בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 8:16 pm
דורך טהור-עיניים
פארשריבן האט געשריבן:דאס איז קלאר אז די פרייז פון א דירה איז געשטיגן פיל פיל מער ווי די אינפלאציע.
צום ביישפיל: מיין זיידע האט געקויפט א דירה [פון פיר שטאק] אין וומ"ס נאך די קריג פאר פופצן טויזנט דאלער, און מיט ווייניגער ווי פופציג יאר דערנאך האבן עס די יורשים פארקויפט - אויב איר שטייט ביטע זעצט אייך אראפ - פאר קרוב צו מיליאן!
קען זיין אז ביקסאד איז גערעכט אז דאס איז א גורם פון די פראגראמען, אבער ס'איז קלאר אז ס'איז נישט נאר דאס.
ווייל אויף יעדע זאך וואס ס'איז דא א פארלאנג מער ווי די סופליי גייט ארויף די פרייז. און די 'איינציגסטע' עצה איז אז די פארלאנג זאל ווערן ווייניגער. און באשולדיגן דעם לענדלאר איז א טפשות און א אבסורד.
עס האט אזא פנים ווי באשולדיגן דעם גראסערי מאן אין די הויעכע פרייזן פון מילך אין אייער.
ברוך שכוונתי
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 9:19 pm
דורך יואל ווייס
טאבאקא האט געשריבן:איך האס פונקט היינט געליינט א באשרייבונג אויף ר' דוד לייב גרינפעלד ע"ה, ווי ער שרייבט אז ער האט דערציילט אזוי:
אלס אינגערמאן האב איך געוואוינט אויף ראטלידזש סטריט קארנער מארסי. מען האט געצאלט 120 דאלער רענט פאר א גויאישן לענדלארד.
מיין שווער זז"ג דערציילט אז ווען ער האט חתונה געהאט האט די שוויגער געארבעט כנהוג, זי פלעגט אהיימברענגען $200 א "וואך" און עס איז נאך איבערגעבליבן רעשטע נאכ'ן אראפנעמען די רענט, וואס איז געווען $185 א חודש.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 10:20 pm
דורך leiby
אין בערל שווארטצ'ענס ספר שרייבט ער ער אז יוסעלע האט געצאלט פאר צוויי דירות צוזאמען 315 אין בפ אויפ'ן פינפטן שטארק.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 12:50 pm
דורך איזעי
מיין טאטע זז"ג האט געצאלט פאר פינף און צוואנציג יאר צוריק בערך $325 פאר א צוויי בעדרום אפארטמענט, אין הארץ פון וויליאסבורג (די צווייטע בעדרום איז נישט געווען צו גרויס, עס איז אריין דארט א קריב, מיט א קארגע היירייזער (מען האט עס נישט געקענט געהעריג ארויסשלעפן)
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 1:25 am
דורך טהור-עיניים
איזעי האט געשריבן:מיין טאטע זז"ג האט געצאלט פאר פינף און צוואנציג יאר צוריק בערך $325 פאר א צוויי בעדרום אפארטמענט, אין הארץ פון וויליאסבורג (די צווייטע בעדרום איז נישט געווען צו גרויס, עס איז אריין דארט א קריב, מיט א קארגע היירייזער (מען האט עס נישט געקענט געהעריג ארויסשלעפן)
און אפאר יאר פריער האט מיין טאטע באצאלט פאר דעם זעלבן גרויסן דירה 120, כולל געלט איז געווען 90 טאללער א וואך (קענסט גלייבן?) און מיין מאמע האט נאך אויך געארבעט...
יעצט גיי און מאך דעם חשבון
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 10:41 am
דורך leiby
טהור-עיניים האט געשריבן: כולל געלט איז געווען 90 טאללער א וואך (קענסט גלייבן?)
די חלק איז יא אראפ....
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 1:28 pm
דורך איזעי
דאס האב איך שוין געהערט פון א פעטער מיינער וואס האט געוויינט דערויף, אז ווען ער האט חתונה געהאט האט ער געקענט אויסקומען מיט די כולל געלט, וואס איז געווען פונקט אזויפיל ווי היינט.
אגב, מיין איך אז די מלמדים'ס געהאלטן זענען אויך נישט צופיל ארויף.