אינטרעסאנטע פאקטן און ידיעות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:01 pm

בילד

אז ס'איז באשערט: א בארג קריכער אין די אנדעס בערג האט אין 2005 געטראפן די בערזל פון ערדוארדו שטראך. די בערזל איז ארויסגעפאלן בשעת די באוואוסטע 1972 עראפלאן קראך אין די אנדעס. ערדוארדו וואס האט דאן איבערגעלעבט האט אויך צוריקבאקומען זיין בערזל!

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:02 pm

בילד

אין ניו יארק סיטי איז דא א פריוואטע שטיק לאנד וואס צוליב א טעות איז עס פארבליבן אין רשות פון א פריוואטע אייגענטימער. די יורשים האבן עס נישט געוואלט מנדב זיין פאר די סיטי און אוועקגעשטעלט דארט א געדענקמאל.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:02 pm

בילד

דאס לעצטע מאל וואס אן אמעריקאנע פרעזידענט האט דעקלערט קריג געשטיצט דורך קאנגרעס איז געווען אין 1942. אלע מלחמות זייט דעמאלטס זענען קאנפליקטן אן א געהעריגע קריג דעקלעראציע.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:09 pm

בילד

די סאוויעטן האבן געמאכט אויסטערליש דעטאלירטע מאפעס פון די גאנצע וועלט. די מאפעס זענען אזוי פונקטליך און דעטאלירט אז מען נוצט זיי ביז היינט. איבער א מיליאן מאפעס זענען געמאכט געווארן און זיי פארמאגן דעטאלן פון קאלירן פון הייזער, פונקטליכע ברייטקייט פון גאסן, וויפיל וואג בריקן קענען פארנעמען און פון וועלכע מאטריאל זיי זענען געבויט!

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:09 pm

בילד

די ערשטע אמעריקאנע פאן וואס באז עלדרין האט אוועקגעשטעלט אויף די לבנה איז אוועקגעפלויגן ווען זייער עירקרעפט האט זיך אויפגעהויבן. מען האט עס קיינמאל נישט געטראפן.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:09 pm

בילד

ווען די צווילינג געביידעס זענען אטאקירט געווארן אום סעפטעמבער עלעווען 2001, האט די אמעריקאנע מיליטער נישט ערלויבט קיין איין עראפלאן צו פליען.

חוץ איין עראפלאן. דאס איז געווען א טראנספארט פון אנטי-שלאנג-סם פון סאן-דיעגא צו פלארידע צו ראטעווען א שלאנג האדעווער פון א טויטליכן טייפען ביס. די איינציגע אנדערע אנטי-שלאנג-סם האט זיך דעמאלס געפינען אין ניו יארק.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:11 pm

בילד

שוועדן איז די ערשטע לאנד מיט אן אפיציעלער טעלעפאן נאמבער, שוועדישע בירגער וואלענטירן אויפצוהייבן און רעדן מיט רופער.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 5:12 pm

בילד

בילד

אין 1985 האט א בער אויפגעגעסן 75 פונט פון פארלאזטע דראגס, און איז געשטארבן דערפון. דער "פאבלאו עסקא-בער" ווערט היינט ארומגעפירט ארום אמעריקע צו לערנען די יוגנט וועגן דראגס.

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 9:09 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
סטיוו וואזניאק קאלעקט טעלעפאן נאמבערס, איינע פון די נאמבערס וואס זענען אין זיין באזיץ איז 888-8888. ער האט דאס געוואלט נוצן פאר זיין סעלפאן, אבער ער נוצט עס מער נישט, ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז פילע בעיביס שפילן זיך מיט טעלעפאונס און זיי דייעלן בטעות די נאמבער. אויך זענען זיינע ביזנעס קארטלעך געמאכט פון סטעינלעס סטיל און ווערן אויסגעשניטן מיט א לעיזער.

דער נאמען סטיוו וואזניאק איז מיר עפעס באקאנט, איז ער נישט איינע פון די צוויי ערפינדער פון א קאמפיוטער (עפל??)?
-----

מומחה, כ'האב שוין אנגעיאגט צו ליינען דיין ארטיקל אינעם אויסגאבע, אבער כ'האב גאר הנאה אז דו האסט דאס דא ארויפגעשטעלט.

טענקס עי מיליאן!! כ'האב נישט די ריכטיגע ווערטער ....................
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג אוגוסט 21, 2016 5:07 pm

מומחה, כ׳האב געליינט דיינע סחורה אינם מי מנוחות אבער ס׳איז אינו דומה צו רייך קאלירטע בילדער, ישר כח

זעה איך נישט די לעקציע פונעם קאקעין אנגעגעסענע בער, אוודאי אז מ׳נעמט איין 75 פונט בהעלם אחת שטרעקט מען זיך אויס, פארוואס זאל איך מיר צוליב דעם צוריקהאלטן פון נעמען א קליין ביסעלע :lol:
פאר קריטיק דריקט דא

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 21, 2016 5:14 pm

איינע פון די סיבות פארוואס איך האב עס דא געלייגט אין צוגאב פון די מי מנוחות אויסגאבע, איז צוליב די קלארע בילדער. (שוין אפגעציילט די שטערנדלעך אויף די פאן אין דיזני-לענד?)

ווען א מענטש שטארבט פון קאקעין קען מען אים נישט אויסשטעלן, אבער א בער יא, פארשטייסט? דאס צייגט (האפענטליך).

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:53 pm

בד"וו זיי לייגן אריין אינעם סטראשע אז מען וועט קען שטארבן אזוי ווי דעם בער און מעגליך אויך ווערן סטאפ"ד פאר א אויסשטעלונג :lol: נישט געמיינט אזוי ערנסט
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 21, 2016 7:44 pm

יישר כח מומחה עצום! הערליכע בילדער און אינטערסאנטע ידיעות
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:48 am

יישר כוח! זייער אסאך אינטערעסאנטע צואווארפענע ידיעות געוואויר געווארן. א הערליכע ארבעט

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:33 am

יישר כח מומחה, זייער אינטערעסאנט.

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:07 pm

מומחה עצום האט געשריבן:בילד

סטיוו וואזניאק קאלעקט טעלעפאן נאמבערס, איינע פון די נאמבערס וואס זענען אין זיין באזיץ איז 888-8888. ער האט דאס געוואלט נוצן פאר זיין סעלפאן, אבער ער נוצט עס מער נישט, ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז פילע בעיביס שפילן זיך מיט טעלעפאונס און זיי דייעלן בטעות די נאמבער. אויך זענען זיינע ביזנעס קארטלעך געמאכט פון סטעינלעס סטיל און ווערן אויסגעשניטן מיט א לעיזער.


יישר כח, יעדע עקסטער איז געוואלדיג

וואזניאק'ס (גוט געספעלט?) נאמבער אויפן קארטל איז 888-8889 מיט א 9 צום סוף
1 + 1 = חלה דעקל...

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:11 am

Barron William Trump דער יונגסטע זון פון דאנעלד טראמפ רעדט א פליסיגע סלאוועניען, זיין מאמע קומט פון סלאוועניע. קומט אים אויס גוט אז ער קען געשמאק רעדן מיט די באבע און זיידע.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 7:01 pm

אין די סטעיט פון נוי יארק וואוינען קרוב צו 20 מיליון מענטשען, אין אמעריקא וואוינען מער פון 318 מיליון, און אין ארץ ישראל וואוינען מער פון 8 מיליון.

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אפריל 30, 2017 10:11 pm

די קאמפעני ארעקל (Oracle) איז באקאנט מיט זייערע דעטעבעיס מענעדזשמענט פראגראמען געבויט אויף SQL. אבער דאס אז די קאוד פון San Carlos Airport - וואס איז די נענסטע עירפארט צו ארעקל'ס הויפטקווארטיר - איז SQL, האט גארנישט מיט ארעקל.

די FAA האט אוועקגעשטעלט די קאודס אין די זעכציגער יארן, און ארעקל איז ערשט אנגעקומען אין 1977 אלס Software Development Laboratories; ערשט אין 1982 האבן זיי געטוישט די קאמפעני נאמען צו ארעקל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 01, 2017 12:02 pm

אויב א איד האט א צורך פאר טויטע בהימות וחיות טמאות טאר ער זיי נישט שחט'ן
עס איז צער בעלי חיים
אזוי האט בעהאפטעט ד"ר נח (נורברטו) קליין א חיות דאקטאר אין תל אביב
דער נערווען סיסטעם פון במות וחיות טמאות ארבייט אנדערש פון טהורות
בכל בהמה כשרה העורק השדרתי אינו מגיע ל"מעגל ויליס" אלא מתעקם אל ה"עורק התרדמני" ,
כך שבחיתוך השחיטה יורד לחץ הדם במהירות וכאמור גורם לבהמה לאבד הכרתה מיידית והיא אינה חשה כל כאב לפני מותה, ואין נגרם לה צער.


טהורות פארלירען די הרגשים גלייך אבער ביי טמאות דויערט
ר' זמיר כהן פון הדברות איז מסביר אויף איווריט
ר' זמיר כהן פון הדברות איז מסביר אויף ענגליש
ר' זמיר כהן פון הדברות איז מסביר אויף ענגליש מיט בילדער
https://googlegroups.com/group/shasmish ... pdf?part=2

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג מאי 01, 2017 12:17 pm

א געוואלדיגע חידוש דאס!
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 01, 2017 12:21 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א געוואלדיגע חידוש דאס!

שמעלקא א דבר בעתו פאר דיינע שחיטה ארטיקלן.

דאס איז דאך ממש 'תורה (ארטיקלן...) לשמה'...

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג מאי 01, 2017 12:23 pm

יא יא, ועל כן שמחתי כעל כל הון...

ייש"כ ידידי קיקיון!

און אז כ'בין שוין אויף דעם אשכול, א באזונדערע ;l;p- פאר מומחה, א וואנדערבארע רייכט ארבעט!
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 01, 2017 1:16 pm

וואס איז די חידוש? ווער גייט שחט'ן אן אלטן פערד?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 01, 2017 1:32 pm

מומחה עצום האט געשריבן:וואס איז די חידוש? ווער גייט שחט'ן אן אלטן פערד?

וואסערפאלען זענען א גרעסערע פליאה אין די בריאה ווי דער פאקט אז די נערווען סיסטעמען
פון טהורות זענען אנדערש פון טמאות ?
איך בין טאקע נישט אזא געלונגענער שרייבער ווי די אבער איך האב נישט געהאט
וועם מכבד זיין שמעלקא האט יעצט נישט קיין צייט ב"ה, לכתחלה איז נישט צו האבען און דיין פאסטקעסטיל איז פארשפארט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מאתים, נו שוין און 18 געסט