איידיעס פאר "נר מצוה"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:00 am

בעקער האט געשריבן:
סעילעסמען האט געשריבן:זיי קומען ארויס דאס יאר מיט א כורעים פלאר מעעט פאר יו"כ

מאך fast fwd דריי יאר, ווי נאראנים עמער אלע קויפן פארן חתן א KFM לכבוד יו"כ.

ס'וועט זיין צו באקומען אין מערערע פארמאטן:
פעלענע, לעדערנע, לענענע, כמו טערקיש.
מיט א קושן ביים קאפ.
פארשידענע סייזעס.
קאלירן, לדוגמא מעטשינג צום קיטל אדער צום פלאר פון שול, צום ארון הקודש אדער צום בארד...
מיט א זילבערנע עטרה ארום. אויך עווילעבל מיט א מיטעלע עטרה.
הארעלעך פון א וויידל ביים זוים. שיער פארגעסן, ס'הייסט א 'קרוין'...
מ'עט אויך קענען צוקויפן א הערליכע בייטל מיט סאראפסקי זילבער דערויף, צו האלטן דערינען דעם הייליגן פלאר מעעט.
אזוי אויך א זאגער'ל מיט א לשם יחוד וואס צו זאגן בשעת'ן מקיים זיין ופרשו השמלה.

ווי פארציילט די וועלט:
א זקן איז אמאל געבליבן ליגן ביי כורעים אזוי כפול שמונה אונטערן טלית, זייער לאנג, כמעט כדי הילוך פרסה. די באזארגטע מתפללים האבן שוין געמיינט מי יודע מה, אפשר איז יצאה נשמתו בכורעים, האט מען אים א שאקל געגעבן. שרייעט ער ארויס פון אונטערן טלית: ס'ווילט עטץ? כ'האב פארגעסן די פאלשע ציין, כ'קען נישט קייען אזוי שנעל ווי ענק!...

לפי זה דארף מען אפשר צולייגן א באהאלטענע built in אפיקומן טאש, מיט א האלטער פאר די פאלשע ציין, שלא לבייש...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט