דאס איז א היידזשעקינג, יעדער בלייבט שטיין זיצנדיג!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

דאס איז א היידזשעקינג, יעדער בלייבט שטיין זיצנדיג!

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:11 pm

רבותי, דאס איז א האלד-אפ! סארי, נישט האלד-אפ. ס'איז א היידזשעקינג!

יעדער בלייבט שטיין זיצנדיג, מיט די הענט אין די פיס, און די נאז אויפ'ן קאפ.

אמת'דיג, סטאפס צו מורמלען דארט ווייל איך נעם ארויס מיין פאסיג!

קיינער רירט זיך נישט פון ארט אן מיין רשות. ווער ס'וועט ארויסרעדן א פיפס, וועט פליען פון דא! כ'וועל אים ארויסווארפן פון פענסטער (ניק?), און די פענסטער וועט זיין פארמאכט בשעת מעשה! כ'זאג אייך, ס'וועט נישט זיין קיין בא'טעמ'ט עסק!

דארפסמאן, ניטאמאל קיין ווינק מיט די אויגן!

לאקשן ברעט, מוסר זאגן זאלסטו ערגעץ אנדערש! ווען איך הייס זיין שטיל, זאלסטו פאלגן, פארשטאנען? איך בין נישט דיין ברעט!

(וויכי, דו וואטש אז קיינער זאל נישט רעדן דארט אונטער מיין רוקן. און בלייב דא, כ'וועל דארפן דיין הילף באלד.)

*

אקעי הערטס מיך אויס. פון יעצט און ווייטער נעם איך איבער קאנטראל פון די איי-וועלט.

וואס ווען וואו? קענסט שרייען, וויינען, מוטשען, שעלטן, מחרים זיין, קענסט זאגן איך בין א צעצעצעלאזטע פערד, ס'וועט דיר גארנישט העלפן! יעצט בין "איך" אין קאנטראל! און ווען איך זאג "איך", מיין איך טאקע "מיך"!

איך, מיט נאך אפאר געהילפן.

הערטס אויס. די פילאטן וואס דרייוון יעצט דעם איי-וועלט זענען פארדראגט געווארן (דורך מיר, פארשטייט זיך), און זיי זענען יעצט נישט אין א מצב פון קענען פירן א שטעטל. די איינציגסטע וואס קענען יעצט טון עפעס איז נאר איך מיט מיינע געהילפן.

איך וועל נישט אראפלייגן די לייצעס פון מיינע הענט, ביז ווילאנג דא וועט ווערן ארדענונג!

פארשטאנען? גוט.

(וויכי, ברענג מיר די אנדערע מייק. דעי מייק האט שוין עקספלאדירט פון מיינע באמבאסטישע קולות.)

*

אקעי יעצט אז מ'פארשטייט שוין וואס איך וויל דא (צי דו ווילסט פארשטיין צי נישט), קען מען רעדן ביזנעס.

קודם לאמיך ענק זאגן פארוואס איך טוה עס. איך בין בעצם נישט קיין שלעכטע מענטש, אבער צוליב מיין שווערע יוגנט האב איך עפעס אזא פארביסנקייט צו מענטשן. נישט צו אלע מענטשן, אבער צו געוויסע סארטן יא.

למשל...

פארגעס פון משלים דו צעלייגער! דו ביזט יעצט געהיידזשעקט געווארן און דו ווילסט נאך הערן א משל?

היו לא תהי'!

איר זעהט, איך בין א שטיקל ת"ח אויך. איך קען לערנען בעסער ווי ענק אלע צוזאמען! טענה'טס ענק נישט מיט מיר!

פארשטאנען? גוט. יעצט צוריק צום ענין.

הכלל, ווען איך בין געווען קליין (נישט אני הקטן די ניק), האב איך געהאט א שטארקע טרינקען פראבלעם. נישט אז איך פלעג טרינקען אזוי סאך, אבער ווען כ'האב יא געטרינקען האב איך געטרינקען זייער אסאך. בעיקר איז עס געווען אראנדזש דזשוס, אבער אסאך מאל וואסער אויך.

עניוועי, כ'וועל ענק נישט לאנג אנציען מיט מיינע מעשיות. כ'וועל ענק נאך גענוג אויספייניגן במשך די קומענדיגע וואכן.

(וויכי, כאפסט? זאג נאכנישט פאר די פארכאפטע אז כ'פלאן זיי צו האלטן אלס משכונות ביז נאך פורים גדול.)

עניוועי, איך האב דא מיין חבר פון "יוניווערזיטי אוו טעראר", ער וועט מיר העלפן דא א גאנצן צייט. ער הייסט וויכי, און ער וועט ענק שפעטער מסביר זיין די גאנצע פראצעדור.

לאמיר צוריקגיין צום ענין ווייל ס'ווערט שפעט.

ווען כ'בין געווארן 13 יאר אלט, האב איך מיך גלייך אויפגעסיינט מיט א ניק אויף היימישע קרעטשמע דאט קאם. נאך אלעם בין איך א געזעץ-היטענדער בירגער, און איך גיי נישט פארלעצן די 165'סטע אמענדמענט פון קרעטשמע. האב איך געמוזט אויסווארטן ביז די 13.

אבער ס'האט זיך געלוינט. ווייל ווען איך בין אריינגעקומען דא, האט זיך גלייך געעפנט פאר מיר טירן און טויערן. יעדער האט מיר געגעבן וואס איך האב נאר געבעטן. אוודאי האט מען מורא געהאט פון מיר ווייל איך האב אן עלטערע ברודער אין מעסיווטע, אבער פאקטיש האב איך באקומען אלעס וואס כ'האב געדארפט, און קיינער האט זיך נישט געוואגט מיר צו זאגן אין פנים אריין אז מ'טוט עס ווייל מ'האט מורא פון מיר אלס שרעקעדיגע "בּולי".

(וויכי, נעקסט-טיים ברענג מיר מיין דיקשאנערי אז כ'זאל קענען טרעפן די אידישע ווארט פאר "בולי". דו ווייסט אז ווען איך בין אויף א מיסיע האב איך ליב צו רעדן פלעין אידיש.)

אבער לעצטנס בין איך זייער דיסאפוינטעד!

(וויככככככי!!!!!!!)

איך קום אריין דא, איך דריי מיך ארום, און גארנישט! נישט קיין שמייכל אפילו! יעדער איז אנגעזעצט ווי ס'וואלט געווען יעצט די דריי וואכן (אלעס איז "צום זאך" שולדיג!) און מ'טאר נישט ארויפציען א שמייכל אויף די לעצפן!

האלאו, דאס וועט נעמען אן עק! האאאלללאאוווו, דאס וועט נעמען אן עקקקקקק!!!!!! קקקקק!!!!! קקקק!!!! קקק!!! קק!! ק!

(וויכי, די דריטע מייק פליז)

אנטשולדיגטס מיר פאר מיין אויסברוך. איר ווייסט דאך אז איך בין בעצם א גוטהארציגער מענטש, נאר אמאל אמאל קען איך ארויסגיין פון די גלייזן.

לאמיך צוריק אריינגיין.

אקעי יעצט בין איך צוריק אין די גלייזן, איך וועל שוין אכטונג געבן זיך נישט צו צעצעצעלאזן מער.

(וויכי, געמיר מיינע הארץ פילן. שנעל!!!)

*

דריטע צאינה וראינה:

רבותי, פאר די קומענדיגע וואכן איז דא דריי בעלי בתים דא: איך, איך און איך!

און נאך איינער: אאאאיךךךךךך!!!!!!

איך גיי יעצט איינטיילן די פרישע פאזיציעס. ווער ס'האט עפעס טענות דערקעגן, וועט עס קענען אריינגעבן אינעם אפיס פון זיין לאקאלן מנהל. אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו דאט.קא.דאט.איל.

(וויכי, קענסט מאכן אז דא אונטן זאל ארויפטאנצן די לינק?)

אקעי, הערטס ענק גוט צו, ווייל איך גיי עס נאר איבערזאגן איין מאל. איין מאל! איין מאל!!!

*

גרויזאמער, דו קענסט נאר שרייבן אין ספארטס פארום, ביז מיין קומענדיגע מעלדונג.

געלעגער, דו קענסט דיך גיין לייגן. דארפסט נישט איינשטעלן קיין וועקער זייגער.

יודל בן מענדל, דו קוק דיין אישית.

לאקשן ברעט איז נחסם ביז די קומענדיגע מעלדונג.

וויכי, וויבאלד ער איז מיר אזוי געטריי דא במשך די גאנצע מיסיע, וועל איך אים לאזן שרייבן אין גאנץ פארברענגען און אין גאנץ בית יאנאש אויף די ווענט, אבער נאר מיט זיין "חרס שוטה וקטן" ניק.

(אז איך הער נאך איין ווארט, גייט פעטש!)

אנקעטעס איז בבל יראה ובבל ימצא ווילאנג "איך" בין באלעבוס! אדרבה, זאג דו מיר: וויפיל מענטשן ליינען די אנקעטעס? בערך? הא, שיס א נאמבער! קענסט נאר שטימען אויף איין נאמבער...

יעצט נאך א זאך, קיינער קען נישט קומען דא זוכן קיין טיקעטס אדער זוכן דזשאבס פאר פרייטאג און זונטאג. דא איז נישט קיין "השגות אוודאי" שטיבל.

סורפרייזעס קען מען מאכן, אבער נאר אויב מ'זאגט פון פאראויס וואס די סורפרייז גייט זיין.

שיינע אינטערעסאנטע לינקס? אקעי דאס וועל איך לאזן, אבער נאר אויב מ'מאכט קודם א רעכטס.

הערשל מייזליש, דו קענסט רעדן וויפיל דו ווילסט. אדרבה, זאלן זיי קראכן!

וועלכע שפילער, זינגער, טאנצער, שפרינגער, בדחן, ניגון, נערוון-קריכער, חזנות ניגון, נודניק, אנקעטע, האט איר די בעסטע ליב? וואט דע העק! הו קעירס?
איבער די אויפשטאנד אין סיי וועלכע אראבישע לאנד איז נישט ערלויבט צו רעדן, ווייל איך וועל שיסן (תגובות)! אויך טאר מען נישט רעדן פון די פורים סעודה און פורים רב ביז ר"ח אדר (אויסער ביי לאנטש)... אויף לאקשן-ברעט'ס פערזענליכע שתדלנות (און טאנצנדיגע פראטעסטן) וועט זיין ערלויבט צו רעדן פון די פורים סעודה, אנגעהויבן פון פורים און ווייטער.

די גרעפיקס פארום וועט זיין פארשפארט יעדן טאג פון 12 ביז 12 און פון 12 ביז 12 פאר רענאוואציעס. נאר קריטיק איז ערלויבט, און בשו"א נישט קיין קאמפלימענטס. אויב וויל מען קאמפלימענטירן, דארף עס זיין מיט א מאס.

טרעק פייוו איז מותר לכתחילה.

פשוט'ע אידן און פשוט'ע יונגלעך קענען שרייבן, אבער נאר מיט א פענסיל.

(וויכי, נו????? וואו איז מיין דיקשאנערי פאר א שווארץ יאר????)

אויף גראדער האב איך נישט וואס צו זאגן. איך קען מאכן חוזק, אבער ער וועט האקן ווייטער...

פארדינט, דו שטיי גרייט מיט דיין שעפ-לעפל און ברענג ארויף מיין אשכול, אין גענוי פופצן מינוט פון יעצט!

פארשטאנען? גוט.

(וואס זאגסטו וויכי? דיסאפוינטעד איז טייטש וואס? אנטוישט? אנטוישט??? יעצט זאגסטו מיר? גיי דיר! גרויזאמער, נעם איבער!)

איך וועל אי"ה ענק ברענגען עסן יעדן טאג (צו פארדאנקען פאר גרויזאמער, א מין גוט הארץ דאס, ונהפוך), און אויך אביסל משקה (אוודאי די ניק!). אבער כ'זאג ענק, עסטס ענק נישט אן צופיל, ווייל נישט יעדן טאג וועט מען געבן ברייט.

אזוי ווי איך האב שוין ב"ה אידיש אויף מיין "מאטאראלע סטארטעק" טעלעפאן, וועל איך אי"ה יעדן טאג קומען באזוכן דא און זעהן צי יעדער איז פאלגזאם און געהארכזאם. מיין געטרייער גרויזאמער אינטערטאן וועט מיר שיקן שטונדליכע באריכטן איבער אייער אויפפירונג.

אויף אייער פראגע ווילאנג איך פלאן אייך צו האלטן פארכאפט: דער אמת איז, איך ווייס נאך אליינס נישט. איך בין שוין אביסל צעמישט. ווי איך האב ענק געזאגט, בין איך באמת א גוטער, נאר איך פארמאג אסאך שלעכטס אין מיר. איך האב א הארץ פון פוטער, און טאקע די גרינע פוטער (מיט די הכשר פון סאכדעס), אבער די פוטער איז געווען אין פריזער פאר א חודש.

איז אזוי, אויב יעדער וועט זיין וואויל ביז נאך פורים גדול, וועל איך ענק דעמאלטס לאזן פריי, אבער אויב חס וחלילה נישט... וויל איך ניטאמאל ארויסזאגן מיט מיין מויל!

(חחחחח גרויזאמער, קוק ווי די חברה ציטערן ווי די טריפה'נע פיש אין וואסער אום יאנואר 1... און דו האסט געמיינט אז "דו" ביזט גרויזאם!!! חחחחחח האב איך מיך צעלאכט, קוק ווי צייטליך זיצט דארט באמאכט און קען מיר נישט קוקן אין פנים אריין. קוק ווי רויט ער איז! קוק!)

איך מיין אז ס'וועט ענק זיין גאנץ גוט דא. נאך אלעם איז גרויזאמער פון מיינע בעסטע מענטשן. אבער איך מוז ענק ווארענען, טאמער ס'געלונגט פאר עמיצן אים אויפצורעגן, איז אך און וויי צו זיינע תגובות! ער וועט נישט ארויסגיין מיט גאנצע (ג)לידער!

די שוטים וקטנים קענען ארויסגיין. און נישט נאר זיי קענען, נאר זיי זאלן "שוין" ארויסגיין פון דא, און זיי האבן נישט וואס צו זוכן דא ביז די גאנצע סומטאכע איז פאראיבער.

(גרויזאמער, דו מוזט מיר געבן א בעסערע ווארט אנשטאט סומטאכע. איך נוץ עס ביי 'יעדע' היידזשעקינג, און ס'איז שוין באורינג... און רעדנדיג, וואס זאגט מיין דיקשאנערי אויף באורינג? שנעעעעלללל!!!)

יעדער וועט באקומען באלד א סענדוויטש, א ריקאולע קענדי, און א סידי פלעיער מיט א סידי פון ימי הספירה, אדער ווי א בארימטער מגיד שיעור לערנט פאר דעם "מדרש הישר". שמעו וויכי נפשכם!

פאר די נייע ניקס וואס פארשטייען נישט וואס דער אשכול באדייט: אנטשולדיגט, אבער נעקסט-טיים שרייבסט ענק איין דא מיט פיר יאר פריער, וד"ל ודו"ק.

בבבבבבאאאאאאא!!!!!! (מוישע יאכעס, איך מעג דא שרייען?

---

איר גיבט אונז 22 טעג, מיר גיבן אייך א שטויס!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:20 pm

=k?%0 =k?%0 =k?%0 =k?%0 =k?%0 =k?%0 =k?%0 מאשקע שפרינגט ווי א צולאזטע פערד!!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:27 pm

ער מיינט אז צווישן די אלע ווערטער וועל איך נישט כאפן דעם סוד. מיט די הילף פון פינקי בלייך און די תורת חמ"ד החדש האב איך אויסגעפיגורט אז מען ברויך ליינען יעדע אכטע אות נאכן פינטל און דאן צולייגן 2 גימטריאות צום ראשי קהילה און מען וועט צוקומען צו דעשיפרירירירירן דעם קאוד וואס מאשקע'ס ב"ב (די ערשטע דעפעניציע) האט ארויסגעשאסן הארט פאר די ווייכע פוטער האט געלאנדעט אין די (בא)כריין.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:28 pm

מעלדונג פון ארענדאר:

עס איז געשעהן א שטיקל עראר אין די סיסטעם פון "געד די העק דעדי" און געוויסע זאכן פון עטליכע יאר צוריק זענען פריש ארויפגעקומען מיט א נייע דאטום. מיר האפן צו פארעכטען דעם פראבלעם וואס שנעלער.

ואתכם הסליחה.

---


OMG!

דאס איז געווען ס'ערשטע אויסקוועטש ביים זעהן אז מאשקע האט אריינגעשאסן דא איינס און אזעלעכעס! און ס'איז וואר קיין וויץ נישט אז די האסט מיך געהאלטן געהיידזשעקט דורכאויס דעם גאנצן ארטיקל! כ'מיין, כ'ווייס נישט ווי דער רינדעכיגער מאשקע קען אזויפיל אריינשיסן אין איין דרשה. ערידאך פאר די ביכער! מ'שטיינס געזאגט, ער איז זיך אפגעשלאפן אפאר מאגערע יארן און ער האט יעצט גענוג אין בויך.

רבותי. מיר זענען יעצט עמטליך אריין אין חודש אדר. מ'האט היינט געדארפט זאגן הלל! (כ'רעדט פון ביינונז אין שוהל) אונזער קרעטשמע ווועט אביסל אויפלעבן. מאשקע גייט ווייטער טיילן מאשקה טעגליך און מיר וועלן זעך מערצעשעם גוט אנטרינקען. כ'האף נאר אז מאשקע ווועט ארומגיין טיילן ביי אלע טישן ווי ר'עולם זיצט. כימי קדם.

אההה.. נעמסט אריין גרויזאמער אלץ טעגליכער געהילף? דער גיסטאך איבער אייביג.. אלעמאל ווען ער האט געטיילט האט זיך דאס איבערגאגאסן אויף מיינע רעקלעך אין בעקיטשע'ס. העמער זעהן וויאזוי ער האט זיך צוגעלערנט מיט די יארן.

מאשקע. איך האב יעצט ארויסגעשיקט אווערנייט א רענצעל מיט גרינע. זיי אינדערהיים צווישן 7 און 5נעווע נאכמיטאג. גיב אובאכט ביים עפענען ס'רענצעל. כ'האב געשיקט פון די טאנצדיגע אויך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:31 pm

איך האב געמאכט א פארגעשריטענע זוכעניש צו זעהן וויפיל מאל ער האט דערמאנט וויכי ביי זיין היידזשעקינג רעדע, און די סיסטעם האט געענטפערט דאס פאלגענדע:

די קומענדיגע ווערטער זענען נישט אריין גערעכנט געווארן אין דיין זוכעניש ווייל זיי זענען צופיל באנוצטע ווערטער: וויכי

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:32 pm

דער עולם האקקקקט קקקט קקט קט....

ווייל מאשקע האט געשריבן:!@#$#@!@#%^₪$%#


א.מ.נ. ציטורן לאזטו שוין אויך נישט?!
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:57 pm

יו מאשקע.. דו האסט אויפגעוועקט קאשמארישע געדאנקן. ווער קען נישט די מעשה מיט גאלדי לאקס וואס איז געווען געהיידזשעקט... יו.. ס'איז אזוי שרעקעדיג...

דו שרייסט איך זאל גיין שלאפן אן א וועקער זייגער? ס'זאגט זיך גרינגער וואו מ'מיינט. איך קען נישט גיין שלאפן ווי לאנג איך ווייס נישט אז שמן זית איז אפגעפארן געזונטערהייט. זיין סעלפאון און זיין טיקעט זאלן זיין באצאלט.

שלמי האט פראבלעמען אז ער וויל נישט קענען פאטא-שאפ, וואס קען מען טון? גייט זיך דען שלאפן אין אזא קריזעס? יואלי ווייס באריכטעט פון באכעריין, קרעמער טרעט אפ פון טאכריר סקווער, זיין פודסטעמפ קארד איז ב"ה אנגעקומען דורך א צווייטן אגענטור (אן אלטע סיסטעם-אויסשפילער, ווער געדענק נישט אז ער האט געוואלט צומישן די אגענטורן מיט זיינע געיטס אויף די ווינדאוס..)
שמערי פארט נאך אלס אויפן פ.ד.ר. כאטש ער ווייסט אז ס'קען אים קאסטן א רעדל..
ווי לייגט זיך שלאפן אין אזאנע צייטן?
איך רוף אויס בפומבי (ספעל טשעק:קאמפליט) איך גיי נישט שלאפן! איך אנערקען נישט אינעם היידזשעקינג! געפעלט נישט פאר איינעם? גיי אין גרעפיק פארום! שרייב א אינטערוויו מיט אימעדזש-ק.ט.ה... הו קעירס? זאל פינקי שרייבן ספרים און איך שרייבן אין פארמאכטע גרעפיק-קאזין-מוזיק פארומ'ס.
די עיקר איז טאחריר איז פריי! חריין איז נעקס! שמערי איז אן א רעדל באזאטעלט אויפן קוטשמע!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 16, 2011 12:11 am

אין לנו אלע מאשקע שבימיך!!

יוי אידאס געווען תורת מאשקע...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך פאברואר 16, 2011 1:14 am

אינטערעסאנט כ'האב געמיינט מאשקע קע-קע-קעקעצט, דא האט ער אפגעזאגט אזא לאנגע דרשה בבת אחת, בלגימה אחת, בנשימה אחת, ממש אחת ואחת.
זאג נאר מאשקע ווי לאנג פרעקטעסטע (ברענג די דיקשאנערי) פאר דעם?
שיעור פארגעסן, שכוח מאשקע ס'איז געלונגען, אז מ'וויל קען מען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 16, 2011 6:24 am

געלעגערררררררררררררררר!

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך פאברואר 16, 2011 9:04 am

חחחחחחחחחחח..........
מאאאאאאשששששקע, ווער האטעך אויפגעוועקט???
בד"וו מיין שעפלעפל ליגט נאך אין דישוואשער, לאמעך וויסן ווען איך קענעס ארויסנעמען...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך פאברואר 16, 2011 11:01 am

יין ישן.. אלטע משקה!!
כ'בין געוועהן זיכער אז פארדינט האט דאס ארויפגעברענגט פונעם קעלטער ווי ס'ליגט חמר מבראשית, אבער ניין! מאשקע איז צוריק פריש!

קוילעכוי!!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מיטוואך פאברואר 16, 2011 11:04 am

כ'ווייס נישט צו כ'פארשטיי אלעס, אבער ס'טמיר געמאכט זיך ראולן שטייענדיג זיצנדיג...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך פאברואר 16, 2011 11:12 am

אזוי צי אזוי האט מיין פראטעסט עפעס אויפגעטוהן, מאשקע האט זיך אויפגעוועקט פין זיין בערען שלאף אין אנגעהויבען טיילען מוצא'ס,

כ'מיין כ'דארף בענטשען גומל כ'בין פונקט ארויס געגאנגען פאר די היידשעקינג האט פאסירט, כ'דריי מיר ארום פראנק אין פריי, ס'ווערט געפלאנט א קאמאנדע אקציע צי באפרייען די פארכאפטע, מ'קענעס מיטהאלטען לייו אויף ק.נ.א. טעלעוויזשען

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » מיטוואך פאברואר 16, 2011 12:42 pm

מאשקע איז צוריק,נישט צו גלייבן, לאמיר דאס מודיע זיין פאר אלי מיינע קאנטעקטס צו וויסן אז די קרעטשמע הייבט זיך אן צו קריק אויפצעוואכן,

מאשקע גיב מיר צוריק מיין פאון וואס די האסט פון מיר צוגענומען בעת די היידזשעקינג, איך דארף עס נאר צו מודיע זיין מיינע קאנטעקנטס איך וויל זיי שיקן און מעסענדזשער, און דערנאך געב איך דיר עס צוריק,

עניוועי מאשקע גרויסע שקויעך פאר די ארטיקל, איך האב עס געליינט און זיך געקוילערט פאר געלעכטער, עס איז מייסטער ווערק,
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך פאברואר 16, 2011 1:18 pm

קוקט מיר אויס צוזאמגעשטעלט אין ווארד.

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מיטוואך פאברואר 16, 2011 1:55 pm

מאשקע האט געשריבן:(חחחחח גרויזאמער, קוק ווי די חברה ציטערן ווי די טריפה'נע פיש אין וואסער אום יאנואר 1...


משנכנס מאשקע מרבין בשמחה

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך פאברואר 16, 2011 2:33 pm

דער עולם איז דא איבעריג ענטוזיאסטיש אויפן חשבון פון וויסטע פאנטאזיעס.

"עיר פארס וואן איז געווען זיין איינציגסטע מאווי אינסטאלירט אויף זיין סעלפאון" זאגט אונז א מגיד שיעור וועלכע האט נאך געקענט מאשקע אין צעירים, "ער האט אייביג געדמיונט פון היידזשעקן א גאנצע כיתה".

איך, דער טייפער פון די שורות, געדענקט נאך מאשקע אין אוקשען מארט אין מאנסי, זיין בעסטע טוי איז געווען די סעט פון בערעלעך, ער פלעגט זיי גלייכן צו דערשרעקן און זיך דאן רייסן פאר געלעכטער.

שפעטער ווען זיין האבי איז אריבער צו קאמפיוטער פלעגט ער אויך קענען נעמען א גאנצע פייל מיט בוכשטאבן און געבן א דרוק "דיליעט", חלומ'ענדיג אז ער האט דא געהיידזשעקט א גאנצע תגובה.

בקיצור, פארשטינקענע נילוס טריפה'נע יאנואר 1 פיש געגעסן און פון עגיפטן ארויסגעווארפן.

פארוואס מאשקע קומט נאר אן ווי א שיינע איד ווען עס שמעקט פון רעוועלאוציע? ימים ידברו.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך פאברואר 16, 2011 3:45 pm

איך מעג מיך שוין רירען ? שוין עטליכע שעה וואס איך פראביר נישט צו ווינקען מיט אויגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך פאברואר 16, 2011 4:16 pm

מאשקע, מ'זאקטעכאויס... ס'איז קעגן די תקנות...

און צום עולם וויל איך זאגן: גיבט אכטונג! גרויזי איז א דאפעלטע אגענט! שטייט ווייט פון אים...

(גלעגער, בשום אופן לייג דיר נישט שלאפן, לכה"פ ביז נאך פורים משולש גדול)
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך פאברואר 16, 2011 7:28 pm

ברעיקינג נאז: ( ווער ס'האצעך צו שטארק צוקלאפט די נאז קען גיין צו אונזער הצלה מעמבער צייטליך ער האט גענוג בענדעדזשעס! נאכאמאל נישט שטופען סיז דא גענוג) מיר האבן באוויזען דא פונם קאמענד סענטער אוו ק.נ.א. בשותפות מיט קאלמען וואסער אריינצורוקען א סעלפאון צו די משכונות, מיר האבן אפילו באוויזען צו אונטערוויאען עטליכע ניקס מיר וועלן איך צוטירען א חלק פון די אונטערוויו און די שפעטערע שירות אבער קודם וועלן מיר אראפ געבן און אפאר ווערטער די מצב דארט אינעווייניג, מיר האבן אריינגעשיקט אונזער געשולטער קאמאנדאו 'לוסטיג' ווייל ער איז פונקט געווען אינעווייניג ווען די היידשעקינג האט פאסירט, נאר ער מיט זיינע פלינקע הענט האצעך שנעל ארויס געכאפט דער גרויסער שומר וויכי האט גראדע באוויזען אים צוכאפען ביים ניק אבער וויבאלד ער ניצטעס שוין עניוועי ניש האט ערעס איבערגעלאזט ביי אים און די הענט אים לאזענדיג מיטן צינג אונדרויסען, לויט וואו מיר האבן שפעטער געהערט פון א אנאנימער ברינעם (קר***רס נאמען געהיט און רעדאקציע, ס'ליגט און סעיף אויבן אויף די רעכטע זייט) האטערעס אפי' נישט דערציילט פאר מאשקע וואוסענדיג אז ער נאכען יעצטיגען אויסברויך איז בעסער צו שטיין ווייט פון אים, ער האט עס שנעל ארויס געווארפן,
לוסטיג, זיך טרעפענדיג אינעווייניג האט ער איבער געגעבן דעם טעלעפאון פאר אונזער געשולטער אגענט לאקשי וואס האט שוין ארויס געוויזען זיין עקספערטיז ביי די משכונות קריזיס און איראן, אונזער לוסטיג אויפן וועג ארויס האט באוויזען אפצושאצען די מצב, וואו ס'זעהט אים אויס איז ליידער דא עטליכע טויטע, אלטע בחור'ל, ענדי פעטיט, יענטאאש, אבי מ'לעיבט, עס עפעס, פרעזידענט, משה קאפויער, און חרס הנשבר האט ער קאנפירעמד פון די טויטע, איך הער יאנאש, קאנאו, די פאקט, קעש פאר קלאנקערס, האבן שוין היבש גע'גוסס'ט, און שמעלקא האלטן זיי און א אפגעזונדערטער צעל, און צענדליגע פארוואונדעטע ליגען אויסגעשפרייט, קיין עסן האט ער נישט געזעהן, ער האט יא געזעהן וואו דער אלטער שמעריס האום עטענדעד בעט זיך מיט קראקעדיל טרערן ביי גרויזאמער ער זאלעם לאזען פירען שמערי פאר היגיענישע געברויכען אבער דער גרויזאמער גרויזי שרייט בלא! די באקומסט באצאלט טו דיין ארבעט פוילעץ נישט אונטער! עסט נישט קראנק ווערן אז די וועסט ארבעטן אביסל...!, דער איינציגסטער וואס האט פראבירט אביסל אנצוגיין איז געווען זיס מיט זיינע אנקעטעס, וואס וויכי האט אים נישט געשטערט ווייל ווי האקאנט האט ער א שוואכקייט דערצו

יעצט עלמער גיין צום טעלעפאון ליין
קנא: א גוטען לאקשי וואס הערצעך?
לאקשי: נישט גוט! מ'צאפט אונז דאס בלוט דא!
קנא: אזוי? און מ'גייטעס געבן פאר ביקור חולים?
לאקשי: וועל מיר זעהן
קנא: אהא , זאג נאר די וויפעלטע מאל ביסטע שוין געהאסטעדזשט?
לאקש: די צווייטע, די ערשטע מאל איז געווען ביי מאמע ראטעווע מיך
קנא: אהא, דיין טאטע אדער דיין זיידע זענען שוין אויך געווען אמאל פארכאפט ?
לאקש: יא מיין טאטע ר' בנימין ברעט איז אמאל געווען פארכאפט ביי טעראריסטען, אונזערע ביידע מעשיות איז באשריבן און דזשורנאל דורך מיין ברודער אב זקן,
קנא: אהא, ער איז אויך דארט?
לאקשי: יא איך געבעם איבער דאס ווארט,
קנא: א גוטן רעב אב, וויזוי שפירצעך צו זיין באמת פארכאפט?
אב: איך בין נאר דא אלץ רעפארטער, וואס איך זעה דא איז געפעעערליך! דער וויכי האט נישט קיין שום איינגעהאלטנקייט און זיך ער רייסט און טראסקעט רעכטס און לינקס, אוי איינער כאפט ארויס די טעלעפ....
קנא: העעלאו
צום זאך סאפעט שווער אריין און טעלעפאון: דער וויכי איז אזוי גרויזאם, איך זאג דיר סיז איין מענטש מיט די זעלבע ניק!!
קנא: אהא, די האסט גערעדט מיט חרס'ן לעצטענס?
צום זאך: איך ווייס נישט וואס די ווילסט, די וועלט דארף רודערן מ'האלט דא דעם אלטן שמערי מיטן ווילטשעיר און גאר שווערע און אוממענטשליכע אומשטענדן, געלעגער האט געטרייט צו קלאפן ביי די הויכע פענסטער אבער סיז געווען אויסגעשאסען סאו הא האט נישט געקענט קלאפן, גראדער האט פראבירט צו איבער צייגען וויכי זאל ארויס לאזן די אידען אבער בלא! זיי זענען אונטערגעקויפט דארעך מאשקע!

דא האבן מיר געהערט ווילדע געשרייען דורעכען טרייבן זעהט אויס אז דער צו ווילדעוועטער צום זאך האט געמאכט אזאנע קולות אז זיי האבן אים געפאקט! אזויפיל האמער יא געקענט ארויס באקומען אז ווינקעל ארבעט פאר זיי אונטערן טיש! שטייטס ווייט פון אים!!

אוי איך הער שרייען באאאאא מאשקע קומט, איך גיי פון דא...
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 16, 2011 8:01 pm

יאכעס טויג! יאכעס טויג!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 16, 2011 10:53 pm

צוויי און צוואנציג שעה און נאר 20 תגובות? זענט עטץ משוגע אדער וואס?

יעצט וועל איך ענק ווייזן וואס איך קען! וויכי, ברע.....

העי, כ'האב דאך שוין געפייערט וויכי.

גרויזי, ברענג מיר מיין קאנטשיק!

איינס!!! צוויי!!! דריי!!! מיין האנט טוט וויי!!!

לא ראינו אינו ראי'! זאלסט נישט זאגן אז כ'האב נישט געווארנט!

*

לויט ווי מ'געט מיר איבער אויף מיין נעקסטעל, איז דער היינטיגער טאג אדורך גאנץ כמעשה. ס'איז טאקע געווען אפאר רודערער דא און דארט, אבער מ'האט זיי שטיל געמאכט.

הוי מי יתן לנו תמורתו! כ'וועל ענק ווייזן וואס איך קען! הוי וועל איך ענק ווייזן!

וויבאלד איך זעה אז מ'האט זיך היינט אביסל צעלאזט, פארשטיי איך אז איך בין נעכטן נישט געווען גענוג שטרענג. כ'גיי נישט יעצט איבערזאגן אלע מיינע תקנות, נאר איך גיי צולייגן פרישע גזירות! בבבבאאאאאא!!!

*

וויכי, דו האסט מער נישט קיין דריסת ה'קאטשקע ביי אונז אין פלאץ.

פארשטאנען? גוט.

גרויזי, דו קום אריין צו מיר אין אפיס נאך מנחה. כ'וויל מיט דיר רעדן אפאר ווערטער. ברענג דיר מיט די בלעכענע הויזן.

נאך איין זאך, פאר איך פארגעס. די אשכול וועגן מאכן באליס אין אילוסטרעיטאר דארף זאפארט אפגעשלאסן ווערן! געהערט אזאנס? א מין משוגעת דאס! אנשטאט מ'זאל שיקן אן אישית פאר אלטע בחור'ל וויאזוי ער האט געמאכט זיין באלי-הוט, גייט מען און מ'שמירט ארויף א גאנצן אשכול דערוועגן! האוואאי לא סיע!

די שיינע עדס דארפן שוין אויפהערן צו לויפן! אבער שוין! יעצט בין "איך" ראש הקהל (מיט מיין שמערי ניק כמובן, צוליב לעגאלע סיבות), און ווען איך בין ראש הקהל לויפט "קיינער נישט"! פארשטאנען? קיינער נישט! קיינער נישט!!! קיין איינער! קיין איין איינער!!!

(גרויזי, געמיר א קלאפ אין רוקן. כ'מיין כ'האב אראפגעשלינגען א ביין.)

און כדי צו ווייזן אז איך בין נישט אלעמאל נעגאטיוו, וועל איך עפענען - אויף מיין חשבון - א נייע "ברוכים תהיו" אשכול.

פארוואס? זייער פשוט. ס'איז שוין דא א מזל טוב אשכול, אבער דער גאנצער עולם אויבער-חכמים גייט און שרייבט דארט "ברוכים תהיו". משוגעים, זענט עטץ נארמאלע מענטשן? ווען וועט עטץ שוין ארויסקריכן פון די 60 צו די 61 אייז-קרים?

אלטע פנים, בין איך געגאנגען און כ'האב מיט מיינע אייגענע 9 פינגער (איין פינגער איז געווען פארנומען צו ווייזן "נו נו" פאר איינעם וואס האט גערעדט ביים פארלערנען) געגרינדעט דעם שפאגל-נייעם אשכול, וואס וועט טראגן דעם נאמען "בית ברוכים תהיו", לעילוי נשמת מיין לייט-געלעגער עלטער זיידע, "ברוך" דער "טוער". ער האט אסאך געטון פאר אידישקייט.

(וואס נאך גרויזי? כ'האב עפעס אויסגעלאזט?)

אה יא. וויבאלד עטליכע ניקים האבן באהאלטענערהייט אריינגעשמוגלט סלפונים, וועל איך מוזן נעמען שטרענגע שריט. באלד וועט מיין געהילף ארומגיין צווישן ענק, און יעדער וועט דארפן אריינווארפן זיין פלאפון אינעם באקסל. חוץ די וואס האבן די בלעקבערי אן קיין אינטערנעט, זיי קענען עס האלטן געזונטערהייט. אייגנטליך איז דאס מיין ציל, אפשפארן די גאנצע אינטערנעט אויף סלאש און רינגל, כדאי מ'זאל מער נישט קענען פובליצירן קיין נעגאטיווע קאמענטארן קעגן מיר און מיין ארגאניזאציע.

האטליינס זענען ערלויבט צו הערן, אבער נאר פינף מינוט א טאג. קיין שעה נישט מער!

יעדער באנוצער איז בארעכטיגט צו האבן 2 דזשימעיל אדרעסן, איינס פאר'ן פערזענליכן באנוץ און איינס פאר'ן פערזענליכן בא'ניק.

(חחחחחח.... גרויזי, געמיר א גרינע... כ'בין גוט, הא? יעצט געמיר נאכאמאל א קלאפ אין רוקן, אבער נישט וועגן א ביין, נאר פשוט פאר'ן גוט זאגן... חחחחח האט זיך דער ראבער צעקראכט... גרויזי, מוזט מיר עמוירדזשענסי געבן עפעס ערנסטע הצעות אנשטאט לו"ל...)

ס'איז געווען א פלאן צו אסר'ן צו רעדן פון וויין און פון גרעיפ-דזשוס (ווי אויך @בדחן #וואו-איז-די-דעקל-פון-די-גרעיפ-דזשוס), אבער למעשה קען מען עס נישט אסר'ן, וויבאלד ס'איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה, ווי מ'זעהט פאקטיש אז אין יעדן אשכול שפראצט וואונדערליך ארויף די נושא פון קידוש/וויין, ווי שוועמל נאך אן עראר מעסעדזש...

(גרויזי, סלעפ 5...)

איך האב צוגעשטעלט גענוג עסן פאר 3 טעג. נאך די 3 טעג וועט איר - במחילת כבודכם הרמאי - דארפן אנהייבן צו עסן מענטשן! איר וועט ווערן מענטשן פרעסער! משה קאפויער וועט טיילן יעדן טאג א ראציאן פון 3 גרינע מענטשעלעך, און פון דעם וועט מען זיך דארפן שפייזן א גאנצן טאג.

מיר האפן אז בקרוב וועט אנקומען א פרישע שיפמענט פון מענטשעלעך (קרעמער, אמת?) און דעמאלטס וועט יעדער קענען פרעסן וויפיל מענטשן מ'וויל, בבחינת "איש את רעהו חיים בלעו", אבער אויף דערווייל דארף מען זיך האלטן צום באשטימטן צאל.

אז יעדער וועט זיך אויפפירן מענטשליך און רעדן (מגיב זיין בלע"ז) מיט דרך ארץ, וועל איך ענק מארגן נאכאמאל קומען באזוכן.

(גרויזי, נעם איבער. כ'גיי צום נילוס...)

---

איר גיבט אונז 22 דאלאר, מיר גיבן אייך א בלעכענע קוטשמע!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 16, 2011 10:59 pm

ענדליך אפגעאטעמט. נעכטן האב איך מהרהר בתשובה געווען צוליב דעם וואס במשך די גאנצע לאנגע ארטיקל האב איך פאר קיין געלט מיין ניק'ל נישט געפונען... אבער היינט האט ער תשובה געטוהן און טאקע אריינגעשטעלט מיין ניק-נאמען צווישן די קלאמערן.

עס קוקט אויס פון זיין שריפט אז זינט ער האט ערגעץ פארלייגט דעם דעקל פונעם גרעיפ דזשוס, טרונקט ער בלויז וויין (מחשש גילוי)

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך פאברואר 16, 2011 11:06 pm

קיינער זאל זיך נישט דערשרעקן מיר האבן לייוו אויפן ארט א פראפעסיאנאלער נעגאושיעטער, ער וועט קעיר נעמען פון אלע פראבלעמען, וואו ס'ווערט באריכטעט פון גאר קראנטע מעיינות איז וויכי געווען אונטער געשטעלט פון די רויטע קרייץ, און וואו נאר דער אנגעבלאזענער מאשקע האט עס דערשפירט האט ער אים ארויסגעווארפען, ער זיצט יעצט אויף מיטנגען מיט די רעטונגס אגענטורען וואו מ'ארבעט אויס די נעקסטע שריט, אויף דערווייל ווערט יעדער געבעטן זיך צו האלטן רואיג און נישט נעמען קיין אייגענע שריט ווייל דאס וועט נאר שאדען מאכען, ביטע האלץ ענק אן צו די אנווייזונגען פון די עסקנים
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גיט און 26 געסט