חנוכה ביים פשוטען איד

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

חנוכה ביים פשוטען איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ווי א ווינט לויפט ער אריין אין ביהמ"ד כאפען א מנחה מעריב בנשימה אחת. דער בעל תפילה זאגט אחד ושמו אחד, און דער בלוט דרוק פארט אים ארויף צו סכנות'דיגע שטאפלען.
זאלסטו נישט מיינען אז ער איז הונגעריג, ניין, ער איז נישט הינגעריג, זאלסטו נישט מיינען ער דארף כאפען דעם באס צו דער ארבעט און ער מיינט אז ער גייט שפעטיגען, ניין זאג איך דיר. נאר וואסזשע דען, ער וויל נאך אריינכאפען א מקוה'לע נאך מעריב פאר ער גייט צינדען די הייליגע חנוכה ליכט.
ווען די הייליגע ספרים שרייבען פון די אורות פון חנוכה וואס קומען איצט אראפ, מיינען פילע אז דאס איז הויל רוחניות, אבער איינער ווואס האט נאר אביסל ערנסטקייט אין זיך, און איך מיין טאקע נאר אביסל, דער שפירט אפילו א גשמיות'דיגע דערהויבנקייט. עפעס די פיס הייבען זיך און גייען זיך גרינגער, אזש מען ברויך זיך צוריקהאלטען פון שנעל לויפען.
איינער וואס האט דורכגעלערנט דעם בני יששכר דער וועט זיך שפירען דערהויבען ביז גאר, און דער וואס נישט, וועט זיך שפירען אויך דערהויבען.
חנוכה איז דער יום טוב פון גאנץ כלל ישראל, פונעם פשוטען וואסער שעפער אדער האלץ העקער, ארויף ביזען גרעסטן מקובל. ס'מאכט נישט אויס קיין ערנסטער צווישנשייד צו צינדט מען אין א גאלדענע, זילבערנע אדער מעשענע מנורה. אפילו אין געפרוירענע עפל איז גוט. עס איז די אינערליכע געפילען וואס זיינען דא שולט אויפן מענטש.
קומט דער ראש המשפחה אהיים נאך א מעריב און מן הסתם אויך א מקוה'לע געכאפט, אלע קינדער קוקען אויס צו די מינוט. זיי, די יונגווארג, שפירען אויך עפעס העכערס אין די מאמענטן. יעדער ווארט געשפאנט אז דער ראש המשפחה זאל שוין אריינגיסען די אויל, צוזאמדרייען די קנויטען און זיי אין די לייכטער אריינפאסען.
דער פאטער גיט א קוק ארום מיט ליבליכע בליקען אויף אלע קינדער ארום, און ער זאגט די תפילה פונעם יעב"ץ און בני יששכר, ער ווערט פארטיג און ער געט א ברום אזא גוטהארציגן נו נו, העמיר זיך אנגארטלען און זיך נעמען צו די הייליגע ארבעט. די מאמע שטייט פון די זייט און וואונקט אים אז אלע זיינען שוין ארום און אז מען קען אנהייבען.
ער נעמט דעם וואקסענעם ליכטל און ער צינדט עס אן, ס'געט אים א טראפ אראפ א הייס צולאזט שטיקל וואקס אויפן גראבען פינגער און ער גייט ווייטער אן מיט די עבודת הקודש.
דא הייבט זיך אן א געקלאפעריי אין די טיר, א אינגער געלט זאמלער שטייט דארט מיט א ביכל און אויב גיט מען אים א קוואדער, דאן וועט ער אייך געבן א צעטעלע מיט די נאמען פון זיין חדר און איר קענט אויפשרייבען א רעסעפי אויף די אנדערע זייט פונעם צעטל. די קלאפעניש גייט אזוי אן ביז ארום ניין אין אווענט.
מען גיט זיך א קוק ארום און די קינדער ווי סאלדאטען ווארטן אויפן מאמענט ווען דער טאטע וועט מאכען די ברכה און אט הייבט ער אן. נישט ווי א געווענליכע ברכה, נאר די קליינווארג שפירט אויך אז דא איז עפעס העכערס פארהאן. ב..ר..ו..ך.. א..ת..ה.. און אזוי מיט א אויסערגעווענליכען ברען ביז להדליק נר חנוכה, און אזוי ווייטער צו די ברכה פון שעשה ניסים, און די ברכה פון שהחיינו פאר די גאר דערהויבענע צייט אז אונז זעמיר ב"ה אנגעקומען דערצו.
ער צינדט אן דעם ערשטן ליכטל און מען זינגט צו הנרות הללו דערצו, מען קומט אן צו בישועתיך.
דא הייבט זיך אן די געפעכט ווער ס'דארף קודם צינדען, צו פונעם קליינעם ארויף אדער פארקערט. ס'גייט אבער פונעם עלטסטען קודם. און דער קומענדיגער נעמט זיין רייע צו צינדען, אזוי אראפ ביזען אינגסטען.
דער נארוואס געווארענער בר מצוה בחור קוקט אויפן זייגער אזוי אום פונקטליך צו וויסען ווען די האלבע שעה וועט זיין פאראיבער, און ער בעט נאך זיין שוועסטער צו גיין קוקען אויף די קאך זייגער אזוי אז זי זאל אים דערמאנען אויב וועט ער פארבייגיין די פונקטליכע צייט וואס ערלויבט.
אלע קינדער זיינען פארטיג צינדען און מען הייבט אן מעוז צור אוואו אין א כאור, איינער העכער איינער אינגאנצען נישט אויפן טאן, אבער אלע מיינען עס מיטען גאנצען הארץ. מען זאגט די איבעריגע זאכען יעדער ווי מען האט זיך ביי זיי געפירט, דער קליינער הייבט אן צו זאגען בית יוסף תורות ווייל אזוי האט זיין רבי געהייסן, דער הייליגער בית יוסף האט זיך נישט געראכטן אויף אזא איבערקערעניש ווען ער האט געלערנט די מעשה פון די חנוכה אויל און האט געזען אז עס האט זיך באמת אויסגעפעלט נאר זיבען ליכט אלזא האט ער דאס פארענטפערט אויף זיין הייליגען וועג.
דא הייבט שוין אן צו שמעקן פון די קיך, א געמיש פון פיינע גערוכען. דא שמעקט פון חנוכה עסן, פרישע פאנקען, פריטלעך, און קעזלעך. די אנדערע סארט גערוך איז פון א פיינעם מילכיגן נאכטמאל, קארטאפל לאטקעס, און נאך פיינע זאכען. אזש ס'ווילט זיך לאזען סערווירן עס ביי די מנורה. נו, מען ווארט אויס און מען קוקט אויף די הייליגע לעכטעלעך ווי לענגער.
מי כעמך ישראל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מי כניקך "צו געזונט"

