בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 12:59 pm
דורך איזעי
טהור-עיניים האט געשריבן:איזעי האט געשריבן:
דאס איז אויסער דעם וואס איך בין נישט גרייט צו נעמען קיין טובות פון די OU וואס איז א ציוניסט'ישע ארגאניזאציע, און אודאי נישט זיך באטייליגן ביי זייערע צוזאמקומען.
איזעי, עס איז דא א חילוק פון א ציוניסטישע ארגאניזאציע, ביז א אמעריקאנער ארגאניזאציע וועלכע איז ציוניסטיש געשטימט. און איך וויל נישט אריינגיין אין א אריכות איבער דעם נושא.
אויסער דעם וואס כמעט יעדער איד וואס עסט כשר אין אמעריקא איז נהנה פון OU במישרים אדער בעקיפין.
אנטשולדיגט פארן נישט רעדן איבער דעם עצם נושא פון דעם אשכול, ועוד יש לאלוק מילין, ועוד חזון למועד.
נו, צוריק צום נושא
איך וויל נישט נהנה זיין פון זיי במישרין זיכער נישט, און בעקיפין איז א נושא פאר זיך. און איך האלט אז מען טאר נישט זיך באטייליגן ביי זייערע צוזאמקומען, אז דו ווילסט קענסטו האלטן אנדערש, איך וויל אויך נישט דיסקוסירן דאס דא אין דעם אשכול, עס פארפארט פונם נושא.
צוריק צום נושא:
טהור-עיניים האט געשריבן:ביקסאד האט געשריבן:איזעי האט געשריבן:מאנטריאל, וואס דארט איז דא א געהעריגע ישוב.
דארט איז אויך נישט דא קיין געהעריגע מענער קליידונג געשעפט (אנצונגען, בעקיטשעס וכו').
נישט ווייל עס איז נישט דא גענוג מענטשן, ווייל אין סקווער ווי עס וואוינען אסאך ווייניגער מענטשן, מאכט לאפפלער שיין פרנסה פון א קלאדינג געשעפט, כאטש אסאך אידן פון סקווירא קויפן אין מאנסי
איך ווייס נישט ווער עס האט דיר מגלה געווען אז אין סקווער וואוינען ווייניגער מענטשן, דאכט זיך אויב דו רעדסט פון די דעם חסיד'ישן ציבור אין מאנטריאל איז עס בערך די זעלבע סאך (אדער ווייניגער) ווי אין סקווירא.
און דו פארזעהסט אז עס קען אויך געמאלט זיין אידן פון מאנסי וואס קומען אויפן אויף סקווער, און אויך פארזעהסטו אז כמעט אלע סקווערע גייען מיט די זעלבע סארט מלבושים, במילא איז נישט אזוי שווער צוצושטעלן דעם סטאק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 1:43 pm
דורך מר. קליען
באקומען אויף אימעיל פון
dirascrisis@gmail.com א בריוו פון דער איד (ער שיקט יעדע וואך אלע דירות קריזיס בריוון)
דער קריזיס זאל זיך אויפלעזן ברחמים!
צו "דער איד", בריוו אָפּטיילונג / דירות קריזיס.
מען הערט לעצטנס גאַנץ אָפט אַז דער האָט פאַרלאָזט וויליאַמסבורג און דער האָט פאַרלאָזט, איינער קיין מאָנראָו און אַ צווייטער קיין מאָנסי אָבער מיט דעם אַלעם איז דאָס גאָר אַ קליינער פּראָצענט אַקעגן וויפיל עס מוטשען זיך דאָ מיט רענטס.
די וואָס בלייבן אינעם פּלאָנטער און צאָלן די גרויסע רענט, זענען נישט קיין שום רחמנות אַז זיי צאָלן די פּרייזן, נאָר זיי זענען רחמנות פאַר'ן נישט קומען לכלל דעת און זיך נאַרן אַז דער מצב וועט בעסער ווערן, ווען ס'ווערט נאָר ערגער, ה"י. אַלס חיוב ערבות וואָס יעדער איד האָט צו אַ צווייטן, דאַרפן מיר מתפלל זיין פאַר זיי, און אינזין האָבן ביי אתה חונן זיי זאָלן ווערן אַביסל רעאַליסטיש און איינזען צו טאָן עפּעס למעשה.
מען זאָגט נאָך פון סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, אַז מ'זאָל בעטן אַז די מדינה הציונית זאָל אונטערגיין ברחמים און עס זאָל נישט קאָסטן ח"ו קיין שום אידישע נפשות. כ'מיין אַז די תפילה ברויך מיר בעטן אויף דעם מצב אין וויליאַמסבורג, אויך אַז דער קריזיס זאָל אונטערגיין ברחמים און עס זאָל נישט קאָסטן קיין נפשות, ה"י, ווייל מיט די פליישיגע אויגן איז דאָס דער איינציגסטער וועג וויאַזוי אַרויסצוגיין פונעם קריזיס דורך זיך אַוועקציען, און דערווייל איז נאָכנישט דאָ, ליידער, קיין מאַסן אויסוואַנדערונג. צי זוכט מען ח"ו מער נערוון אַטאַקעס, האַרץ ווייטאָג, עגמת נפש, א.ד.ג. און נישט האָבן קיין שום הרחבת הדעת און קיין אָטעם מינוט צו די משפחה און קינדער, ווייל מ'דאַרף אַרבעטן אַ גאַנצן חודש צו קאָווערן די רענט. אויב וואַרט מען חלילה וחס אויף די נאָכפאָלגן קען שוין זיין אַביסעלע צו שפּעט.
לאָמיר נישט זיין קיין נאַראָנים און לאַכן, נאָר לאָמיר טוען עפּעס זאַכליך, און אפילו די וואָס זייער לעבן איז שוין טיילווייז פאַריבער ברויכן אויך אַרויסהעלפן כדי זייערע קינדער זאָלן כאָטש לעבן רואיג.
דער לעצטע לֹאַך איז דער שטערקסטער. וויליאַמסבורגער איינוואוינער מאַכט זיכער אַז איר לאַכט דאָס לעצטע!
מ. א.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 1:48 pm
דורך מר. קליען
נאך א בריוו
זייענדיג אַ לענדלאָרד פון אַ פּאָר וויליאַמסבורגער דירות בין איך לעצטנס באַפאַלן געוואָרן ביי מיר אין ביהמ"ד, פאַרוואָס איך בעט פון מיינע טענענטס הויכע רענט פּרייזן וועלכע מ'קען נישט עפאָרדן, און מסתם זענען אַסאַך לענדלאָרדס לעצטנס באַפאַלן געוואָרן מיט די סאָרט פראַגעס. וויל איך דאָ שרייבן וואָס איך האָב צו זאָגן.
לייענענדיג אַסאַך בריוו אין ענקער צייטונג און רעדנדיג אַסאַך מיט מענטשן דערוועגן, זעט מען אַז כולי עלמא מודי אַז ס'איז דאָ אַ קריזיס אין די רענט, אַז די רענט איז הויך אומדערטרעגליך אָבער וויאַזוי ס'איז געקומען צו אַזאַ מצב צי וויאַזוי מ'קריכט אַרויס דערפון, דאָרט ווערט חילוקי דעות.
אַוודאי וועט מען צייגן די פינגער אויפ'ן לענדלאָרד אַז ער איז דער אוממענטש, ווייל למעשה נעמט ער די טייערע רענט. אָבער נישט אייביג איז ער אַזוי שולדיג.
ביי מיר איז די מעשה געווען אַזוי: כ'האָב געהאַט אַ פּאָר דירות צו פאַרדינגען, כ'האָב געקלערט אַז איך וועל בעטן אַ נאָרמאַלע פּרייז, נאָרמאַל פאַר מיר און נאָרמאַל פאַר'ן טענענט. כ'האָב אַדווערטייזט מיינע דירות, כ'האָב שוין געהאַלטן ביים פאַרטיגן זענען אַריינגעקומען טעלעפאָן רופן פון מענטשן וואָס האָבן געזוכט דירות, און ווען איך האָב זיי געזאָגט אַז כ'האַלט דאָס ביים פאַרדינגען האָבן זיי געפרעגט פאַר וויפיל, און ווען איך האָב זיי געזאָגט וויפיל, האָבן זיי געאָפּפערט מער, צומאָרגנס האָט אַ צווייטער געאָפערט מער, צום סוף זענען די דירות פאַרדינגען געוואָרן פאַר אַ הויכע פּרייז. איצט די וואָס האָבן געאָפערט די פּרייזן האָבן זיך וואַרשיינליך שטאַרק גענויטיגט אין אַ דירה, אָבער ווי נישט האָבן זיי אויטאָמאַטיש אַרויפגערוקט די פּרייזן, ס'איז אפשר נישט אַזוי יושר'דיג צו בעטן העכערע ראַטעס, אָבער מ'האָט אונז געגעבן די נסיון אין די הענט. אַסאַך זענען טאַקע דורכגעפאַלן אָבער זאָל זיך יעדער פאָרשטעלן ווען איר האָט אַ דירה וואָס איר האַלט ביים פאַרדינגען פאַר $1500 און איינער אָפערט אייך $1700? וויפיל וועלן נעמען "נאָר" $1500?
