איידיעס פאר "נר מצוה"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

איידיעס פאר "נר מצוה"

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 4:41 pm

ווי באקאנט קומט נר מצוה ארויס יעדעס יאר מיט פרישע רעיונות און איידיעס צו אימפראווען די הייליגע מצוה פון צינדן מנורה.

מיט אלע זייער איידיעס איז נאך אלץ דא א געוואלד זאכן וואס בעסער און שענער צו מאכן, אדער פארגרינגערען וכדומה.

גם אני בחלונ"י (אדער, מער ריכטיגער, בדלתי) קלער יעדע יאר אז ממש א שאד זיי האבן נישט אזא זאך אדער אזא זאך וכדומה.

האב איך געקלערט אז ס'וואלט געווען א איידיע אז יעדער זאל דא שרייבן רעיונות וואס נר מצוה קען מחדש זיין לכבוד חנוכה תשע"ב הבעל"ט (אין ווייניגער ווי א יאר...).

און איך גלייב אז זיי וועלן - סאם האו – זען דעם אשכול, און אפשר טאקע קלייבן פרישע רעינות פון דא.

אבער ביטע זיך האלטן אין די ראמען, לייגן נאר זאכן מיט שכל, וואס מ'קען טאקע מאכן און ס'איז טאקע א גוטע זאך, נישט סתם פיטפוטי דברים (נישט אזעלכע וואס פארן ארום אין די טעקסט מעסידזעס ביי יעדע יומא דפגרא).

ובזה התחלתי:

1. זיי האבן א אייזענע שפאָרעלע (נישט די בלעך) פאר די וואקסענע שמש, וואס דאס לייגט מען אריין אין די שמש-בעכער'ל אויף די מנורה, איז די פראבלעם אז ס'האלט זיך נישט פעסט בכלל, ס'ליגט פשוט אויף די וואנט פון די שמש בעכער'ל, ס'איז נישט טייט און ס'איז בכלל נישט מחובר, איך ציטער די גאנצע צייט אז די טישל זאל זיך נישט געבען א שאקל און דאס זאל אראפפאלן ח"ו.
האב איך געקלערט פון צוויי וועגען וויאזוי מ'קען דאס פארשטערקערן:
אדער אזוי ווי די ראבער'ס וואס זיי האבן געמאכט פאר די גלעזער אז די גלעזער זאל זיצן גוט אין די בעכערס זאלן זיי מאכן די זעלבע זאך פאר דעם.
אדער קענען זיי מאכן אז די חלק אין וואס די ליכט ליגט זאל זיין לאנג, אזוי אז ס'זאל אריין גיין טיף אין די בעכער, אזוי האלט עס זיך כאטש שטארקער.

2. אסאך אידן פירן זיך צו צינדן מיט די אוילענע שמש, וגם אני בתוכם,
איך מוטשע זיך שוין יארן צו טרעפן א וועג אז די פלאם פון די שמש זאל שטיין גוט ארויס אזוי אז מ'זאל קענען מדליק זיין די נירות,
דערווייל ניץ איך איינע פון נר מצוה'ס בלעכען, די וואס האט אריי שפיצן, און איך פארעם עס אויס אויף ארויס אז די פלאם שטייט ארויס, אבער ס'איז נאך נישט דאס בעסטע.
איך בעט נר מצוה - אדער איינער פון די חברים דאהי - זאלן אויפקומען מיט א רעיון דערויף, ביטע.


האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 8:33 pm

איך מוטשע מיר יעדעס יאר ווען איך צונד מיט די וואקסענע לעכטעל און עס טראפט אריין אין די אויל. דעריבער איז גוט צו ערצייגן א טראפ-לאזער צינדער וואס קען אויך אריין גיין אין א זילבערנע צינדער. צום ביישפיל, מען זאל מאכן א צינדער פון די רויטע קנויטן וואס קומען מיט די צינורות.
אז מען רעדט שוין, און וויבאלד עס איז צום האפן אז נר מצוה וועט זעהן דעם אשכול, וויל איך טאקע אנמערקן אויף אייניגע פארבלעמען וואס איך האב מיט זייער פראדוקטן.
1. די רויטע קנויטן זייערע לאזן ארויס א שוואכע רויטע קאליר אויף די אויל. איך נוץ דעריבער די רויטע קנויטן פון אן ארץ ישראל קאמפאני וואס פארבט נישט די אויל.
2. די צינורות איז בעסער אויב עס איז זילבער ווייל דאס זעהט זיך ווייניגער אהן אין די גלעזעל.
3. די נייע קריסטאלענע גלעזלעך זענען נישט אייניג פון אינעווייניג און דעריבער ווען מען לייגט אריין די צינורות שטעקט זיך איינס ארויס מער ווי די צווייטע.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 10:03 pm

סדא אידן וואס מוטשענן זיך וויפיל מאל זיי האבן שוין געזאגט ויהי נועם צו מען האלט ביי די פיפטע צו ביי די אכטע
דעריבער וואלט "נר מצוה" געדארפט ארויסגעבן אזא מאשינקע וואס יעדע מאל וואס מען זאגט ויהי נועם גיט מען א דריק, און ביי די זיבעטע מאל נעמט זיך עס זינגען מעוז צור
( :P לאך נישט מארגן זעה איך עס אין די בתי מדרשים)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 11:50 am

מוטשע נישט האט געשריבן:איך מוטשע מיר יעדעס יאר ווען איך צונד מיט די וואקסענע לעכטעל און עס טראפט אריין אין די אויל. דעריבער איז גוט צו ערצייגן א טראפ-לאזער צינדער וואס קען אויך אריין גיין אין א זילבערנע צינדער. צום ביישפיל, מען זאל מאכן א צינדער פון די רויטע קנויטן וואס קומען מיט די צינורות.


ס'איז כדאי (נישט די ראפפעל) אז די זאלסט וויסן אז ס'איז שוין דא טראפ-לאזע וואקסענע צינדער'ס. איך בין נישט זיכער אויב עס קומט פון 'נר מצוה' אבער ס'איז דא א גאנץ דינע נר שעוה ספעציעל וואס טראפט נישט. איך ניץ עס ב"ה צום גיטן שוין צוויי יאר צו מיין שטארקע צופרידענהייט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 12:21 pm

אה, זייער גוט האסט געעעפנט א אשכול. איך ווארט שוין לאנג דערויף.

וואס טוט מען מיט די מנורה נאכדעם וואס מען גייט אוועק דערפון? יעדער ליידט פון די קינדער וועלכע גייען דורך דארט, און קיינער קען נישט זאגן אז די 8 טעג חנוכה גייען אים אדורך אן קיין אנגעצויגנקייט אויפן קינד וואס האט בטעות אריינגעקראכט, צו געוואלט אריינקראכן אין די אויל מנורה.

נר מצוה ארבעט יעצט אויף א פראדוקט (זיי ארבעטן? איך מיין צו זאגן זיי זאלן ארבעטן!), וואס געבט א מוראדיגע לייזונג צום פראבלעם.

עס איז אזא טרעק וואס לויפט אויף די שוועל פון די טיר, וואס די סטענד פון די מנורה קען אראפ און ארויף פארן. וויאזוי האלט זיך עס? נישט מיט קיין סקרולס וכדומה, נאר מיט אפאר גוטע פעסטע קלעבערס (ל"ג בעומר שיסער קלעבערס, וואס יעדע Gps קומט דערמיט עס ארויףצוקלעבן אויף די קאר, (נישט סתם די קלעבער, נאר עס קומט מיט אזא קליפ וואס ווען מען מאכט עס צו איז עס כמעט נישט מעגליך אראפצונעמען). חוץ דעם וואס די עיקר גייט די טרעק זיך האלטן אויפן פלאר, ווייל עס גייט לויפן אויף די גאנצע שוועל, ביז דער ערד. נאר די קלעבערס גייען עס פשוט גוט גוט באפעסטיגן.

