בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 18, 2011 11:46 am
דורך קרעמער
ביידע זענען גוט פאר איינעם און נישט אזוי געשמאק פאר א צווייטן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 9:26 am
דורך שמאטע
א טוויטער מעסעדש איז יעצט ארימגעשיקט געווארן מיט א נאנימער אידענטיטעט וואס מעלד אז מאשקעס גרופע זענען געווארן מער אגרי-סעיף אין אנגעהויבן א מערכה מיט רעפארטערס,

לויט ווי געוויסע רעפארטערס געבן איבער וועלן זיי בקרוב מיזען אנהייבן צי שרייבן די רעפארטאזשען(קרעדיט:וואסא חיליק?!) אן קיין נעמען ציליבן פחד פין די גרופע.

אין אנדערע נייעס האט יאהא דאט פימפעל קאם געמאלדן אז די פאליציי איז זייער באזארגט אז די "שטאקהאלם סינדרעם" (באשריבן אינעם "זמן - zman" פאריגען חודש) הייבט זיך אן איבערצישפילען נאכדעם וואס א גרויס חלק פין די פארכאפטע האבן אויסגעדריקט ציפרידענהייט מיט די פארכאפונג, אין האלטן נישט ביים באפרייט ווערן, זיי טענה'ן אז זיי ווילען ליבער(שט) בלייבן פארכאפט אזוי לאנג ווי (פאר)מעגליך......

לויט ווי די פאליציי שאצט אבער וועט די זאך זיך מעגליך ענדיגען אין קרוב צי 4 אדער 5 וואכן... ציליב געוויסע סיבות וואס זיי ווילען נישט יעצט ארויסגעבן כדאי צי צימישען דעם סאטען. אפס... סארי.... כדאי נישט אויפצירעגן די פארכאפערס אין זיי איסזאגן וואס זיי ווייסען איבער זייערע שוואכקייטען...יאמים ידאביירי,

שענישמא וניסבאסער בסוירעס טויוועס !!!! - שיקעס

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 9:34 am
דורך שמאטע
פאר מער איבער די שטאקהאלעם סינדרעם ליינט דא.
http://en.wikipedia.org/wiki/Stockholm_syndrome

שרעקליך!!!!!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 11:30 am
דורך הערשי קניהויז
איך הער אז zingmit האט ווידיאוס פון די היידזשעקינג

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 20, 2011 5:02 pm
דורך ברוך
מאשקע במילואו!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 4:32 pm
דורך האטשוו
ההההההה רבי! ההההה רבי איך האלט די הענט שוין אזוי לאנג!!! ההההה רבי איך קין מיך שוין נישט איינהאלטן!!!! ההההה!! רבי איך מעג גיין און טוילעט???

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 4:40 pm
דורך גלגלשלג
האטשאוו די ביסט נאך אינטער 13 וואס זיכסטו דא ?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 4:49 pm
דורך יענטאאש
אקעי, איינער קען פליז זאגן פאר גרויזאמער ער זאל שוין קומען מיך אויספארשן און פערטיג?! ער'ט מיך דא איינגעשפארט אונטן אין בעיסמענט און געסטראשעט אז ער קומט שוין מיט פיכי מיך אינוועסטיגעיטער, און גארנישט, כ'זיץ דא בין תנור לפטיש איינגעקוועטשט ווי א האן אין בני אדם, און כ'בעט מיך צו אים כעני בפתח, וואס טוט זיך מיט כל הפושט רגל נותנים לו בכפליים? איז דאס נישט ריכטיג עושה מעשה צימרינג ומבקש שכר כספינקא?!

פון די ערשטע מינוט וואס די קאר דשעקינג האט אויסגעבראכן האב איך געוויסט אז ס'איז צרות, ס'נישט קיין צייט פאר קיין וויצן, עורו ישנים משינתכם, אמאליגע יודן האבן זיך געהיטן, קיין איין איבעריג 'טוויט' נישט ארויסגעלאזט פאר דאווענען, רעדטס נאר מיט ענקערע זיידעס, אמאל האט מען געוויסט איינמאל, צוויי מאל, אפילו די שוואכערע, טאפס דריי פיר מאל האט מען ריפרעשט 'די דראדזש ריפארט' דורכן טאג, קען מען היינט זען יונגעלייט ווי גארנישט, אוטא ריפרעש, און בכלל, פרעש ווייפס, אמאל האט יעדער געהאט ביי זיך אין תפילין בייטל א פעקל פרעש ווייפס, היינט איז מען געווארן פענצי, ער קען שוין נישט מיט די אלטמאדישע, ער מוז נוצן א האט-קאפ, און דאס איז וואס טראגט אונז אראפ! די לוקסוס, לוקסוס צי לעקסוס, כ'בין נישט אזוי באקאנט וויזוי מ'רופט עס, איי-פאץ? עי-פאץ?... ש'קיי-חילוק, ס'אלעס די זעלבע נארישקייטן, אביסל, נאר אביסל זיך אריינלייגן דעם קאפ אין גארבידזש, צו וואס אויף דר'ערד? עטץ זענטס עפעס בעיביס? אלעס אויפצורעגן דעם גוי?!... דער גוי איז שוין גענוג אויפגעברויזט אויף מובאראק און מודאפי און מוסטאפי און דזשאלאפי, אלעס די זעלבע נעמען מיט אנדערע פארטוכער אויפן קאפ! צודעקן דעם קאפ! די קליינע קאפלעך, מ'האט אמאל נישט געקלערט אז מ'עט דארפן רעדן פון דעם, פעיסבוק, כ'דענק נאך שוין ווען דער פאון-בוק איז ארויסגעקומען האט שוין דער טאטע געשריגן, טריפה'נע בוקס! ס'האט קיינער דעמאלטס נישט פארשטאנען וואס ער מיינט, מ'האט געמיינט ער איז נישט ביים דעת, היינט זעט שוין יעדער אז ער איז טאקע נישט געווען, און איך אויך נישט....

אוטש!... אה גרויזאמער איז דא... סטאפ צו שלאגן! ווילסט עפסע פרעגן שיק מיר א DM, שמייסן זאלסטו דיינע קינדער... וועריז דעיס? מאשטקע?! דו מאשקע מרושע! וויכי פוי! פיכי וואוי!.... אללא אקבאר!!!!.... לעט די טשיקפיס רעסט אין פיס!... מאשקע פוי!... פאשקע מוי!...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 4:50 pm
דורך קרעמער
יענטאאש האם! הענטאאש יאם!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 4:55 pm
דורך למעלה משבעים
יענטאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאש יענטאאאאאאאאאאאאאאאאאאש

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 5:02 pm
דורך לאקשען ברעט
יענטאאש, די ביסט דער זעלבער יענטאאש, הערצי דאס איז געווען די הקדמה, יעצט ווארטיך אויפען "מעין קארס", טענקס

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 5:05 pm
דורך דארפסמאן
יענטאש אלעס האט זיך געלוינט לכבוד דיר

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 11:37 pm
דורך געלעגער
הא הא... מאשקע שרייט היידזשעקינג און יענטאש מיט זינגמיט זענען ארויף געשווימען ווי א לאקשען ביים ברעט...
ווי א שוועמל אין א ערד ציטערנישט...
הא הא הא.. מאשקע איך וואלט געטוישט דיין קאליר צו רויט אנשטאט גרין.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 1:16 am
דורך ווער בין איך?
מאשקע, אפשר אביסל יאפטשיק ברענגסטו אונז דא אריין לכבוד ליל שלישי?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 1:42 am
דורך מאשקע
יעענטאש דו פארלירסט דיין רשות כתיבה נאך היינט צוליב דיין העצעריי.

פון די איבריגע וועט מען קעיר נעמען מארגן. פון יאפטשיק קענט עץ פארגעסן; כ'האב אלעס אויפגעגעסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 10:57 am
דורך לב טוב
די גאנצע היידזשעקינג האט זיך געלוינט ארויסצושלעפן דעם אלטן בער אינמיטן זיין ווינטער שלאף

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 01, 2011 3:46 pm
דורך סתם_אזוי
WOWOWOW איך האלט נאך אינמיטן לאכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 1:17 am
דורך מאשקע
שייגעץ (וואס איז די מקור?) ארויס! דוי לאכט מען נישט!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 1:52 am
דורך פונקטליך
יענטאאש לכבוד המן טאש!!!

וועלקאם בעק!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 3:45 pm
דורך גלייכגילטיג
עני קעי יוניט עוועילעבעל? פידיעטריק טראמא!!

ווארענונג!! נישט ליינען דעם אשכול נאר נאכן אנגרייטן אקסענזשין טענקס! ס'איז סכנת נפשות!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 6:08 pm
דורך גוגל
נישט געקענט אויפהערען לאכן :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 6:15 pm
דורך לאדיךארויס
גענישטערט אביסל אין קעלער פון קרעטשמע און זיך אנגעשטויסן מיט דעם אשכול. אוי איז געווען אמאל צייטן!
לוינט זיך אדורכצליינען.
די נייע שרייבער וועלן לכאורה נישט פארשטיין וואס דא טוט זיך, איך אליין האב אויך נישט ממש אלעס פארשטאנען, אבער געלאכט האב איך א גוטס.