
פרייטאג אפריל 01, 2011 6:15 am
פרייטאג אפריל 01, 2011 8:01 am
בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז דו זאלסט דיך קיינמאל נישט ארויססיינען פון אייוועלט.
פרייטאג אפריל 01, 2011 8:02 am
לויף און קויף דעם קינדער טעיפ מצוה קינדער בויען א שטעטל
יא, מיט פעטער פישל און מיסטער קאפאלאווסקי..…
פרייטאג אפריל 01, 2011 8:21 am
נייס, טהור האצעך ווידער צופידלט מיט זיין פעדער'ל... געוואלדאניע!!!
די נקידה וואס דו ברענגסט ארויס איז זייער א שטארקע!
פרייטאג אפריל 01, 2011 8:33 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן:נייס, טהור האצעך ווידער צופידלט מיט זיין פעדער'ל... געוואלדאניע!!!
די נקידה וואס דו ברענגסט ארויס איז זייער א שטארקע!
שקועיח פאר אלע מגיבים, ווער עס וויל קען צוהעלפן, און א ספעשל שקויעח פאר וויכי, דו ביסט דער ערשטער וואס האט אינאכט גענומען אז איך טריי דא צו מאכן א פוינט.
פרייטאג אפריל 01, 2011 8:35 am
געטס נאר א קוק דעם דאטום!!!...
יאפס, געכאפט, אפריל דער ערשטער...
אבער טהור'ל דו גענישט אויף.
פרייטאג אפריל 01, 2011 9:36 am
גוט געזאגט טהור'ל!
א קרעטשמעריש ארטיקל מיט אלע צוגעהערן. דער ברויך אלעס אבער וויל נישט גארנישט. יעדער איז שולדיג אבער נישט ער.
כה לחי! האלט אן טהור.
פרייטאג אפריל 01, 2011 9:56 am
אוי האסטו צו גוט געזאגט. אזונס

פאר דיר, און אזונס

פאר דאס וואס דו האסט געזאגט.
פרייטאג אפריל 01, 2011 1:02 pm
הונדערט פראצענט גערעכט טהור'ל מיט אלעס וואס דו שרייבסט, דער מצב איז נאך פיל ערגער ווי דו לייגסט עס אראפ.
און דער עולם דארף פיל מער ווי דו לייגסט עס אראפ, דער עיקר איז אדער גיסטו מיר אלעס, אדער דארף איך גארנישט, אויב קען איך נישט האבן פונקט וואס איך וויל, וועל איך וואוינען מיט.... (ליין אין דיין ארטיקל)
אבער א שאד פרויען ליינען דאס נישט....
אסאך מענטשן וואלטן געהאלפן געווארן ווען די פרויען זאלן דאס ליינען.
רוב פון די טענות אין דעם נושא, קומט פון די פרויען, און די מענער זאגן עס פשוט איבער, זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, עס איז שווער צו זאגן אין פובליק אז די אידענע וויל נישט (פארוואס? ווייל זי וויל נישט, זייט ווען דארפן אידענעס פארשטיין פארוואס זיי ווילן עפעס נישט), דארף מען ענפערן תירוצים.
איך ווייס אליינס פון אסאך אידן וואס האבן מיר מודה געווען קלאר און אפן, אז ווען נישט זייערע ווייבער וואלטן זיי זיך שוין לאנג אוועקגעצויגן.
נעבעך, נעבעך, נעבעך....
אבער טהור'ל האלט אן, האסט מיר אויפגעלעבט אביסל
פרייטאג אפריל 01, 2011 1:31 pm
פיין געשמייכלט!
מזל טוב צום 2500'סטע תגובה!
פרייטאג אפריל 01, 2011 2:03 pm
איזעי האט געשריבן:רוב פון די טענות אין דעם נושא, קומט פון די פרויען, און די מענער זאגן עס פשוט איבער, זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, עס איז שווער צו זאגן אין פובליק אז די אידענע וויל נישט (פארוואס? ווייל זי וויל נישט, זייט ווען דארפן אידענעס פארשטיין פארוואס זיי ווילן עפעס נישט), דארף מען ענפערן תירוצים.
איזעי טייערע לייען ביטע איבער דעם ארטיקל...
פרייטאג אפריל 01, 2011 3:38 pm
שבת אפריל 02, 2011 8:57 pm
טהור געוואלדיג, שטארק הנאה געהאט (און יא כ'האב געכאפט דעם פוינט אויך...)
שבת אפריל 02, 2011 11:37 pm
יוש האס איך געלאכט!
אן ארטיקעל איינס און א גוטס, צומאל קען מען נאך די בעסטע ארויסברענגען א פוינט מיט א הימנאריסטישען טאן און דו האסט דאס אקאומפלישט
שבת אפריל 02, 2011 11:39 pm
געוואלדיגע פוינט.
געוואלדיג גוט ארויסגעברענגט.
יישר כח.
זונטאג אפריל 03, 2011 7:55 pm
מעג מען טרייבן שפאס פון אידישע אייגן פאברעצירטע ווייטאג און עסעניש ?
זיכער נאר מיט שמחה [טהור].
דאנערשטאג אפריל 07, 2011 12:20 am
זכר באנדל האט געשריבן:פיין געשמייכלט!
מזל טוב צום 2500'סטע תגובה!
שקויעח פארן באמערקן, אבער פארן קראך דא, האב איך שוין געהאלטן ביי איבער 2800
דאנערשטאג אפריל 07, 2011 12:48 am
דאס האט נישט מיטן קראך, דאס איז צוליב וואס געוויסע געוויסע אשכולות זענען אראפ פין די מאפע,
(אין צוליב דעם איז איכער אראפ מיט אריבער 5000 תגובות, אפשר ווייל קרעמער האט אים געוואלט איבערשטייגן?

)
דאנערשטאג אפריל 07, 2011 11:04 am
דאנערשטאג אפריל 07, 2011 11:28 am
היות איך וואוין ב"ה אין אפסטעיט ניו יארק, האב איך ב"ה געקענט פרייוויליג הנאה האבן פונם "איבערמעכטיגן" ארטיקל מדבש ונופת צופים!!!
דא האסטו איין גרינע, נעם די איבריגע פון די זייט.