ווען איר ענדיגט זיצן ביי די לעכט, וועט איר קענען מיט א קנעפל אביסל לויז מאכן די מנורה סטענד און עס ארויפריקן ביז אויבן. (אויב עס הייסט נאך אלץ אויף די פלאץ פונעם צינדן וועלן די רבנים דורכטון).

נאך חנוכה מאכט מען אויף די קלעבערס, מען נעמט עס אראפ, עס נעמט נישט אויף צופיל פלאץ אין סטארעדזש. עס איז א בלויזע לאנגע אייזן (צו פלעסטיק) אין די ברייט פון א טיר.

בייגעלייט איז א בילד דערפון.
צוגעלייגטע
ner2.png
ner2.png (16.62 KiB) געזעהן 3894 מאל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 12:28 pm

די גלעזלעך ענדיגט זיך מיט א שמאלע דינע שפיץ און מ'קען עס נישט גיהעריג קלינען,
א בראש מיט א גאר דינע שפיץ איז א גוטע לעזונג
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 12:59 pm

גרויזאמער. א מייסטער פלאן! הלוואי זאלן זיי טראכטן דערפון. ממנו ילמדו וכן יעשו. גרויזאמער שרייבט נישט בלויז, ער קומט מיט פערטיגע פלענער, ער האט זיי אנגעגרייט א סקעטש מיט וואס די בעלי בתים קענען גלייך פארן קיין כינע דאס אויסצוארבייטן און ער האט זאגאר אנגעגרייט זייער אדווערטייזמענט אויך..

גרויזי. גראדע קען מען אביסל ארומארבייטן מיט דיין פלאן. ווייל די קלעב וואס די GPS חברה ניצן וואלט איך נישט פארזיכערט פאר א מנורה. ס'איז פארהאן בעסערע און זיכערע וועגן וויאזוי ארויפצוהאקן די זאך דעראויף. העמער רעדן נאך שבת און זיך טיילן מיט די רווח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 1:03 pm

צייטליך האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:איך מוטשע מיר יעדעס יאר ווען איך צונד מיט די וואקסענע לעכטעל און עס טראפט אריין אין די אויל. דעריבער איז גוט צו ערצייגן א טראפ-לאזער צינדער וואס קען אויך אריין גיין אין א זילבערנע צינדער. צום ביישפיל, מען זאל מאכן א צינדער פון די רויטע קנויטן וואס קומען מיט די צינורות.


ס'איז כדאי (נישט די ראפפעל) אז די זאלסט וויסן אז ס'איז שוין דא טראפ-לאזע וואקסענע צינדער'ס. איך בין נישט זיכער אויב עס קומט פון 'נר מצוה' אבער ס'איז דא א גאנץ דינע נר שעוה ספעציעל וואס טראפט נישט. איך ניץ עס ב"ה צום גיטן שוין צוויי יאר צו מיין שטארקע צופרידענהייט.

איך פארשטיי אז 'מוטשע נישט' זוכט א דיקערע שמש, וואס האלט זיך פעסט אינעם זילבערנעם צינדער, אנדערש ווי די דינטשיגע פון וואס דו רעדסט, צייטליך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 1:05 pm

ביי אונז איז נישטא גרויזי'ס פראבלעם, ווייל מיר זיצן א האלבע שטונדע ביי די ליכט און גיבן אכט אז קיינער זאל דאס נישט רירן, און תיכף דערויף שטעלט מען דאס ארויף אויף א הויך פלאץ מיט די הענט, פראקטיש און ביליג און פארלאנגט נישט קיין סטארידזש פלאץ.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 1:08 pm

