מיינע געדאנקען לכבוד ג' בשלח

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

מיינע געדאנקען לכבוד ג' בשלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מיינע געדאנקען לכבוד דעם יום הפרנסה

לכבוד דעם יום הפרנסה ג' בשלח, ווען עמך ישראל הצריכין פרנסה בעטן זיך אויס ביים טאטן אין הימל השפעות טובות בעניני פרנסה, וויל איך בעטן רשות צו פארעפענטליכן מיינע פערזענליכע געדאנקען דא אויפן וועלט, ווי אנשי שלומינו האבן א רעכט אויסצודריקן זייערע מיינונגען במילי דשמיא ובמילי דעלמא, אבער ווי פארשטענדליך בין איך נישט דא אויסן צו ציען מסקנות אויף קיין שום ענין, און איך זאג נאר וואס עס ליגט מיר שוין אויפן הארץ א לאנגע צייט, און ווער עס וויל קען זיך קריגן מיט מיר און זאגן אנדערש, ער דארף מיר ניטאמאל מסביר זיין זיין שטעלונג.

און איך וועל ענדיגן מיין הקדמה מיט די ווערטער פון הג"ר אליהו ז"ל בעל ספר הברית (אין ס' הברית, נאכן אראפברענגען עטליכע קאנטראווערסיאלע עניני רפואות): 'ועתה אחי ועמי, הנה ערכתי לפניכם כל דבר שורש של הרפואה הנזכר, ואת כל מעשהו וכל אופניו, אך דעו נא רבותי כי אין אני אומר אלא דעתי ומה שידעתי, לא קבלו דעתי כי מה אני, ולי יש לדעת כי אנכי תולעת, והיה כל הרוצה ישאל לרב שבעירו ויתיעץ עם הרופא אשר במקומו, ואני אך דורש טוב לעמי ודובר שלום לכל זרעו עכ"ד הנצרכים לענינינו, והנמשל מובן.

און נאך א הקדמה: איך בין ליידער נאכנישט ביי דעם מדריגה וואס איך רעד דא ארום, נאר איך פראביר מיר צו שטארקן און מטיב זיין מיינע דרכים, און אזוי טראכטנדיג איז מיר ארויף אויפן געדאנק דעם מחשבה, און כ'האף אז דאס מפרסם זיין מיינע געדאנקען וועט מיר פערזענליך געבן א שטופ אויפן סולם העולה בית א-ל, ומי יתן והי', אכי"ר.

צום ערשט הערט אויס א קליינע מעשה'לע, עס איז אמאל געווען א סוחר וואס האט געהאט א גרויסע שפילצייג געשעפט, ער האט געהאט א איינציג קינד וואס איז ווי פארשטענדליך געווען שטארק געצערטלט, און יעדע נייע שפילצייג וואס איז ארויסגעקומען אויפן מארק, איז ביז אפאר שעה געווען א חלק פונעם קינד'ס רייכן שפילצייג שאפע, דער קינד האט אמאל געזעהן ווי ביי זיין טאטן אין געשעפט ליגט א הערליכע שפילצייג, וואס דער קינד - נאכן עס זעהן ביי אן אנדערן שפילצייג געשעפט אין שוי-ווינדאו - האט שוין פאר א לאנגע צייט געהאט א שטארקן רצון צו האבן אין באזיץ אזא סארט שפילצייג.

דער קינד ווייסט אז דער שפילצייג קאסט פארן טאטן נישט מער ווי פופציג סענט (+ טעקס - ווי פארשטענדליך...), און אויך ווייסט ער אז דער טאטע איז א גרויסער עושר, און ער האט דער מעגליכקייט אן קיין שום פראבלעם צו אויפרייסן איין שאכטל און עס געבן פאר זיין קינד, דער טאטע געט שטענדיג פאר די נעפיוס און ניסעס פיל טייערערע מתנות אן קיין טראכטן צוויי מאל, אבער דער קינד, זייענדיג א קינד און נישט האבנדיג דאס מינדעסטע שכל, האט נישט פארשטאנען אז ער דארף יעצט צוזאמשטעלן די פאלגענדע פאקטן:

1) זיין טאטע איז א גאר גרויסער עושר, און עס איז פאר אים ווינציגער ווי א שפיי אין וואסער צו געבן פאר זיין בן יחיד די מתנה.

2) ווען ער זאל נישט זיין א עושר, איז אבער די דאזיגע שפילצייג א גאר ביליגע מתנה, וואס וואלט פאר א יעדן מענטש געווען א פארגעניגן נאכצוקומען זיין קינד'ס פארלאנג, און אים צושטעלן
אזא זאך פאר אזא ביליגן פרייז.

3) ער איז א בן יחיד, און ער איז זיין טאטע'ס איינציגסטע נחת'ל, און ווען ער רופט זיין טאטן - זאל עס זיין אינמיטן דעם וויכטיגסטן ביזענס מיטינג - וועט ער צוקומען צום טעלעפאן מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט, און וואס ער וועט בעטן וועט ער גראד באקומען.

4) זיין טאטע דארף ניטאמאל ארויסגיין פון זיין טייערן קאר צו שאפן דעם שפילצייג, בלויז אויפהייבן א טרייבל פון זיין פריוואטן קאבינעט אויפן אויבערשטן שטאק פונעם געשעפט, און געבן א רוף דעם ספאנישן רוימער און אים בעטן ער זאל ברענגען דעם ספעציפישן געשאנק פון יענע און יענע אייל.

נאכן מאכן א ס"ה אויף די אלע פאקטן, דארף דער קינד טוהן בלויז איין זאך, נעמליך, אויפהייבן א טעלעפאן און געבן א רוף צו זיין טאטן געשעפט, דרוקן דעם עקסטענשאן צו זיין טאטן אין אפיס, און בעטן ער זאל אהיימברענגען דעם מתנה און עס בלייבט אים נאר איבער צו אויסווארטן ביז ביינאכט, און דער טאטע וועט אים דאס ברענגען, אדער גאר קען ער אריבער גיין אין געשעפט און עס אויפ-פיקן.

גייט דער קינד און אנשטאט טוהן צום זאך, נעמט ער אונטער א נארישן שריט, ער בעט זיין מאמען אז זי זאל מוחל זיין, און דאס קומענדיגע מאל וואס זי זעהט אז דער טאטע איז אין א גוטע גיסטע, זאל זי אים אזוי אריינווארפן אז דער קינד וויל בעטן אז מען זאל אים געבן דעם שפילצייג.

דאס איז דאך דאס נארישסטע וואס קען זיין, אזא פראטעקציע איז גוט ווען דער קינד דארף א טויזנט דאלערדיגן אומוויכטיגן שפילצייג, אזא פראטעקציע אין אזא אויבן-דערמאנטן פאל, איז זייער נאריש, ווייל דאס מאכט פילן דעם טאטן ווי ער איז עפעס א פרעמדער מענטש צו וועמען דער קינד האט נישט קיין סאך שייכות, און מוז צוקומען צו אים דורך דעם מאמע'ן, דער טאטע האט דאך אבער פארט ליב דאס קינד און אפילו אזוי ברענגט ער אים אהיים וואס ער דארף, אבער מיר פארשטייען זיינע געפילן און מיר שטעלן זיך פאר ווי עס באדערט אים.

נאר וואס דען, אויב דער קינד וויל שטארק דעם מתנה, קען ער נאכן אנרופן זיין טאטן און אים פערזענליך בעטן, אויך בעטן זיין מאמע, אז זי זאל אויך בשעת'ן רעדן צום טאטן אים דערמאנען ער זאל ממלא זיין דאס קינד'ס רצון, אבער ווי דערמאנט, קודם דארף ער טאן דעם נארמאלן און גראדן וועג.

טייערע אידן דער נמשל איז לענ"ד זעלבסט פארשטענדליך, מיר מוזן גלייבן (צו מיר זענען קלוג צו נישט - זענען פארהאן דרייצן עיקרים) אז 'הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', און ווי אויך אז 'הבורא יתברך שמו לו לבדו ראוי להתפלל ואין לזולתו ראוי להתפלל', און זאל זיין וואס עס זאל זיין איז נאר דער באשעפער דער וואס האט די מעגליכקייט אונז צוצושטעלן אלעס, און ווי שטארק מיר פארשטייען דעם משל, איז דער בוכ"ע פאר אונז מיליאנען מאל אזויפיל.

1) דער בוכ"ע איז משפיל גאים ומגביה שפלים, און ער איז דער זן ומפרנס לכל חי, מקרני ראמים עד ביצי כנים און כולא קמיה כְּלָא, עס איז נישט פארהאן ביי אים אזא מושג ווי עס איז צו פיל וכדו'.

2) עס איז ביי אים ווינציגער ווי א שפיי אין ים (לשבר את האוזן - וכמובן עוד יותר מזה) צוצושטעלן אונזערע אלע געברויכן און פארלאנגען 'וויכטיגע ווי אומוויכטיגע'.

3) יעדער איד איז א חלק אלקי ממעל און אן עולם מלא ביי השי"ת (עיי' באר מים חיים משפטים [כ"ב ב'] באריכות), און עס איז ביי השי"ת כביכול א פארגעניגן ממלא צו זיין דעם ווילן פון א יעדן איד, און אין וועלכן מצב ער זאל נאר נישט זיין.

4) הקב"ה מלא כל הארץ כבודו, מיר זאגן און די אקדמות 'ובלא לאו שכלליה', און עס איז נישט אין קיין שום מינדעסטע גדר פון אנשטרענגונג ח"ו פאר כביכול צו טאן דאס אויבן דערמאנטע.
ממילא, ווען אימער, על כל נשימה ונשימה, און בפרט ווען מיר דערזעהן זיך שוין ליידער אין א מצב פון א געברויך נאך א ישועה אין א געוויסע זאך, צו איז דאס אין פרנסה, צו אין געזונט וכו', איז דער בוכ"ע ווי פארשטענדליך דער פאסיגער, און איינציגער אדרעסס דערפאר.

אבער דא קומט מיין נקודה. עס איז דא פאר אונז אויסגעטרעטן א וועג - לשבר את האוזן, למשל אן עקסטענשאן - צוצוקומען צום אייבערשטן און בעטן, און דאס איז ביי די דריי מאל א טאג ווען מיר דאווענען, איז אין דעם שמו"ע נכלל אלערליי בקשות, און ווען מען האט אינזין די ווערטער וועט מען זיכער טרעפן כמעט אלע ספעציפישע בקשות וואס מיר ברויכן, און אויב איז דא וואס נישט, איז פארהאן א ווארט פון צדיקים, אז ביי שמע קולינו / יהיו לרצון (סוף שמו"ע), קען מען בעטן אין אידיש ביים טאטן אין הימל, און ער וועט ממלא זיין אונזערע פארלאנגען, (און אויף פרנסה ספעציפיש איז אינזינען האבן וואס מ'רעדט בשעת'ן בענטשן 'ברכת המזון', שטארק מסוגל דערויף כידוע).

אבער מיר האבן דאך א געטרייען טאטן, און צדיקים האבן אונז אנטפלעקט דעם סוד, אז געוויסע זמנים און געוויסע ענינים, זענען מסוגל אויף א ספעציפישע זאך, און עס וועט מער אויפטוהן אויף דעם געביט ביים טאטן אין הימל, און אין דעם איז נכלל דאס זאגן פ' המן אויף פרנסה, פרק שירה אויף פילע ישועות, וכו' וכו', אבער דאס אלעס איז נאר נאכדעם ווי מען האט שוין אויפגעהויהן די הענט צום בוכ"ע ביי שמו"ע, און אים געבעטן אז ער זאל אונז נאכגעבן אונזערע בקשות, דאס איז דער נארמאלער גראדער מיטל, און נאכדעם קען מען, ליתר שאת, צולייגן די זייטיגע מיטלען - וואס זענען אלע ממקור קדוש יצאון און זענען בדוק ומנוסה - אבער נאכאמאל, קודם דער גראדער וועג פון דאווענען מיט כונה דריי מאל א טאג, און (זיך וואשן צו ברויט כאטש איינמאל א טאג און) בענטשן מיט כונה הרצוי', און נאכדעם צולייגן די אנדערע - זייטיגע - אבער הייליגע און מקובלדיגע סגולות.

עס איז פארצויגן געווארן פיל לענגער ווי מיין לכתחילה'דיגן פלאן, מוז איך זיך אפשטעלן אינמיטן און איבערלאזן נאך פרטים אויף אן אנדערן מאל, אבער צום שלוס א קליינער פאקט פון מיין אייגענער ערפארונג, אין די לעצטע דריי פיר יאר זייט מיין געדאנק האט גענומען אין באטראכט דעם ספעציפישן מהלך המחשבה, בין איך שוין כמ"פ פערזענליך געווען אין א דילעמא / פראבלעם, אויף פארשידענע אופנים, גרעסער און קלענערע, עפ"ר ב"ה נישט קיין ערנסטע, נאר אזעלכע וואס מאכן זיך כסדר ביי יעדן וכו', און טראכטנדיג פון טוהן א סגולה וכו', האב איך אנגענומען א שטיקל תיקון אין מיין יעדן טאגעדיגן דאווענען, און ב"ה געזעהן א באלדיגע ישועה, וכן יעזור ה' להלאה.

ווי געזאגט קענט איר זיך דינגען מיט מיר און זאגן אייער פארקערטע - אדער אנדערע - מיינונג, אבער דאס איז לע"ע מיין מיינונג, און איך מיין אז איך בין - עכ"פ אויף פינף און ניינציג פראצענט - גערעכט.

ויה"ר מלפני אבינו שבשמים 'שתכתבנו בספר פרנסה וכלכלה, שנה זו וכל שנה ושנה, לנו ולכל בני ביתנו, במלוי וברוח, ולא באסור ולא בעמל וטרח, בנחת ובשלוה ובהשקט ובטח, כדי שנוכל לעבד עבודת הקדש בקדשה ובטהרה בלי שום טרדא, פרנסה שלא יהיה בה שום בושה וכלמה, ואל תצריכנו לידי מתנות בשר ודם, כי אם מידך הפתוחה והקדושה, והצליחנו והרויחנו בכל למודנו ומעשה ידינו ועסקנו, ויהיה ביתנו מלא ברכת ה', ונשבע לחם ונהיה טובים, אמן כן יהי רצון' (מתוך התפלה לליל ראש השנה באבינו מלכינו).

והי' בזה שלום
ידידכם הק' צולייגער
לעצט פארראכטן דורך צולייגער אום דינסטאג יאנואר 31, 2012 11:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דברים כדרבונות
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קרעמער האט געשריבן:דברים כדרבונות

לטב או למוטב?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

הרב צולייגער
געוואלדיג

ממש א שאלעשידעס תורה
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

פארפאסט נישט די געלעגענהייט!!!! סגילה מר' ישראל'טש בערטשינגע לומר פרשת היראה ביום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר ראתה שפחה על הים


און א סיריעס נאוט: שטעלט אייך פאר איך וועל איבערדריקען דעם ספר ויואל משה אין אריינשרייבען אינעם ערשטן בלאט, קבלה בידינו איש מפי איש עד רבינו המחבר (און פאר נויט מען זאל עס בעסער אפקויפן וועל איך צולייגן שמעתי מפי הרה"צ אדמו"ר ר"ש מבאבאוו מפה הרה"צ ר"י מפעשווארסק זי"ע בשם המחבר) שביום ה' אייר לא יאמרו המי שברך לצה"ל.

אזא לצנות קוקט אויס די זאך, מען רעדט דא פין א קדוש ישראל רב הרבנים דער הייליגע רבי ר' מענדעלע וואס האט צווישען דרייסיג אין פערציג יאר געזאגט תורה אויף פרשת המן, ער פלעגט געבן פאר א סגילה פאר די וואס האבן געבעטן פאר פרנסה מען זאל זאגן יעדן טאג פרשת המן, וואו באקאנט איז דער סגילה יסדתו בהררי קודש בדברי חז"ל צו ירושלמי ווי עס שטייט ארויס קלאר מען זאל עס זאגן יעדען טאג צו בבלי וואו עס שטייט אויך אז פין די מן לערענט מען ארויס אז דער אויבישטער איז דער וואס איז זן ומפרנס לכל, קומט מען אין מען מאכט אפ אז איין מאל א יאר איז מען יוצא דעם סגילה.

איך וויל נישט מעריך זיין און די מקורות ווער עס זאגט פין וועם ער האט עס געהערט, ווייל ביידע זענען שוין נישטא, און בכלל איז נישטא דער מקום צו דיסקאסען צו איינער איז בחזקת באגלייבט אדער בחזקת מגזם, אבער אזא פנים טראגט די גאנצע משיגעת, אפגערעדט פונעם פאקט אז ביז פיפצען יאר צוריק איז די סגילה נאר געווען איינמאל מקרא, און היינט האלט עס שוין ביי שנים מקרא ואחד תרגום, גיב עס נאך אפאר יאר און מען וועט דארפן מעביר סדרה זיין די גאנצע סדרה פון בשלח אום דינסטוג.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צולייגער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דברים כדרבונות

לטב או למוטב?

לטב ולחיין ולשלם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

cano האט געשריבן:פארפאסט נישט די געלעגענהייט!!!! סגילה מר' ישראל'טש בערטשינגע לומר פרשת היראה ביום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר ראתה שפחה על הים


און א סיריעס נאוט: שטעלט אייך פאר איך וועל איבערדריקען דעם ספר ויואל משה אין אריינשרייבען אינעם ערשטן בלאט, קבלה בידינו איש מפי איש עד רבינו המחבר (און פאר נויט מען זאל עס בעסער אפקויפן וועל איך צולייגן שמעתי מפי הרה"צ אדמו"ר ר"ש מבאבאוו מפה הרה"צ ר"י מפעשווארסק זי"ע בשם המחבר) שביום ה' אייר לא יאמרו המי שברך לצה"ל.

אזא לצנות קוקט אויס די זאך, מען רעדט דא פין א קדוש ישראל רב הרבנים דער הייליגע רבי ר' מענדעלע וואס האט צווישען דרייסיג אין פערציג יאר געזאגט תורה אויף פרשת המן, ער פלעגט געבן פאר א סגילה פאר די וואס האבן געבעטן פאר פרנסה מען זאל זאגן יעדן טאג פרשת המן, וואו באקאנט איז דער סגילה יסדתו בהררי קודש בדברי חז"ל צו ירושלמי ווי עס שטייט ארויס קלאר מען זאל עס זאגן יעדען טאג צו בבלי וואו עס שטייט אויך אז פין די מן לערענט מען ארויס אז דער אויבישטער איז דער וואס איז זן ומפרנס לכל, קומט מען אין מען מאכט אפ אז איין מאל א יאר איז מען יוצא דעם סגילה.

איך וויל נישט מעריך זיין און די מקורות ווער עס זאגט פין וועם ער האט עס געהערט, ווייל ביידע זענען שוין נישטא, און בכלל איז נישטא דער מקום צו דיסקאסען צו איינער איז בחזקת באגלייבט אדער בחזקת מגזם, אבער אזא פנים טראגט די גאנצע משיגעת, אפגערעדט פונעם פאקט אז ביז פיפצען יאר צוריק איז די סגילה נאר געווען איינמאל מקרא, און היינט האלט עס שוין ביי שנים מקרא ואחד תרגום, גיב עס נאך אפאר יאר און מען וועט דארפן מעביר סדרה זיין די גאנצע סדרה פון בשלח אום דינסטוג.


טיפיקל ... (נו גילוי...)
איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט, און איך האב מיר טאקע איינגעהאלטן א גאנצן טאג פון פרעגן, ווייל איך האב נישט קיינעם געוואלט אפקילן, אבער יעצט וואלט איך געוואלט עפענען א אנקעטע צו זען וויפיל אידן האבן היינט געזאגט פרשת המן

און דאונט געט ראונג, פרשת המן צו זאגן איז א סגולה, נאר די דעיט פון דינסטאג בשלח איז נתגלה געווארן פאר א צוויי צענדליג יאר צוריק אפשר אביסל מער

ואדרבה, טרעפט מיר א ספר פון פאר די קריג וואס ברענגט אזוי

ס'איז דא א טעיפ פון ר' ישראל דוד שלעזינגער וואס ער רעדט אויך מיט וואונדער פון די סגולה, אין א צייט וואס זאגן די עקידה יעדן טאג איז אויך א סגולה וואס שטייט (דאכט זיך) אין שו"ע און מען זעט נישט מען זאל אזוי נזהר זיין דערין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך איז נישט דאס ווארט. קענו דו זאגסט גוטע זאכן אבער קודם פארגעס נישט צו פארדאנקן פאר צולייגער'ן פאר די סחורה דא

מי יודע האקט..
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וואויל געזאגט. יישר כח.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דער צולייגער האט זיך צושריבן לעצטענס אז ס'איז א נחת. הערליכע זאכן ווארפט ער ארום לעצטענס. די שרופט איז עקסטער צום באוואונדערן
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

"און היינט האלט עס שוין ביי שנים מקרא ואחד תרגום, גיב עס נאך אפאר יאר און מען וועט דארפן מעביר סדרה זיין די גאנצע סדרה פון בשלח אום דינסטוג."
בעצם איין סגולה איז דא מוסיף צו זיין עפעס אין אידשקייט זאגען פר' המןדינסטאג איז אויך א הוספה ווער עס זאגט און עס ארבעט נאכנישט ברויך נאך עפעס מוסף צזיין שנים מקרא איז אויך א הוספה (פונקט ווי אן אנדערע פסוק חומש) גאנץ פר 'בשלח איז אויך א הוספה
און יא ענו הוספה העלפט געוואלדיג בדוק ומנוסה רב צולייגער איז גערעכט ער האט מוסיף געווען באופן אחר
ביי ביי.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

cano האט געשריבן:פ

אזא לצנות קוקט אויס די זאך, מען רעדט דא פין א קדוש ישראל רב הרבנים דער הייליגע רבי ר' מענדעלע וואס האט צווישען דרייסיג אין פערציג יאר געזאגט תורה אויף פרשת המן,


ליהוי ידוע ר"ר מענדעלע האט געזאגט תורה אויף פ' המן צוויי און צוואנציג יאר 22
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

צולייגער Fine Plus

עמיצער האצעך געזארגט אין ביהמ"ד היינט
0131120808.jpg

קיין קלארן תירוץ פאר דעם באזארגטן יוד האבעך ליידער נישט
אבער א ווארט האבעך יא:

אם לא יועיל לא יזיק!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

וואסידאס פיין פלאס?

א גוט שטיקל קוגל?! אויב יא דאן קעמען רעדן...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

גוט שכח ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

שיינעם מאמר.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

מיינע געדאנקען לכבוד ג' בשלח, און פרייטאג וילך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

יודן גייטס ארבעטען, איך האב נאך געהערט איש מפי פיש ביז פרעה הרשע אז ארבעטען איז די בעסטע סגולה פאר אלע פראבלעם'ס.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טא וואס שרייבסטו דא???
טוה צו דער זאך

---

בד"וו, כ'קען האבן די ליסטע פון דעם איש מפי איש?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

צולייגער האט געשריבן:טא וואס שרייבסטו דא???

דא שרייבט איך מיינע געדאנקען אויף ג' בשלח.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

צולייגער דאס איז א אויסנאם שינעם מאמר!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

והעיקר שכחתי: צילייגער האסט זייער שיין געשריבען, מיין בויך קרעמפעפען האט גארנישט ציטיען מיט דיין ארטיקל.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

להגדיל שמו האט געשריבן:יודן גייטס ארבעטען, איך האב נאך געהערט איש מפי פיש ביז פרעה הרשע אז ארבעטען איז די בעסטע סגולה פאר אלע פראבלעם'ס.

איינער האט מפרסם געוועהן "עבדתי ארבעים יום קשה והרווחתי משכורת שמנה ונושעתי"....
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”