ווי זאָגט די וועלט, אַז מ'גיט נעמט מען!...
אַ לענדלאָרד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 1:57 pm
דורך איזעי
און איך האלט אז דער לענדלארד איז גערעכט, עס וואלט געווען שיין פון אים צו פארדינגען פארן ערשטן פארן ערשטן פרייז, אבער ער מוז נישט.
דער צווייטער וואלט דאך נישט געקענט באקומען דעם דירה פאר דעם פרייז, ווייל איינער איז דאך שוין געווען א בעלן דערויף, האט ער ביודעים געאפפערט העכער, קען ער אויב אזוי נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, דער פראבלעם קלאפט נאר אויס אויפן ערשטן וואס מוז צום סוף בעל כרחו אויך צאלן מער אז אנדערע זאלן אים נישט צונעמען דעם דירה.
פארפאלן דאס מיינט א דירות קריזיס, און די עצה אויף דעם איז נישט צו האבן טענות, נאר זיך צו ציען צו א פלאץ ווי עס איז דא צובאקומען דירות פאר ביליגער, און אויב איז מען נישט גרייט, איז פארפאלן.
גראדע אין לעיקוואד הער איך פארמירט זיך שוין גאנץ א שיינער חסיד'ישער קרייז, און די פרייזן דארט זענען זייער ביליג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 3:40 pm
דורך מי יודע
איזעי
קודם אנטשולדיגט האב איך דיר וויי געטו במישרים אדער בעיקופין
ואגב, כיהודה ועוד לקרא וואס איינער האט שוין דערמאנט פריער, אז כמעט יעדער האט היינט הנאה פון OU פון זייערע הכשרים, איך וויל נישט אריינגיין אין פ... והמבין יבין
צוריק צום נושא
מיר איז אויסגעקומען לעצטענס צו זיין אין דיעל ניו דזשערסי, און אין מאסאטשוסעס (איך מיין ספרינגפיעלד, געדענק נישט זיכער), ביידע פלעצער ווען איך בין אריין אין דארטיגן סופערמארקעט איז געווען א גאנצע אפטיילונג פון כשר'ע פראדוקטן וואס דו ווילסט הערן און געדענקן, אלעס מיט אונזערע היימישע הכשרים, איך קען דיר זאגן איך האב מיך געפילט היימישער מיט יענע הכשרים ווי מיט די הכשרים וואס איך האב געטראפן אין לאנדאן, ווייל אין לאנדאן קומען רוב פראדוקטן מיט הכשרים נאר פון אייראפע מיט נעמען פון בעלי מכשירים וואס דו הייבסט נישט אן צו קענען, דארט האסטו געהאט פון מהדרין, גפן, ליבערס, וכו' וכו'
מוסדות איז טאקע א שטיקעלע פראבלעם, ווייל מיר ווילן אלע מחנך זיין אונזערע קינדער ע"ד ישראל סבא, אבער מיט א שטארקע רצון קען מען עס ברעכן.
איך וואוין אין קרית יואל, און איך האב ב"ה א אייגענע דירה, ווען איך וואוין אין וויליאמסבורג וואלט איך שוין מסתם געטון דערין און נישט געטראכט קיין צוויי (העטעך פעטעך...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 3:58 pm
דורך מר. קליען
נאכאמאל,מען דארף נישט אנהייבן מיט א גאנצע מוסדות מען קען אנהייבן קליין מיט פריוואטע מלמדים פאר יעדע פאר עידזעס און בעזעהשי"ת וועט שוין ווערן א מוסדות
עס איז פונקט אזוי ווי איינער וויל ווערן א גרויסע רבי מען דארף אנהייבן קליין.....
