היפנאזיע - פארוואס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

היפנאזיע - פארוואס?

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך יולי 19, 2006 9:41 am

פארגאנגענע וואך האב איך געזעהן איז געווען דא א היפנאטייזער און ער האט געהאט א גרויסען עולם היימישע ווי נישט היימישע צוגלייך (מפי השמועה) האט מיך איינער געפרעגט, פארוואס גייט איינער צו אזא זאך ? וואס איז די סיבה איז עס בלויז פאר אינטערטעימענט, צו זעהן ווי מ'מאכט דאס גענאר פון מענטשען ? צו וויל מען גאר אז מ'זאל פון אים מאכן דאס געלעכטער? אדער אפשר ווייל ער האלט אז ס'וועט איך עפעס העלפן ? קען גאר זיין בלויז ווייל אנדערע גייען ! ..
מיין מיינוג איז אז איינער וואס גייט, גייט ער בלויז פאר אינטערטעימענט ווייל העלפן וועט אים עס נישט און געוואר ווערן וועט ער אויך גארנישט, מ'גייט בלויז צו לאכען פון יענעם,.. אבער וויבאלד איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ווייס איך נישט די ריכטיגע סיבה. איז מיר אינטערעסאנט צו הערן פינעם עולם . פארוואס מ'גייט, איז שוין איינער פון ענק דארט געווען ? איז ער עפעס געוואר געווארען? איז עס טאקע אזוי פאני אז מ'סטאפט נישט צו לאכען ? וכדומה...

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » דאנארשטאג יולי 20, 2006 10:50 am

איך פארשטיי נישט וואס עס איז דא צו לאכן פון היפנאזיע, עס איז בסך הכל א חכמה, וואס מ'קען אריינדרייען אין מוח וואס מ'וויל.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג יולי 20, 2006 11:22 am

איך בין נישט יעצט אין די מאטחד מסביר צו זיין היפנאזיע אפשר בייי א אנדערע געלעגנהייט אויב איינער וועט זיין אינטערעסירט, אבער פון וואס איך רעד איז די היפנאוסעס שאו'ס, וואו דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער נאן סטאפ.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 21, 2006 12:02 am

די פראגע "וואס איז פאני" קען טאקע נאר פרעגן איינער וואס האט דאס נאך נישט געזען.
עס איז גאר אינטערעסאנט אויף פארשידענע אופנים, און איך זעלבסט האב מיך שוין באטייליגט ביי היבשע פון די סארט היפנאסיס שאוס.

עס איז אינטערעסאנט צו זען ווי נארמאלע מענטשן ווערן איבערגעדרייט צו פאלנע משוגעים. טייל הויבן אן צו עקטן ווי וואס אימער מ'הייסט זיי. טרונקען וואסער פון א ליידיגע קאפ . זייער נאז ווערט ווי ראבער און יענער ציט עס צו אלע זייטן און זיי דרייען זיך מיט. ציטערן פון א שלאנג, וואס מ'האט זיי איינגערעדט איז נעבן זיי. פילן א ציפ פון זייער שכן און הויבן זיך אן טענה'ן און שלאגן. ווערן הייס פאר איין מינוט, א מינוט נאכדעם געפרוירן , אלעס לויט דעם באפעל פון דעם היפנאטיסט.

סארי פאר ווער עס האט נישט אלעס פארשטאנען. מען ברויך דאס זען מיט די אייגענע אויגן.

יעצט א תירוץ אויף דיינע פראגעס.

פארוואס מען גייט? אדער צו זען ווי מ'מאכט יענעם משוגע, וואס דאס איז גאר אינטערעסאנט. אדער צו טאקע ארויפגיין אויפן סטעידזש און אויך זיין פון די "שאו שפילער".
נאכדעם איז דא אזא זאך ווי אז עס קען העלפן אויף פארשידענע זאכן , ווי אויפהערן רויכערן, דייעט (זיי פארעקלען דיר פון פעטע עסן, און טוט ווי אריינלייגן א גוטן טעם אין וואסער אנשטאט קעיק, וכדומה.), בעסערע מאמארי וכו'. פארשטייט זיך אז צו פרובירן קען נישט שאטן, און גראדע ווייס איך איינעם וואס עס האט געהאלפן נישט רויכערן [פאר עטליכע מאנאטן.

דו פרעגסט "צי מ'ווערט עפעס דארט געוואויר?" קודם כל געווענליך גייט מען נישט צו קיין שאוס צו געוואויר ווערן זאכן, נאר צו האבן א גוט טיים , זיך אויסטשוכען און לאכן אביסל. אבער אויסער דעם , ווערט מען דארט געוואויר א מוראדיגע זאך אז עס איז טאקע דא אזא זאך ווי היפנאסיס, וואס ווייניג וואלטן דאס געגלייבט ווען נישט מ'זעט דאס מיט די פליישיגע אויגן.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג יולי 21, 2006 12:09 am

תוהו
דו שרייבסט
נאכדעם איז דא אזא זאך ווי אז עס קען העלפן אויף פארשידענע זאכן , ווי אויפהערן רויכערן, דייעט (זיי פארעקלען דיר פון פעטע עסן, און טוט ווי אריינלייגן א גוטן טעם אין וואסער אנשטאט קעיק, וכדומה.), בעסערע מאמארי וכו'. פארשטייט זיך אז צו פרובירן קען נישט שאטן, און גראדע ווייס איך איינעם וואס עס האט געהאלפן נישט רויכערן [פאר עטליכע מאנאטן.

טאקע דאס איז וואס כ'האב געפרעגט איז טאקע דא אויף שאו'ס וואו מ'העלפט מענטשען ? אדער צו ווערן געהאלפען דארף מען גיין אויף פרייועט סעסשענ'ס ביי אים אינדערהיים/אפיס?

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 21, 2006 12:14 am

די שאוס זענען סתם פאר אינטערטעינמענט, אינטערעסאנטקייט.
צו ווערן געהאלפן דורך דעם מיטל, דארף מען ספעציעל אראפ צו זיי.
אויך קען מען קויפן טעיפס ווי זיי רעדן איבער געוויסע נושאים, יעדע טעיפ עפעס אנדערש, אבער איך ווייס נינשט וואסערע רעזולטאטן דאס קען ברענגען.
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג יולי 21, 2006 12:19 am

ועגען די טעיפ'ס ווייס איך און מ'דארף אבער וויסען וואס צו קויפ'ן ס'איז דא גוטע און ס'איז דא פון סאו קאטחללד וואטחנעבי'ס וואס דאס איז נישט ווערט, די עיקר וואס כ'האב געוואלט וויסען איז צו דארט איז טאקע נאר אינדזשומענט.

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » פרייטאג יולי 21, 2006 12:23 am

יעפס, דארט איז פיור, כל כולו, ריין אינדזשאוימענט.

אגב, קענסטו פרובירן גיין אויף זייערע וועב זייטלעך וועסטו כאטש זען בילדער ווי די איננגעשלעפטע חברה אויפן סטעידזש ליגן איינער אויפן צווייטן פארזונקען אינעם טיפן היפנאטיזירטן שלאף, און פאלגן ווי שעפסעלעך כל מה שיאמר ה'הפינאטיזירער.
די וואך אין פרק:

רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'

רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג יולי 21, 2006 12:25 am

טענק'ס תוהו פאר די אינפא. ס'איז אינטערעסאנט צו נאך חברה פון דא זענען שוין געווען און וואס מ'זאגט דערצו,
דער אמת איז אז היפנאטחסעס איז נישט עפעס א מורא'דיגע חכמה בעצם ווי אזוי עס צו מאכן איך פאר מיר האב איך עס שוין געטרייט דורך סעלף-היפסאטחסעס אבער איך בין נישט גענוג טיף אריין אויף יענעם ארבעט עס בעסער, קען זיין אז כ'על עס טאקע אמאל דארפ'ן גיין זעהן ווי א צווייטער מאכט עס..

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » פרייטאג יולי 21, 2006 8:47 am

דאס איז זיכער נאך וואס מ'זעט אז צווייטן דאס מאכן, איז פיל לייכטער דאס צו מאכן פאר זיך.
טעמו וראו

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 21, 2006 11:59 am

כאב לכתחילה נישט געוואלט רעדן בכלל אין דעם אשכול, איך האב אמאל געהערט א שיעור אין היפנאסיע, וואס זאל איכענק זאגן, מ'קען לאכן פון דעם עצם רעיון, מ'דארף מברר זיין ביין דאיען אויב מ'מעג דאס טוהן לכתחילה על פי תורה.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג יולי 21, 2006 12:03 pm

סאכדעס
נו נו פרעג דעם דיין און לאז מיך וויסען מיט וואס ער איז נישט צופרידען דערמיט, און זאל ער עפענען דערפאר א אשכול אין דברי תורה און נאכדעם וועל איך דיר ענטפערן דערויף.
פעיר אינאףף?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 21, 2006 12:21 pm

על מיר רעדן צום דאיען.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 21, 2006 12:50 pm

מעסטער מיינד דא איז דא א דיין? איך האב קיינמאל נישט געוויסט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג יולי 21, 2006 12:52 pm

נאבאדעי האבן מיר א דייען, ער האט אפילו אן אונטער שמש.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 21, 2006 12:54 pm

איך האב שוין באמערקט ביי די דברי תורה אשכול, אבער ווער איז ער? איך זעה נישט ווער איז דא דער דיין אדער דייען וויזוי די שרייבסט, און ווער איז דער אונטער שמש?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג יולי 21, 2006 12:58 pm

דער דייען איז אין בעסדין שטיבל, און דער אונטער שמש איז אין אמעריקע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 21, 2006 1:04 pm

כא כא כא, לאכט זיך סאכדעס'ל אונטער, ווא ווי באמבער בי, אבי איינער קימערט זיך שוין דא, אלזא לאמיר אנהויבן פון דער אנהויב.

טייערער טייפ, זעץ איך אנידער טוה דיר אהן די ברילן, און הארכזשע צו.

יאך אזוי ווי די קוקסט מיר אהן, זעהסט מיר? הא? אקיצער יאך בין דעם הויכגעשעצטן.. וואס? דו זעהסט מיר נישט? קוק גוט מער אויף ארויף כ'פארשטיי ביזדערווייל זעהסטו נאר מייין ארעם. נו זעהסט שוין? אה אוקיי.
אקיצער יאך, אזוי ווי דו קוקסט מיר אהן, אפילו לאמיר זאגן דו קוקסט נישט, דו הערסט? זיכער? ווייל איך וויל נישט רעדן צו די פיר ווענט.
יאך בין דער אונטער שאמעס, פון דעם הויכבאשפריצטן דאיען שליט"א
וועסטעך פרעגן וואס עפעס הויכבאשפריצט, יא? דאס פרעגסטו ? וואס דו האסט נישט געהארכן? האסט זיך געשראקן פון מיר? נע אה האסט יא געהערט, אקיצער דער דאיען אזוי ווי איך זעמיר זייער זייער הויך, און באשפריצט מיט שאלעס פון צופרי ביז ביינאכט, עניוועי, ער הייסט יאך שעמעך צו זאגן, ערעב התאחדות, שליט"א ירום הודו וועא"מ.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 21, 2006 1:06 pm

קיינער זאל נישט מיינען אז מ'איז פארקראכן פונעם נושא , ליינטס גוט אפ סאכדעס'ס לעצטע תגובה , ער פראבירט צו היפאנייזן טייפ'ן.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 21, 2006 1:06 pm

יישר כוח אינטער שאמעס פאר די לאנגע הויכבאשפריצטע דרשה.

ווי אזוי מאכט מען די מיקום.?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג יולי 21, 2006 1:07 pm

איך_הער האט געשריבן:קיינער זאל נישט מיינען אז מ'איז פארקראכן פונעם נושא , ליינטס גוט אפ סאכדעס'ס לעצטע תגובה , ער פראבירט צו היפאנייזן טייפ'ן.

הא הא הא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 21, 2006 1:07 pm

ס'ארבעט ער לאזט זיך ,

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 21, 2006 1:08 pm

טייפ איך וועל דיר ענטפערן אויף דיין לעצטע קשיא , ביי פרופיל איז דא די קשיא מיקום און די קענסט אריין שרייבן וואס דו ווילסט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 21, 2006 1:09 pm

איך הער אז דו ביסט גוט אז דו ביסט גוט, כאכא כאב אזאנס געלאכט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 21, 2006 1:15 pm

סאכדעס BTW ס'האט גענומען א וואך אבער איך האב סוף כל סוף געפאלגט .


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט