אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:38 pm

איינס האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:איך פארשטיי ממש נישט וואס מגלייכט דא צו מענטשן צו א קאר ? ! !! !!......!......!......!
צוריק צום ענין, ווען איינער דארף אנקומען 100 מייל... איז זיכער אז ווען ער פארט אויף 100 MPH ציעט עס מער געז ווי ווען ער פארט אויף 50 מייל פער אווער. פינטעל. אפי' סנעמט דאבעל צייט. אין מניטין.

1. מגלייכט צו די כח וואס א מענטש נוצט ביים גיין צו די געז וואס א קאר נוצט ביים פארן.

2.
אויב אונז האבן א ראוד פון 60 מייל, און א קאר פארט אויף 60 מפ״ש, וועט ער אנקומען צום ענדע אין א שעה.
לאמיר זאגן אז ווען ער פארט אויף 60 נוצט ער א גאלן געז יעדע מינוט, קומט אויס אז צו פארן דעם גאנצן ראוד נוצט ער 60 גאלן געז.

ווען א קאר וועט פארן אויף 120 מפ״ש וועט ער פארן דעם ראוד נאר א האלבע שעה.
און וויבאלד ער פארט דאפלט שנעלער פון די ערשטע קאר, וועט ער נוצן דאפלט געז.

די ערטשע קאר האט גענוצט יעדע מינוט 1 גאל, סא די קאר וועט נוצן 2 גאל א יעדע מינוט,
30 מינוט 2x גאלאנען = 60 גאל
60 מינוט 1x גאל = 60 גאל

סא וואו זעהסטו אז ס׳ציט מער געז.

נאר אזוי ווי איך האב געשריבן די אראפ און ארויף גיין אין די ספידס דארט כאפט עס.

איך פארשטיי אז מגלייכט צו די מענטשס כוח צו געז: איך פארשטיי נישט וואזוי מקען עס בכלל צושטעלן, סאיז בבחינת טענו לו בחיטן והודו לו בזכר קדשו, א מנטש ווער אפגעמיטשט ווען ער גייט א לאנגע צייט! ביי א קאר איז נישטטא אזא ווארט אפגעמיטשט...... ער נציט געז צו פארן פערטיג נישט קיין חילק צו 100000 מייל און 1 מייל. ער ווערט נישט מער אפגעמיטשט ווען ספארט שנעל צו שטייט, כדאי אזאך זאל זיך דרייען שנעל דארף עס מער פאשעס וואס דעס קומט פון די געז אויפרייס.
2 פארן שנעל מיט "זיין" אויפן ראוד איז נישט די זעלבע זאך.
דעס איז וואס די חברה האבן אויסגערכענט אז פארן אויף א הויכע ספיד ניצט מער געז ווי פארן לענגער.
Increasing your highway cruising speed from 55mph (90km/h) to 75mph (120km/h) can raise fuel consumption as much as 20%. You can improve your gas mileage 10 – 15% by driving at 55mph rather than 65mph (104km/h). Natural Resources Canada puts the “sweet spot” for most cars, trucks, and SUVs even lower, between 30 mph (50 km/h) and 50 mph (80 km/h).
https://learn.eartheasy.com/guides/fuel ... t-driving/
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:24 pm

דער דורכשינטליכער מענטש שפענדט 6 חדשים פונעם לעבן ווארטנדיג אז די רויטע טרעפיק ליכט זאל ווערן גרין
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:25 pm

א דאנק פאר'ן צוריקשטעלן דעם אשכול אויף אירע רעלסן.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 8:30 pm

יעצט באמערק דעם אשכול, זייער אינטערעסאנט

איינס האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:-אינטערעסאנטע פאקטן-
א מענטש טיילט מיט זיין געבורטס-טאג מיט כאטשיג נאך 9 מיליאן אנדערע מענטשן אין די וועלט.

קען זיין אין פאקט איז עס אזוי, אבער ס'מוז נישט זיין אזוי
די איינציגסטע זאך וואס ס'איז זיכער איז אז לפחות צוויי מענטשן אויף די וועלט טיילן איין געבורטס טאג.


איך פארשטיי וואס ס'מאכט דיר טראכטן אזוי אבער דאס איז געשריבן אן טראכטן, מיט אנטשולדיגונג
וואס איז זיכער איז אז לפחות 20-21 "מיליאן" מענטשן שעירן א געבורטסטאג. דוק ותשכח (מיענינג, נוץ אביסל ס'קאפ ווי איך האב געטון..)

דאס איז לגבי מעטה, וויאזוי ס'זאל נישט זיין רעדט אונזער ר' יעקב פון פאקטן, וואס אגב ביי דעם איז ער נישט גערעכט, לויטן 2012 צענזוס ווערט די ווייניגסטע קאממאן געבורטס טאג שעירד מיט 18-19 מיליאן מענטשן, חוץ פעברואר 29 וואס איז נאר ארום 5 מיליאן צוליב איר זעלטנקייט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 8:55 pm

וועלטניק האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:א מענטש טיילט מיט זיין געבורטס-טאג מיט כאטשיג נאך 9 מיליאן אנדערע מענטשן אין די וועלט.

קען זיין אין פאקט איז עס אזוי, אבער ס'מוז נישט זיין אזוי, די איינציגסטע זאך וואס ס'איז זיכער איז אז לפחות צוויי מענטשן אויף די וועלט טיילן איין געבורטס טאג.

איך פארשטיי וואס ס'מאכט דיר טראכטן אזוי אבער דאס איז געשריבן אן טראכטן, מיט אנטשולדיגונג
וואס איז זיכער איז אז לפחות 20-21 "מיליאן" מענטשן שעירן א געבורטסטאג. דוק ותשכח (מיענינג, נוץ אביסל ס'קאפ ווי איך האב געטון..)

איך האב טאקע געשריבן אז איך רעד נישט פון פאקט, ווייל אין פאקט געבוירן יעדן טאג מער פון צוויי מענטשן. איך האב גערעדט וואס איז זיכער, אן זיכער מיין איך מוכרח.

[די אנטשולדיגונג האט נישט אויסגעפעלט]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 9:30 pm

האסט געליינט וואס כ'האב געשריבן? 'וואס איז זיכער איז אז לפחות 20-21 "מיליאן" מענטשן שעירן א געבורטסטאג'
איצט לאמיר זעהן אויב דו קענסט אויס רעכענען פארוואס דאס איז מוכרח לויט די וועלטס פאפולאציע

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 9:34 pm

וועלטניק האט געשריבן:האסט געליינט וואס כ'האב געשריבן? 'וואס איז זיכער איז אז לפחות 20-21 "מיליאן" מענטשן שעירן א געבורטסטאג'
איצט לאמיר זעהן אויב דו קענסט אויס רעכענען פארוואס דאס איז מוכרח לויט די וועלטס פאפולאציע

איך פארשטיי נישט וואס מיינסטו זיכער

איך מיין צו זאגן אזוי:
אויב איינער זאגט מיר אז אויף די וועלט זענען דא 7 ביליאן מענטשן, ווייס איך פאר זיכער אז לפחות צוויי פון זיי זענען געבוירן אין זעלבן טאג.
און ס'איז מוכרח וויבאלד אין א יאהר איז דא נאר 365 טעג, קען נישט זיין אז ס'זאל נישט זיין לפחות איין טאג וואס לפחות צוויי מענטשן זענען געבוירן אין איהם.
מער פון דעם איז גארנישט מוכרח, ווייל ס'קען זיין אז אלע זענען געבוירן אין איין טאג.

פאקט איז פארשטייט זיך נישט אזוי, ווייל איך ווייס פאר זיכער אז די פאקט איז אז יעדן טאג ווערן געבוירן מער פון צוויי מענטשן.
איך האב נאר אוועק געשטעלט דעם סטעיטמענט לאשורו ס'זאל שטומען פאר זיך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 9:37 pm

דו גייסט מיט הסתברות לויטן סאטיסטיק.

סא בענין זה:
- איטערסאנטע יידעות -
אויב גייען אריין 23 מענטשן אין א צימער איז די טשענס אז צוויי פון זיי זאלן שערן א געבורטס טאג, 50%.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 9:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 9:37 pm

כבין אביסל צימישט דא איין געבורטסטאג מיינט די זעלבע טאג די זעלבע יאר אדער די זעלבע טאג און יאר ווייל די ערשטע פארשטיי איך נישט קיין חילוק צווישן פעברואר דעם ניין און צוואנציגסטן אדער יוני דער ערשטער כמובן אבער און די צווייטע אפציע קען אריינציען אסך מער מענטשן אבער סך שווערער צי רעכענען.ביטע אויסקלארן און אפטיילן די צוויי סארטן

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:22 pm

סאמעטוכע האט געשריבן:כבין אביסל צימישט דא איין געבורטסטאג מיינט די זעלבע טאג די זעלבע יאר אדער די זעלבע טאג און יאר ווייל די ערשטע פארשטיי איך נישט קיין חילוק צווישן פעברואר דעם ניין און צוואנציגסטן אדער יוני דער ערשטער כמובן אבער און די צווייטע אפציע קען אריינציען אסך מער מענטשן אבער סך שווערער צי רעכענען.ביטע אויסקלארן און אפטיילן די צוויי סארטן

ס'איז גוט, ער איז אויך עטוואס צומישט, גיב אים א שטיק צייט ער'ט אויספיגורן אי"ה. איך בין זיכער

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:37 pm

רוב מענטשן וואס לעבן נאך היינט - האבן נאך קיינמאל נישט גערעדט אויף א טעלעפאון!

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:38 pm

אין ספעיס קען מען נישט וויינען.

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:42 pm

אין שווייץ איז אומגעזעצליך פאר א טענענט וואס וואוינט מיט נאך איינוואוינער אין א בנין - צו אראפלאזן א וואנע אדער פלאשן די טוילעט נאך 10 PM

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:44 pm

אראפ'פאלענדע קאקאנאוטס הרגענען מער מענטשען ווי שארקס.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:57 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:רוב מענטשן וואס לעבן נאך היינט - האבן נאך קיינמאל נישט גערעדט אויף א טעלעפאון!

דאס קוקט דאך ממש אויס ווי נאן-סענס, פון וואו קומט דאס?

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:06 pm

וועלטניק האט געשריבן:
חיים אלכסנדר האט געשריבן:רוב מענטשן וואס לעבן נאך היינט - האבן נאך קיינמאל נישט גערעדט אויף א טעלעפאון!

דאס קוקט דאך ממש אויס ווי נאן-סענס, פון וואו קומט דאס?

מן הסתם ברויך מען צולייגן צום סטעיטמענט: רוב מענטשן וואס לעבן נאך היינט - האבן נאך קיינמאל נישט גערעדט אויף א טעלעפאון! נאר געטעקסט אדער געשיקט א וואויס נאט.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:28 pm

גענומען פון דא
https://inktank.fi/40-astonishing-facts ... -are-true/

א שנעלע זוך ווייזט אז מען רעכנט דריטע וועלט לענדער צוזאמען מיט קליינע קינדער פון די גאנצע וועלט.

אבער מען קען צווייפלען אין די נומבער, זייט עס איז שוין דא 'עפס' פאר 2 יעריגע, אין אפי' פאר קעצעלעך.

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:33 pm

די מצב פון דריטע וועלט לענדער היינט - תש18 - קען מען זען water.org אז 844 מיליאן מענטשען האבן נישט קיין צוטריט צו זויבערע וואסער.
און 2.3 ביליאן (בערך א דריטל וועלט!) האט נישט קיין צוטריט צו קיין געהעריגע טוילעט!

און מיר הייבן אויף אויגן ברעמען וועגן זייער טעלעפאון סערוויס...

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:57 pm

איינס האט געשריבן:דו גייסט מיט הסתברות לויטן סאטיסטיק.

סא בענין זה:
- איטערסאנטע יידעות -
אויב גייען אריין 23 מענטשן אין א צימער איז די טשענס אז צוויי פון זיי זאלן שערן א געבורטס טאג, 50%.

זיי מסביר ביטע וואס עפעס 23?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:57 pm

א פערד קען נישט אטעמען פון די מויל
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:00 am

אין טעקסעס איז אומלעגאל צו שיסען א באפעלאו פון א האטעל צימער..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:02 am

אלע מורישקעס פון די גאנצע וועלטס וואג, וועגט מער פון אלע מענטשן אויף די גאנצע וועלט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:06 am

איש האשכולות האט געשריבן:אין טעקסעס איז אומלעגאל צו שיסען א באפעלאו פון א האטעל צימער..

אין מאנסי אויך דוכט זיך

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:24 am

וועלטניק האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:אין טעקסעס איז אומלעגאל צו שיסען א באפעלאו פון א האטעל צימער..

אין מאנסי אויך דוכט זיך

מ'רעדט יעצט פון אמעריקע..!

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 7:40 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:אין טעקסעס איז אומלעגאל צו שיסען א באפעלאו פון א האטעל צימער..

אין מאנסי אויך דוכט זיך

מ'רעדט יעצט פון אמעריקע..!


מאנסי איז אויך אין אמעריקע :lol:


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט