Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויליאמסבורג אויף רעדער

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:29 pm

אין דער בלא בלא (פורים אפטיילונג אין דער בלאט) איז דא אן ארטיקל וואס רופט זיך וויליאמסבורג אויף רעדער. דער שרייבער נעמט דעם וויליאמסבורגער איינוואינער,און צייגט אראפ ווי דער וועלטס משוגענער, וואס איז גרייט צו ליידן, אבי צו וואוינען אין וויליאמסבורג. איך האב מיך היבש געטראפן דארט, עס איז זייער קיוט צו ליינען. ער קומט אויף מיט א נייע לעזונג צום דירות קריזיס, אז מען גייט מופן אויף טראקס פון בודזשעט, הקיצור עז איז זייער הומארשטאיש אראפגעלייגט.

עס איז מיר געפאלן ווי אזוי ער ענדיגט דעם ארטיקל: עס לוינט ענדערש צו פאנטאזירן פון ווילאמסבורג און לעבן א גוט לעבן, ווי איידער צו פאנטאזירן א גוט לעבן, און וואוינען אין וויליאמסבורג...

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:38 pm

דאס איז דאך אזוי אמת,ברענג מיר איין מעלה צו וואוינען דארט,ווינטער איז קאלט זומער הייס,עס איז נישט דא קיין פארקינג,געשוואלענע פרייזען,פיצי דירות,אינגאנצען צושטיפט,מען האט נישט הנאה פונעם אייבירשטענ'ס בריאה קיין 10%
נישט קיין ביימער,נישט קיין פעלדער,אמעריקע איז דאך אזוי גרויס!!!!אזוי סאך הערליכע שטעט מיט א גוטן קליימעט אפילו ווינטער!

מען דארף זיך צאמנעמן אפילו נאר 30 אינגעלייט און אנהייבן עפעס ניי,ניין איך רעד נישט פון די אלע פראזשעקטס,פארוואס ווארט מען אויף א רעדי תלמוד תורה!סאטמאר ת"ת אין וויליאמסבורג האט מען נישט אנגעהויבן מיט 8 קינדער מיט איין מלמד?אפילו איין מלמד פאר אפאר עידזעס צוזאמען! וואטס די פראבלעם?
אויך א ביזנעס צו עפענען סיי אנליין (וואס מען דארף זיך אנסטאקען) אין סיי א פיזיקעל (וואס עס איז דארט זייער טייער ספעיס) איז סאך גרינגער ערגעץ אנדערש
די היינטיגע ת"ת סיסטעם האט אויך א חסרון אז מען קען כמעט נישט ווערן א גדול הדור,ואין כאן המקום להאריך...
לעצט פאראכטן דורך מר. קליען אום דאנערשטאג מרץ 17, 2011 11:33 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:47 pm

מר. קליען האט געשריבן:דאס איז דאך אזוי אמת,ברענג מיר איין מעלה צו וואוינען דארט,ווינטער איז קאלט זומער הייס,עס איז נישט דא קיין פארקינג,געשוואלענע פרייזען,פיצי דירות,אינגאנצען צושטיפט,מען האט נישט הנאה פונעם אייבירשטענ'ס בריאה קיין 10%
נישט קיין ביימער,נישט קיין פעלדער,אמעריקע איז דאך אזוי גרויס!!!!אזוי סאך הערליכע שטעט מיט א גוטן קליימעט אפילו ווינטער

מען דארף זיך צאמנעמן אפילו נאר 30 אינגעלייט און אנהייבן עפעס ניי,ניין איך רעד נישט פון די אלע פראזשעקטס,פארוואס ווארט מען אויף א רעדי תלמוד תורה!אין וויליאמסבורג האט מעו נישט אנגעהויבן מיט 8 קונדער מיט א מלמד?אפילו אפאר עידזעס צוזאמען!
די ת"ת סיסטעם האט אויך א חסרון אז מען קען נישט ווערן א גדול הדור,ואין כאן המקום להאריך...


עפרא לפומך, ווי וואגסטו אזוי צו רעדן אויף די הייליגע ווילימאסברוג, קלאפ דיר אויפן מויל, וואש עס אויס מיט בליטש, מיט איזי אפפ, איך ווייס נישט מיט וואס, אפשר גאר וועסטומוזן אויסשניידן דעם צונג, נאר אזוי וועסטו האבן א כפרה.

ניין, מען טאר נישט אוועק מופן פון ווילי, דא וועט מען בלייבן. און אויב זאל נאר איינער וואגן זאגן אז מען זאל אוועק מופן ערגעץ ווי מען קען פאקטיש מופן, איז ער דאך פשוט א בעל דמיון.

איי עס איז ענג, נו, וועט מען רעדן פון בויען א נייעם ישוב, ובזה יצאנו ידי חובתינו, און שוין...

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:53 pm

חחחחח..... טהור'ל די בוסט גוט.
בד"וו איך האב שוין געטוען למעשה פאר עטליכע יאר צוריק, אין איך האב ב"ה נישט קיין חרטה.
לעצט פאראכטן דורך פארדינט אום דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:54 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:54 pm

דאנט טעלל מי אז דו ביסט דער וואס וואוינט אין א טראק.....

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:56 pm

האסט נישט געזען לעצטענס א טראק אויף לי עוועניו...? נישט יענע...

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 11:03 pm

ווער רעדט נאך פון די טייערע קאר אינשורענס און נאך אסאך פראבלעמען איך האב נישט קיין צייט יעצט אויסצורעכענען אזוי סאך...
איך האב שוין געמאכט א חשבון פון 25 חרוסת כמיין חסרונות!

אהההה ווילסט זעהן מאמי???
היינט איז דאך שוין אזוי גרינג!ווילסט רעדן און זעהן דיין מאמע יעדן איינציגן טאג? קויפסט ענק א וועב קעם סיסטעם,(מען דארף נישט האבן נעט,עס איז דא אזא סיסטעם אפילו נאר פאר א פאון)

ווילסט רעדן צו אסאאאאאאאאאך מענטשן א טאג??
פאנג אן שרייבן אויף אייוועלט!

דארפסט כשר'ע פלייש? היינט איז ב"ה דא א פריזער סיסטעם.

און פאר די אנדערע צרכים,אפילו דו קומסט אויף וויליאמסבורג איינמאל אין 6 וואכן מיט א פליגער (למשל פורים)איז נאך אלס סאאאאאאך ביליגער און באטעמ'טער די גאנצע געשעפט!

אונז זעמער אין א געטא אויף א שיינעם אויפן!

החותם מר. קליען החונה פה פאלם ספרינגס, קלעפארניע....(דאס האף איך....)

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 11:27 pm

מר. קליען האט געשריבן:די ת"ת סיסטעם האט אויך א חסרון אז מען קען נישט ווערן א גדול הדור,ואין כאן המקום להאריך...


מר. קליען מאכסט מיר זייער נייגעריג אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס?

פרייטאג מרץ 18, 2011 12:41 am

די מעלה פון וויליאמסבורג איז פול מער פון קראון הייץ, מען קען עס נישט באשרייבן.

צו דעם דארף מען הערן ר' יו"ט ערליךס ניגון אויף וויליאמסבורג אזוי וועט אנהייבן צו באגרייפן.

פרייטאג מרץ 18, 2011 2:22 am

רואיגער ביטע, נישט אזוי ווילד.

אויף אנצוהייבן א נייעם ישוב, דארף מען האבן געלט, און אסאך געלט, צו באצאלן מלמדים, מיט פרנסה איז שווער, במילא געווענליך דארף א נייער ישוב ווערן געבויט דורך כולל אינגעלייט, אדער אינגעלייט וואס זענען אנגעוויזן בכל אופן אויף לחם חסד (מלמדים, איינגעשטעלטע אין די מוסדות, וכדו'), קוק אויף יעדן נייעם ישוב, איז אזוי געווען עכ"פ די ערשטע (גאנץ לאנגע) תקופה.

דערנאך דארף מען האבן גרויס רחמי שמים, אז די אידענע זאל מסכים זיין צו פארן וואוינען ערגעץ אין האנאלולו, זי טראגט דאך נישט דעם דאגת הפרנסה.

און נאך אלע מעשיות, בלייבן די אלע פלעצער זייער אפט מאל אויסגעשפילט.

אלע טענות אויף וויליאמסבורג זענען ריכטיג (עס האט געוואלדיגע מעלות אויך, וואס קיינער האט זיך נישט גענומען די מיה דערווייל אויסצורעכענען, און איך בין שוין צו מיד פארדעם), אבער דער לעזונג איז נישט קיין לעזונג, אדרבא לאמיר זען מיסטער קלין, פאק די פעק און צי זיך אויף ערגעץ וואו (אויב רופן זיך אן נאך א צען אידן דא, בין איך זיך משתתף בל"נ אין דעם מאוו אקציע, אבער נאר בתנאי, אז איך האב דארט אן אויסזיכט אויף פרנסה, און עס וועט זיין מנין מיט א מקוה יעדן טאג דריי מאל א טאג, און בתנאי אז איך דארף נישט אראפלייגן קיין עטליכע מאות וואס איך האב נישט צו קענען קויפן א הויז, אין אנדערע ווערטער עס זאל זיין צו דינגען).

מר. קליען, איך ווארט צו הערן פון דיר. און אזוי אויך פון די אלע וואס לאכן אויס די וואס רעדן נאר און טוען גארנישט, לאמיר זען וואס עטס קענטס באווייזן, ווער גייט זיין דער העלד וואס גייט דער ערשטער זיך אוועקציען?

פרייטאג מרץ 18, 2011 2:33 am

איזעי האט געשריבן:.

דערנאך דארף מען האבן גרויס רחמי שמים, אז די אידענע זאל מסכים זיין צו פארן וואוינען ערגעץ אין האנאלולו, זי טראגט דאך נישט דעם דאגת הפרנסה.



אויב מען גייט ערענזשן אז אינעם הערליכן שטעטל זאל אויך זיין א פרויען סירקעל אזוי ווי אין קאנטרי ווי די תשעה קבין זאל זיך גיסן וועלן זיי לויפן!

פרייטאג מרץ 18, 2011 7:19 am

אויף א טראק??? רחמנא ליצלן
מ׳קען דאך נכשל ווערן אין די שרעקליכע נוויירע פון .... פרעס טראק......

פרייטאג מרץ 18, 2011 7:27 am

איזעי, צו וואס דארפסטו א מקוה דריי מאל א טאג?....

אקעי, צוריק צום נושא...

פרייטאג מרץ 18, 2011 10:52 am

יו געט וואט יו פעיד פאר. וויליאמסבורג איז אסאך א העכערע קוואליטי לעבן און דעריבער קאסט עס טייער. קיין נייע נאכקאפירטע ישובים וועט נישט גארנישט אויפטון.

איך בלייב אין וויליאמסבורג, פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך קויף די אייפאד המקורי פאר טייער, און נישט קיין אנדערע פאר ביליג. און איך בין רעדי צו צאלן דערפאר, איבערהויפט ווען סעקשאן 8 העלפט מיר ארויס.

די אלע וואס האבן פראבלעמען מיט וויליאמסבורג אדער זיי קענען זיך עס נישט ערלויבן, זאלן זעהן וואס פריער אוועקצוגיין, א שאד צו לעבן די 60, 70 יאר מיט הארץ עסענישן. איך אינדזשוי וויליאמסבורג!

דינסטאג מרץ 22, 2011 1:02 am

נאכאמאל, איך בין מוחה נמרצות פארן רעדן אויף די הייליגע שטאט וויליאמצפרוק, גיט אייך אכט וואס איר ברענגט ארויס פון מויל, (אדער פינגער) הזהרו בגחלתן...

דינסטאג מרץ 22, 2011 9:17 am

דא האסטו עטליכע קאמיוניטיס וואס זענען רעדי דיך אנצונעמען מיט א ארבייט געלעגענהייט.

Are Your Expenses Out of Control?Discover Easier Living! Join the OU Community Fair March 27th at the Grand Hyatt Hotel New York

Pursue your dream of a professionally enriching, religiously and personally rewarding life in a community with affordable homes in a friendly, supportive neighborhood, where you can make the difference and help bolster a Torah environment. Some communities are located in the greater NY area where tuition and real estate taxes are affordable. Other communities are located in a warm close knit atmosphere where you can find affordable housing and tuition, yeshivas (t), day schools, shuls, kosher shopping and most importantly lucrative employment opportunities!

Discover how easy it is to move to viable established communities throughout the USA that are waiting for you. Learn how to enhance your living experience and at the same time grow a community. You don’t need to be a pioneer to discover the richness of fully established communities such as
Allentown, PA • Austin, TX • Bangor, ME• Binghamton, NY • Cherry Hill, NJ .Columbus, OH • Dallas, TX • Elizabeth, NJ • Harrisburg, PA • Jacksonville, FL • Las Vegas, NV .Linden, NJ • Long Branch, NJ • Malden, MA • Manalapan, NJ • Memphis, TN •Merrick, NY Metairie, LA • Milwaukee, WI •New Haven, CT • Norfolk, VA • Oceanside, NY •Overland Park, KS Parsippany, NJ • Phoenix, AZ •Pittsburgh, PA • Plainview, NY • Richmond, VA • Rochester, NY Roslyn, NY • Sacramento, CA • Southfield, MI • Springfield, NJ •Springfield, MA• Stamford, CT Staten Island, NY • White Oak, PA • Wynnewood, PA that is extending an open hand to you, your friends and family.

To learn more about these fantastic opportunities please join us on March 27th, 2011 from 12:00 pm-6:00 pm at the Grand Hyatt Hotel, 42nd St and Lexington Ave, NYC. Apply on line to get a discount voucher for parking and for the ability to win an iPhone!

Register now at www.ou.org/communities or call 212-613-8188 for more information

Search for the available jobs now on www.oujobs.org and allow us to Change Your Life- Forever

Michael Rosner
International Director- OU Job Board
Jobs @ou. org

דינסטאג מרץ 22, 2011 2:46 pm

איזעי האט געשריבן:אבער נאר בתנאי, אז איך האב דארט אן אויסזיכט אויף פרנסה

ווי גרויס זענען די אויסזיכטן פאר פרנסה אין וויליאמסבורג, קוקנדיג אויך אויף די קאסטן פון וואוינען אין וויליאמסבורג?

דינסטאג מרץ 22, 2011 4:36 pm

געהעריג געענפערט האט קיינער נישט, און אפי' אויב יא בלייבט נאך איבער גענוג פראבלעמען וואס איך האב דערמאנט וואס מען האט נישט געענפערט, אבער פארט וועל איך ענפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

מר. קליען האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:.

דערנאך דארף מען האבן גרויס רחמי שמים, אז די אידענע זאל מסכים זיין צו פארן וואוינען ערגעץ אין האנאלולו, זי טראגט דאך נישט דעם דאגת הפרנסה.



אויב מען גייט ערענזשן אז אינעם הערליכן שטעטל זאל אויך זיין א פרויען סירקעל אזוי ווי אין קאנטרי ווי די תשעה קבין זאל זיך גיסן וועלן זיי לויפן!
אזא זאך קען מען נישט אראנזשירן, פונקט ווי מען קען נישט אראנזשירן אז א בחור זאל זיך שפירן געשמאק אין א ישיבה, עס ווענדט זיך אלץ וויאזוי די פרוי איז, און וויאזוי זי אקלימאטיזירט זיך צווישן נייע מענטשן, און ווי נאנט די נייע פריינדינע'ס זענען צו איר געשמאק, און צו די חברותא צו וועלכע זי איז געוואוינט, שוין נישט רעדנדיג פון דעם אז מען פארט אוועק פון די משפחה, און רוב מאל אויך פון די עלטערן (אירע עלטערן).

מאשקע האט געשריבן:איזעי, צו וואס דארפסטו א מקוה דריי מאל א טאג?....

אקעי, צוריק צום נושא...
איך מיין אז איך דארף נישט ענפערן...
אגב, עס איז א וויכטיגע זאך אויף יעדן פלאץ צו האבן א מקוה עוועלעבל 24 שעה אדער כמעט 24 שעה (אפי' פאר געלט), על כל מקרה שלא תבא.

פריילאך האט געשריבן:דא האסטו עטליכע קאמיוניטיס וואס זענען רעדי דיך אנצונעמען מיט א ארבייט געלעגענהייט.....
איך בין אויפגעוואקסן, און איך לעב מיט א וויליאמסבורגער / סאטמארער לעבנס שטייגער (לאו דוקא אז איך וואוין אין וויליאמסבורג אדער אז איך בין א סאטמארער), און די אלע ישובים דאכט זיך זענען נישט אוועקגעשטעלט, און זיי האבן נישט קיין מקום נישט פאר אזא סארט סביבה וואס איך זוך, און נישט פאר אזא סארט חינוך וואס איך זוך.

דאס איז אויסער דעם וואס איך בין נישט גרייט צו נעמען קיין טובות פון די OU וואס איז א ציוניסט'ישע ארגאניזאציע, און אודאי נישט זיך באטייליגן ביי זייערע צוזאמקומען.

און אויסער דעם וואס פון צוזאגן אז מען קען האבן א דזשאב, ביז למעשה שאפן א ארבעט, איז פאלג מיר א גאנג, פון קיין סעמינארן און דרשות ווערט מען נישט אזוי שנעל געהאלפן.

ווינקל האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:אבער נאר בתנאי, אז איך האב דארט אן אויסזיכט אויף פרנסה

ווי גרויס זענען די אויסזיכטן פאר פרנסה אין וויליאמסבורג, קוקנדיג אויך אויף די קאסטן פון וואוינען אין וויליאמסבורג?

ריכטיג, אבער ווען איך וואוין אויסער'ן שטאט און איך פארדין $0 אדער כמעט גארנישט, בלייב איך מיט דעם זעלבן אדער א גרעסערן לאך, ווי ווען איך וואוין אין שטאט און איך פארדין כאטשיג א חלק פון מיינע הוצאות, חוץ לזה, איז דא שוועריקייטן מער אויסערן שטאט ווי אין שטאט, און אסאך מענטשן וועלן גרינגער קענען טרעפן ארבעט צו דעקן זייער בודזשעט אין שטאט, ווי ווען מען וואוינט ערגעץ וואו אין א העק.

דוק ותמצא אין די דברי הימים פון די אלע ישובים וואס עקזיסטירן היינט (אויסער די שטאט, נישט אין גרויסע שטעט, און איך רעד נאר פון אמעריקע), וועסטו זען אז זיי זענען געגרינדעט געווארן דורך רבנים מיט ישיבות, און א גרויסע רוב פון די ערשטע תושבים, זענען אויסגעהאלטן געווארן דורכדעם וואס זיי האבן באקומען ארבעט אין די מוסדות (אדער האבן זיי געלערנט כולל וכדו'), אדער זענען זיי געווען אידן וואס האבן זיך געקענט ערלויבן. און מיט דעם אלעם איז עס געקומען מיט א גרויסע מסירת נפש פון זייער זייט.


אין ביטע נעמען אין באטראכט, אז איך שרייב וואס איך שרייב, נאכן שטודירן אלע מעגליכקייטן פון זיך ארויסציען פון שטאט, ווען עס איז געווען נוגע פאר מיר אליינס.

דינסטאג מרץ 22, 2011 7:07 pm

גרויזאמער האט געשריבן:איך בלייב אין וויליאמסבורג,
איך אינדזשוי וויליאמסבורג!

viewtopic.php?f=3&t=13397

מיטוואך מרץ 23, 2011 10:39 am

די נושא ווערט שוין בריייייט דעבאטירט אין די צוויי אשכולות:

איי לי לו לי לו

חזקת הבתים

מיטוואך מרץ 23, 2011 12:09 pm

איזעי האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסן, און איך לעב מיט א וויליאמסבורגער / סאטמארער לעבנס שטייגער (לאו דוקא אז איך וואוין אין וויליאמסבורג אדער אז איך בין א סאטמארער), און די אלע ישובים דאכט זיך זענען נישט אוועקגעשטעלט, און זיי האבן נישט קיין מקום נישט פאר אזא סארט סביבה וואס איך זוך, און נישט פאר אזא סארט חינוך וואס איך זוך.

דאס איז אויסער דעם וואס איך בין נישט גרייט צו נעמען קיין טובות פון די OU וואס איז א ציוניסט'ישע ארגאניזאציע, און אודאי נישט זיך באטייליגן ביי זייערע צוזאמקומען.

און אויסער דעם וואס פון צוזאגן אז מען קען האבן א דזשאב, ביז למעשה שאפן א ארבעט, איז פאלג מיר א גאנג, פון קיין סעמינארן און דרשות ווערט מען נישט אזוי שנעל געהאלפן.


זינט ווען איז OU א ציוניסטישע ארגענעזאציע?

און וואס מיינט דו לעבסט מיטן וויליאמסבורגער/סאטמערען לעבנס שטייגער וואס דאס האסטו נישט ערגעץ אנדערש
זוכסט צו וואוינען אין א שטאט ווי דו זאלסט זיך קענען קריגן מיטן שכן איבער עירוב/ווייץ/פלייש וכו' וכו'

ווי דו וועסט פארן זענען דאס אלע די זעלבע אידן וואס האבן מקבל געווען תורה ומצות אויפן זעלבן בארג סיני
איך פארשטיי דארפסט אפשר קאמפאני, איז פאר מיט א מנין אידן, וואס גייסטו אבער פארלירן אויב דו גייסט נישט יעדן טאג אריינאטעמען די פארשטינקענע וומס"ג פאלאשען לופט?

און פארגעס נישט, אז דו פארסט אין א ארץ לא זרועה האסטו א אויסוואל פון הונדערטער דזשאבס, פעלן דען אידישע דזשאבס וואס א גוי טוט נישט, אטו כי רוכלי נחשוב וניזל

קענסט ווערן די מקוה איד, דער מלמד, דער מנהל, דער אדמינסטרעטאר, דער שמש, דער גבאי, דער ראה"ק, דער מענעדזשער, דער "היימישער" קאר סערוויס, דער ספרים סטאר, דער שטריימל מאכער, וכל מילי דמיטב (קרעדיט: סליחות נאכט אין קיעוו)

מיטוואך מרץ 23, 2011 1:17 pm

מי יודע האט געשריבן:זינט ווען איז OU א ציוניסטישע ארגענעזאציע?

און וואס מיינט דו לעבסט מיטן וויליאמסבורגער/סאטמערען לעבנס שטייגער וואס דאס האסטו נישט ערגעץ אנדערש
זוכסט צו וואוינען אין א שטאט ווי דו זאלסט זיך קענען קריגן מיטן שכן איבער עירוב/ווייץ/פלייש וכו' וכו'

ווי דו וועסט פארן זענען דאס אלע די זעלבע אידן וואס האבן מקבל געווען תורה ומצות אויפן זעלבן בארג סיני
איך פארשטיי דארפסט אפשר קאמפאני, איז פאר מיט א מנין אידן, וואס גייסטו אבער פארלירן אויב דו גייסט נישט יעדן טאג אריינאטעמען די פארשטינקענע וומס"ג פאלאשען לופט?

און פארגעס נישט, אז דו פארסט אין א ארץ לא זרועה האסטו א אויסוואל פון הונדערטער דזשאבס, פעלן דען אידישע דזשאבס וואס א גוי טוט נישט, אטו כי רוכלי נחשוב וניזל

קענסט ווערן די מקוה איד, דער מלמד, דער מנהל, דער אדמינסטרעטאר, דער שמש, דער גבאי, דער ראה"ק, דער מענעדזשער, דער "היימישער" קאר סערוויס, דער ספרים סטאר, דער שטריימל מאכער, וכל מילי דמיטב (קרעדיט: סליחות נאכט אין קיעוו)


וועל איך זיך נעמען די מיה, און ענפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון (כאטשיג דו וואלטסט געמעגט אביסל בעסער אריינטראכטן וואס דו שרייבסט ביים מגיב זיין).

די OU איז א ציוניסטישע ארגאניזאציע, דאס איז נישט קיין סוד, און דאס איז א דבר גלוי ומפורסם, איך בין אויף זייער מעילינג ליסט (גראדע נישט מיט מיין ריכטיגן נאמען, ארויפגעפארן צוליב א נדבה וואס איך האב אמאל געגעבן פאר א ארגאניזאציע וואס האט זעט אויס געשיקט מיין אדרעס ווייטער), און איך האב שוין אין זייערע מעילינג'ס כמה פעמים געזען ווי זיי טוען זיך אויף פרעכערהייט מיט זייער גרויסע שטיצט צו די מדינת השמד.

מיטן רעדן פון וויליאמסבורגן / סאטמארן לעבנס שטייגער, מיין איך נישט אז איך דארף האבן מיט וועם זיך צו קריגן (כאטשיג אין בעלז האט מען געהאלטן אז מען דארף האבן פושעים אין שטאט וואו מען וואוינט אז מען זאל זיך קענען מיט זיי שלאגן כידוע), נאר אזוי ווי דו האסט פארשטאנען, איך דארף "קאמפאני" וויאזוי מען רופט עס, אידן וואס רעדן דעם זעלבן שפראך ווי מיר, וואס פארשטייען זיך אין השקפה, און מוסדות אין וועלכע מיינע קינדער וועלן נתחנך ווערן מיט אן ערליכע השקפה. און די אלע מקומות וואס זענען אויסגערעכנט אין דעם מודעה פון די OU זענען לכאורה רוב אדער אלע תושבים דארט, ליובאוויטשע, אמעריקאנע, מאדערנע, ליטווישע, אדער אנדערע, בכל אופן נישט היימישע חסיד'ישע אידן, מיט וועמען איך וועל זיך שפירן היימיש און באקוועם, און כ"ש נישט אידן וואס פארשטייען דעם שפראך פון א איד וואס גייט אינגאנצן מיט די סאטמארע שיטה.

וואס דו רעדסט וועגן נעמען א מנין אידן און פארן, זאגט זיך זייער גרינג, אבער איז שווער ווי קריעת ים סוף, און אפי' עס זאל שוין פאסירן דער נס, איז א מנין אידן זייער קארג, און קיין מוסדות קען מען פון דעם נישט מאכן.

און בנוגע די אלע דזשאב'ס וואס דו רעכנסט אויס איז אזוי, מקוה איד, מלמד, מנהל, אדמינסטרעטאר, שמש, גבאי, ראה"ק, מענעדזשער, זענען אלע פובליק דזשאב'ס, וואס כדי צו קענען שאפן אזא דזשאב, דארף קודם זיין א שטיקל ציבור וועמען צו סערווירן, און דערנאך דארף זיין ווער עס זאל נעמען אויף זיינע פלייצעס די פאנדרעיזינג, צו צאלן די געהאלטן.

די אנדערע דזשאב'ס ווי דער "היימישער" קאר סערוויס, דער ספרים סטאר, דער שטריימל מאכער, וכל מילי דמיטב... זענען אויך זאכן וואס דארפן קודם האבן א פארלאנג און א ציבור צו סערווירן, נעם זיך א ביישפיל פון נייטרא, קאשוי, גיבערס, וכדו', צו מיינסטו אז א איד קען דארט האבן פרנסה פון איינע פון די אלע זאכן? א קאר סערוויס אפשר, אבער די אנדערע זאכן זיכער נישט, אפי' אין טאהש ווי עס איז שוין יא דא אידן וואס האבן פרנסה פון געשעפטן, איז קודם כל נישטא צופיל געשעפטן, וואס באגרעניצט שוין דעם מעגליכקייט אויף בלויז אפאר אידן, און דערנאך לעבן טאקע רוב אידן אין טאהש אויף לחם חסד און אויף צדקה (עכ"פ אזוי האט מען דארט געלעבט אסאך יארן), און דאס איז שוין ווען עס וואוינען שוין דארט עטליכע הונדערט משפחות, און עס איז נישט צו ווייט פון מאנטריאל, וואס דארט איז דא א געהעריגע ישוב.

דאנערשטאג מרץ 24, 2011 11:16 am

איזעי האט געשריבן:מאנטריאל, וואס דארט איז דא א געהעריגע ישוב.
דארט איז אויך נישט דא קיין געהעריגע מענער קליידונג געשעפט (אנצונגען, בעקיטשעס וכו').

דאנערשטאג מרץ 24, 2011 12:46 pm

ביקסאד האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:מאנטריאל, וואס דארט איז דא א געהעריגע ישוב.
דארט איז אויך נישט דא קיין געהעריגע מענער קליידונג געשעפט (אנצונגען, בעקיטשעס וכו').


נישט ווייל עס איז נישט דא גענוג מענטשן, ווייל אין סקווער ווי עס וואוינען אסאך ווייניגער מענטשן, מאכט לאפפלער שיין פרנסה פון א קלאדינג געשעפט, כאטש אסאך אידן פון סקווירא קויפן אין מאנסי

דאנערשטאג מרץ 24, 2011 12:52 pm

איזעי האט געשריבן:
דאס איז אויסער דעם וואס איך בין נישט גרייט צו נעמען קיין טובות פון די OU וואס איז א ציוניסט'ישע ארגאניזאציע, און אודאי נישט זיך באטייליגן ביי זייערע צוזאמקומען.



איזעי, עס איז דא א חילוק פון א ציוניסטישע ארגאניזאציע, ביז א אמעריקאנער ארגאניזאציע וועלכע איז ציוניסטיש געשטימט. און איך וויל נישט אריינגיין אין א אריכות איבער דעם נושא.
אויסער דעם וואס כמעט יעדער איד וואס עסט כשר אין אמעריקא איז נהנה פון OU במישרים אדער בעקיפין.

אנטשולדיגט פארן נישט רעדן איבער דעם עצם נושא פון דעם אשכול, ועוד יש לאלוק מילין, ועוד חזון למועד.

נו, צוריק צום נושא
שרייב א תגובה

Advertisement