לפי זכרוני האלט דער .... (?דרך החיים?) אז אויב דארף מען אוועקרוקען די מנורה ממקומו נאך די האלבע שעה, איז בעסער עס אויסצולעשן, ווייל אז נישט זעהט עס אויס למפרע ווי לצורכו הוא דאדליק
וכמדומה שלא נהוג עלמא הכי
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 1:16 pm

גרויזי דאס וועט זיין א דיסקרימינאציע קעגן די וואס צינדן ביים זייט פונעם טיר אדער ביים פענסטער

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג דעצמבער 12, 2010 11:50 am

קרעמער האט געשריבן:ביי אונז איז נישטא גרויזי'ס פראבלעם, ווייל מיר זיצן א האלבע שטונדע ביי די ליכט און גיבן אכט אז קיינער זאל דאס נישט רירן, און תיכף דערויף שטעלט מען דאס ארויף אויף א הויך פלאץ מיט די הענט, פראקטיש און ביליג און פארלאנגט נישט קיין סטארידזש פלאץ.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג דעצמבער 12, 2010 11:52 am

מיין טישל איז געווארען אונגאנצען אנגעטראפט פון וואקס זיי האבען נאכנישט א זאך וואס קראצט אראפ די וואקס פון די טיש
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:00 pm

לבבור הבעה"ב נר מצווה יה"ו

איך בין זייער נישט צופרידען פון איינס פון ענקערע פראדוקטען, איך טראכט ערענסט אייך צו סוען פאר דריי טויזענט דאלער......

ענק האבן געמאכט הערליכע שיינע קריסטאל גלעזער, מיט וואס צו צינדען די מנורה
די פראבלעם איז אבער אז עס איז נישט דא קיין שום צוגעפאסטע קנויט האלטער פאר דעים

ווי באוויסט, זענענן טאקע אלע קריסטאל געלעזער פון דרויסן אלעס איין סייז, {עס איז דא דריי סייזעס, און יעדע סייז פאר זיך איז אלעס פון דרויסן אייניג}
אבער פון אינעווייניג, איז אלעס אנדערש, ווי באלד עס איז קריסטאל, איז נישט אלע גלעזער אייניג פון אינסייד איין גלאז איז דיקער/דינער/העכער/נידעריגער/ אא"וו
דערפאר זענענן ענקערע גאלדענע קנויטען האלטער שרעקליך מיעס דערין, ווייל איינס שטעקט זיך ארויס אביסל פינעם געלעזל, איינס קימט נאר אן ביז א דריי א פערטעל גלעזעל,
איינס ענדיגט זיך טאקע אייניג מיטען גלעזעל, הקיצור זיי קיקען אויס ווי א שיכור פירום נאכ'ן עד דלא ידע, די איינציגעסטע זאך וואס מ'קען ניצען איז די זילבערנע ווייכע סילווער פיס, מיט דריי שפיצען,
אבער דאס פאסט נישט פאר תשע"א, דאס איז גוט געווען און פיטום פאר צוואנציג יאר צוריק, נישט היינטיגע צייטען

איך האב מיר באמת גע'ערבערט דאס יאר חנוכה, האבענדיג שיינע גלעזליך, מיט נישט קיין שיינע קנויטען האלטער

דערפאר פארלאנג איך א דרינגעדע לייזונג צום פראבלעם, א קנויטען האלטער פאר ענקערע קריסטאל גלעזער, איך טראכט אז עטץ זאלטס מאכען עפעס אזוינס,
וואס האלט זיך אויבן אויפן גלעזעל, אבער נישט די גאנצע לענג, בקיצור עפעס מוז שוין געטיען ווערן, אז נישט ! וועל איך נעמען אלע מיינע ניין גלעזער, און עס צוריק
טראגן צום שמש

איינער האט אפשר זייער EMAIL אדרעס???
איך וויל זיי עס באמת אויפקלערן, די פראבלעםהאט מיר שרעקליך נעווירעט דעם חנוכה

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:24 pm

מחותן האט געשריבן:לבבור הבעה"ב נר מצווה יה"ו

איך בין זייער נישט צופרידען פון איינס פון ענקערע פראדוקטען, איך טראכט ערענסט אייך צו סוען פאר דריי טויזענט דאלער......

ענק האבן געמאכט הערליכע שיינע קריסטאל גלעזער, מיט וואס צו צינדען די מנורה
די פראבלעם איז אבער אז עס איז נישט דא קיין שום צוגעפאסטע קנויט האלטער פאר דעים

ווי באוויסט, זענענן טאקע אלע קריסטאל געלעזער פון דרויסן אלעס איין סייז, {עס איז דא דריי סייזעס, און יעדע סייז פאר זיך איז אלעס פון דרויסן אייניג}
אבער פון אינעווייניג, איז אלעס אנדערש, ווי באלד עס איז קריסטאל, איז נישט אלע גלעזער אייניג פון אינסייד איין גלאז איז דיקער/דינער/העכער/נידעריגער/ אא"וו
דערפאר זענענן ענקערע גאלדענע קנויטען האלטער שרעקליך מיעס דערין, ווייל איינס שטעקט זיך ארויס אביסל פינעם געלעזל, איינס קימט נאר אן ביז א דריי א פערטעל גלעזעל,
איינס ענדיגט זיך טאקע אייניג מיטען גלעזעל, הקיצור זיי קיקען אויס ווי א שיכור פירום נאכ'ן עד דלא ידע, די איינציגעסטע זאך וואס מ'קען ניצען איז די זילבערנע ווייכע סילווער פיס, מיט דריי שפיצען,
אבער דאס פאסט נישט פאר תשע"א, דאס איז גוט געווען און פיטום פאר צוואנציג יאר צוריק, נישט היינטיגע צייטען

איך האב מיר באמת גע'ערבערט דאס יאר חנוכה, האבענדיג שיינע גלעזליך, מיט נישט קיין שיינע קנויטען האלטער

דערפאר פארלאנג איך א דרינגעדע לייזונג צום פראבלעם, א קנויטען האלטער פאר ענקערע קריסטאל גלעזער, איך טראכט אז עטץ זאלטס מאכען עפעס אזוינס,
וואס האלט זיך אויבן אויפן גלעזעל, אבער נישט די גאנצע לענג, בקיצור עפעס מוז שוין געטיען ווערן, אז נישט ! וועל איך נעמען אלע מיינע ניין גלעזער, און עס צוריק
טראגן צום שמש

איינער האט אפשר זייער EMAIL אדרעס???
איך וויל זיי עס באמת אויפקלערן, די פראבלעםהאט מיר שרעקליך נעווירעט דעם חנוכה

די פראבלעם איז אז די חלק וואס גייט אריין אין לייכטער איז פיל נישט אזוי ווי די אנדרע וואס איז הויל אז מען קעל אריין שטופן די פייפ


אבער לאידך גיסא ביי מיר אינדערהיים לעצטע וואך האט די בני בית זז"ג איבער געלאזט בטעות א שטיקעל פון די מעטש אינעם גלאז אזוי אז בערך א האלבע שעה נאכן זמן האט זיכעס אנגעצינדען אזש אז סאיס געגאנגען א רויך כהאב געציטערט אז סזאל נישט פלאטצן אויף איינער פין די קינדער - אזוי ווי ביי די אנדרע מינע גלעזער- אין יעדער האט געמיזט ארויס גיין פון דיינינגרום עד יעבור זעם אבער ווינדער איבער ווינדער ווען כבין אהיים געקומען פון שול איז די גאנצע גלאז געווען שווארץ אין סהאט פיין געפלאקערט אינערווייניג אין אויך שוין געהאט א שטיקעל שפאלט אבער נאך בערך דריי שעה האט זיך עס אויסגעלאשן ווי גארנישט וואלט געווען סגעקומען נאך שבת האב איך עס גיט גיט אפגעוואשן אין מיט דעם אלעם האטס איבער געלעבט אין זיך נישט ציבראכען
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:34 pm

נאך די האלבע שעה האב איך נישט קיין פראבלעם, ווייל איך שטעל עס אויפן טיש.
מיין פראבלעם איז, אין די האלבע. פאר די גרעסערע קינדער שטעלט מען אויס גאנצעטע רוט'ס וויאזוי מ'מעג אריבער אז מ'זאל נישט אריינקראכן אין די מנורה. ווידער די בעיבי, מיז מען אריינזעצן אין הייטשער פאר א האלבע שעה.
דעריבער האב איך ערפינדן א געדאנק פון געיט'ס. סזאל זיך האלטן אויפן פלאר מיט וואקיום, (אזוי ווי די GPS וואס גרויזי האט דערמאנט).
און פארטיג מ'זיצט רואיג ארום די ליכט, אנע שרעק אז די קינדער וועלן אריינקראכן דערין.
צוגעלייגטע
מנורה געיט'ס.jpg
מנורה געיט'ס.jpg (68.35 KiB) געזעהן 3761 מאל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:34 pm

יא, אמת דאס איז די פראבלעם, אז די חלק וואס גייט אינעם לייכטער איז פול,
אפשר איז מעגליך טאקע אז דאס זאל זיין די עצה, אז זיי זאלן מאכן יענע חלק ליידיג??!!

++

גערעכט חוץ שיינקייט, איז עס טאקע מער סעיף, אבער נאץ אלץ, מוזען זיי אויפקימען מיט א סעלושען פאר א גיטע קנויטן האלטער, אזוי אז עס זאל זיי א דבר השלום

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:39 pm

אלף בית האקט,

עס איז נישט אזוי גלייך עס אוועק צו נעמען אפילו נאך די האלבע שעה

איין יאר האב איך איך אריינגעלייגט מיין מנורה אינעם גלאזענעם לייכטער באקס, {פארשטייט זיך אנעם דעקיל} און עס איז געווען ממש א עונג יום טוב
די קליינווארג האבן געמעקט קימען נאנט, און אפילו "אנרירען" די לייכטער באקס, עס איז געווען זייער רילעקסינג פאר די עלטערן, און עינדשויעבעל פאר די קינדער,
פאר די וואס האבן א לייכטער באקס, איז עס זייער א גיטע עצה

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:42 pm

יעצט נאכע'ן שרייבען די פאריגע תגובה, איז מיר בייגעפאלן אז אפשר זאל נר מצווה ארויסגעבן אזא פראדוקט
עס זיין א סטענד, מין ווענטליך, און די פראנט און ביי די זייטען זייל זיין גלאז, און די בעק קען עס זיין ליידיג, אדער אפילו האלטץ

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 9:59 am

בס"ד,

אפאר יאר זיך געמוטשעט וועגן מנורה מיט נר מצוה פראדוקטן וכו' וכו', ביז געקומען צום החלטה אז מען נוצט די גראדע-רונדעכיגע גלאזן, וואס די עיקוץ אונטן האט א בית קיבול און איז נישט סתם א פיטום אויף אראפ. פאר קנויטן נוץ איך די לאנגע רויטע, אין די גאלדענע צינורות.

און דא איז דא א סוד וואס (אסאך) מענטשן ווייסן נישט.

די פלאטשיגע רעדל וואס קומט אונטן ביים צינור, קען מען "עדזשאסטן," מ'קען עס ארויפרוקן וויפיל מ'וויל - עס טוט נאר וויי אביסל די פינגער ווען מ'טוט עס, און מ'דארף טרעפן א פלאץ אוואו אנצוהאלטן די צינור זעלבסט און עס זאל זיך נישט איינקריצן דארט א באלי.

עניוועי, איך רוק ארויף די רעדל ביז אזויפיל אז די צינור זאל אראפגיין ביז גאנץ אונטן פונעם עיקוץ, און די רעדל קומט אן ביז די אנהויב פון די עיקוץ, און עס שטייט זייער גוט און סטאביל, ווייל די שפיץ גייט ביז אראפ, און די רעדל האלט עס אן אויבן. נאכדעם לייג איך אריין די לאנגע רויטע קנויט, און וויבאלד די צינור גייט אראפ ביז'ן שפיץ פונעם גלאז, גייט די קנויט אויך, אבער די עיקר דא איז, אז אויב די רעדל פונעם צינור בלייבט ביים עק ווי עס קומט ביים קויפן, דעמאלט וואלט די קנויט אריינגעפאלן ביז'ן שפיץ פונעם עיקוץ נאך טיפער ווי די צינור, וואלט געבליבן זייער ווייניג ארויסגעשטעקט, און עס וואלט נישט געווען אזוי שיין. מיט דעם וואס די צינור גייט אינגאנצן אראפ ביז צום שפיץ דורך ארויפשטופן די רעדל בערך א פערטל אינטש ארויפצי, גייט די קנויט אויך אראפ פאראלעל, בלייבט איבער פון אויבן א שיינע שטיק קנויט, אבער נישט מער ווי אן אכטל אינטש העכער די עק פון די גלאז.

ווען איך לייג אריין (אביסל וואסער און נאכדעם) די אויל, וועל איך געווענליך לייגן ביז אביסל אונטער די אויבערשטע עק פונעם גלאז, אזוי ארום אפילו ווען עס גיט זיך א שאקל זאל נישט ארויסרינען.

די גלאזן זענען זייער סטאביל דורכדעם וואס איך שטעק זיי אריין אין די ספעציעלע גומי שטיקלעך וועלכע פיטן פונקט אריין אין די מנורה.

אזוי ארום איז די גאנצע סיסטעם מורא'דיגע סטאביל און אפילו א קינד גיט א שאקל קען זיך די אויל שאקלען אינעם גלאז אבער די גלאז ליגט שטייף אין די גומי וואס ליגט שטייף אין די זילבערנע בעכערלעך פון די מנורה, וואס ליגט אויף א גרויסע בעקעלע אויף א זילבערפאפיר-באדעקטע "סטעפל" ביים טפח פונעם טיר און עס הערשט א ליכטיגקייט אין אידישן שטוב בס"ד.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:33 am

מיר שטעלן זיך צו צו יונטעפ'ן, מיט איין קליינע שינוי. מיר ניצן די ווייסע וויכע קנויטן אנשטאט די רויטע פשוט ווייל מיר גלייכן צו געבן א דריי די קנויט לקיים מנהג ישראל פון אנגרייטן די קנויטן צום צינדן. אבער א-חוץ דעם לויפן מיר אייניג מיט ארויף שטיפן די רעדל ביזן לייגן וואסער.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:40 am

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,


די גלאזן זענען זייער סטאביל דורכדעם וואס איך שטעק זיי אריין אין די ספעציעלע גומי שטיקלעך וועלכע פיטן פונקט אריין אין די מנורה.
.

ביי מיר טאנצען די גומיס ארויס אז סווערט א איבערקערניש
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 1:32 pm

מיר טיען ווי יונטעף אין גלעגער אין ס'האלט זיך טאקע זייער סטאביל אין ברענט שיין ביזן סוף

דאס ארויסטאנצן פאסירט געווענליך ווען די סייז פונעם ראבער שטימט נישט מיטן גלאז.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:06 pm

איך האב עס שוין פונלאנג, נאר נישט פון נר מצוה נאר פון א טשיינע קריב קאמפאני.. מ'נעמט אראפ די מאטראץ און ס'ווערט א שמירה עליונה אויף די הייליכע ליכט
צוגעלייגטע
1203000000.jpg
1203000000.jpg (30.9 KiB) געזעהן 3663 מאל
1202002354.jpg
1202002354.jpg (23.73 KiB) געזעהן 3663 מאל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:10 pm

;l;p-
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט