אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג מאי 01, 2017 1:43 pm

מומחה עצום האט געשריבן:וואס איז די חידוש? ווער גייט שחט'ן אן אלטן פערד?


די חידוש איז אז דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט אין די טבע פון די בהמות וואס ווערן גע'שחט'ן אז די נערוון זאלן נישט שפירן קיין שום ווייטאג, בו בזמן וואס די בהמות ווי אלטע פערד וועלכע קיינער שחט נישט, שפירן יא א ווייטאג.

ורחמיו על כל מעשיו!
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 01, 2017 7:16 pm

אונז דארפן נישט פארענטפערן די מצות וואס דער באשעפער האט אונז באפוילן צו היטן. ווער ס'זאגט אז ער האט געטראפן עפעס וואס שטייט אין די תורה און עס שטימט מיט די מהלך פון סייענטיפישע פארשונגען, צריך בדיקה אחריו.

למשל: סייענטיסטן זאגן אז לויט שטודיעס וואס זיי האבן דורכגעפירט, איז שעדליך צו עסן מילך גלייך נאך פלייש, מען זאל ווארטן ארום 6 שעה. דאס קען מען אפלערנען צוויי וועגן. א) ס'האט גענומען א קנאפע צוויי טויזענט יאר פאר די 'קלוגע' גוים צוצוטרעפן איין מאמר חז"ל, א יענס געלעכטער. ב) אונז ווייסן דאס פון די תורה, יעצט זעהט מען אז עס איז דא דערין אויך א געזונט בענעפיט - וחלילה וחס אזוי צו רעדן! אונז טוען די מצות ווייל אזוי האט דער באשעפער געהייסן, אן קיין חשבונות אדער 'סייענס'.

די סארט מהלך שטאמט פון הידברות מיט זייערע איינפעלער אז "היינט דארף מען דאס אלעס ערקלערן און אויסגלייכן משום קירוב רחוקים".

פרעגט סיי וועלכע רב אדער תורה אויטאריטעט וועט איר הערן אז דאס איז היפך דרך התורה. איך פרעג נישט אפ די סייענטיפישע פאקטן, חכמה בגוים תאמין, אבער לערן עס נישט אריין אין די תורה הקדושה.

אוועטאר
משה שמואל
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 01, 2017 5:32 pm

תגובהדורך משה שמואל » מאנטאג מאי 01, 2017 7:21 pm

זעה איך נישט וואס אייך שטעכט
הק' משה שמואל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 01, 2017 7:27 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אונז דארפן נישט פארענטפערן די מצות וואס דער באשעפער האט אונז באפוילן צו היטן. ווער ס'זאגט אז ער האט געטראפן עפעס וואס שטייט אין די תורה און עס שטימט מיט די מהלך פון סייענטיפישע פארשונגען, צריך בדיקה אחריו.

למשל: סייענטיסטן זאגן אז לויט שטודיעס וואס זיי האבן דורכגעפירט, איז שעדליך צו עסן מילך גלייך נאך פלייש, מען זאל ווארטן ארום 6 שעה. דאס קען מען אפלערנען צוויי וועגן. א) ס'האט גענומען א קנאפע צוויי טויזענט יאר פאר די 'קלוגע' גוים צוצוטרעפן איין מאמר חז"ל, א יענס געלעכטער. ב) אונז ווייסן דאס פון די תורה, יעצט זעהט מען אז עס איז דא דערין אויך א געזונט בענעפיט - וחלילה וחס אזוי צו רעדן! אונז טוען די מצות ווייל אזוי האט דער באשעפער געהייסן, אן קיין חשבונות אדער 'סייענס'.

די סארט מהלך שטאמט פון הידברות מיט זייערע איינפעלער אז "היינט דארף מען דאס אלעס ערקלערן און אויסגלייכן משום קירוב רחוקים".

פרעגט סיי וועלכע רב אדער תורה אויטאריטעט וועט איר הערן אז דאס איז היפך דרך התורה. איך פרעג נישט אפ די סייענטיפישע פאקטן, חכמה בגוים תאמין, אבער לערן עס נישט אריין אין די תורה הקדושה.

זעט אויס אז איך בין טאקע נישט אזא געלונגענר שרייבער
אז מיט מיין גאנצע זהירות קען מען מיר חושד זיין
אז דאס איז געווען מיין חשבון
איך האב נור געוואלט דערציילען אן אינטערסאנטען מציאות

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 01, 2017 7:31 pm

כבוד הרב קקיון, קיינער איז אייך ח"ו נישט חושד. איך האב דאס אפגעשריבן צוליב די צומישעניש וואס הערשט היינט אין דעם ענין, ובפרט ביים ברענגען פון סייענטיפישע מקורות.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 01, 2017 7:47 pm

נישט א באקאנטע פאקט, אבער בשעת די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א צייטוווייליגע פארבאט אויף געשניטענע ברויט אין אמעריקע.

צו פארמינערן דאס אויסנוצן פון איבעריגע פאפיר (געשניטענע ברויט איז פארפאקט געווארן מיט מער פאפיר ווי גאנצע ברויטן), האט די רעגירונג פארבאטן דאס פארקויפן פון געשניטענע ברויט אנהייב 1943.

צייטונגען האבן אבער אנגעהויבן צו באקומען פילע בריוו, וואו מענטשן האבן זיך שטארק אפגערעדט אז יעצט וועט מען מוזן שארפן מעסערס און פארברענגן צייט מיט שניידן די ברויט וכו'. דריי חדשים שפעטער איז די פארבאט אראפגענומען געווארן און מ'האט ווייטער געקענט קויפן געשניטענע ברויט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מאי 01, 2017 9:45 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אונז דארפן נישט פארענטפערן די מצות וואס דער באשעפער האט אונז באפוילן צו היטן. ווער ס'זאגט אז ער האט געטראפן עפעס וואס שטייט אין די תורה און עס שטימט מיט די מהלך פון סייענטיפישע פארשונגען, צריך בדיקה אחריו.

למשל: סייענטיסטן זאגן אז לויט שטודיעס וואס זיי האבן דורכגעפירט, איז שעדליך צו עסן מילך גלייך נאך פלייש, מען זאל ווארטן ארום 6 שעה. דאס קען מען אפלערנען צוויי וועגן. א) ס'האט גענומען א קנאפע צוויי טויזענט יאר פאר די 'קלוגע' גוים צוצוטרעפן איין מאמר חז"ל, א יענס געלעכטער. ב) אונז ווייסן דאס פון די תורה, יעצט זעהט מען אז עס איז דא דערין אויך א געזונט בענעפיט - וחלילה וחס אזוי צו רעדן! אונז טוען די מצות ווייל אזוי האט דער באשעפער געהייסן, אן קיין חשבונות אדער 'סייענס'.

די סארט מהלך שטאמט פון הידברות מיט זייערע איינפעלער אז "היינט דארף מען דאס אלעס ערקלערן און אויסגלייכן משום קירוב רחוקים".

פרעגט סיי וועלכע רב אדער תורה אויטאריטעט וועט איר הערן אז דאס איז היפך דרך התורה. איך פרעג נישט אפ די סייענטיפישע פאקטן, חכמה בגוים תאמין, אבער לערן עס נישט אריין אין די תורה הקדושה.

איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו זאגן איז אונטער די מצוה ליגט אויך א געזונטהייט בענעפיט, נישט אז דאס איז ח"ו די סיבה פארוואס איך בין מקיים די מצוה,

איך פרעג דיר נישט אפ, איך וויל פשוט פארשטיין.

א דאנק.
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג מאי 01, 2017 9:46 pm

מומחה, עס איז באקאנט די געשיכטע פון ר' יונתן אייבשיץ מיט די צייטונג באריכט איבער בשר בחלב וואס העלפט פאר געוויקסן.
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 01, 2017 9:50 pm

קיינאל נישט געהערט אפשר דערציילטו עס?
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 01, 2017 11:47 pm

יאסעלע האט געשריבן:מומחה, עס איז באקאנט די געשיכטע פון ר' יונתן אייבשיץ מיט די צייטונג באריכט איבער בשר בחלב וואס העלפט פאר געוויקסן.

געטראפען אין א בלעטיל פון ??
מסופר על ר' יהונתן אייבשיץ זצ"ל בשם מגדים חדשים מו"ק
ב: (ווער איז דאס ?)
שכדי להינצל מהרהור בד"ת במקומות האסורים כגון
בבית הכיסא היה רגיל שם לעיין בספרי טבע, ופעם אחת
מצא כתוב שם שאם משקים את האדמה בחלב שנתבשל
בבשר – הפירות מצליחים ביותר.
ועלה בדעתו לפרש בזה הסמיכות של "ראשית ביכורי
אדמתך תביא בית ה' אלקיך – לא תבשל גדי בחלב אמו",
והפירוש שלא יעלה בדעתך להשקות השדה בחלב שנתבשל
בבשר כדי שעי"ז תוכל להביא פירות ביכורים נאים ביותר.
מיד נזכר שהרהר בד"ת במקום האסור ומאז הפסיק לעיין
בספרי הטבע.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג מאי 02, 2017 12:47 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן: למשל: סייענטיסטן זאגן אז לויט שטודיעס וואס זיי האבן דורכגעפירט, איז שעדליך צו עסן מילך גלייך נאך פלייש, מען זאל ווארטן ארום 6 שעה. דאס קען מען אפלערנען צוויי וועגן. א) ס'האט גענומען א קנאפע צוויי טויזענט יאר פאר די 'קלוגע' גוים צוצוטרעפן איין מאמר חז"ל, א יענס געלעכטער. ב) אונז ווייסן דאס פון די תורה, יעצט זעהט מען אז עס איז דא דערין אויך א געזונט בענעפיט - וחלילה וחס אזוי צו רעדן! אונז טוען די מצות ווייל אזוי האט דער באשעפער געהייסן, אן קיין חשבונות אדער 'סייענס'.


א דאנק.


וועלכע סייענטיפישע שטודיע באשטעטיגט אז מילך און פלייש איז נישט געזונט?

שמעקט פון געבעקס.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1721
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג מאי 02, 2017 12:56 am

איך זעה פונקט פארקערט. לא-ל גומר עלי אז ווייל עס איז א אזא זאך וואס איז דא אין די תורה ווערט די מציאות בטל. לדוגא שחיטה ווייל עס איז דא א מצוה ווערן די בהמות געבוירן אויף אזא אופן.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דינסטאג מאי 02, 2017 2:21 am

עס צריך בדיקה אחריו'ט זיך נישט אזוי
משיסט הוילע סטעיטמענטס און די וועלט אריין
און דער עולם קויפט עס

זאג מיר איר האט שימוש פון א רב צי קענען שיסן סטעיטמענטס?

ימח שמו. כופר בעיקר. צריך בדיקה אחריו. וכו'
חכמים הזהרו בדבריכם!
הכל לפי גודל עניות דעתי

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מאי 02, 2017 9:25 am

קיקיון האט געשריבן:מגדים חדשים מו"ק ב: (ווער איז דאס ?)

ווארשיינליך הספר הנפלא מגדים חדשים פון הרה"ג ר׳ דוד יואל ווייס שליט"א.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג מאי 02, 2017 11:50 am

מומחה עצום האט געשריבן:נישט א באקאנטע פאקט, אבער בשעת די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א צייטוווייליגע פארבאט אויף געשניטענע ברויט אין אמעריקע.

צו פארמינערן דאס אויסנוצן פון איבעריגע פאפיר (געשניטענע ברויט איז פארפאקט געווארן מיט מער פאפיר ווי גאנצע ברויטן), האט די רעגירונג פארבאטן דאס פארקויפן פון געשניטענע ברויט אנהייב 1943.

צייטונגען האבן אבער אנגעהויבן צו באקומען פילע בריוו, וואו מענטשן האבן זיך שטארק אפגערעדט אז יעצט וועט מען מוזן שארפן מעסערס און פארברענגן צייט מיט שניידן די ברויט וכו'. דריי חדשים שפעטער איז די פארבאט אראפגענומען געווארן און מ'האט ווייטער געקענט קויפן געשניטענע ברויט.


מן הסתם איז די פאפיר פון די בריוו צו די צייטונגען איבער געשטיגן די פאפיר פון די געשניטענע ברויט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מאי 02, 2017 2:00 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אונז דארפן נישט פארענטפערן די מצות וואס דער באשעפער האט אונז באפוילן צו היטן. ווער ס'זאגט אז ער האט געטראפן עפעס וואס שטייט אין די תורה און עס שטימט מיט די מהלך פון סייענטיפישע פארשונגען, צריך בדיקה אחריו.

למשל: סייענטיסטן זאגן אז לויט שטודיעס וואס זיי האבן דורכגעפירט, איז שעדליך צו עסן מילך גלייך נאך פלייש, מען זאל ווארטן ארום 6 שעה. דאס קען מען אפלערנען צוויי וועגן. א) ס'האט גענומען א קנאפע צוויי טויזענט יאר פאר די 'קלוגע' גוים צוצוטרעפן איין מאמר חז"ל, א יענס געלעכטער. ב) אונז ווייסן דאס פון די תורה, יעצט זעהט מען אז עס איז דא דערין אויך א געזונט בענעפיט - וחלילה וחס אזוי צו רעדן! אונז טוען די מצות ווייל אזוי האט דער באשעפער געהייסן, אן קיין חשבונות אדער 'סייענס'.

די סארט מהלך שטאמט פון הידברות מיט זייערע איינפעלער אז "היינט דארף מען דאס אלעס ערקלערן און אויסגלייכן משום קירוב רחוקים".

פרעגט סיי וועלכע רב אדער תורה אויטאריטעט וועט איר הערן אז דאס איז היפך דרך התורה. איך פרעג נישט אפ די סייענטיפישע פאקטן, חכמה בגוים תאמין, אבער לערן עס נישט אריין אין די תורה הקדושה.


רמב"ן ויקרא פרק יט פסוק כג
וטעם המצוה הזאת, לכבד את ה' מראשית כל תבואתנו מפרי העץ ותבואת הכרם ולא נאכל מהם עד שנביא כל פרי שנה אחת הלולים לה'. והנה אין הפרי בתוך שלש שנים ראוי להקריבו לפני השם הנכבד, לפי שהוא מועט, ואין האילן נותן בפריו טעם או ריח טוב בתוך שלש שנים, ורובן לא יוציאו פירות כלל עד השנה הרביעית. ולכך נמתין לכולן ולא נטעום מהם עד שנביא מן הנטע שנטענו כל פריו הראשון הטוב קדש לפני השם ושם יאכלוהו ויהללו את שם ה', והמצוה הזאת דומה למצות הבכורים:
ואמת הדבר עוד, כי הפרי בתחילת נטיעת האילנות רב הלחות דבק מאד מזיק לגוף ואיננו טוב לאכלה, כדג שאין לו קשקשת (לעיל יא ט), והמאכלים הנאסרים בתורה הם רעים גם לגוף:
והרב נתן גם בזה טעם במורה הנבוכים (ג לז) כטעמו ברוב המצות, כי היו לחרטומים ולמכשפים בזמן ההוא מיני כשוף יעשו אותם בעת נטיעת האילנות ויחשבו כי בהם ימהר האילן להוציא פריו קודם זמנו הידוע במנהגו של עולם, ובבואו יקריבו את הפרי לפני העבודה זרה שעשו בשמה הכשוף ההוא, ולכך צותה התורה באסור הפרי הבא קודם שלש שנים שלא יבאו לעשות המעשים הרעים ההם, כי רובי האילנות יביאו פירות בשנה הרביעית. ושנאכלהו לפני השם, היפך אכלם אותו לפני עבודה זרה:
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

לדעתי
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » זונטאג מאי 07, 2017 12:17 pm

ס'איז פארהאן א וויכיח פונעם רמב"ן מיט א גלח, ווי דער הייליגע רמב"ן זאגט דארט זייער אסאך טעמים אויף מצות, ובפרט בענין קדושת הבית וכו', ווי ער ווייזט אים אויף אסאך הלכות ווי א פשוטע טבע און מציאות.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג מאי 07, 2017 12:35 pm

לדעתי האט געשריבן:ס'איז פארהאן א וויכיח פונעם רמב"ן מיט א גלח, ווי דער הייליגע רמב"ן זאגט דארט זייער אסאך טעמים אויף מצות, ובפרט בענין קדושת הבית וכו', ווי ער ווייזט אים אויף אסאך הלכות ווי א פשוטע טבע און מציאות.

דו שפירסט אז דו דארפסט וויכטיג ציען ווייטער דעם שמועס?

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:48 pm

די לעצטע נוקלעארער אויפרייס איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק ווי איר מיינט. עס איז געווען א טעסט אויפרייס אין די מדבריות פון נעוואדא, סעפטעמבער 23, 1992.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:05 pm

א פיינע איינפאל דאס

אויף די נארוועגישע נייעס וועבזייטל NRKbeta, אויב וויל מען קאמענטירן אויף אן ארטיקל מוז מען קודם נעמען א טעסט צו זען אויב מען פארשטייט די ארטיקל.

שמו
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:15 pm

מומחה עצום האט געשריבן:א פיינע איינפאל דאס

אויף די נארוועגישע נייעס וועבזייטל NRKbeta, אויב וויל מען קאמענטירן אויף אן ארטיקל מוז מען קודם נעמען א טעסט צו זען אויב מען פארשטייט די ארטיקל.

;l;p- אפשר זאל מען דאס איינפירן אויף אונזער וועלטל אויך :lol:
כשמ"ו כן הוא

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:17 pm

מאך א טעסט צו איך פארשטיי דיין תגובה

LOL

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:48 pm

שמו האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:א פיינע איינפאל דאס

אויף די נארוועגישע נייעס וועבזייטל NRKbeta, אויב וויל מען קאמענטירן אויף אן ארטיקל מוז מען קודם נעמען א טעסט צו זען אויב מען פארשטייט די ארטיקל.

;l;p- אפשר זאל מען דאס איינפירן אויף אונזער וועלטל אויך :lol:

איך האב שוין מציע עווען ענליכס

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:58 pm

צו די 1908 אלימפיקס זענען די רוסן אנגעקומען קיין לאנדאן 12 טעג שפעט.

פארוואס? אין רוסלאנד האלט מען די יוליאנישע קאלאנדאר אנשטאט די גרעגארישע, עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן דאן צו קוקן אויפן אנדערן קאלענדער. (היינט האלטן זיי שוין חשבון)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 20, 2017 6:14 pm

מומחה עצום האט געשריבן:צו די 1908 אלימפיקס זענען די רוסן אנגעקומען קיין לאנדאן 12 טעג שפעט.

פארוואס? אין רוסלאנד האלט מען די יוליאנישע קאלאנדאר אנשטאט די גרעגארישע, עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן דאן צו קוקן אויפן אנדערן קאלענדער. (היינט האלטן זיי שוין חשבון)

זיי האבען געטוישט צו גרעארשען קאלענדער וואס די גאנצע נוצט אין February 1918


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AdultAdhd און 20 געסט