בלאט 12 פון 13

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:45 pm
דורך ניס קראכער
:lol:

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 2:47 pm
דורך nmi
נו וואדע האט געשריבן:די ליצים זאגן אז נר מצוה קומט ארויס מיט א ספעציעלע דאונאט עקסערעי מאשין

צו קענען טשעקן צו סיז דא גענוג דזשעלי/קאסטערד אינעווייניג.......................

א שאד אז די ליצים זאגן עס און נישט נר מצוה אליין

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 5:05 pm
דורך זאלץוואסער
א איידיע פאר נר מצוה:

א קאנפעקשאן צוקער בושות פארהאלטער

עס וועט זיין א ספעציעלע שמאטעלע אפצו- ווישן די קאנפעקשאן ציקער פאר מ'אטעמט ארויף דערויף און מ'ווערט פארכאפט אינעם שניי.

אדער א אפציע פאר א ספעציעלע שיינע נאוזקליפ צו פארהאלטן דעם אטעם ביזן סוף פונעם דאונאט.

פארשטייט זיך אז איך דארף רויעלטי'ס אויף די איידיע

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 5:10 pm
דורך קלאָצקאָפּ
;l;p-
וואדע און זאלצי, טיילט אייך דערמיט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 5:19 pm
דורך nmi
זאלץוואסער האט געשריבן:א איידיע פאר נר מצוה:

א קאנפעקשאן צוקער בושות פארהאלטער

עס וועט זיין א ספעציעלע שמאטעלע אפצו- ווישן די קאנפעקשאן ציקער פאר מ'אטעמט ארויף דערויף און מ'ווערט פארכאפט אינעם שניי.

אדער א אפציע פאר א ספעציעלע שיינע נאוזקליפ צו פארהאלטן דעם אטעם ביזן סוף פונעם דאונאט.

פארשטייט זיך אז איך דארף רויעלטי'ס אויף די איידיע

אז מ'גיט א בלאז און די קאנפעקציע צוקער צופליט איז נאכנישט אזוי געפערליך. געפערליך איז ווען מ'עסט עס ביים שווער און מ'גיט א אטעם אריין די ק.צ. און מ'נעמט זיך צו היסען אווי ביי די מרור און יעדעס מאל געט מען אזא טראכט אז יעצט גייט מען זיך שוין איינהאלטן אבער נאך א 6 סעקונדעס געט מען אזא היס אז ס'פליט מיט אזא לאנגע שליים און ס'נעמט זיך גיסן טרערן ווי א שלויך און מ'כאפט שנעל א 3 נעפקינס און די איבריגע פייל פארט אראפ בנוחתה אויפן פלאהר איינצעלווייז און מווייסט נישט ווי אנצוהייבן מיט די 3 אין די האנט צו ביי די אויגן צו ביי די נאז אדער ביים מויל גאר... איי יי יי

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 6:00 pm
דורך ר' יום טוב
א פייכטע ורחץ האנטוך אפצעווישן די אויליגע הענט...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 6:53 pm
דורך חושב מחשבות...
:P
ר' יום טוב האט געשריבן:א פייכטע ורחץ האנטוך אפצעווישן די אויליגע הענט...

די איידיע קען נאר איינפאלן אין די דאזיגע שעות...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:44 pm
דורך קיקיון
ניצען "נר מצוה" אויל לעמפלעך איז בכלל זה קלי ואנוהו אדער א הידור אין שלו' בית?
למאי נ"מ?
פון דעם בליץ פאסט פון בן עולם הבא
אינעם ספר "בינת ישראל" שטייט א טעם אויף דעם ענין וואס מען טיילט חנוכה מער צדקה ווי געווענליך, ווייל אידישע קינדער זוכן שטענדיג זיך צו לאזן קאסטן פאר'ן רבוש"ע, נאך מער ווי מען דארף מעיקר ההלכה, צוליב חביבות המצוות, אבער אנדערש ווי יעדער יום טוב וואס קאסט אפ אסאך געלט און אידן לאזן זיך קאסטן דערפאר מיט שמחה, איז די גרויסע מצוה פון חנוכה נישט פארבונדן מיט אזויפיל הוצאות. דערפאר איז מען עס משלים מיט'ן טיילן צדקה, כדי מפרסם צו זיין דעם נס און מחבב זיין די מצוה פון חנוכה.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:03 am
דורך יסוד ארי
מצב כללי האט געשריבן:יעדעס יאר גיי איך אין ספרים געשעפט זעהן אויב נר מצוה האט ארויסגעבן א מנורה סטענד וואס פיט מיין מנורה אבער ניין עס איז נישט דא

מיין מנורה איז 26 אינטשעס דאס מיינט אז אין ארדער די פלאם זאל זיין אינטער 10 טפחים וואס איז 37 אינטשעס לויט די גרעסערע שיעור דארף די סטענד זיין נישט העכער פון 9 אינטשעס דערווייל איז די נידריגסטע סטענד 9.5 אינטשעס

וואס טון די אלע יונגעלייט וואס האבן הויעכע מנורות וואסערע סטענד ניצן זיי?


איך האב מיר יארן געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, ביז איך האב געטראפן אין א גויאישן געשעפט א סטענד וואס איז געמאכט געווארן פאר פלענטס, ס'איז דא צובאקומען פארשידענע סייזעס, סיי אין די ברייטקייט און סיי אין די הויעכקייט, איך שטעל דא ארויף א בילד
20181206_000248.jpg
20181206_000248.jpg (601.37 KiB) געזעהן 2569 מאל

אלעס איז שוין דא היינט כשר לפסח....

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 10:58 pm
דורך yakovb

שבת זכור

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2019 10:16 am
דורך אזוי גאר!
א נייע געדאנק פאר נר מצוה
עמל"ק קוגל
א טאץ מיט אלע פיר קוגלען
ע'פל
מ'על
ל'אקשען
ק'ארטאפל

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2019 10:35 am
דורך גרינע
אזוי גאר! האט געשריבן:א נייע געדאנק פאר נר מצוה
עמל"ק קוגל
א טאץ מיט אלע פיר קוגלען
ע'פל
מ'על
ל'אקשען
ק'ארטאפל

זאגט מיר איינער אז ער זאגט "עמלקי" מיט א 'יוד' פאר ירושלמי קוגל...

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2019 10:41 am
דורך moishy56
אזוי גאר! האט געשריבן:א נייע געדאנק פאר נר מצוה
עמל"ק קוגל
א טאץ מיט אלע פיר קוגלען
ע'פל
מ'על
ל'אקשען
ק'ארטאפל

Satmar Deli in London

satmar orinim london kugal.JPG
satmar orinim london kugal.JPG (108.36 KiB) געזעהן 2086 מאל

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:07 pm
דורך nmi
כ'מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט פאר נר מצוה אויף צו קומען מיט אן איידיע אז מ'זאל קענען אויפהייבן א קינד מיט קארצע ערמל און הויזן אנדעם וואס מ'זאל טמא ווערן.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 3:41 pm
דורך פומפדותא
nmi האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט פאר נר מצוה אויף צו קומען מיט אן איידיע אז מ'זאל קענען אויפהייבן א קינד מיט קארצע ערמל און הויזן אנדעם וואס מ'זאל טמא ווערן.

איך בין אויפגעקומען מיט א געדאנק, איך האב געלייגט Patent דערויף.

(ס'הייסט הענטשוך)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אזוי ווי אין די 9 טעג זענען דא מערערע חסידים ואנשי מעשה וואס פראווענען תיקון חצות צום שיין פון ליכט
איז 'נר מצוה' ארויסגעקומען מיט א "9 דעי קענדל" ספעציעל געאייגענט פאר די ניין טעג

בילד

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:34 pm
דורך nmi
:lol:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אזוי ווי אין די 9 טעג זענען דא מערערע חסידים ואנשי מעשה וואס פראווענען תיקון חצות צום שיין פון ליכט
איז 'נר מצוה' ארויסגעקומען מיט א "9 דעי קענדל" ספעציעל געאייגענט פאר די ניין טעג

בילד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:40 pm
דורך סעילעסמען
זיי קומען ארויס דאס יאר מיט א כורעים פלאר מעעט פאר יו"כ

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:43 pm
דורך יש בו
צ.ק.
א בעג ספעשיל דיזיינט פאר די ד׳ מינים פלאס א מחזור מיט די טלית איניינעם

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:59 pm
דורך programmer
יש בו האט געשריבן:צ.ק.
א בעג ספעשיל דיזיינט פאר די ד׳ מינים פלאס א מחזור מיט די טלית איניינעם

עס איז שוין דא א הושענא זאגער מיט א קליפ ארויפצוקליפן אויף די לולב

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 4:40 pm
דורך בעקער
סעילעסמען האט געשריבן:זיי קומען ארויס דאס יאר מיט א כורעים פלאר מעעט פאר יו"כ

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 4:51 pm
דורך קלאָצקאָפּ
דאס איז פאר'ן בעל תפילה (זע די טעקסט), וואס וועט זיין מיט די פשוט'ע אידן?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:03 pm
דורך programmer
ווען גייט עס זיין צו באקומען?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 6:33 pm
דורך nmi
פומפדותא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט פאר נר מצוה אויף צו קומען מיט אן איידיע אז מ'זאל קענען אויפהייבן א קינד מיט קארצע ערמל און הויזן אנדעם וואס מ'זאל טמא ווערן.

איך בין אויפגעקומען מיט א געדאנק, איך האב געלייגט Patent דערויף.

(ס'הייסט הענטשוך)

וואס הייסט patent?

)איים סארי פארן ריפלייען 2 חדשים שפעטער...)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:00 am
דורך חוח בין השושנים
בעקער האט געשריבן:
סעילעסמען האט געשריבן:זיי קומען ארויס דאס יאר מיט א כורעים פלאר מעעט פאר יו"כ

מאך fast fwd דריי יאר, ווי נאראנים עמער אלע קויפן פארן חתן א KFM לכבוד יו"כ.

ס'וועט זיין צו באקומען אין מערערע פארמאטן:
פעלענע, לעדערנע, לענענע, כמו טערקיש.
מיט א קושן ביים קאפ.
פארשידענע סייזעס.
קאלירן, לדוגמא מעטשינג צום קיטל אדער צום פלאר פון שול, צום ארון הקודש אדער צום בארד...
מיט א זילבערנע עטרה ארום. אויך עווילעבל מיט א מיטעלע עטרה.
הארעלעך פון א וויידל ביים זוים. שיער פארגעסן, ס'הייסט א 'קרוין'...
מ'עט אויך קענען צוקויפן א הערליכע בייטל מיט סאראפסקי זילבער דערויף, צו האלטן דערינען דעם הייליגן פלאר מעעט.
אזוי אויך א זאגער'ל מיט א לשם יחוד וואס צו זאגן בשעת'ן מקיים זיין ופרשו השמלה.

ווי פארציילט די וועלט:
א זקן איז אמאל געבליבן ליגן ביי כורעים אזוי כפול שמונה אונטערן טלית, זייער לאנג, כמעט כדי הילוך פרסה. די באזארגטע מתפללים האבן שוין געמיינט מי יודע מה, אפשר איז יצאה נשמתו בכורעים, האט מען אים א שאקל געגעבן. שרייעט ער ארויס פון אונטערן טלית: ס'ווילט עטץ? כ'האב פארגעסן די פאלשע ציין, כ'קען נישט קייען אזוי שנעל ווי ענק!...

לפי זה דארף מען אפשר צולייגן א באהאלטענע built in אפיקומן טאש, מיט א האלטער פאר די פאלשע ציין, שלא לבייש...