פארמאך דיין מוסד!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פלארידא האט געשריבן:ב"ה רוב אשכולות האבן מיר געענפערט בטוב טעם ודעת, וואס פארא פארברעך די יעניגע מוסדות טוען מיט'ן נישט באצאלן צייטליך פאר די איינגעשטעלטע.

איך מיין אז רוב פראגן זענען נישט פארענטפערט געווארן.

לדוגמא; וויפיל מוסדות האסטו געזען די ביכער, און דו ווייסט אז די איינגעשטעלטע גיסן אריין געלט אין זייערע טאשן, און לאזן די מלמדים/טיטשערס ווארטן מיט די וועידזשעס?

פלארידא האט געשריבן:וען די יעניגע וועלן אפשפארן, וועט נישט אוועקפאלן די חינוך פון אונזערע קינדער, עס איז ב"ה דא גענוג ערליכע מוסדות וואס האלטן איין די הלכות צווישן אן ארבייטער און אן ארבייטסגעבער.

איך מיין אז עס נישט דא גענוג מוסדות, און עס וואלט געווען א גרויסע מצוה צו עפענען נאך אפאר מוסדות, פאר פארשידענע ערליי קינדער וואס פאסן נישט אזוי גוט אריין אין די עקזיסטירנדע מוסדות.

אפצושפארן פון די קליין הייפעלע מוסדות וואס איז יעצט דא, איז א חורבן פאר די חינוך פון אונזערע קינדער.
פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלארידא »

.
פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלארידא »

ווינקל האט געשריבן:
פלארידא האט געשריבן:ב"ה רוב אשכולות האבן מיר געענפערט בטוב טעם ודעת, וואס פארא פארברעך די יעניגע מוסדות טוען מיט'ן נישט באצאלן צייטליך פאר די איינגעשטעלטע.

איך מיין אז רוב פראגן זענען נישט פארענטפערט געווארן.

לדוגמא; וויפיל מוסדות האסטו געזען די ביכער, און דו ווייסט אז די איינגעשטעלטע גיסן אריין געלט אין זייערע טאשן, און לאזן די מלמדים/טיטשערס ווארטן מיט די וועידזשעס?




סארי, באט איך האב ח"ו נישט געשריבן אזא תגובה, איבער איינגעשטעלטע וואס נעמען געלט פאר זיך, חכמים הזהרו בדבריכם.
פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלארידא »

יהיה כן האט געשריבן:אבער דיינע טענות וועלן גילטיג זיין אין א יעדע מוסד, נישט קיין חילוק אויב דער וועם דו האסט יעצט ציטון וועט שפארן און א צווייטער וועט עפענען, און אויב יענער וועט נישט קענען באווייזן מאיזה סיבה שיהיה דיר צי צאלן אין צייט האלסטו אז ער דארף אויך שפארן, ווייל דו האלסט אז דיין געהאלט קומט פאר די חינוך פון די קינדער....... און אויב האסטו געטראפן א מוסד וואס האלט דערווייל איין די הלכות וכו', וואס וועסטו זאגן ווען זיי וועלן עס נישט קענען באווייזן?
און מיין לעצטע שאלה האסטו לכאורה עפעס נישט פארשטאנען און האסט מיר גארנישט גענטפערט, מאן יימר אז דיין רואיגקייט אין שטוב קומט פאר די רואיגקייט פון די קינדער אין דעם מוסד, וועלכע וועלן זיך יעצט דארפן זוכן א נייער מוסד ווייל דער איצטיגער מוסד שפארט זיך, ווער נעמט די אחריות אויף דעם?????


ב"ה רוב מוסדות באצאלן צייטליך, עיין בתגובות הקודמים.

איך באקום ב"ה אין בי ענד ענד עיטש צייטליך מיינע וועידזשעס, איך רעד אין נאמען פון מיין חבר, וואס בארגט ביי מיר יעדע צווייטע וואך.

איבער דיין לעצטע שורה, איך האב געמיינט צו שרייבן די שלום בית ביים מלמד אינדערהיים, נישט ביי קינדער.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פלארידא האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
פלארידא האט געשריבן:ב"ה רוב אשכולות האבן מיר געענפערט בטוב טעם ודעת, וואס פארא פארברעך די יעניגע מוסדות טוען מיט'ן נישט באצאלן צייטליך פאר די איינגעשטעלטע.

איך מיין אז רוב פראגן זענען נישט פארענטפערט געווארן.

לדוגמא; וויפיל מוסדות האסטו געזען די ביכער, און דו ווייסט אז די איינגעשטעלטע גיסן אריין געלט אין זייערע טאשן, און לאזן די מלמדים/טיטשערס ווארטן מיט די וועידזשעס?




סארי, באט איך האב ח"ו נישט געשריבן אזא תגובה, איבער איינגעשטעלטע וואס נעמען געלט פאר זיך, חכמים הזהרו בדבריכם.


ווער האט געשריבן די ווערטער?

לכתחלה וואלט איך געוואלט מאכן די קעפל פונעם אשכול: גנבים פארמאכט אייער מוסד. באט דברי חכמים בנחת נשמעים, עס פעלט נישט אויס צו אטאקירן.


סאו זאג נישט אז דו האסט נישט געזאגט אז די הנהלה נעמט דאס געלט אין טאש אריין, (ווער איז א גנב???).

איבער דיין לעצטע שורה, איך האב געמיינט צו שרייבן די שלום בית ביים מלמד אינדערהיים, נישט ביי קינדער.


נו, ווער זאגט טאקע אז דער ש"ב פונם מלמד איז פארן חינוך פון די קינדער???
פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלארידא »

א גנב ווערט ער אנגערופן פאר'ן צוריקהאלטן געהאלט פון זיינע ארבייטער, און נישט אז ער נעמט אריין אין זיין טאש.

הרב טויבערס שטעלונג איז: אז דו קענסט נישט פירן דיין מוסד ע"פ התורה והלכה, טרעט אפ, זיי נישט דעם באשעפערס העלפער.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פלארידא האט געשריבן:א גנב ווערט ער אנגערופן פאר'ן צוריקהאלטן געהאלט פון זיינע ארבייטער, און נישט אז ער נעמט אריין אין זיין טאש.

הרב טויבערס שטעלונג איז: אז דו קענסט נישט פירן דיין מוסד ע"פ התורה והלכה, טרעט אפ, זיי נישט דעם באשעפערס העלפער.


צוויי חידושים נפלאים!!, און ביזט מכובד צי ברענגען מראה מקומות פאר ביידע....[לדוגמא, מען איז טאקע פסול לעדות כדין גנב, אויב מען איז נישט ביכולת צי באצאלן פאר אן ארבעטער [נישט אז מען נעמט דאס געלט אין טאש] ??? קוק נאך אין די פוסקים]
לויטן צווייטן חידוש האב איך א פרישן חידוש, ווער ס'יז נישט ביכולת צי באצאלן שכר לימוד זאל מוחל זיין שוין אפ'גטן די ווייב און אויפהערן צי פראדוצירן קינדער......... :wink: :P
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי, איך טענה מיך מער נישט! איך מאך צו מיין מוסד אין פיניש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

העי, קודם באצאל
דאס איז נישט טשעפטער עלעווען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן
מיט וויפיל רואיגקייט זיצט א מלמד אין חדר ווען ער האט שוין נישט געצאלט צוויי חדשים די רענט?

דאס ברענגט יא רואיגקייט פאר די קינדער?

טויג דאס פאר זייער חינוך?

איז ביומו תתן שכרו נישט פונקט אזא מצוה ווי ושננתם לבניך און והגית בו יומם ולילה?

ווען איינער האט א שווערע ארבעט האט ער תירוץ זיך צו פארענטפערן אז ער קען נישט לערנען ווייל ער האט נישט צייט וועגן ביזנעס?

ווי זאגט די גמרא אין יומא

לעני אומרים לו מפני מה לא עסקת בתורה אם אומר עני הייתי וטרוד במזונותי אומרים לו כלום עני היית יותר מהלל וכו'


פאר די אלע מוסדות זאגן מיר, כלום בעל חוב גדול היית יותר ממוסדות סאטמאר (מהר"א וומסב"ג) (אנטשולדיגט איך רעד נישט יעצט פון א מספר קינדער איך רעד פון חובות) בשנה אחת פתחו מוסדות לאלפי תשב"ר ועכ"ז מיום הוסדם עד עתה זה חמשה שנים כולן שוין לטובה הם מקיימים ביומו תתן שכרו מידי שבוע בשבוע

אויב קענסטו נישט פארמאך!!!!!!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זעהט שוין אויס דא באלד ווי די אלטע אין בית מדרש, פארמאך שוין ס'קאלט, מאך אויף ס'הייס, פארמאך, ס'פריזינג דא, מאך אויף שוין ס'בריט

מי יודע, אויסער גרויס צי מאכן דיין פארטיי פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט
קיינער האט זיך נישט געדינגען אז מען דארף באצאלן דעם מלמד זאפארט, (מיין טאטע זז"ג איז א מלמד שוין צום גוטן איבער דרייסיג יאר, און מיין זיידע איז אויך געווען א מלמד איבער פערציג יאר, סאו כ'ווייס בעסער פון דיר וואסע מיינט)
אלזא, פליז אני לא יודע מה אתה רוצה
פארמאכן א מוסד איז אויך נישט אזוי געשמאק
ביי די וועי, פארוואס דארף מען פארמאכן דעם מוסד? פאלט דיר גארנישט ביי א בעסערע אייצע, זאל דער מלמד קען גיין צי די סאטמארע מוסדות און קריגן פונקטליך באצאלט, און לאזן אן אנדערן איבערנעמען זיין פלאץ, והכל על מקומו יבוא בשלום ובשלוה.......?
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג מארטש 01, 2011 7:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 5:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לובלין »

יהיה ;l;p-
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה, אנטשולדיגט, דעם אויספיר "אויב קענסטו נישט פארמאך" האב איך נאר גענוצט אלס די סלאגאן פונעם פותח האשכול, ואני כשלעצמי האלט נישט חלילה אז מען דארף פארמאכן א מוסד, שיין וועל מיר אויסזען ווען גאנץ כלל ישראל וועט דארפן זיין אונטער איין מוסד.
איך האב אבער בעיקר געמיינט ארויסצוברענגן לגבי די תירוצים אז מען קען נישט, ווייז איך דיר אז מען קען יא, און כ'גלייב זיי זענען נישט קיין בן יחיד, אדרבה ברענגט עפעס אומפארטייאיש...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איך וויל נישט אפשפארן דעם אשכול, אבער אויב גייט מען אנפאנגן מיט משלים, וועל איך מוזן אביסל מסביר זיין וואס עס טוט זיך, און אראפפירן דעם אשכול אין קבר אריין...

אלזא, נישט יעדע מוסד און הנהלה קען צושטעלן פעיראל יעדע צוויי וואכן אן אויסנאם! די וואס קענען יא, אשרי חלקם!

וועם עס געפעלט נישט, און האלט אז סאיז דא גענוג אנדערע מוסדות, זאל ביטע אהינגיין.

והי' בזה שלום.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

לענ"ד וואלט איך געזאגט "עפן נאך מוסדות"
קאמפעטישאן ברענגט די בעסטע רעזולטאטן, ווען ס'וועט זיין גענוג דזשאבס פאר מלמדים, וועלן די מוסדות זוכן א מלמד ווי א מלמד זוכט היינט א דאלאר, ס'וועט נישט זיין אזא לאנגע ראי' צו ווערן א מלמד, און דאן וועט אפשר זיין א אויסוואל, ווער צאלט בעסער, פונקטליכער וכו'
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

א גוטע געדאנק, כ'מיין מ'זאל שוין טוישן די קעפל צו "עפן נאך מוסדות"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

דארפסמאן האט געשריבן:אלץ איינער וואס איז אינוואלווד און מער ווי איין מוסד ווייסט אז מען קען נישט נעמען עס נעמט זיך נישט ! ! !





דו ביסט נישט אינוואלווד אין די ריכטיגע מוסדות...
פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלארידא »

א וויץ פון די מעלות דעם חודש, כמיין ביי א געלעכטער אין א זייט, מענינא דיומא.

איך האב שוין נישט באקומען באצאלט פאר פערציג טעג, איך האב צוגעזאגט פאר מיין בעל הבית עס מפרסם צו זיין, איך האב גלייך געזען א ישועה... ע"כ דברי המעלות.

כגלייב אז ווען מען קען ווען מפרסם זיין די נעמען פון די יעניגע מוסדות, וואס צאלן נישט צייטליך זייערע איינגעשטעלטע, וועט מען גלייך זען א ישועה... אבער ח"ו עס צו טון, ווייל מען גייט אריין אין אסאך טיפע עבירות בין אדם לחבירו, שאין יום הכיפורים מכפר.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אה אין די מעלות שטייט די וויץ??? כ'האב עס באקומען די לעצטע פאר טעג א שיינע פאר מאל...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

זעהט אויס אז די מעלות האט עס אויך באקומען...
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

א בעל בית וואס באצאלט נישט דארף מען נישט מפרסם זיין ווייל עס איז געווענליך א באקאנטע זאך עניוועי
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אצינד וויל איך אביסל פארקירעווען דעם שמועס צו אן ענליכער פאל. עס רעדט זיך אויך פון ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם פנים אז זיי העלפן דעם רבוש"ע, צדקה ארגאניזאציעס וואס לעבן מייסטנס פון פאנדרעיזינג פון גוטהארציגע אידן און זיי טוען דערמיט צדקה וחסד.

כדי אויפצוטרייבן געלט פאר די ארגאניזאציעס פעלט זיך אויס אהערצושטעלן געלט אקציעס, דינער, ראפפעלס, מלוה מלכה'ס, פארטיס און דאס גלייכן. כדי אריינצוברענגען אסאך געלט פעלט זיך אויס צו מאכן א געלונגענעם קאמפיין וואס זאל אנווארעמען דעם עולם צו געבן ואוס מער געלןט.

פארשטייט זיך אז די ארגאניזאציעס קענען נישט אלעס אליין אהערשטעלן, דערפאר נעמען זיי די עקספערטן וואס טוען פאר פרנסה די סארט זאכן. מען באשטעלט גראפיקער, שרייבער, פרינטערס, פארטי פלענערס, זאלן, בעלי מנגנים און נאך און נאכן צוזאמקלויבן א גאנצע ליסטע פון די שענסטע און בעסטע בעלי אומנות ווערט בעזה"י אהערגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע אקציע און פארשטייט זיך אז די רעזואלטאטן זענען געווענליך גאר גוטע.

ווען מען האלט נאך איידער די אקציע, דאס הייסט אין די פאזעס ווען מען באשטעלט די בעלי אומנות האט דאך מכלומרשט די ארגאניזאציע קיין געלט, זיי מאכן דאך די אקציע פאר א סיבה, דעריבער איז נישט שייך צו בעטן קיין געלט פון פאראויס. נו, אז מען בעט נישט קיין געלט קענען דאך די ארגאניזאציעס זיין ברייטהארציג און מען באשטעלט רעכטס און לינקס, מעשה גביר און דערפאר ווערט טאקע אלעס אהערגעשטעלט אויפן שענסטן פארנעם.

ווען עס קומט אבער נאך די אקציע, און בעלי אומנות קומען פאדערן זייער געלט פאר די ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די לעצטע וואכן און חדשים און איבערהויפט בשעת די אקציע זעלבסט, דעמאלט הייבן די ארגאניזאציעס אן צו שלעפן און שלעפן און מען דרייט זיך ארויס מיט פארשידענע דריידלעך, אבי נישט צו באצאלן פאר די שווערע ארבייט וואס מען האט אריינגעלייגט וואס א דאנק דעם איז אלעס געווען א סוקסעס!

צומאל וועלן זיך די ארגאניזאציע ארויסדרייען דורך באצאלן גאר א קליין חלק פון וואס די ארבעט האט געקאסט, און דערנאך וועט זיך שוין דער בעל מלאכה שפירן ווי א חזיר צו קומען בעטן נאך.. הלמאי עס איז דאך א חסד ארגאניזאציע.

די ווייטאג איז נאכמער אז די פירער פון די ארגאניזאציעס שפירן זיך ניטאמאל שלעכט. ביי זיי אין מח ווערט געבוירן א היתר נישט צו באצאלן, ווייל באמת איז דאך דאס א נאן-פראפיט ארגאניזאציע און די איינציגע וועג וויאזוי די ארגאניזאציע שטייט איז דורך די נדבות פון מענטשן, נו, זאל שוין דער בעל מלאכה אויך באצאלן זיין חלק פאר די ארגאניזציע.

צו די פירער פון די ארגאניזציעס דארף מען הויעך אויסשרייען "פארמאך דיין ארגאניזציע"!!!! וואספארא עסק איז דאס צו העלפן איין איד דורך בא'עולה'ן א צווייטן?!!! ווי קענסט זיך בארומען אז דו העלפסט ארויס כלל ישראל ווען צו די זעלבע צייט בא'גנב'סטו אידן וואס מושטענען זיך אויף פרנסה און האבן אריינגעלייגט שווערע שעות הארעוואניע פאר די ארגאניזאציע און זיי באקומען נישט באצאלט דערפאר!

די עולה פון די ארגאניזאציעס זענען נאך אין א געוויסע זין ערגער ווי די מוסדות התורה. א מוסד וואס באצאלט נישט עטליכע יאר פאר די איינגעשטעלטע, וועלן די איינגעשטעלטע פארלאזן דעם מוסד, איינער פריער און איינער שפעטער, און קיין פרישע קענען זיי שניט אויפנעמען ווייל די גאס וועט שנעל געוואויער ווערן דערפון. אבער אין די פעלער ווען מען דינגט זעלבסטשטענדיגע בעלי מלאכה וואס האבן קאנקורענטן, איז נישט קיין שום פראבלעם נישט צו באצאלן. אויב וועט ער קומענדיגע מאל נישט וועלן אננעמען די ארבעט, אין בעסטן פאל ביז מען באצאלט די געלט פון פאראויס, וועט מען גיין צו אן אנדערען.און דעמאלט וועט מען אנזעצן דעם אנדערן!!!

(יא, איך בין א געליטענער!)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

דאס איז א זאך וואס מוסדות טוען פונקט אזוי ווי ארגאניזאציעס ליידער.

איך האף אז דאס איז נאר גאר א קליינער מיעוט, אבער ליידער איז עס פארהאן, עס איז א גרויסער הארץ ווייטאג.
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

ס'איז לדעתי א דירעקטע קאנסענקווענץ פון די לייכטזיניקייט וואס הערשט בכלל ביי אונז ווען ס'קומט צו לעבן מיט יענעמס דאלאר.
איך רעדט פון הלואות ה"י וויאזוי די מצב איז קארופטירט, נעמען נדבות אין דער זעלבע צייט וואס ער מוז פירן זיין יעצטיגע לעבענס שטייגער, ארבעטן ווייניג מיטן סוב-מיינונג אז חתונה מאכן א.ד.ג. וועט שוין געשעהן..., נישט באצאלן פארן בעל מלאכה, שווינדלן מיטן געשעפטסמאן מיט באניצטע זאכן, וכהנה וכהנה.
עס לאזט זיך דעבאטירן וויאזוי דער מצב האט געכאפט אזא קייקל, אינדערצייט וואס ביי די פאריגע דור איז נאך יענעמס פרוטה געווען הייליג, פארצייכענט, אויפן געדאנק.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אנטשולדיגט, איך האב געזעהן א ספר פון א מחבר, וואס באשרייבט זיין טאטען א שוכן עפר עליו השלום, (זיכער פון דעם פריערדיגען דור), אז זיין פאטער האט געארבעט פאר א מוסד, און אויב איז מען געווען שולדיג פאר א מעקאניק, איז שטאטס באצאלען איז ער געגאנגען צו אים מיט א רעסיט ביכל, ורוב פעמים האט ער געפויעלט. און ער שרייבט עס גאר אלס א מעלה...
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”