דו קענסט נישט עפענען א wal mart קודם עפען אויף א קליינע הארדווער סטאר אזוי ווי די גרינדער פון wal mart סעם וואלטען....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 4:15 pm
דורך מר. קליען
הלואי זאל זיך דאס שטעטעלע אזוי ציוואקסן.....
http://projects.flowingdata.com/walmart/
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 4:19 pm
דורך איזעי
מר. קליען האט געשריבן:נאכאמאל,מען דארף נישט אנהייבן מיט א גאנצע מוסדות מען קען אנהייבן קליין מיט פריוואטע מלמדים פאר יעדע פאר עידזעס און בעזעהשי"ת וועט שוין ווערן א מוסדות
עס איז פונקט אזוי ווי איינער וויל ווערן א גרויסע רבי מען דארף אנהייבן קליין.....
דו קענסט נישט עפענען א wal mart קודם עפען אויף א קליינע הארדווער סטאר אזוי ווי די גרינדער פון wal mart סעם וואלטען....
די איינציגסטע ישוב וואס האט אזוי געטון איז וואודרידזש, און עס האלט אין ערגעץ נישט, און דארט איז עס אויך געקומען מיט א ישיבה און א רב.
ווען די ישיבה איז אונטערגעגאנגען איז דער ישוב אויך אונטערגעגאנגען (ווי גרויס עס איז שוין געווען, און לכאורה איז די סיבה געווען די זעלבע), אבער ווען נישט די מסירת נפש פון די פאר אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן אין ערשטן פלאץ, וואלט דער פלאץ נישט געהאט קיין קיום, מען דארף האבן אביסל מסירת נפש, און מען דארף האבן הסכמה אין די ווייבער שול.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 4:22 pm
דורך מר. קליען
וואדרידש איז געפרוירן קאלט ווינטער,אויך וואס איז די שיינקייט דארט?
איז דען דעמאלס געווען א קריזיס?
איך רעד פון א שיינעם פלאץ מיט 50 היימישע אינגעלייט
בית שמש האט זיך יא אויסגעארבעט
יעדע זאך וואס געלונגט נישט 2 3 מאל מאכט מען מער נישט נאכאמאל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 4:42 pm
דורך איזעי
מר. קליען האט געשריבן:איך רעד פון א שיינעם פלאץ מיט 50 היימישע אינגעלייט
דו רעדסט פון פאנטאזיע, אנטשולדיגט פארן פאררעכטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 5:02 pm
דורך ווינקל
איזעי האט געשריבן:די איינציגסטע ישוב וואס האט אזוי געטון איז וואודרידזש, און עס האלט אין ערגעץ נישט, און דארט איז עס אויך געקומען מיט א ישיבה און א רב.
ווען די ישיבה איז אונטערגעגאנגען איז דער ישוב אויך אונטערגעגאנגען (ווי גרויס עס איז שוין געווען, און לכאורה איז די סיבה געווען די זעלבע), אבער ווען נישט די מסירת נפש פון די פאר אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן אין ערשטן פלאץ, וואלט דער פלאץ נישט געהאט קיין קיום, מען דארף האבן אביסל מסירת נפש, און מען דארף האבן הסכמה אין די ווייבער שול.
פארווזשע מישטו? די שטעטעלע וואדרידזש איז א פלאץ לכל מאן דבעי? אדער נאר פאר א גאר גאר ענגע קרייז, וואס האט נישט קיין זכות קיום.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 5:39 pm
דורך ביקסאד
איזעי האט געשריבן:און איך האלט אז דער לענדלארד איז גערעכט, עס וואלט געווען שיין פון אים צו פארדינגען פארן ערשטן פארן ערשטן פרייז, אבער ער מוז נישט.
דער צווייטער וואלט דאך נישט געקענט באקומען דעם דירה פאר דעם פרייז, ווייל איינער איז דאך שוין געווען א בעלן דערויף, האט ער ביודעים געאפפערט העכער, קען ער אויב אזוי נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, דער פראבלעם קלאפט נאר אויס אויפן ערשטן וואס מוז צום סוף בעל כרחו אויך צאלן מער אז אנדערע זאלן אים נישט צונעמען דעם דירה.
דאס גייט שוין אריין אין די שאלה פון
עני המהפך בחררה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 5:45 pm
דורך ביקסאד
שולדיג אין די הויכע דירה געלט פרייזן איז די סאציאליסטישע פראגראם וועלכע רופט זעך סעקשאן אכט,
יאך האב שוין א מאל
געשריבן איבער דעם אין קורצן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 24, 2011 5:52 pm
דורך איזעי
ווינקל האט געשריבן:איזעי האט געשריבן:די איינציגסטע ישוב וואס האט אזוי געטון איז וואודרידזש, און עס האלט אין ערגעץ נישט, און דארט איז עס אויך געקומען מיט א ישיבה און א רב.
ווען די ישיבה איז אונטערגעגאנגען איז דער ישוב אויך אונטערגעגאנגען (ווי גרויס עס איז שוין געווען, און לכאורה איז די סיבה געווען די זעלבע), אבער ווען נישט די מסירת נפש פון די פאר אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן אין ערשטן פלאץ, וואלט דער פלאץ נישט געהאט קיין קיום, מען דארף האבן אביסל מסירת נפש, און מען דארף האבן הסכמה אין די ווייבער שול.
פארווזשע מישטו? די שטעטעלע וואדרידזש איז א פלאץ לכל מאן דבעי? אדער נאר פאר א גאר גאר ענגע קרייז, וואס האט נישט קיין זכות קיום.
פארוואס מיינסטו אז עס איז נאר פאר אן ענגער קרייז, און פארוואס האט עס נישט קיין זכות קיום?
ווען דו זאלסט דאס שרייבן אויף גיבער'ס וואלטסטו אולי געווען גערעכט (כאטשיג זיי האבן אויך א זכות קיום).
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 25, 2011 2:51 pm
דורך מר. קליען
וואס זאגט דער עולם? מען הערט דא גארנישט כמעט....עס איז דאך א פראבלעים וואס פלאגט דא רוב חברה, אינטערעסאנט......
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 1:32 am
דורך טהור-עיניים
צו האבן טענות אויף א לענדלארד וואס נעמט א הויכן פרייז פאר רענט, ווען מען אפערט אים דאס, (און אפילו אויב נישט) איז פונקט ווי שעלטן דעם דשולערי סוחר פארן רעכענען אזוי טייער פאר א דיימאנד רינגל. עס איז דא א זאך וואס רופט זיך אויף ענגליש "די לאו אוו סופליי ענד דימענד", ווען עס איז דא א געברויך פאר עפעס, און עס איז נישט דא גענוג דערפון, גייט די פרייז ארויף, עס האט נישט מיטן לענדלארד.
איך געדענק תקופות ווען אין בארא פארק האט געקאסט א הויז פיל ביליגער ווי אין וויליאמסבורג און איך געדענקט תקופות פארקערט. אלעס ווענדט זיך אין וויפיל עס איז דא אוועילעבל דערפון.
די איינציגסטע עצה, יא די איינציגסטע, עס איז נישט דא א אנדערע, איז זיך אנצוהייבן אוועק צוציען צו א פלאץ ווי עס זענען דא מער ליידיגע הייזער. פאנטאזיעס שמאנטאזיעס. עס איז דיר גרינגער צו זאגן פאנטאזיעס ווי זיך אויף צוהייבן און מופן, שרייסטו אויפן לענדלארד און די פילסט זיך גוט "איך בין נעבעך א רחמנות", דער שלעכטער לענדלארד רייסט מיר אויס די טאשן, ער שינדט מיר די הויט.
נו, אויב דאס מאכט דיר זיך פילן גוט, זאל עס דיר וואויל באקומען.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 9:11 am
דורך יהיה כן
מר. קליען האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם? מען הערט דא גארנישט כמעט....עס איז דאך א פראבלעים וואס פלאגט דא רוב חברה, אינטערעסאנט......
אויב זאל מען אזוי פיל טוען וויפיל מען האט שוין דא גערעדט וואלטן שוין אלע דא לאנג געהאלפן געווארן
צא ובדוק, וויפיל אשכולות מען האט שוין געפירקלט איבער דעם נושא ועדיין לא נושענו....
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 9:42 am
דורך prowed jew
טהור-עיניים האט געשריבן:צו האבן טענות אויף א לענדלארד וואס נעמט א הויכן פרייז פאר רענט, ווען מען אפערט אים דאס, (און אפילו אויב נישט) איז פונקט ווי שעלטן דעם דשולערי סוחר פארן רעכענען אזוי טייער פאר א דיימאנד רינגל. עס איז דא א זאך וואס רופט זיך אויף ענגליש "די לאו אוו סופליי ענד דימענד", ווען עס איז דא א געברויך פאר עפעס, און עס איז נישט דא גענוג דערפון, גייט די פרייז ארויף, עס האט נישט מיטן לענדלארד.
איך געדענק תקופות ווען אין בארא פארק האט געקאסט א הויז פיל ביליגער ווי אין וויליאמסבורג און איך געדענקט תקופות פארקערט. אלעס ווענדט זיך אין וויפיל עס איז דא אוועילעבל דערפון.
די איינציגסטע עצה, יא די איינציגסטע, עס איז נישט דא א אנדערע, איז זיך אנצוהייבן אוועק צוציען צו א פלאץ ווי עס זענען דא מער ליידיגע הייזער. פאנטאזיעס שמאנטאזיעס. עס איז דיר גרינגער צו זאגן פאנטאזיעס ווי זיך אויף צוהייבן און מופן, שרייסטו אויפן לענדלארד און די פילסט זיך גוט "איך בין נעבעך א רחמנות", דער שלעכטער לענדלארד רייסט מיר אויס די טאשן, ער שינדט מיר די הויט.
נו, אויב דאס מאכט דיר זיך פילן גוט, זאל עס דיר וואויל באקומען.
די פראבלעם איז אז די לענדלארד באקומט טויזנט דאלער פון סעקשן 8 מעג ער דאך שוין בעטן נאך טויזנט מיט די טענה אז די טענענט צאלט נאר טויזנט
דוק ותשכח אז דעי וואס האבן נישט סעקשן 8 צאלן ווייניגער
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 11:24 am
דורך טאבאקא
prowed jew האט געשריבן:דוק ותשכח אז דעי וואס האבן נישט סעקשן 8 צאלן ווייניגער
האסט געשאסן א כלל וואס איך בין אינגאנצן נישט מסכים מיט דיר.
און אפי' יא, וואלט איך ענדערש געזאגט אזוי: אז אויף די וואס האבן נישט קיין סעקשן אכט האט דער לענדלאר אביסל רחמנות און 'לאזט אביסל אראפ' פון די סטאנדארט פרייז.
(אודאי איז אייביג דא יוצא מן הכלל'ס, איך רעד בכלליות).
סיי ווי אזוי איז נישט קיין ספק אז ביקסאד איז גערעכט אז די פראגראמען זענען היפש [נישט די סידי] שולדיג אין די הויעכע פרייזן.
גיבט נאר פרעג אייערע עלטערן וויפל מען האט אמאל געצאלט פאר א דירה, איר וועט נישט וויסן צו לאכן אדער וויינען...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 11:37 am
דורך prowed jew
אז דו וועסט אריינטראכטן וועסטו זען אז אונז זעמער בכלל נישט מחולק
דעיס אז די לענדלארד האט רחמנות אויף איינעם וואס האט נישט קיין סעקשן 8 מיינט אז איינער וואס האט יא שינדט מען אים די הויט
און אוודאי האט מען אמאל געצאלט ווייניג מען האט געמאכט א וועיזש פון 200 דאלער א וואך
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 11:46 am
דורך טאבאקא
א לענדלאר "שינדט נישט די הויט" ער בעט וויפל ער קען בעטן. פינטל. (ווער עס האט נישט צו באצאלן און וויל נישט גיין אביסל ארויפציר [וואו ס'איז דא גענוג און נאך "ליידיגע" דירות פאר ביליגער] איז א מתחייב בנפשו)
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 1:54 pm
דורך מר. קליען
חוץ די רענט פרייזן רעדן מיר בכלל די מעלות וואס האסטו פון וואוינען אין וויליאמסבורג צושטופט vs אויף אן עקער מיט א הערליכן קליימעט ווינטער און זומער,ועוד אסאך מעלות וואס איך האב נישט יעצט קיין נערווען און צייט צו צולייגן
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 27, 2011 2:01 pm
דורך איזעי
prowed jew האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די לענדלארד באקומט טויזנט דאלער פון סעקשן 8 מעג ער דאך שוין בעטן נאך טויזנט מיט די טענה אז די טענענט צאלט נאר טויזנט
דוק ותשכח אז דעי וואס האבן נישט סעקשן 8 צאלן ווייניגער
דער תירוץ איז אלץ דער זעלבער, ווייל מען אפפערט אים אזויפיל, דו דארפסט וויסן אז א דירה וואס איז מוכשר פאר סעקשאן 8 איז אויטאמאטיש טייערער (עס איז א ביטער שווערע זאך, בפרט לעצטנ'ס, פאר א דירה צו ווערן עפראווד), און עס איז דא א דימענד פון מענטשן וואס זענען גרייט צוצוצאלן א גוטן פרייז אויסער די סעקשאן 8, ווייל אזוי קומט אים עס אויס ביליגער (עס איז נישט ריכטיג אז די וואס האבן נישט סעקשאן 8 צאלן ווייניגער, זיי צאלן אויסדרוקליך מער, נאר דער לענדלארד באקומט ווייניגער, ווייל ער באקומט נישט פון די שטאט), ממילא וויבאלד מענטשן זענען גרייט צו צאלן אזויפיל (והא ראי', מען דינגט עס פאר די פרייזן), איז דער לענדלארד ווייטער נישט דער פראבלעם.
יעדער מעג זיין א צדיק, און בויען עפארדעבל דירות פאר ארימעלייט, אבער מען קען נישט פארלאנגען פון א מענטש וואס קען באקומען פאר א דירה $2,500, אז ער זאל עס פארדינגען פאר בלויז $2,100, צו טון א טובה פאר א איד וואס מוטשעט זיך מיט פרנסה. כאטשיג עס וועט זיין א גרויסע מצוה אויב ער וועט עס יא טון.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 3:23 pm
דורך טאבאקא
איך האס פונקט היינט געליינט א באשרייבונג אויף ר' דוד לייב גרינפעלד ע"ה, ווי ער שרייבט אז ער האט דערציילט אזוי:
אלס אינגערמאן האב איך געוואוינט אויף ראטלידזש סטריט קארנער מארסי. מען האט געצאלט 120 דאלער רענט פאר א גויאישן לענדלארד.
מען האט דעמאלט שווער געארבעט אויף פרנסה, אבער מען איז געווען גליקליך. קיינער האט נישט געלעבט אויף רעגירונגס פראגראמען. דאס האט זיך אנגעהויבן ערשט שפעטער, מיט פוד סטעפמס אד"ג.
און גלייב מיר, עס האט גארנישט געהאלפן פארן ציבור, עס האט נאר ארויפגעטריבן די דירה פרייזן און היינט ברעכט מען זיך קאפ אויף הוצאת החתונה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 8:14 pm
דורך פארשריבן
דאס איז קלאר אז די פרייז פון א דירה איז געשטיגן פיל פיל מער ווי די אינפלאציע.
צום ביישפיל: מיין זיידע האט געקויפט א דירה [פון פיר שטאק] אין וומ"ס נאך די קריג פאר פופצן טויזנט דאלער, און מיט ווייניגער ווי פופציג יאר דערנאך האבן עס די יורשים פארקויפט - אויב איר שטייט ביטע זעצט אייך אראפ - פאר קרוב צו מיליאן!
קען זיין אז ביקסאד איז גערעכט אז דאס איז א גורם פון די פראגראמען, אבער ס'איז קלאר אז ס'איז נישט נאר דאס.
ווייל אויף יעדע זאך וואס ס'איז דא א פארלאנג מער ווי די סופליי גייט ארויף די פרייז. און די 'איינציגסטע' עצה איז אז די פארלאנג זאל ווערן ווייניגער. און באשולדיגן דעם לענדלאר איז א טפשות און א אבסורד.
עס האט אזא פנים ווי באשולדיגן דעם גראסערי מאן אין די הויעכע פרייזן פון מילך אין אייער.