פארמאך דיין מוסד!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:06 pm

פארמאך דיין מוסד!

תגובהדורך פלארידא » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:23 pm

דער חפץ חיים איז אמאל געזיצן אין זיין שטוב, און פארטון אין לערנען. פלוצלונג הערט ער טענה'רייען אינדרויסן, צווישן זיין זון און נאך איינעם.

שפעטער האט אים דער חפץ חיים געפרעגט וואס זענען געווען די טענה'רייען? ענטפערט זיין זון, גארנישט, דער בעקער האט פארפירט אז מען איז אים שולדיג געלט פאר ברויט וואס די ישיבה האט באשטעלט ביי אים, און ער עס איז נישט דא קיין געלט יעצט אין די קאסע, סאו שלעפט מען ארום מיט אים, דער זון שמייכלט זיך אונטער, ער מיינט אז עס איז עק וועלט, און ער איז דער ערשטער אויף די אגענדע צו באצאלן, ער קען נאך ווארטן אפאר חדשים.

דער חפץ חיים איז אבער בלאס געווארן, און רופט זיך אן: פארשפאר די ישיבה! וואס ברויך איך א ישיבה, אז איך בין עובר עבירות דורכדעם! וואס ברויך איך א ישיבה אז אידישע קינדער האבן א שווער הארץ אויף דעם! אז איך קען נישט טוען מיין פליכט צו באצאלן אין צייט, דארף איך נישט קיין ישיבה, איי עס וועט נישט זיין קיין ישיבה? איך בין נישט הקב"ה פארזארגער, ער וועט קער נעמען שלא תשכח מפי זרעו, אז איך פיר נישט אויס די שליחות ווי עס באדארף צו זיין, דאן פארמאך איך די ישיבה!

דער זון האט באין ברירה געזען אז זיין טאטע מיינט עס ערנסט, אז טאמער דער בעקער ווערט נישט באצאלט ביז ביינאכט, דאן פארמאכט ער די ישיבה, האט ער געדארפט באצאלן דעם בעקער.

דער נצי"ב האט געזען אז ער קען נישט פירן זיין ישיבה אויפ'ן תורה'דיגן וועג, האט ער פארמאכט זיין ישיבה! א ישיבה וואס האט געבויעט דורות תלמידי חכמים! אז ער האב איינגעזען לכבוד השם צו פירן א ישיבה, האט ער אויך איינגעזען לכבוד השם צופארשפארן די ישבה.

דער זעלבער הייליגער חפץ חיים וואס האט געזאגט, אז איין ווארט תורה איז קעגן אלע מצוות, האט אויך געוויסט אז אויב זיין ישיבה באצאלט נישט ווי דער תורה הייסט, דאן איז זיין פליכט צו פארשפארן זיין ישיבה.

(ע"כ שמעתי מדרשה של הרב אבא חייא טויבער שליט"א)

כלפי מה דברים אמורים

ר' איד איר טראגט א טיטול, חבר הנהלה, מנהל המוסד, אדמינסטראטער צו אן אנדערע קלינגעדיגע טיטול, אויב באצאלט איר נישט אייער איינגעשטעלטע, דאן ביטע פארמאכט אייער מוסד.

א מגיד שיעור, איז שוין ביזי די לעצטע דריי חדשים צו בארגן געלט פון זיינע נאנטע, ווייל זיין ישיבה האט אים נישט באצאלט! ר' איד, אז איר קענט נישט פירן קיין מוסד, דאן טרעט אפ, און פארמאך עס, און זיי נישט עובר אויף טעגליכע איסורים. (ביומו תתן שכרו, לא תלין, לא תונו. לא תגנוב און נאך) טראכט אריין וויפיל "ברכות" בלשון סגי נהור, איר כאפט אריין טעגליך פון אייערע איינגעשטעלטע און זייערע שטובער, וואס נישט באקומען דאס געהאלט צושטערט זייער לעבן.

א וואוילער כולל אינגערמאן, וואס לעבט אפגעשפארט, און זיין מאגערע בודזשעט איז אויס געשטעלט לויט די וועידזש וואס זיין ווייב באקומט פון סקול, אלץ טישטער. אבער מען האט נישט געגעבן קיין וועידזשס שוין פאר דריי וואכן! וועמענס אחריות? ר' איד, אז איר קענט נישט פירן קיין מוסד, דאן טרעט אפ, און פארמאך עס, און זיי נישט עובר אויף טעגליכע איסורים. (ביומו תתן שכרו, לא תלין, לא תונו. לא תגנוב און נאך) טראכט אריין וויפיל "ברכות" בלשון סגי נהור, איר כאפט אריין טעגליך פון אייערע איינגעשטעלטע און זייערע שטובער, וואס נישט באקומען דאס געהאלט צושטערט זייער לעבן.

ביי היבשע עלטערן קען דאס זיין די תירוץ אז מען זעט נישט קיין הצלחה ביי זייערע קינדער. זיי וואונדערן זיך דאס קינד/בחור גייט דאך אין חדר, פארוואס זעט מען נישט קיין הצלחה? פשוט, פונקט ווי ווען מיין באס וועט מיר נישט באצאלן צייטליך, נאר מיט אפאר חדשים אפהאלט, וועל איך אויך נישט ארבייטן פלייסיג, נאר היבש פויל, דאס זעלבע מיט זייערע מלמדים, אז מען צאלט נישט דעם מגיד שיעור, דאן ווי געלונגען ער זאל נאר זיין, ארבייט ער נישט.

מיין אויסברוך קומט פון נאכ'ן הערן מיינס א א קרוב'ס אויסברוך, וואס זיין וועידזשס זענען שוין צוריקגעהאלטן געווארן פון זיין ב"ב אלץ טישטער איבער דריי חדשים רח"ל. ר' איד פארמאך דיין מוסד! רבינו שליט"א בכל הכבוד, איר ווילט האבן א מוסד? דאן טוט עס תורה'דיג, אויב איר קענט נישט, דאן טוט וואס דער חפץ חיים און דער נציב האבן געטון, פארמאכט אייער מוסד, אידישקייט וועט נישט צוזאמפאלן אדאנק אייך.

גלייבט מיר נישט, גיט אייך א פרעג נאך, איך האב קודם געמיינט אז עס איין מוסד, וואס האט זיך פונקט געמאכט צוליב עפעס א סיבה וואס קען זיך מאכן איינמאל אין אפאר יאר (למשל א שריפה, אדער קויפן א בנין, קויפן א קעמפ, א.ד.ג.) אבער צום באדויערן איז דא א שיינע פאר מוסדות און ישיבות, וואס זיי לויפן רעגלמעסיג אזוי רח"ל.

רבותי, איר צאלט שכר לימוד, ביטע פארלאנגט אז אייערע קינדערס מלמדים/טישערס/מגיד שיעורים/ מנהלים ווערן באצאלט דערפון און צייטליך.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:29 pm

;l;p-
זייער גוט געזאגט.
אקוראט די זעלבע נקודה איז בארירט געווארן א צייט צוריק אין א מאמר פון הרב אשר לעווין.

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:32 pm

אוי ווי פיין געזאגט
בעסער קאן גארנישט זיין

איך טענה דאס אלס פאר מיין מוסד ווען מען זיי בעטן זיך פאר שכ"ל אין צייט, זאג איך זיי, ווען איר וועט צאלן ביי וויקלי, צאל איך אי"ה אויך ענק ביי וויקלי, אבער ווי לאנג עטס דרייטס ארום, האב איך אויך ווי צי דרייען מיט געלט

פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:06 pm

תגובהדורך פלארידא » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:34 pm

איך געדענקט גוט יענעם ארטיקל, דארט האט ער אויך ברייט ארומגערדט, ווען א פרישער אינגערמאן קומט אריין אין די הנהלה, און די ערשטע זאך וואס ער ווייסט איז "קאטן" די בודזשעט, און ווארפט ארויס לאנג יעריגע איינגעשטעלטע.

לכתחלה וואלט איך געוואלט מאכן די קעפל פונעם אשכול: גנבים פארמאכט אייער מוסד. באט דברי חכמים בנחת נשמעים, עס פעלט נישט אויס צו אטאקירן.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:05 pm

רבותי, איר צאלט שכר לימוד צייטליך? נעמט אין באטראכט אז אייערע קינדערס מלמדים/טישערס/מגיד שיעורים/ מנהלים ווערן באצאלט דערפון!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:16 pm

גנבים??? פון וועם האט ער געגאנבעט???? אז דער מוסד האט נישט קיין געלט איז דאך נישטא פון וואו צי גאנבענען.....
עניוועי, אימעיל אריין דעם ארטיקל צו די הנהלה פון דעם מוסד......

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:33 pm

תג נוצער האט געשריבן: ווען איר וועט צאלן ביי וויקלי, צאל איך אי"ה אויך ענק ביי וויקלי, אבער ווי לאנג עטס דרייטס ארום, האב איך אויך ווי צי דרייען מיט געלט

די מוסדות טענה'ן דאס זעלבע, אז די צאהלסט ביי וויקלי פאר די מוסדות וועלן זיי קענען באצאלן ביי וויקלי פאר די מלמדים, מגיד שעורים, וכו'

נישט אז איך האלט זיי זענען גערעכט, לא תלין איז פארט פון תורה, אבער דאס וואס זיי זאגן כסדר, און אונז דארפן טוהן פון אונזער זייט, אז זיי זאלן נישט קענען האבן טענות אויף אונז

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:36 pm

adobe yid האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן: ווען איר וועט צאלן ביי וויקלי, צאל איך אי"ה אויך ענק ביי וויקלי, אבער ווי לאנג עטס דרייטס ארום, האב איך אויך ווי צי דרייען מיט געלט

די מוסדות טענה'ן דאס זעלבע, אז די צאהלסט ביי וויקלי פאר די מוסדות וועלן זיי קענען באצאלן ביי וויקלי פאר די מלמדים, מגיד שעורים, וכו'


אדמיניסטראטארס פון מוסדות זאגן אז שכ"ל דעקט נאר בערך א דריטל פון די אויסגאבן, אלזא איז די טענה נישט רעלעוואנט

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:46 pm

יהיה כן האט געשריבן:
adobe yid האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן: ווען איר וועט צאלן ביי וויקלי, צאל איך אי"ה אויך ענק ביי וויקלי, אבער ווי לאנג עטס דרייטס ארום, האב איך אויך ווי צי דרייען מיט געלט

די מוסדות טענה'ן דאס זעלבע, אז די צאהלסט ביי וויקלי פאר די מוסדות וועלן זיי קענען באצאלן ביי וויקלי פאר די מלמדים, מגיד שעורים, וכו'


אדמיניסטראטארס פון מוסדות זאגן אז שכ"ל דעקט נאר בערך א דריטל פון די אויסגאבן, אלזא איז די טענה נישט רעלעוואנט


הערשט פארדעם דארף מען זעהן צו באצאהלן צייטליך אז כאטש די ביסל שכ"ל וואס קומט אריין זאל כאטש עפעס אויסצאהלן און נישט סטרוגלען, אלזא באצאהל צייטליך וועלן זיי קענען באצאהלן צייטליך פאר איינגעשטעלטע

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:03 pm

אי משום הא, פלעג איך טון אזוי, כ'בין געגאנגען צו עלטערן פון דעם מוסד (עפי"ר מיינע קרובים משפחה) און זיי געזאגט שמעוני, דער מוסד איז מיר שולדיג געלד, גיט אהער אייער שכ"ל און איך וועל זעהן אז דער מוסד זאל אייך קרעדיטירן, וכך הוה עס האט געארבעט ווינדערליך!!!

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:04 pm

ממש נישט צו גלייבן צו זעהן ווואס מען שרייבט דא, און נאכאמאל אומגלויבליך,

אלץ איינער וואס האט געארבייט און א מוסדות איז מיר ממש שווער צו קוקן די שורות, און בכלל ליינען ווי פלארידא האט זיך צולאזט,

פלארידא קענסט מיר ברענגען איין מוסדות וואס דרייט זיך ארום און זייער אקאונט מיט גרויס געלט און פלעין פשוט זיי באצאלן נישט זייער איינגעשטעלטע, איך מיין אז די וועסט מיר נישט טרעפן אפילו קיין איינס, איי טענה'סטו שכר מלומדות, לאמיר מיט דיר איבערגיין איבער שכ"ל, ווען די מוסד איז גענוג גרויס. אז און יעדע כתה איז דא אריבער 20 קינדער, און יעדע יעדע טאטע צאלט שכ"ל וועט די מוסד שיין זיך דעקן פון שכר מלומדות, נאך ווייט פון די גאנצע, אבער זייער א שיין פראצענט,

יעצט וויפיל מוסדות איז דא וואס האבן נישט קיין פילע קלאסן? וויפיל טאטע'ס צאלן נישט פונקטליך קיין שכ"ל? לכאורה ביסטו א יונדערמאן וואס האט איינס צו 2 קינדער און די מוסדות און די שכ"ל איז בערך צווישן 2 און 3 הונדער דאללער, אבער די וויסט אז פון גרויסע משפחות לויפן די שכ"ל צווישן 100 און 2000 דאללער א חודש, און די הנהלה דארף מיט זיי יעדע שטיק צייט מאכן סעטעלמענטס,

איך האב נישט קיין ווערטער עס ווייטער אויסצושמועסן, ווייל די רעדסט זייער פון א דרויסענדיגע קוק, נאר טראכט אביסל אריין און די אנדער זייט מטבע פון די הנהלת המוסדות, און דאס וואס אשר לעווין האט גערעדט איז נישט פון בלייבן שולדיג נאר פון קאטן, און דאס איז א 2טע נושא, איך רעד פון וואס מען צאלט נישט געהעריג די איינגעשטעלטע,

און יעצט וואס די שרייסט פארשפאר, לאמיר דיר פרעגן פלארידא ווילסטו דען מען זאל פארשפארן רוב מוסדות התורה איבערן גארער וועלט, אדער אפשר ווילסטו אזמען זאל דיר בעטן שכ"ל אזויווי די מאדערענע מוסדות וואס דאס קומט אויס 500 פער קינד אן טראנספאטאציע, און יעצט אויב די טיטשער אדער מלמד האט טענות, קען ער גיין ארבייטן ערגעץ אנדערשט ווי מען באצאל יא פונקטליך, בי ענד עידזש האט אויפענינגס, און זיי באצאלן יעדע וואך, נאר ער האט זיך אויסגעוועלט צו זיין א כלי קודש איז דאס די תוצאה,

נאכאמל נישט איך האלט אז מען דארף נישט באצאלן יעדע וואך, יא קלאר אז מען דארף, אבער מען דארף קענען, און גלייב מיר אז יעדע הנהלה מוטשעט זיך טאז מען זאל קענען באצאלן יעדע וואך,
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:07 pm

יהיה כן האט געשריבן:אי משום הא, פלעג איך טון אזוי, כ'בין געגאנגען צו עלטערן פון דעם מוסד (עפי"ר מיינע קרובים משפחה) און זיי געזאגט שמעוני, דער מוסד איז מיר שולדיג געלד, גיט אהער אייער שכ"ל און איך וועל זעהן אז דער מוסד זאל אייך קרעדיטירן, וכך הוה עס האט געארבעט ווינדערליך!!!

;l;p-

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:08 pm

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:ממש נישט צו גלייבן צו זעהן ווואס מען שרייבט דא, און נאכאמאל אומגלויבליך,

אלץ איינער וואס האט געארבייט און א מוסדות איז מיר ממש שווער צו קוקן די שורות, און בכלל ליינען ווי פלארידא האט זיך צולאזט,

פלארידא קענסט מיר ברענגען איין מוסדות וואס דרייט זיך ארום און זייער אקאונט מיט גרויס געלט און פלעין פשוט זיי באצאלן נישט זייער איינגעשטעלטע, איך מיין אז די וועסט מיר נישט טרעפן אפילו קיין איינס, איי טענה'סטו שכר מלומדות, לאמיר מיט דיר איבערגיין איבער שכ"ל, ווען די מוסד איז גענוג גרויס. אז און יעדע כתה איז דא אריבער 20 קינדער, און יעדע יעדע טאטע צאלט שכ"ל וועט די מוסד שיין זיך דעקן פון שכר מלומדות, נאך ווייט פון די גאנצע, אבער זייער א שיין פראצענט,

יעצט וויפיל מוסדות איז דא וואס האבן נישט קיין פילע קלאסן? וויפיל טאטע'ס צאלן נישט פונקטליך קיין שכ"ל? לכאורה ביסטו א יונדערמאן וואס האט איינס צו 2 קינדער און די מוסדות און די שכ"ל איז בערך צווישן 2 און 3 הונדער דאללער, אבער די וויסט אז פון גרויסע משפחות לויפן די שכ"ל צווישן 100 און 2000 דאללער א חודש, און די הנהלה דארף מיט זיי יעדע שטיק צייט מאכן סעטעלמענטס,

איך האב נישט קיין ווערטער עס ווייטער אויסצושמועסן, ווייל די רעדסט זייער פון א דרויסענדיגע קוק, נאר טראכט אביסל אריין און די אנדער זייט מטבע פון די הנהלת המוסדות, און דאס וואס אשר לעווין האט גערעדט איז נישט פון בלייבן שולדיג נאר פון קאטן, און דאס איז א 2טע נושא, איך רעד פון וואס מען צאלט נישט געהעריג די איינגעשטעלטע,

און יעצט וואס די שרייסט פארשפאר, לאמיר דיר פרעגן פלארידא ווילסטו דען מען זאל פארשפארן רוב מוסדות התורה איבערן גארער וועלט, אדער אפשר ווילסטו אזמען זאל דיר בעטן שכ"ל אזויווי די מאדערענע מוסדות וואס דאס קומט אויס 500 פער קינד אן טראנספאטאציע, און יעצט אויב די טיטשער אדער מלמד האט טענות, קען ער גיין ארבייטן ערגעץ אנדערשט ווי מען באצאל יא פונקטליך, בי ענד עידזש האט אויפענינגס, און זיי באצאלן יעדע וואך, נאר ער האט זיך אויסגעוועלט צו זיין א כלי קודש איז דאס די תוצאה,

נאכאמל נישט איך האלט אז מען דארף נישט באצאלן יעדע וואך, יא קלאר אז מען דארף, אבער מען דארף קענען, און גלייב מיר אז יעדע הנהלה מוטשעט זיך טאז מען זאל קענען באצאלן יעדע וואך,

;l;p- ;l;p-

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:53 pm

צו מוסדות פלאגן זיך?
יא זיי פלאגן זיך!

אבער (איך רעד יעצט פון מיין מוסד) אויב א מוסד קען אהיימשיקן א קינד פארן נישט ברענגן א איינטריט קארד, קומט זיך אים פעטש פארן נישט באצאלן קיין שכר מלומדות פונקטליך

אפגערעדט פון דעם אז דער אדמיניסטראטאר צו אנדערע ראשי המוסדות די וואס געפינען זיך אויף פעיראל פון זיי וועט נישט פעלן איין ביי וויקלי טשעק אף פרוטה אחת אפגעזען אין וואסערע מצב די מוסד שטייט, נאר פארן מלמד וואס איז דיין עבד נרצע

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:55 pm

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:
פלארידא קענסט מיר ברענגען איין מוסדות וואס דרייט זיך ארום און זייער אקאונט מיט גרויס געלט און פלעין פשוט זיי באצאלן נישט זייער איינגעשטעלטע, איך מיין אז די וועסט מיר נישט טרעפן אפילו קיין איינס,


איך אליין ווייס פון צוויי מוסדות וואס די הנהלה גשמי דארט, מאכט א לעבן אויפ'ן חשבון פון זייערע איינגעשטעלטע.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:57 pm

אינגערמאן האט געשריבן:
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:
פלארידא קענסט מיר ברענגען איין מוסדות וואס דרייט זיך ארום און זייער אקאונט מיט גרויס געלט און פלעין פשוט זיי באצאלן נישט זייער איינגעשטעלטע, איך מיין אז די וועסט מיר נישט טרעפן אפילו קיין איינס,


איך אליין ווייס פון צוויי מוסדות וואס די הנהלה גשמי דארט, מאכט א לעבן אויפ'ן חשבון פון זייערע איינגעשטעלטע.


וואס הייסט א לעבען, זיי מאכען 2-3 טויזענט דאללער א וואך און זיי נעמען עס יעדע וואך און די מלמדים ווארטן אויף זייער מאגערע געהאלט ??

עס איז נישטא אזא זאך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:59 pm

פאר די מלמדים צאלט מען אפשר שנעלער אבער פאר די טיטשערס ?
זיי קענען ווארטן חדשים אין נישט באקומען באצאלט
מיין ב"ב איז א טיטשער זי האט נאך קיינמאל נישט אהיים געברענגט קיין טשעק אין אנפאנג האב איך געווארט (אפאר חדשים) ביז איך האב געזען אז זי ברעגט גארנישט האב איך געמיזט אויפזיכען איינער וואס באצאלט שכר לימד אין איך נעם דאס געלט פין אים אין איך קרעדיט אים יעדע חודש איז עס נארמאל ?
נאר וואס דען מע דארף דאך לעבן
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:02 pm

דארפסמאן האט געשריבן:
אינגערמאן האט געשריבן:
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:
פלארידא קענסט מיר ברענגען איין מוסדות וואס דרייט זיך ארום און זייער אקאונט מיט גרויס געלט און פלעין פשוט זיי באצאלן נישט זייער איינגעשטעלטע, איך מיין אז די וועסט מיר נישט טרעפן אפילו קיין איינס,


איך אליין ווייס פון צוויי מוסדות וואס די הנהלה גשמי דארט, מאכט א לעבן אויפ'ן חשבון פון זייערע איינגעשטעלטע.


וואס הייסט א לעבען, זיי מאכען 2-3 טויזענט דאללער א וואך און זיי נעמען עס יעדע וואך און די מלמדים ווארטן אויף זייער מאגערע געהאלט ??

עס איז נישטא אזא זאך


איך וועל נאכשרייבן דיינע ווערטער נאר אן א ???? צום סוף.

זיי מאכען 2-3 (4-5) טויזענט דאללער א וואך און זיי נעמען עס יעדע וואך און די מלמדים ווארטן אויף זייער מאגערע געהאלט !!!!!

און נאך סאך ערגער פון דעם!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:09 pm

גלגלשלג האט געשריבן:פאר די מלמדים צאלט מען אפשר שנעלער אבער פאר די טיטשערס ?
זיי קענען ווארטן חדשים אין נישט באקומען באצאלט
מיין ב"ב איז א טיטשער זי האט נאך קיינמאל נישט אהיים געברענגט קיין טשעק אין אנפאנג האב איך געווארט (אפאר חדשים) ביז איך האב געזען אז זי ברעגט גארנישט האב איך געמיזט אויפזיכען איינער וואס באצאלט שכר לימד אין איך נעם דאס געלט פין אים אין איך קרעדיט אים יעדע חודש איז עס נארמאל ?
נאר וואס דען מע דארף דאך לעבן


עמו אנכי בצרה אויך מיין ב"ב איז א טיטשער זי ווארט יארן ביז זי זעט ט פרוטה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:15 pm

אינגערמאן האט געשריבן:זיי מאכען 2-3 (4-5) טויזענט דאללער א וואך און זיי נעמען עס יעדע וואך און די מלמדים ווארטן אויף זייער מאגערע געהאלט !!!!!

און נאך סאך ערגער פון דעם!

אנטשולדיגט, איר חלומ'ט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:19 pm

ווינקל האט געשריבן:
אינגערמאן האט געשריבן:זיי מאכען 2-3 (4-5) טויזענט דאללער א וואך און זיי נעמען עס יעדע וואך און די מלמדים ווארטן אויף זייער מאגערע געהאלט !!!!!

און נאך סאך ערגער פון דעם!

אנטשולדיגט, איר חלומ'ט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:21 pm

איך בין נאנט באקאנט מיט ביידע זייטן פון די מטבע.

יעדע נארמאלע הנהלה פראבירט צו טאן דאס מערסטע וואס זיי קענען. קענסט בעסער? נו, אפשר לייגסטו צו א האנט? ס'איז דיין מוסד פונקט ווי זיין.

רוב הנהלה וואס זיצן ביים שיסל, מאכן נישט קיין געלט דערפון, עס עקזיסטירט נישט נישט קיין גענעמאכטס...(וועא"מ)! מען נעמט זיך נישט!

די אפיס ארבעטער זיצן נישט ביי קיין שיסלעך. דו"ק ותשכח.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:22 pm

ווינקל איך האלט אז די ביסט נישט גערעכט

גלגלשלג , ים רויבער : דאס ווייס איך אויך אז כמעט אלע מוסדות האבען א שוואכקייט צו טיטשער'ס, ווייל מען רעדט זיך איין אז טיטשער וועלן זיך שוין א עצה געבען אבער מלמדים פראבירט מען צי בייצאלען די שנעלסטע וואס איז מעגלעך,
איך האב הנאה ווי אפאר היימישע מוסדות האבען אונגעהויבען אפציטיילען שכ"ל און דאס גראד אריין און די פעיראלל אקאונט אזוי קען מען קאווערען די פעיראל פאר די איינגעשטעלטע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:23 pm

איך ווייס נישט וואס דו האלטסט, טשעק עס אויס!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:25 pm

אלץ איינער וואס איז אינוואלווד און מער ווי איין מוסד ווייסט אז מען קען נישט נעמען עס נעמט זיך נישט ! ! !

(אזוי ווי ווינקל האט געזאגט : יעדע נארמאלע הנהלה פראבירט צו טאן דאס מערסטע וואס זיי קענען. קענסט בעסער? נו, אפשר לייגסטו צו א האנט? ס'איז דיין מוסד פונקט ווי זיין.

רוב הנהלה וואס זיצן ביים שיסל, מאכן נישט קיין געלט דערפון, עס עקזיסטירט נישט נישט קיין גענעמאכטס...(וועא"מ)! מען נעמט זיך נישט!

די אפיס ארבעטער זיצן נישט ביי קיין שיסלעך. דו"ק ותשכח.)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט