דאס איז א היידזשעקינג, יעדער בלייבט שטיין זיצנדיג!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 11:11 pm
רבותי, דאס איז א האלד-אפ! סארי, נישט האלד-אפ. ס'איז א היידזשעקינג!
יעדער בלייבט שטיין זיצנדיג, מיט די הענט אין די פיס, און די נאז אויפ'ן קאפ.
אמת'דיג, סטאפס צו מורמלען דארט ווייל איך נעם ארויס מיין פאסיג!
קיינער רירט זיך נישט פון ארט אן מיין רשות. ווער ס'וועט ארויסרעדן א פיפס, וועט פליען פון דא! כ'וועל אים ארויסווארפן פון פענסטער (ניק?), און די פענסטער וועט זיין פארמאכט בשעת מעשה! כ'זאג אייך, ס'וועט נישט זיין קיין בא'טעמ'ט עסק!
דארפסמאן, ניטאמאל קיין ווינק מיט די אויגן!
לאקשן ברעט, מוסר זאגן זאלסטו ערגעץ אנדערש! ווען איך הייס זיין שטיל, זאלסטו פאלגן, פארשטאנען? איך בין נישט דיין ברעט!
(וויכי, דו וואטש אז קיינער זאל נישט רעדן דארט אונטער מיין רוקן. און בלייב דא, כ'וועל דארפן דיין הילף באלד.)
*
אקעי הערטס מיך אויס. פון יעצט און ווייטער נעם איך איבער קאנטראל פון די איי-וועלט.
וואס ווען וואו? קענסט שרייען, וויינען, מוטשען, שעלטן, מחרים זיין, קענסט זאגן איך בין א צעצעצעלאזטע פערד, ס'וועט דיר גארנישט העלפן! יעצט בין "איך" אין קאנטראל! און ווען איך זאג "איך", מיין איך טאקע "מיך"!
איך, מיט נאך אפאר געהילפן.
הערטס אויס. די פילאטן וואס דרייוון יעצט דעם איי-וועלט זענען פארדראגט געווארן (דורך מיר, פארשטייט זיך), און זיי זענען יעצט נישט אין א מצב פון קענען פירן א שטעטל. די איינציגסטע וואס קענען יעצט טון עפעס איז נאר איך מיט מיינע געהילפן.
איך וועל נישט אראפלייגן די לייצעס פון מיינע הענט, ביז ווילאנג דא וועט ווערן ארדענונג!
פארשטאנען? גוט.
(וויכי, ברענג מיר די אנדערע מייק. דעי מייק האט שוין עקספלאדירט פון מיינע באמבאסטישע קולות.)
*
אקעי יעצט אז מ'פארשטייט שוין וואס איך וויל דא (צי דו ווילסט פארשטיין צי נישט), קען מען רעדן ביזנעס.
קודם לאמיך ענק זאגן פארוואס איך טוה עס. איך בין בעצם נישט קיין שלעכטע מענטש, אבער צוליב מיין שווערע יוגנט האב איך עפעס אזא פארביסנקייט צו מענטשן. נישט צו אלע מענטשן, אבער צו געוויסע סארטן יא.
למשל...
פארגעס פון משלים דו צעלייגער! דו ביזט יעצט געהיידזשעקט געווארן און דו ווילסט נאך הערן א משל?
היו לא תהי'!
איר זעהט, איך בין א שטיקל ת"ח אויך. איך קען לערנען בעסער ווי ענק אלע צוזאמען! טענה'טס ענק נישט מיט מיר!
פארשטאנען? גוט. יעצט צוריק צום ענין.
הכלל, ווען איך בין געווען קליין (נישט אני הקטן די ניק), האב איך געהאט א שטארקע טרינקען פראבלעם. נישט אז איך פלעג טרינקען אזוי סאך, אבער ווען כ'האב יא געטרינקען האב איך געטרינקען זייער אסאך. בעיקר איז עס געווען אראנדזש דזשוס, אבער אסאך מאל וואסער אויך.
עניוועי, כ'וועל ענק נישט לאנג אנציען מיט מיינע מעשיות. כ'וועל ענק נאך גענוג אויספייניגן במשך די קומענדיגע וואכן.
(וויכי, כאפסט? זאג נאכנישט פאר די פארכאפטע אז כ'פלאן זיי צו האלטן אלס משכונות ביז נאך פורים גדול.)
עניוועי, איך האב דא מיין חבר פון "יוניווערזיטי אוו טעראר", ער וועט מיר העלפן דא א גאנצן צייט. ער הייסט וויכי, און ער וועט ענק שפעטער מסביר זיין די גאנצע פראצעדור.
לאמיר צוריקגיין צום ענין ווייל ס'ווערט שפעט.
ווען כ'בין געווארן 13 יאר אלט, האב איך מיך גלייך אויפגעסיינט מיט א ניק אויף היימישע קרעטשמע דאט קאם. נאך אלעם בין איך א געזעץ-היטענדער בירגער, און איך גיי נישט פארלעצן די 165'סטע אמענדמענט פון קרעטשמע. האב איך געמוזט אויסווארטן ביז די 13.
אבער ס'האט זיך געלוינט. ווייל ווען איך בין אריינגעקומען דא, האט זיך גלייך געעפנט פאר מיר טירן און טויערן. יעדער האט מיר געגעבן וואס איך האב נאר געבעטן. אוודאי האט מען מורא געהאט פון מיר ווייל איך האב אן עלטערע ברודער אין מעסיווטע, אבער פאקטיש האב איך באקומען אלעס וואס כ'האב געדארפט, און קיינער האט זיך נישט געוואגט מיר צו זאגן אין פנים אריין אז מ'טוט עס ווייל מ'האט מורא פון מיר אלס שרעקעדיגע "בּולי".
(וויכי, נעקסט-טיים ברענג מיר מיין דיקשאנערי אז כ'זאל קענען טרעפן די אידישע ווארט פאר "בולי". דו ווייסט אז ווען איך בין אויף א מיסיע האב איך ליב צו רעדן פלעין אידיש.)
אבער לעצטנס בין איך זייער דיסאפוינטעד!
(וויככככככי!!!!!!!)
איך קום אריין דא, איך דריי מיך ארום, און גארנישט! נישט קיין שמייכל אפילו! יעדער איז אנגעזעצט ווי ס'וואלט געווען יעצט די דריי וואכן (אלעס איז "צום זאך" שולדיג!) און מ'טאר נישט ארויפציען א שמייכל אויף די לעצפן!
האלאו, דאס וועט נעמען אן עק! האאאלללאאוווו, דאס וועט נעמען אן עקקקקקק!!!!!! קקקקק!!!!! קקקק!!!! קקק!!! קק!! ק!
(וויכי, די דריטע מייק פליז)
אנטשולדיגטס מיר פאר מיין אויסברוך. איר ווייסט דאך אז איך בין בעצם א גוטהארציגער מענטש, נאר אמאל אמאל קען איך ארויסגיין פון די גלייזן.
לאמיך צוריק אריינגיין.
אקעי יעצט בין איך צוריק אין די גלייזן, איך וועל שוין אכטונג געבן זיך נישט צו צעצעצעלאזן מער.
(וויכי, געמיר מיינע הארץ פילן. שנעל!!!)
*
דריטע צאינה וראינה:
רבותי, פאר די קומענדיגע וואכן איז דא דריי בעלי בתים דא: איך, איך און איך!
און נאך איינער: אאאאיךךךךךך!!!!!!
איך גיי יעצט איינטיילן די פרישע פאזיציעס. ווער ס'האט עפעס טענות דערקעגן, וועט עס קענען אריינגעבן אינעם אפיס פון זיין לאקאלן מנהל. אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו דאט.קא.דאט.איל.
(וויכי, קענסט מאכן אז דא אונטן זאל ארויפטאנצן די לינק?)
אקעי, הערטס ענק גוט צו, ווייל איך גיי עס נאר איבערזאגן איין מאל. איין מאל! איין מאל!!!
*
גרויזאמער, דו קענסט נאר שרייבן אין ספארטס פארום, ביז מיין קומענדיגע מעלדונג.
געלעגער, דו קענסט דיך גיין לייגן. דארפסט נישט איינשטעלן קיין וועקער זייגער.
יודל בן מענדל, דו קוק דיין אישית.
לאקשן ברעט איז נחסם ביז די קומענדיגע מעלדונג.
וויכי, וויבאלד ער איז מיר אזוי געטריי דא במשך די גאנצע מיסיע, וועל איך אים לאזן שרייבן אין גאנץ פארברענגען און אין גאנץ בית יאנאש אויף די ווענט, אבער נאר מיט זיין "חרס שוטה וקטן" ניק.
(אז איך הער נאך איין ווארט, גייט פעטש!)
אנקעטעס איז בבל יראה ובבל ימצא ווילאנג "איך" בין באלעבוס! אדרבה, זאג דו מיר: וויפיל מענטשן ליינען די אנקעטעס? בערך? הא, שיס א נאמבער! קענסט נאר שטימען אויף איין נאמבער...
יעצט נאך א זאך, קיינער קען נישט קומען דא זוכן קיין טיקעטס אדער זוכן דזשאבס פאר פרייטאג און זונטאג. דא איז נישט קיין "השגות אוודאי" שטיבל.
סורפרייזעס קען מען מאכן, אבער נאר אויב מ'זאגט פון פאראויס וואס די סורפרייז גייט זיין.
שיינע אינטערעסאנטע לינקס? אקעי דאס וועל איך לאזן, אבער נאר אויב מ'מאכט קודם א רעכטס.
הערשל מייזליש, דו קענסט רעדן וויפיל דו ווילסט. אדרבה, זאלן זיי קראכן!
וועלכע שפילער, זינגער, טאנצער, שפרינגער, בדחן, ניגון, נערוון-קריכער, חזנות ניגון, נודניק, אנקעטע, האט איר די בעסטע ליב? וואט דע העק! הו קעירס?
איבער די אויפשטאנד אין סיי וועלכע אראבישע לאנד איז נישט ערלויבט צו רעדן, ווייל איך וועל שיסן (תגובות)! אויך טאר מען נישט רעדן פון די פורים סעודה און פורים רב ביז ר"ח אדר (אויסער ביי לאנטש)... אויף לאקשן-ברעט'ס פערזענליכע שתדלנות (און טאנצנדיגע פראטעסטן) וועט זיין ערלויבט צו רעדן פון די פורים סעודה, אנגעהויבן פון פורים און ווייטער.
די גרעפיקס פארום וועט זיין פארשפארט יעדן טאג פון 12 ביז 12 און פון 12 ביז 12 פאר רענאוואציעס. נאר קריטיק איז ערלויבט, און בשו"א נישט קיין קאמפלימענטס. אויב וויל מען קאמפלימענטירן, דארף עס זיין מיט א מאס.
טרעק פייוו איז מותר לכתחילה.
פשוט'ע אידן און פשוט'ע יונגלעך קענען שרייבן, אבער נאר מיט א פענסיל.
(וויכי, נו????? וואו איז מיין דיקשאנערי פאר א שווארץ יאר????)
אויף גראדער האב איך נישט וואס צו זאגן. איך קען מאכן חוזק, אבער ער וועט האקן ווייטער...
פארדינט, דו שטיי גרייט מיט דיין שעפ-לעפל און ברענג ארויף מיין אשכול, אין גענוי פופצן מינוט פון יעצט!
פארשטאנען? גוט.
(וואס זאגסטו וויכי? דיסאפוינטעד איז טייטש וואס? אנטוישט? אנטוישט??? יעצט זאגסטו מיר? גיי דיר! גרויזאמער, נעם איבער!)
איך וועל אי"ה ענק ברענגען עסן יעדן טאג (צו פארדאנקען פאר גרויזאמער, א מין גוט הארץ דאס, ונהפוך), און אויך אביסל משקה (אוודאי די ניק!). אבער כ'זאג ענק, עסטס ענק נישט אן צופיל, ווייל נישט יעדן טאג וועט מען געבן ברייט.
אזוי ווי איך האב שוין ב"ה אידיש אויף מיין "מאטאראלע סטארטעק" טעלעפאן, וועל איך אי"ה יעדן טאג קומען באזוכן דא און זעהן צי יעדער איז פאלגזאם און געהארכזאם. מיין געטרייער גרויזאמער אינטערטאן וועט מיר שיקן שטונדליכע באריכטן איבער אייער אויפפירונג.
אויף אייער פראגע ווילאנג איך פלאן אייך צו האלטן פארכאפט: דער אמת איז, איך ווייס נאך אליינס נישט. איך בין שוין אביסל צעמישט. ווי איך האב ענק געזאגט, בין איך באמת א גוטער, נאר איך פארמאג אסאך שלעכטס אין מיר. איך האב א הארץ פון פוטער, און טאקע די גרינע פוטער (מיט די הכשר פון סאכדעס), אבער די פוטער איז געווען אין פריזער פאר א חודש.
איז אזוי, אויב יעדער וועט זיין וואויל ביז נאך פורים גדול, וועל איך ענק דעמאלטס לאזן פריי, אבער אויב חס וחלילה נישט... וויל איך ניטאמאל ארויסזאגן מיט מיין מויל!
(חחחחח גרויזאמער, קוק ווי די חברה ציטערן ווי די טריפה'נע פיש אין וואסער אום יאנואר 1... און דו האסט געמיינט אז "דו" ביזט גרויזאם!!! חחחחחח האב איך מיך צעלאכט, קוק ווי צייטליך זיצט דארט באמאכט און קען מיר נישט קוקן אין פנים אריין. קוק ווי רויט ער איז! קוק!)
איך מיין אז ס'וועט ענק זיין גאנץ גוט דא. נאך אלעם איז גרויזאמער פון מיינע בעסטע מענטשן. אבער איך מוז ענק ווארענען, טאמער ס'געלונגט פאר עמיצן אים אויפצורעגן, איז אך און וויי צו זיינע תגובות! ער וועט נישט ארויסגיין מיט גאנצע (ג)לידער!
די שוטים וקטנים קענען ארויסגיין. און נישט נאר זיי קענען, נאר זיי זאלן "שוין" ארויסגיין פון דא, און זיי האבן נישט וואס צו זוכן דא ביז די גאנצע סומטאכע איז פאראיבער.
(גרויזאמער, דו מוזט מיר געבן א בעסערע ווארט אנשטאט סומטאכע. איך נוץ עס ביי 'יעדע' היידזשעקינג, און ס'איז שוין באורינג... און רעדנדיג, וואס זאגט מיין דיקשאנערי אויף באורינג? שנעעעעלללל!!!)
יעדער וועט באקומען באלד א סענדוויטש, א ריקאולע קענדי, און א סידי פלעיער מיט א סידי פון ימי הספירה, אדער ווי א בארימטער מגיד שיעור לערנט פאר דעם "מדרש הישר". שמעו וויכי נפשכם!
פאר די נייע ניקס וואס פארשטייען נישט וואס דער אשכול באדייט: אנטשולדיגט, אבער נעקסט-טיים שרייבסט ענק איין דא מיט פיר יאר פריער, וד"ל ודו"ק.
בבבבבבאאאאאאא!!!!!! (מוישע יאכעס, איך מעג דא שרייען?
---
איר גיבט אונז 22 טעג, מיר גיבן אייך א שטויס!