געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
שבת מרץ 05, 2011 11:05 pm
'
שמן זית האט געשריבן:ווי דארף איך פארן צו כאפן די סטעטן איילענד פערי, מער אינפא ביטע? פון ווי קיין ווי פארט עס?
פון ווי קומט איר?
אויב איר קומט פון ווילי:
נעמט איר די j טרעין וואס פארטקיין מאנהעטן ביז canal st מען טוישט צו די r טרעין וואס פארו דאון-טאון און מען גייט אראפ ביי Whitehall st -south ferry און דארט גייט מען ארויס און עס איז קעגן איבער
אויב איר קומט פון בארא פארק:
אויב איר זענט נעבן די d טרעין גייטס ארויף די d טרעין מען גייט אראפ ביי 36 st און מען נעמט די r טרעין וואס גייט קיין מאנהעטן און מען גייט אראפ ביי Whitehall St - south ferry
אויב איר זענט נעבן די f טרעין נעמטס די f טרעין גייטס אראפ ביי Jay st - metro tech. און נעמטס די r טרעין וואס גייט צו מאנהעטן. און גייטס אראפ ביי Whitehall st south ferry. ..
פון מאנסי אדער מאנרא נעמטס די NJ transit ביז Hoboken און נעמטס אדער די פעררי צו wtc אדער די path train צו wtc און וואק ביז Cortland st און נעמטס די r טרעין וואס גייט דאון-טאון און גייטס אראפ ביי Whitehall at-home south ferry.
אויב איר ווילט פון נאך ערגעץ פרעגטס אפשר וועט מען קענען ענטפערן. .
Advertisement
שבת מרץ 05, 2011 11:58 pm
גרויזאמער, ביזט גע'ווייטעד אריינצוסטעפן ביי מיר אין בעיסמענט, און זיך באקענען נענטער מיט די הערליכע באקוועמע וואינונג פאר וועלכע מיין בני בית וויל נישט אויפגעבן די סיטי לייף....
זונטאג מרץ 06, 2011 9:26 am
א גרויסן ישר כח, מען קען נאר אנגעקומען מיט די טרעין? נישט מיט א קאר? ווי לאנג איז די פערי?
זונטאג מרץ 06, 2011 9:37 am
שמן זית האט געשריבן:א גרויסן ישר כח, מען קען נאר אנגעקומען מיט די טרעין? נישט מיט א קאר? ווי לאנג איז די פערי?
זיכער קען מען קומען מיט א קאר אבער כ'ווייס נישט צו ס'דא פארקינג
די רייזע נעמט בערך פינף און צוואנציג מינוט און די שיף לאזט זיך ארויס יעדע האלבע שעה
זונטאג מרץ 06, 2011 5:17 pm
לובלין האט געשריבן:מר. קליען האט געשריבן:אויב דו ביסט אויף שבת אין ווילי איז א שאד צו פארפאסן צו זיין ביי שלש סעודות 20 מינוט פאר סוף זמן מנחה אונטען אין סאטמאר-ראדני
וועסט מיר דאנקבאר זיין
זיי גערישט צו מאכן המוציא ציזאמען מיט נאך 10 מענטשנס הענט אויף דיין בילקע
ביטע נעם מיט א נעפקין אפזיווישן די הענט פון די פיש זאפט
זונטאג מרץ 06, 2011 5:19 pm
איך האלט אז די זאלט גיין באזיכען לאועיס סאביל פארק אויף 1 לי עווי.
זונטאג מרץ 06, 2011 6:10 pm
ס'טוט מיר וויי אז עס נעמען זיך צאם אפאר אלטע ניקים, און זיכן אויסצורייסן יעדעס ביסל ערענסטקייט און הערצה צום אלטן דור!
אנגעהויבן ביים נישט רעדן ביים דאווענען, דערנאך הייבט מען אן מיט א גאנצע רייע זלזולים אויף אונזער הייליגע שטאט ווילאַמ-סבאָרג.
אוי וויי, דער פלאץ ווי מען האט שוין אזויפיל כאפצעמס אויסגעשריגן, דעס פלאץ ווי אזא לעכטיג ווינקל ווי קליינס רעסטוראן פיגורירט שוין אזאָפיל יארן. סאיז שווער צו שרייבן, אבער א מאן-דהוא האט אפילו דערמאנט דא וועגן זיך אפוישן די הענט פון די אויליגע פיש זאפט, ווער האט זיך געגלייבט אז מען זיך אזוי ווייט דערקייקלען...
עס איז צום האפן, אז די ווועלט בארימטע מסע המלכות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסערעגיי שליט"א, וועט אביסל מחזיר זיין חזרה ליושנָהּ, ובא לציון גואל אמן.
מאנטאג מרץ 07, 2011 12:58 am
גוגל הייסט מיר אראפגיין ביי בראוד סטריט און צו וואלקן, וועלכע איז שנעלער?
מאנטאג מרץ 07, 2011 9:24 am
שמן זית האט געשריבן:גוגל הייסט מיר אראפגיין ביי בראוד סטריט און צו וואלקן, וועלכע איז שנעלער?
לכאורה בראוד סט. איז שנעלער ווייל טוישן א טרעין קען נעמען צייט אבער איר וועט דארפן מער וואקן פון. טרעין ביז די פעררי
מיטוואך מרץ 09, 2011 8:52 pm
אלעס פיין און וואויל אבער פארגעסן אנצוזאגן פאר גרויז'ן אז מ'דארף אבאכט געבן וואו מ'פארקט. ער איז אריין געפאלן מיט א בלומבערג פרעזענט....
אבער יעצט הערן מיר גוטע נייעס וואס צום זאך האט געבראכן אז ביז אפאר יאר וועט מער נישט זיין קיין טיקעטס אין נ.י....
דאס איז פיינע נייעס...
טענקס מעידאף!
מיטוואך מרץ 09, 2011 11:48 pm
סטעטן איילענד פערי איז פיין, קרעדיט איי וועלט
דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 3:29 pm
גרויזי ביזט נאך געשטראנדעט אין עליס איילענד, אדער האט מען דיר שוין אריינגעלאזט?
כ'הער זיי לאזן זייער שווער אריין מענטשן פון דריטע וועלט לענדער.
מאנטאג אוקטובר 21, 2013 4:31 pm
גרויזי, גיי אריין אין שנאפ'סיס קאר, ער וועט דיר ארומפירן צו אלע עקסידענטס.
מאנטאג אוקטובר 21, 2013 4:33 pm
ח"ו, מיר טראגן נישט צו קיין עקסידענטס, מיר ברענגען די עקסידענטס צו אייך...
מאנטאג אוקטובר 21, 2013 4:38 pm
אוי וויי, דאן זאל ער מאכן לייף אינשורענס בעפאר