בלאט 1 פון 1

תגובת המאה!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 10:48 pm
דורך חיים של פרנסה
בס"ד

בעזרת החונן לאדם דעה, הננו מוכן ומזומן לתגובת המאה,
להודיע לחברינו היקרים, הניקים החשובים זקינים עם נערים, עניני דירות ברחבי ההרים, פרק חזקת הבתים הנודע בשערים, שחשבנו שיאיר לארץ וויליאמסבורג ובארא פארק הדרים, וזה זמן כמה אין אומר ואין דברים, הרי שלקח לעצמו סיג לחכמה שתיקה יפה מלומר מאמרים, וגם פה בעולמינו 'איי' העברים, נכסוף נכספנו לשמוע ממרגלים התרים, מה נעשה ומה נשמע בתוך חצירו בחדרי חדרים, לידע האם נקוה על חזיונו אשר על נפשינו כמים קרים, ופרט לאחרונה שמענו בשערים, בעלי דרשנים למיניהם משערי שערים, שמשערים שכל דברינו רק שקרים, ואין לחזק לבבות הנשברים, לייסד ארגאניזאציעס אשר מניחים העולם על כסתות וכרים, ובניגון זקינותינו לילך לישן כבמעיקרים, והלא - לא יתכן שאין לנו להשיב על פטפוטי הדברים, בדברי צדק ואמת הניכרים. וגם לרבות האינטערוויו שניתן בקול מבשרים, על התייסדות "דירות אינפארמאציע" חדשים לבקרים, מה כוונת המייסדים היקרים, וגם הדירות על קלערמאנט מה טיבם של הדברים, האם זה רק לאחב"י או בתערובת זרים, ועל שום מה קורא עליו קהלת הסאטמרים, ובאם כל הנ"ל יועילו או יזיקו לחזקת הבתים בעקיפין או במישרים, על כל הנ"ל תמצא מרגוע לנפשך בקוראך אלה הדברים, על ראשון ראשון כאשר עיני הקורא תחזינה מישרים.

ברוכים הנמצאים בשם ה', שוין א לאנגע צייט וואס כווארט אויף דעם, צו שרייבן חזקת הבתים נייעס אויף א ברייטערן פארנעם, עס איז שוין זינט דאן נייע פראיעקטן געקומען און געגאנען, מען האט געזוכט וואו דירות זענען פארהאנען, אפילו אין גוי'אישע פלעצער צו ווערן אונטערטאנען, ספעציעל פלעצער וואו מען קען צוקומען מיט באנען, אבער ווי מיר גייען טוט מען אונז דערמאנען, "איר זענט אידן" און מיר האבן דאס פארשטאנען, מען האט פרובירט איבעראל צו אראפ שטעלן פארשידענע פלאנען, ווי שטארק עס לוינט פאר א טאון ווי אידן זיינען, אבער לאמיר עס צילייגן קלאר דער ציבור זאל הערן ווי מיר האלטן נאך אזא לאנגע אפוועזנהייט.

כדי איר זאלט קענען לייענען נארמאל, ביטע פרינט מיך ארויס, זעצט אייך אראפ רואיג, געב אטענשאן צו די נושא, און פארדיי און פארשטיי. בעז"ה.

ווי אויך וועט אפשר איבערגע'חזר'ט ווערן עטליכע כללים וואס מיר האבן שוין לאנג גערעדט, נאר אזוי ווי עס איז אריבער א לענגערע צייט, און אויב עס וועט אויספעלן איבערן שמועס, וועט אריינפאסן אפאר אלטע זאכן אויך.

ווי אויך כדי צו געבן פלאץ פאר כמעט אלע שאלות, און כדי צוצוקומען צו תכלית, וועלן מיר זיך האלטן צו דאס ווערטל: קורץ און שארף.

די נושא פון דירות איז נאר געווארן ערגער, און ווערט נאך ווייטער, און די עצה פון חזקת הבתים ווערט פאפולער און פאפולער, נאר, עס קומען אזוי אונטער עטליכע אנדערע פאקטן וואס מאכן אונז טראכטן, אפשר קענט איר אונז העלפן מחליט זיין.

די ערשטע פראגע וויל יעדער וויסן מיט איין ווארט, די ווארט איז: נאאאאאאאאאאאא!!!!

וואס רעדסטו אזוי לאנג בוי שוין!!! 100 אדער 300 אדער אפילו 600 אבער בוי שוין!!

אוי שפתים ישק. הלוואי, יעדער וויל וויסן איז חזקת הבתים געגאנגען שלאפן?
די ענטפער איז: ניין!

אלא מאי וואס ביזטו אזוי שטיל? איז די ענטפער אזוי.

שמועה שמענו, ותשמח בטנינו, אז 10 סאטמארע אינוועסטארס האבן מיט (בערך) 7 יאר צוריק אפגעקויפט א פלאץ און זיי ארבייטן שוין זייער לאנג עס צו מאכן פאר א שכונה, און דאס איז די אזוי באוואוסטע "בלומינג גראוו", דאס איז א קנאק פון א פראיעקט וואס קען זיין א ישועה גדולה.

דאס איז א פראיעקט פון איבער 800 עיקער אין די בעקיארד פון קרית יואל, וואס מען קען ארויף ציען ביז אכט טויזנט דירות און נאכמער, און גאר אסאך אידן האבן דארט לאטס וואס קענען צוברענגען נאך מער דירות.

און מיר גייען נישט דא יעצט אויסשמועסן די מעלות דערפון ווייל עס רעדט פון זיך אליינס,

אבער מעשה שהי' אז מען האט פראבלעמען מיט די גוי'אישע שכינים, וואס ווילן נישט דערלאזן מיט די לעגאלע זאכן ארויסצוגעבן די פערמיטן פאר אזא דירות פראיעקט און זיי האבן זיך געזעצליך פארבריקאדירט אז מען זאל נישט קענען בויען א ישוב.

די דעוועלאפערס זענען נישט קיין קליינע קינדער, און זיי האבן סטראטעגישע וועגן אויף דעם, אבער די ווילידזש דארט איז אויך נישט קיין קטלא קניא'ס, און ביז ווי לאנג דאס וועט נעמען קען אין בעסטן פאל געדויערן 5 יאר (דהיינו ארויסוואוטען\אריינוואוטען וכו'), און דעמאלטס וועט מען אנהויבן די פראצעדור פון בויען וואס קען נעמען נאך דריי יאר, וואס אין 5 יאר האבן חתונה בערך, 2,300 כלות אין וומ"ס, לויט די יעצטיגע נומערן, און אין בארא פארק כאטש נאך די זעלבע אזוי פיל און אפשר גאר דאפעלט, ווענדט זיך וועמען דו רעכנסט. ואנה אני בא מצערו של אבא ואמא וחתן וכלה וילד וילדה.

בשעת מען האט גערעדט פון בלומינג גראוו האט בעל החזקת הבתים געלאפן קוקן שטח אין בלומינג גראוו, ווייל ער האט געהאלטן אז איין שעה אוועק פון ווילי איז סאך מער מציאות ווי צוויי שעה אוועק, און די מוסדות איז שוין דא וכו' ואכמ"ל, נאר למעשה יעצט שטייט עס.

חשוב'ע עסקנים טוען א אנדערן איינפאל, אז מען קויפט אפ הייזער פאר ריין געלט, און מען באזעצט דארט יונגעלייט, ווען יענער וועט שוין אזוי הנאה האבן פון די דירה און וועט ווערן באקוועם, נעמט ער אויס א משכנתא אויף די דירה און ער הייבט אן צאלן מארטגעדזש אויף די דאזיגע דירה היינט שוין אייגן געקויפט פאר א פרייז ארום 2-250 טוינט דאלער, און ער וואוינט נעבן קרית יואל! און ס'איז איהם גוט און וואויל.

דער געדאנק פון דעם איז אז לויט ווי שוואך די וואוטס זענען קעגן די אידן, קען יעדער וואוט אויסמאכן, און אז מען וועט אריינרוקן אידן, וועלן די גוים זעהן אז די דזשוס אר היער, וועלן פארקויפן פארן איד זייער הויז, און ארויף מופן העכער א 5 מייל אין די קאנטרי, עס פעלט נאר אויס איין הכנסת ספר תורה אין א מוצאי שבת אויף די גאס, וועט מען קענען די נעקסטע זונטאג זעהן נאך א גרופ אנטלויפן, יה"ר אז זיי זאלן מצליח זיין נאר וואס דען, ביז דערווייל וועט זיין טויזענטער חתונות.

און דאס איז סבה נומער צוויי פארוואס חזקת הבתים איז געגאנען אויף "האלד", נישט אויף סטאפ נאר אויף האלד.

במשך די צייט האב מיר נישט אויפגעהערט צו טון. און עס איז נישט צו גלייבן די ווארעמע ווינט וואס הערשט אין די גאסן איבער דעם מופן נושא.

מיר האבן גערעדט צו רבנים דיינים און כמעט אויך צו די אדמורי"ם, נאר לאמיר זאגן וואו מיר האלטן יעצט.

מיר האבן גוט באטראכט די ארבעט פון די רבנים, אויף וויפיל מען דארף זיי האבן, און אויף וויפיל מען קען זיך באגיין אן זיי, אויף וויפיל פעלן אונז אויס אדמורי"ם מיט אלע זייערע משמשים, און מיר זענען געקומען צו די החלטה, אז דער אויבערשטער פירט זיין וועלט אזאנס גוט, עס האט אזוי א סופער אויסשטעל, אז מיר קענען זיך אליינס נישט פארשטעלן ווי גוט דאס איז.

קודם די דיינים דארף מען דאך נישט זאגן ווי שטארק יונגעלייט (און עלטערע לייט) זענען אנגעוויזן אויף זייער סערוויס.

דערנאך די רבנים און קלענערע אדמורי"ם, זענען א שטארקע רוקן ביין פאר שלום בית און יתומים אנגעלעגנהייטן, ווידער די גרעסערע אדמורי"ם, קוקט אהער, ס'רוב פון זיי זענען אריינגעפאלן אין זייערע פאזיציעס פון איין טאג אויפן אנדערן נישט חלום'ענדיג וואס ווארט אויף זיי. – עס איז נישט די טישן וואס מיינט זיין אן אדמו"ר, ווי איינע פון זיי האט זיך אויססגעדריקט אז מען לאזט איהם קיין רגע נישט אליין אז ער פארנעמט דאס שוין נישט, אין יעדן הינזיכט פון זיין פריוואטן לעבן באגלייט מען איהם ביז די טיר. מען קען נישט לעבן אזא פובליק לייף נאן סטאפ, וועגן דעם פארן זיי אזוי פיל אויף וויקעישאן, לאכט נישט, סאיז נישט גרינג,

חוץ וואס זיי זענען א בעל חוב אויף יעדן גבאי צדקה און ארץ ישראל איד, און טייל פון זיי פירן אויך ישיבות, טייל פון זיי זענען נאך אלס ביזי אויפבויען זייערע קהלות פינאנציעל, נאך וואס אין די לעצטע יארן האט זיך כמעט אלע מוסדות געדאפלט, א מזל זיי באקומען אפשר אביסל גשמיות'דיגע כבוד, ווען נישט וואלטן זיי שוין לאנג איבערגעלאזט די גאנצע מעשה, (מיינט נישט סוואלט אונז אזוי גוט געווען),

[דרך אגב: און איבער אלעם, איז דא זייער א פאני זאך, וויפיל מען זאל נישט זעהן ביי היינטיגע יונגעלייט לאכן פון זייערע רביס און זיך האלטן 1000 מאל קלוגער, ווילן זיי אבער אז זייערע בחורים זאלן (דעם זעלבן רבי'ן) אננעמען מיט די פולסטע ערענסטקייט, אזוי ווייט אז ווען עס קומט ארויס צו מופן וויל ער דווקא נאר אזא שטיבל\קרעמל מיט אט דעם גע'חוזק'טן רבינ'ס נשיאות.

זעהט אויס אז טיף אין הארץ ווילן מיר אויך זיין חסידים, נאר מיר שאקלען זיך אין די זעלבע צייט אויך אפ ווייל מיר ווילן נישט נעמען אחריות אויף זיינע פעלערן. שוין, געטראפן א לימוד זכות אויך.]

למעשה קענען מיר נישט באלעסטיגן די רבי'ס און "פארלאנגען אז זיי קומען אונז" זיי זאלן טון פאר דירות, מיר דארפן אהערשטעלן א נארמאלן פראדוקט, און דעמאלס אפפערן די רביס וואו זיי קענען אריינקומען אין בילד.

כדי אהערצושטעלן א גוטע פראדוקט האב מיר זיך דורכגעשמועסט מיט יעדן ווער עס איז געקומען אין אונזער בארירונג אין די לעצטע יאר.

האב מיר געזען אז צרכי עמך מרובים, יעדער מיט זיין מבינות האט זיך ארויס געוויזן אז מען קען נישט אפלערנען פון איין משפחה צום צווייטן, יעדער איז א פארלאנגער בנוגע זיך, אן אויך האט יעדער געהאט א גאנצע ליסטע מיט וואס עס וועט ארבעטן "ביים ציבור" אזוי ווי למשל ער האט דען גערעדט צו אזויפיל מענטשן אז ער זאל וויסן וואס טוט זיך.

האב מיר פארשטאנען אז קיינער פארשטייט נישט בכלל דעם אנדערן, זיי רעדן נאר פון אנגעווייטיגטקייט, נו, אויב איז טאקע אזוי, ווי אזוי קען מען זיך רוקן דעם נעקסטן טריט פאראויס?

לאמיר זעהן אויב דער עולם איז מסכים וואס מיר האבן באשלאסן:

יעדער וועט גיין צו א נייע פלאץ! אין הרי אררט אריין, וואו מען קען וועט מען לויפן, אן קיין חשבון, קיינער האט נישט קיין חשבון וואס עס טוט זיך דא, און יעדער האט א חשבון אויף זיינע שכינים פונקט וואס זיי טוען יא דא, און יעדנס חשבון איז אנדערש ווי דער צווייטנס אמת'ע חשבון, קומט אויס אז עס איז נישטא קיין אמת'ע "אזוי גערופענע סבה" פארוואס מען איז נאך דא. מען דארף נאר האבן די פלאץ גרייט! אן חלומות, עס מוז שוין שטיין!

און יעצט לאמיר רעדן וואס אלע מענטשן האבן יא ארויסגעברענגט די זעלבע אז מען גייט שוין יא אינדערווייטנס.

נאכן רעדן פון מוסדות וואס איז א מאסט, און יעדער ווייסט אז יעדער מעג דארט עפענען א חדר, און יעדער ווייסט אז עפעס א סאטמאר "וועט" דארט עפענען א חדר, איז אזוי:

1) מען דארף האבן גענוג גרויסע דירות פאר גענוג ביליג, 2) מען מוז האבן פרעינדס מיט וועם צו טוישן א ווארט סיי מענער סיי פרויען, 3) מען מוז בויען נאך, נישט עס זאל בלייבן א דארף. 4) ביז ווי לאנג זאכן זענען זיך מסדר, דארף זיין ביליג טראנספארטעשאן. 5) די רבי'ס זאלן זיין דארט, אבער זיי זאלן זיין פונקט אזוי שטרענג, און נישט מער ווי מען איז אין וויליאמסבורג. 6) וואס מען קען טון צו בויען נייע פרנסה מעגליכקייטן.

מער ווייניגער די אנדערע פראבלעמען האבן נישט אינטרעסירט יעדן אייניג, איך אליין האב פרובירט זיי אויסצופרעגן, למשל:
וועלכע סטארס וועלן זיין דארט? איז די ענטפער געווען: איך זארג נישט, אידן וועלן אלעס מאכן דארט.
ווער וועט פירן די מוסדות? וואס הייסט דו האסט דאך געזאגט א קהלה? נו, זיי קענען אן מיר, זיי דארפן נאר שכר לימוד, אין וואס כצאל גראדע זייער גוט.
וועט זיין מוסדות פראגראמען? פארוואס נישט. טאקע נישט אלע. נישט געפערליך.
וועסט האבן כח אריינצוקומען צו אלע שמחות? נע, מיר איז גענוג צו זעהן די זעלבע קוזינעס איינמאל אין פיר וואכן, נאר ווען מיין טאטע און שווער מאכן חתונה וועל איך אריינמופן איבער שבת.
דו פילסט נישט שלעכט צו וואוינען ווייט פון דיינע געשוויסטער? נע, ביז צוויי יאר זענען זיי אלע דא. די יונגערע זיכער.
דו האסט נישט מורא פון די חינוך פון דיינע קינדער? וואס הייסט? אין דערווייטנס איז דא מער יצה"ר? מען דארף איבעראל מתפלל זיין אז צוויי מלאכים זאלן אייביג באגלייטן. פארקערט, דארט איז נישטא קיין סיטי באסעס וכו' וכו'.
דו האלטסט עס וועט זיין עסן אין צייט? פארוואס נישט, אלע מילכיגערס זענען דארטן.
וואס וועסטו טון מיט דאקטוירים? קודם, טאקע א פראבלעם, נאכדעם, מען וועט גרינג קענען שלעפן אהין די דאקטוירים ווייל חסיד'ישע פרויען האבן אסאך קינדער, און ווער עס וועט עפענען דארט אן אפיס וועט האבן אסאך ביזנעס. חוץ מזה, קוק אהער, או. די. עי. און קוואליטי. און רפואה, אלע האבן אפיסעס אין קאנטרי,

און נאך און נאך

שפעטער איז געהערט געווארן א געשמאקע אינטערוויו אויף די קול מבשר טעלעפאן כוואליעס, ווי מען האט מודיע געווען אז מען האט גע'עפנט א נייע ארגאניזאציע, וואס זאל זיך אפגעבן מיט "זאמלען אינפארמאציע", דהיינו:

ווען מיר האבן אנגעהויבן צו באגלייטן די פראיעקטן, האבן מיר געזען אז דער זאטער פארשטייט נישט געהעריג דעם הונגעריגן, דערפאר ווען א דעוועלאפער קומט מיט א סייט און אדווערטייזט: "דבר השוה לכל נפש" אדער "איר קענט דאס נישט פארפאסן" גייט מען צו און מען זעהט אז עס איז שווה נישט ממש לכל נפש, און מען קען דאס שוין איינמאל פארפאסן, ווערט יעדער זייער נאכגעלאזט, דער דעוועלאפער פילט אז ער לייגט אריין געלט צו העלפן מענטשן און די נאראנים לאזן זיך נישט העלפן, ער מאכט שוין שיעור אפ אז מען "טאר" זיי נישט העלפן.
און ווידער דער נצרך, שרייט: מען זעהט ער מיינט נאר זיין געלט, איך האב נישט וואס צו קויפן ביי איהם.

איבערהויפט געשעט דאס ביי א פראדזשעקט אינדרויסן פון שטאט, ווי שיין אזא זאך זאל נישט אויסזעהן, איז קאנטרי לייף נישט די זעלבע ווי סיטי לייף, נישט יעדער גייט דאס ליב האבן, און אפילו דו האסט מיר געכאפט אז 8 וואכן האב איך עס יא ליעב, זאלסטו וויסן אז פונקט ווי יעדעס יאר בין איך פרייליך צו גיין בין איך די זעלבע פרייליך אהיים צו גיין, נישט יעדער איז געמאכט פאר דעם, סאו שרייב נישט ווי גוט דיין פראדזשעקט איז. עס איז גוט נאר פאר א מיעוט.

דערפאר דארף עס זיין ביליג! איינמאל און נאכאמאל ביליג!

דער ענטפער איז אויך, אז טאקע אזוי, ווען וויליאמסבורג האט קע"ה 9000 משפחות און נאכמער, און מיר רעדן פון 1600 דירות אין א חשבון פון 15 יאר, וואס דאן וועט וויליאמסבורג מוזן צושטעלן נייע: 15 טויזנט דירות! איר קענט גוט ליינען? 15 טויזענט דירות דארף מיר האבן אין 15 יאר ארום אין באגעבא ווילעדזש אליין!!!!!!!! כאפ דיך אן אין א בענקל, נאכאמאל 15 מיט דריי זערא'ס דירות אין 11211 אליין!.

אפגערעדט פון ב.פ. וואס האט נאכאמאל אזויפיל חסידים. חרדים.

נו גייען מיר דען סערווירן יעדן איינעם? נישט געזארגט דער פראדזשעקט איז "נאר" פאר די וואס ווילן יא, און ווער עס קען זאל זיי מחזק זיין אז זיי קענען מאכן דעם שריט, נישט טשעפענען מיט די ווערטער: ביזט א משוגע'נער אז דו טוסט דאס.

יעדער, אפילו די וואס בלייבן דא וועלן הנאה האבן, ווייל אויב וועט דיין קינד יא פארנעמען קאנטרי וועסטו איהם קענען צופרידן שטעלן מיט א דירה.

במילא האב מיר אפגעמאכט, לאזן מיר ארויסקומען צום ציבור און פרעגן: זאג דו מיר וואס דו ווילסט האבן אז איך זאל דיר קענען קאנווינסן ארויס צו מופן,

ווי שוין געשריבן האבן מיר געזען אז רוב עולם ווייסט נישט וואס זיי ווילן, חוץ די פרויען זיי ווייסן יא וואס זיי ווילן, דהיינו: זיי ווילן נישט רעדן דערפון. [אזוי מיינען זיי אז דער פראבלעם וועט אוועקפליען]
אבער כדי צו קענען קומען אין פראנט פון מענטשן מיט געלט זיי צו איבערצייגן אריינצולייגן געלט אין א פראדזשעקט, צו זאל עס זיין דא צו ווייט אוועק, דארפן מיר קומען מיט קראנטע אינפארמאציע.

בעטן מיר דעם ציבור, יעדער זאל אריינשרייבן זיינע אינפארמאציע, נאר אויטענטישע ווערט ווערן גענומען אין באטראכט, און זיינע פארלאנגען, ווי איר וועט שוין זעהן אינעם סורוועי, אלעס איז קאנפידענשאל, ווער עס קען זיין בייהילפיג זאל אימעילן צו dirosinfo8049@gmail.com אדער רופן 347-292-8049

פאר דער נאמען פון אונזער ארגאניזאציע, איז באשטימט געווארן דער ווארט "הרחיבי" אויפן פסוק הרחיבי מקום אהלך ויריעות משכנותיך יטו,

קוקט ארויס סוף וואך וועט אונזער עד אין אינפא זיין אוועילעבל אויף די מעין עד ספאט פון איי וועלט ווי עס שטייט יעצט: קאמינג סון. דאס מיינט א שטעטעלע איז קאמינג סון.

יעצט בנוגע די דירות אויף פלאשינג און קלערמאנט, איז דאס א שטאטישע פראיעקט אוואו שעיפער, און הלוואי ווי מער אידן זאלן דארט געווינען, מען קען נישט דערלייגן, נאר זיך צו פארלאזן אז די שטאט איבערמאכן די זאונינג פון וומס"ב ביז דארט, איז לכאורה א תפלת שוא, ווייל זיי האבן אפילו שוין צוריקגעצויגען פון געוויסע בנינים, שוין פארוואס זאלן זיי דאס יעצט יא טון. עס האט נישט גארנישט מיט סאטמאר, זיי זענען אבער עסקנים וואס ווילן צוברענגען דעם פראדוקט צום ציבור, יה"ר שחפץ ה' בידם יצליח, און אפילו עס וועלן דארט זיין אלע 432 דירות פאר אידן וועט עס נאך אלס נישט אווקנעמען די נויט פון כלל ישראל צוצושטעלן נאך א ישוב.

סטעי טונד,

מיר וועלן אי"ה עפענען א באזונדער אשכול "הרחיבי" ווי מיר האפן אייך צו אפדעיטן וואס עס טוט זיך,

יעצט בנוגע חזקת הבתים, ארבעטן מיר אויף קעסל און כלים, אז דארט זאל זיין די לאנדונג זאון, ווייל דארט רעדט מען פון די מערסטע דירות אויף איין מאל, און די מערסטע רוחניות צוגעשטעלט. לאמיר האפן אלע אונזערע פלענער זאלן זיך צוזאמען שטעלן, וועט זיין א דבר השלם (כמעט).

זייט געזונט אידן איך האב אייך ליעב מיט מיין גאנצע הארץ.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 11:28 pm
דורך ווינקל
קודם א מזל טוב צו דיין תגובה המאה, און א יישר כח פאר ארויסגעבן דעם סוד פון די קאמינג סאאאן.

בנוגע די דירות, זאגסט פיין. וויכטיג מאכער האט היבש בארירט די נקודה אין די לעצטיגע שמועסן אין אשכול חזקת הבתים.

יעך ביניש קיין תושב אין די סיטי, און כפארשטיי ניש די ע"ז דערפון. מיט די פראיעקט פון בלומינג גראוו ביניך עטוואס באקאנט מיט די פרטי הדברים, סדארף אסאך רחמי שמים מזאל זיך דארט קענען אריינזען.... (מהאט פארפאסט עטליכע געלעגענהייטן ואכמ"ל).

למעשה, הער איך עפעס שמועות וועגן פארשינדענע פראיעקטן אין כמה מקומות, ובתוכם נעבן מאנסי ערגעץ. ווי חיים ברענגט ארויס איז לפי האמת דא א דימענד פאר אלע פון די פלעצער צוביסלעך.

וחפץ ה' בידכם יצליח!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 11:39 pm
דורך קרעמער
איך קען דיר דאס זעלבע זאגען: מיר ליבן דיר מיטן גאנצן הארץ, דיין שריפט איז עפעס ציקער-זיס און עס צוגייט אין אלע גלידער

---
אגב, איך נעם פול קרעדיט פאר די נאמען פון דיין ארגעניזאציע... און פארגעס נישט די צווייטע שורה אונטערן קעפל "דירה נאה מרחבת דעתו של אדם"

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 12:23 am
דורך שוועמל
WOW
בלויז הונדערט, דעטס איט??

כאב גוט איבערגעקוקט צי די נומער פארפעלט איין נול, כבין געווען זיכער אז חיים פרנס האלט שוין ביי א אלף'ל נאכן אונז בעאיינדרוקן מיט זיינע רייכע תגובות!

איין זאך מוז איך דיר זאגן, איר ליידט אויף אבסעסיע.. דירות דירות און נאכאמאל דירות.. לאמיר האפן עפעס זאכליך וועט ווערן פון די אלע זאכן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 1:54 am
דורך פידעלע
ביז א 5 יאר איז דא איין וועג, ריק אריין א 100 יונגעלייט פאר חצי בחנם, שטעל צו א תלמיד תורה, מיט א גראסערי איז אפשר דא א פתח,
אבער אין 5 יאר ארום, וועט שוין זיין א גרויסער עולם וואס וועלן האבן מערערע קינדער, אן ח.... וועט מען מוזן גיין בהכרח.

פון די אנדערע זייט דארף מען שטארק מחזק זיין די עסקנים וואס טוען אין דעם, מען קען קיינמאל נישט וויסן, די עיקר איז מען ברויך צו טאן,
אין אדרבה הלוואי ארבעט זיך עס אויס פאר 5 יאר, זאל דער באשעפער אוודאי העלפען, נאר בדרך הטבע זעט נישט אויס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 7:07 am
דורך גראדער
אן אריינגיין בפרטי הדברים, יישר כח פארן האלטן דעם ציבור אינפארמירט.

מז"ט צו די מאה ברכות, ממש יעדע תגובה א ברכה צו מאכן, חכמת אדם תאיר פניו, ממש יעדעס ווארט מיט חכמה בינה ודעת, לאמיר בעטן השי"ת די עסקנים זאלן נישט מיד ווערן, זיי זאלן מאכן א ''חיים'' און האבן ''פרנסה'' וכט"ס

ידידך
גראדער

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 10:24 am
דורך פונקטליך
שלום עליכם ר' חיים!
יהא בואך לברכה להרמת קרן משיחנו (אין בן דוד בא עד שיכלו נשמות שבגוף.. אם אין דירה אין גוף..)

מ'האמיר געזאגט שבת "חיים של פרנסה" און ער איז אנגעקומען, יעצט האף מיר אויף "חיים שיש בהם".

א מזל טוב צום מאה, אוואו גראדער זאגט, יעדע תגובה א ברכה צו מאכן!

ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן ווי ס'שיינט דא ארויס וואס וויכי האט געשריבן אינעם חזקת הבתים אשכול אז דער עיקר איז מ'דארף קומען רעדי מיט דירות צום עולם און נישט אינפארמירן און בעטן אפליקעישנס ביים אנהייב,
דא זעהט מען וואס ס'ווערט פון א צעגעריי, אנגעפאנגען מיט חזקת הבתים דערנאך אפשר בלומינג גראוו דאן הרחיבי.. פלענער טוישן זיך ווי זאקן צוליבן אנהייבן צו פרי ביים עולם און צייט וואס לויפט אדורך ביז ס'קען צושטאנד קומען.
כ'רעד מיך ח"ו נישט אפ און כ'זאג נישט אז חזקת הבתים איז ח"ו אויס, כ'ברענג נאר ארויס ווי גוט עס וואלט לכאורה געוועהן ווען נישט.

כ'וואונטש דיר און אנדערע עסקנים אסאך הצלחה מ'זאל קענען אויפטוהן אין די דירות הינזיכט, און כ'ווארט אויף כ'סדר'דיגע אפדעיטס מיטן זיסן שריפט.

פונקטליך

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 11:04 am
דורך פריילאך
הערליך ארויסגעברענגט. שפתים ישק.

יעצט א אינטערוויוא אויף קולמע.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 11:14 am
דורך פונקטליך
חכם, ער האט דאך געגעבן די ערשטע אינטערוויו..

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 11:16 am
דורך פריילאך
פונקטליך האט געשריבן:חכם, ער האט דאך געגעבן די ערשטע אינטערוויו..



איך ווייס נישט וועלעכע ערשטע די רעדטס. נומבער???

אזא זאכליכע אינטערוויוא ווי די תגובה האב איך נאך נישט געהערט דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 11:24 am
דורך פונקטליך
פריילאך האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן:חכם, ער האט דאך געגעבן די ערשטע אינטערוויו..

איך ווייס נישט וועלעכע ערשטע די רעדטס. נומבער???



חיים של פרנסה האט געשריבן:שפעטער איז געהערט געווארן א געשמאקע אינטערוויו אויף די קול מבשר טעלעפאן כוואליעס, ווי מען האט מודיע געווען אז מען האט גע'עפנט א נייע ארגאניזאציע, וואס זאל זיך אפגעבן מיט "זאמלען אינפארמאציע"


פונקטליך האט געשריבן:374 - העסקן ר' בעריש פריעד ועוד - דירות קריזיס - פרישע לעזונג (הערשל פריעדמאן)


(כ'האף אז די נעמסט עס נישט ערנסט)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 1:10 pm
דורך דזשעב 012
מזל טוב פארן ווערן א שר מאה!
ס'זענען דא וואס דארפן שרייבן טויזענט אדער צוויי טויזענט תגובות, און ערשט נאכדעם קענען זיי ארויסקומען און צייגן "קוק, איך האב שוין געשריבן אזויפיל תגובות". ווידעראום זענען דא אנדערע -א מיעוט- וואס קענען ארויס קומען נאך הונדערט תגובות און זיך אויפטוען וויפיל ער האט שוין געשריבן, אין א בחינה פון מועט (נישט זיך פארמישן מיט שור המועד) המחזיק את המרובה.
און "חיים של פרנסה" גייט טאקע אריין אין דעם בחינה, ווי גראדער האט געזאגט:
גראדער האט געשריבן:מז"ט צו די מאה ברכות, ממש יעדע תגובה א ברכה צו מאכן, חכמת אדם תאיר פניו, ממש יעדעס ווארט מיט חכמה בינה ודעת,

זאלסטו טאקע אונז קענען כסדר מהנה זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 3:36 pm
דורך lebediger berel
חיימ'ל, דו גייסט נישט קענען מער ענטפערן ווייל דו וועסט וועלן בלייבן מיטן נומער "מאה"?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 10, 2011 10:32 am
דורך jkup50
lebediger berel האט געשריבן:חיימ'ל, דו גייסט נישט קענען מער ענטפערן ווייל דו וועסט וועלן בלייבן מיטן נומער "מאה"?

זעהט אויס אז ער האט טאקע געפאלגט