בלאט 1 פון 2

וואו קען מען גיין אין ניו יארק?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:14 am
דורך גרויזאמער
א גוטן מיינע חשובע קאלעגעס.

מיר פלאנען אי"ה אפצושטאטן א באזוך אין די שטאט ניו יארק (אמעריקא) צוליב א משפחה שמחה. מיר וועלן בעזה"י ארויסנעמען אונזער אכסניא אין די היימישע ברוקלין געגנט וועלכע געפינט זיך א שפאן אוועק פון די רוישיגע מאנהעטן (וואס פארנעמט פיל די העדליינס צוליב וואס די באקאנטע 9/11 טעראר אטאקעס זענען פארגעקומען אין איר).

מיין בעל אכסניא אנטשפרעכט מיר א אייגענעמע עקספיריענס, ער זאגט אז פון זיין פענסטער זעט מען א הערליכע פאנארמע פון די איסט ריווער מיט אירע בריקן אריבער קיין מאנהעטן, ווי אויך וועט ער מיך ארומנעמען אין די היימישע "וויליאמסבורג" געגנט (אגב, די נאמען וויליאמסבורג האט נישט קיין לעגאלע קראפט, עס איז די סטייל דארט אז יעדע פאר בלאקן פארמאגט אן אנדערע געגנט נאמען, סתם פאר די מענטשליכע זשארגאן, אין לעגאלע אנגעלעגנהייטן זענען די געגנטער צעטיילט אנדערש ווי דעם וואס מענטשן רופן עס. איך האף איך וועל נישט ווערן צו צעמישט דארט).

פרעגנדיג מיין בעל אכסניא צו ער וועט מיך קענען ארומענעמען אויך אביסל אין אנדערע "זייט-זעהאונג" פלעצער, ווי דעם סטאטוע פון פרייהייט, אדער די עמפייער סטעיט געביידע, איז זיין ענטפער געווען קאמיש, ער זאגט אז מענטשן קומען קיין ניו יארק מארבע כנפות הארץ צו די אלע שיינע פלעצער, אבער ער איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי די אלע פלעצער.

איך וואלט געוואלט פרעגן דעם עולם דא, פארשטייט זיך ווער עס האט עקספיריענס און האט שוין אמאל באזוכט אין ניו יארק, אז מען זאל מיך זאגן וועלכע היסטארישע פלעצער מען קען אלץ באזוכן זייענדיגע אין ניו יארק. וויפיל עס קאסט, און וואו אינטערסאנט עס איז.

יישר כח.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:26 am
דורך קהת
איך קום נאך אפאר וואכען קיין כעלעם אפשר קענסטו מיר דארט ארום טראגען אדער כאטשיג ווייזען ווי מקען גיין??

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:30 am
דורך גרויזאמער
קענסט דא אויסהערן מער אינפא איבער כעלם.

http://www.snapahead.com/blog/audio/kolm33/chelm2.mp3

אבער ביטע נישט אריינמישן דא פון אנדערע שטעט. דא רעדט מען פון ניו יארק.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:31 am
דורך קהת
איז מאנרא עשטרעקשענס אויך גוט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:42 am
דורך מיליאנער
די איסט ריווער בריקן זענען דערווייל בחינם

די עמפייער סטעיט בילדינג איז גאנץ אינטערסאנט
ס'קאסט דאכצעכמיר בערך פערציג צו פופציג דאללער פאר די סקיי ריידס און אויכעט ארויפגיין אויבן

סטעטען איילענד פעררי איז בחינם
די טרעין צו די פעררי איז דערווייל צוויי און א קוואדער

קאני איילענד ביטש - בחינם

סענטראל פארק איז כמים שאין להם סוף ס'איז דא א באנטש צו טוהן דארט

נישט פארגעסן פון די בראנקס זאו
כ'מיין אז מיטוואך איז עס בחינם

שוין דא גענוג פאר די ערשטע פאר טעג פון דיין באזוך?????

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:04 am
דורך גרויזאמער
מיליאנער האט געשריבן:
סטעטען איילענד פעררי איז בחינם


נאך א לאנגע רייזע אויפן שיף, זעה איך נישט די אויפטוה פון נאכאמאל גיין אויף א שיף. איז עס אינטערסאנט?

אויך וואס טוט זיך מיט די פרייהייט סטאטוע?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:04 am
דורך צייטליך
ביי אונז אין ברוקלין (איך וואוין אין די וויליאמסבורגער טייל - ווי מ'רופט דאס ביינונז) קומט יערליך ארויס א היימישער טעלעפאון בוך מיט אלע טעלעפאון נומערען פון די היימישע ברוקלינער איינוואוינער. אלץ ספעציעלע סערוויס לייגן זיי פון הונטן עטליכע בלעטער מיט אטראקציע פלעצער פון די גאנצער ניו יארקער אומגעגענט ווי מ'קען אלץ גיין פאר א אויספלוג אדער זייט-זעהאונג.

דאס איז זייער אינפארמאטיוו און מ'קען דארט טרעפן אסאך אינטערסאנטע פלעצער, זייערע אדרעסן (איר זאלט דאס קענען זאגן פאר אייער טאקסי דרייווער) און אויב טראגט אייך א משפחה מיטגליד קענט איר דארט געפינען דירעקציע'ס אויך. (אונזערע היימישע דרייווער'ס ווייסן כעמט נישט פון די אפילו גאר נאנטע אינטערסאנטע פלעצער וועלעכע געפינען זיך ממש דא אונטער די נאז, דערפאר איז גוט צו האבן פונקטליכע דירעקציע'ס און זיך נישט פארלאזן אז מ'וועט שוין פרעגן איינעם אויפן גאס ווייל ס'רוב מענטשן אין מאנהעטן למשל פארשטייען נישט קיין ענגליש, פונקט ווי אייך זענען ס'רוב חברה טוריסטן, מעגליך אז איר פערזענליך וועט האבן א בעסערע שפראך מיט זיי אויב איר וועט פונקט אנטרעפן א גרופע מיט מאלי טוריסטן - וואס קומען גראדע אפט אהער)

אדרבא, אויב האט איר צו פרעגן איבער געוויסע סעפיצישע פלעצער קענט איר דאס ארויסלייגן דא און מיר וועלן אייך העלפן מיט וואס מעגליך.

גרויזאמער. געדענק וואס די האסט מיר פארשפראכן אומגעפער פיר יאר צוריק אז ווען די קומט קיין אמעריקע גייסטו מיך באזוכן. איך ווארט דעראויף. (איך האב דיר געשיקט יענע אימעיל צו דיר אישית, דיין אימעיל קומט צוריק אז עס איז פול און מ'קען שוין נישט אהינשיקן גארנישט)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:11 am
דורך אלף בית
זייער אן אונטערסאנטע פלאץ.
אויך בעדפארד עוועניו, צווישן וויליאמסבורג סטריט איסט און ווילאמסבורג סט. וועסט. קען מען אראפקוקען צו א הייוועי. און מ'קען אויך ציילן קארס.
(כ'געדענק אלס קינד ווען איך פ'לעג אריינקומען קיין ווילי, איז עס געווען מיין פעיוועריד פלאץ)

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:14 am
דורך איזעי
נישט פארגעסן פון פראספעקט פארק.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:29 am
דורך יואל ווייס
נאכ'ן פארלירן דיין הענטשוך אין ניו יארק, ביזטו גרייט נאכאמאל צו קומען?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:40 am
דורך צום זאך
!Go to B&H

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:44 am
דורך לובלין
איז אזוי, ביי לויפער איז דא צו באקימען די עשירים ליסטע
צופרי גיי אין די בתי מדרשים און נאכמיטאג אין די אפיסעס און די כוללים
און ביינאכט און די הייזער פון די גבירים
דינג א ערפארענעם משולחים דרייווער

און ווען איינער געט א דריי מיט די הענט מיינט עס אז ער האט נישט יעצט

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:00 am
דורך ים רויבער
לובלין האט געשריבן:
און ווען איינער געט א דריי מיט די הענט מיינט עס אז ער האט נישט יעצט

ענדערש מיינט עס אז ער האט נישט קיין נערווען אריינצולייגן די הענט אין טאש אפירצוקראצן א ניקעל

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:05 am
דורך צייטליך
דער עולם מאכט דא א טעות. גרויזאמער איז נישט קיין שנארער און ער קומט נישט פון אר"י, זייענדיג אביסל באקאנט מיט אים ווייס איך גראדע אז ער איז א שיינער פארדינער און ער שרייבט קלאר אז ער קומט צו משפחה שמחה. ער וויל פשוט וויסן וווי מ'קען גייען אלץ אטראקציע.

אז ער קומט שוין אמאל קיין ניו יארק ברויכן מיר - די עטליכע ניו יארקער שרייבער - אים ארויסהעלפן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:16 am
דורך ים רויבער
איך וואלט פארגעשלאגן צו באזוכען ביי די בעדפארד & קיעפ/וויליאמסבורג סט. דרייעק רעסטעראנט ס'איז א היסטארישע און אינטערסאנטע פלאץ
איבערהויפט א בליק טוהן אויפן ברונעם אינדערויסן "טעמו וראו כי טוב"

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 12:02 pm
דורך שמערי בערי
גרויזאמער האט געשריבן:קענסט דא אויסהערן מער אינפא איבער כעלם.

http://www.snapahead.com/blog/audio/kolm33/chelm2.mp3

ווערי מאושענעל געוועזן... זוי סיריעס פארציילט, ממש מיט טרערן אין די אויגן....

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 12:33 pm
דורך מעכעלע
ליסטען, ס'דא מענטשן וואס ווילן באמת וויסן ווי זיי קענען גיין סאו מוזן זיי אריינקומען אין קרעטשמע אין טריקי ארויס שמעקן וואס דער עולם האט אויפן מיינד ווי צו גיין. נו וואס איז די פראבלעם? אדרבה סגוט צו זעהן ווי דער עולם גייט אדער מען האט אין מיינד.

www.ehow.com/how_4879434_fun-week-nyc-s ... udget.html

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 1:13 pm
דורך פלארידא
הרב גרויזאמער, ביטע נעם אן וויכי'ס שיטה, קום נישט קיין ניו יארק, און לייג אוועק די געלט פאר חתונה מאכן דיינע קינדער...

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 1:36 pm
דורך מר. קליען
אויב דו ביסט אויף שבת אין ווילי איז א שאד צו פארפאסן צו זיין ביי שלש סעודות 20 מינוט פאר סוף זמן מנחה אונטען אין סאטמאר-ראדני

וועסט מיר דאנקבאר זיין

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 3:01 pm
דורך שמן זית
ווי קום איך אהן צו סטעטן איילענד פערי?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 3:09 pm
דורך לובלין
מר. קליען האט געשריבן:אויב דו ביסט אויף שבת אין ווילי איז א שאד צו פארפאסן צו זיין ביי שלש סעודות 20 מינוט פאר סוף זמן מנחה אונטען אין סאטמאר-ראדני

וועסט מיר דאנקבאר זיין

זיי גערישט צו מאכן המוציא ציזאמען מיט נאך 10 מענטשנס הענט אויף דיין בילקע

פארעפענטליכט: שבת מרץ 05, 2011 9:32 pm
דורך צים פינטעל
פארגעס נישט פון די אינטרעפיד, וואס געפינט זיך ביים האפן פון די וועסט סייט הייוועי
(נעבן B&H)

פארעפענטליכט: שבת מרץ 05, 2011 9:43 pm
דורך שמן זית
ווי דארף איך פארן צו כאפן די סטעטן איילענד פערי, מער אינפא ביטע? פון ווי קיין ווי פארט עס?

פארעפענטליכט: שבת מרץ 05, 2011 10:06 pm
דורך גלגלשלג
לובלין האט געשריבן:
מר. קליען האט געשריבן:אויב דו ביסט אויף שבת אין ווילי איז א שאד צו פארפאסן צו זיין ביי שלש סעודות 20 מינוט פאר סוף זמן מנחה אונטען אין סאטמאר-ראדני

וועסט מיר דאנקבאר זיין

זיי גערישט צו מאכן המוציא ציזאמען מיט נאך 10 מענטשנס הענט אויף דיין בילקע



אויך א נאז קליפ נישט פארגעסן
נאך פארן אראפקומען

פארעפענטליכט: שבת מרץ 05, 2011 11:00 pm
דורך שוועמל
אלף בית האט געשריבן:זייער אן אונטערסאנטע פלאץ.
אויך בעדפארד עוועניו, צווישן וויליאמסבורג סטריט איסט און ווילאמסבורג סט. וועסט. קען מען אראפקוקען צו א הייוועי. און מ'קען אויך ציילן קארס.
(כ'געדענק אלס קינד ווען איך פ'לעג אריינקומען קיין ווילי, איז עס געווען מיין פעיוועריד פלאץ)

יא יא, טאקע געוואלט רעדן פון דעם העכסט אינטערענסאנטן ווינקל ביי אונז אין וויליאמסבורג.
די ווינקל האט זיך לעצטענס איבערגעבויט, זינט איר גרינדינג פאר בערך 20 יאר צוריק האלט עס שוין היינט ביי ווערסיע 120.0.8.3. צווישן די אימפראוומענטס איז די דעכל פון פארנט אראפגעקומען אויס זארג עס זאל נישט איינפאלן חלילה, אויך די צווייטע העלפט פונעם ברינעמ'ס דעכל איז שוין ענדליך היסטאריע. אבער טייל קאמענטס אויף 'געזשעט' האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג אז די שיינע האנד געפלאסטערטע שטיינערנע טרעפן זענען שוין נישט ווי אמאל, אוי נאסטאליגע! שרייט זשערי פון ברוקלין, א טעגליכער עדווענטוריסט ביי קליינס ווינקל.

פערזענליך בין איך איבערצייגט אין איר זויבערקייט, איך האב אלעמאל געהאלטן אז דארט איז נישטא קיין מייז, ווייל ס'יז אזוי איזאלירט אויף איר דרייעק בלאק טא די מייזעלעך קענען זיך נישט אריינכאפן פון די שכינותדיגע בנינים.

די צוים אויפן דאך איז דערווייל נישט איבערגעמאכט געווארן.