האסט א רייכע שפראך און זיסע געדאנקן, מיר פרייען זיך אז דו דרייסט דיך צווישן אונז.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ארענדער; מאך זיכער אריינצונעמען אויך דעם דאזיגן ארטיקל אין די בעק-אפ...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די נאכט איז דורך, די וועטשערע האט געהאט אלע טעמים, די יום טוב'דיגע זייטיגע מאכלים זיינען געווען אויסערגעווענליך געשמאק. מען האט געשפילט דריידל, און יעדער האט אויסגעטייטשט די אותיות לויט וויאזוי ס'איז אים גוט אויסגעקומען. מען האט זיך געאמפערט איבער אפאר פענניס. מען שיקט די אינגערע אין בעט אריין, ס'איז שוין פיל שפעטער ווי זייערע געווענליכע שלאף שטונדען, אבער זיי שרייען אז זיי זיינען נאכנישט מיד, טראץ וואס זיי קענען זייערע אויגן נישט אפען האלטען. די עלטערע קענען בלייבען נאך אביסל אויף און אט איז שוין זייער צייט זיך צוצולייגן. און מיט די צייט גייט יעדער, פון גרויס ביז קליין שלאפען.
מען שטייט אויף דעם קומענדען צופרי און מען שפירט עפעס בעסער ווי געווענליך, עפעס העכערס וואס מען קען נישט מסביר זיין. מיר ווייסן וואס זיי שפירען אבער זיי כאפען נישט וואס דאס איז, עס איז עפעס וואס רופט זיך ח. נ. ו. כ. ה.
מען זאגט מודה אני, מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער און מען שפרינגט פון בעט ארויס. מען טוט זיך שנעל אן און, אין שול אריין. מען כאפט א מקוה'לה, מען לערנט פארן דאווענען און מען שפירט זיך גרייט זיך צו שטעלן דאווענען פארן בורא הכל. מען דאווענט במתינות און ווען דער בעל תפילה קומט אן ביים סוף הויכע שמונה עשרה, געט ער זיך א פארדריי פונעם געווענליכען המברך את עמו ישראל בשלום און ער זאגט דאס מיט א ספעציעלן ניגון וואס דאס זאגט פאר אז עס קומט א הלל דערנאך.
די הלל פון חנוכה פארמאגט די זעלבע ווערטער אוואו דעם געווענליכען הלל, מען זאגט טאקע נאך צוויי קאפיטלען וואס מען זאגט נישט אין א געווענליכען ראש חודש, אבער די הלל פון חנוכה האט גאר אן אנדערן באדייט, אין צוגאב צו דעם ראש חודש און דעם יום טוב'דיגן הלל. דא געבן מיר אונזער לויב פארן הייליגען גאט פאר אונז לאזען בלייבן ערליכע אידן, טראץ וואס מיר זיינען א קליין הייפעלע שוואכע מענטשן, האבען מיר פארט באזיגט א גרעסערע, שטערקערע און מעכטיגערע ארמיי. איז דאס געווען אונזער פיזישע שטארקייט? אינגאנצען נישט. עס איז גיווען גייסטישע גבורה, קיינער וועט אונז פונעם הייליגן באשעפער אפרייסן. מיר זיינען געווען און מיר זיינען נאך אלס גרייט פארען הייליגן באשעפערס וועגן זיך צו שלאגען. דאס איז דער חנוכה הלל.
מען נעמט ארויס די ספר תורה און מען גייט ליינען חנוכת המזבח. דאן אינעם מדבר איז געווען אלעס גענצליך ריין און ניי און די נשיאים האבען געברענגט נייע שיינע זאכען. דא האט מען אבער ארויסגעווארפען די טומאה וואס איז שוין געווען איינגעגעסן, נישט נאר אונעם היכל און נישט ביי אפאר מענטשן, נאר ביי די מערהייט פון כלל ישראל ליידער. אבער גייסט האט געוואונען איבער אלעם.
מען האט געטראפען בוימאייל, אבער עס איז געווען פאראומווערדיגט. ביז דער באשעפער האט געוויזען אז איבער די הייליגטום קען מען געוואונען נישט. א קליין קריגעלע, א קליין ביסל אויל, אבער, דער זיגל דערויף אומבארירט, ער לויפט ארויס מיט איין אטעם, מיט אן אומבאהערשטע פרייד. האט ער געטראפען אן מאטריאליסטישער אוצר? גאלד, זילבער, בריליאנטען? ווי וואס ווען, ער האט געטראפען גייסט, מיט דעם אויל קען מען איצט טוהן וואס די רשעים האבען שוין א לאנגע צייט נישט געלאזט טוהן. נישט ממש נישט געלאזט, זיי האבען יא געלאזט, נאר נישט מיט הייליגע אויל. פאר די מנורה דארף מען אויל וואס איז ספעציעל געווען פאר די מנורה, ריין לויטער אויל, דעם כהן גדול'ס זיגל האט געברויכט זיין ארויפגעזיגלט. אט דאס האט מען געטראפען.
מיר זיינען אלע דער עם הנבחר, דער ארבעטער, כולל אינגערמאן, דיין, טעקסי דרייווער און אפילו דער שאינו יודע לשאול. גאט האט אונז ליב, אלזא עפעס דארפען מיר צוריקגעבן.
מען ענדיגט ליינען, אשרי דערויף, דער יום, קוה אל ה' און מען ענדיגט עלינו, מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים. מען לייגט צוזאם טלית און תפילין און מען טרינקט לחיים, מען בייסט צו א שטיקל לעקעך און צוריק צו די חיי יום יום.
אבער עס איז פארט חנוכה. דאס דערהויבנקייט וועפט נישט אויס אזוי שנעל.
א פרייליכען חנוכה.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווי האסטו דיך ביז איצטערט פארשטעקט?
דו ווייסט אז אזא שריפט טרעפט מען ווייניג. שרייב נאר שרייב, מיר לעכצן צו ליינען נאך.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זייער שיין, הנאה געהאט שפעציעל פונם ארגינעלן שריפט.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

געלעגער האט געשריבן:ווי האסטו דיך ביז איצטערט פארשטעקט?
דו ווייסט אז אזא שריפט טרעפט מען ווייניג. שרייב נאר שרייב, מיר לעכצן צו ליינען נאך.


הרב צו געזונט, זאלסט מיר געזונט זיין, און זעהן צו שרייבען עפטער!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געלעגער האט געשריבן:ווי האסטו דיך ביז איצטערט פארשטעקט?
דו ווייסט אז אזא שריפט טרעפט מען ווייניג. שרייב נאר שרייב, מיר לעכצן צו ליינען נאך.

דעטס איט
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

צו געזונט,
זאג דעם אמת,
ביסטו געווען דער יונגל וואס האט אריינגעקלאפט צו מיר די ערשטע מאכט חנוכה אינמיטן די ברכה?!
אנדער וואלסטו נישט געוואוסט פונקטלעך וואס טוט זיך אפ ביי מיר...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ליינענדיג דעם ארטיקל, שפיהרט זיך יעדער דערהויבן, צו דער כולל יונגערמאן, דער קצב, צו דער קאר סערוויס דרייווער, אלע אנערקענען אז דאס איז נישט סתם אזוי געשריבן, נאר געשריבן מיט א "געזונט"ע פעדער, אין א העכערן מאמענט!

צום געזונט, מעכטיג! שרייב נאך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הערליך אראפגעשריבן

כ'גלייך זייער די רואיגקייט אין דיין שריפט
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שיין פארטייטשט, יישר כחכם. כ'האף אז ס'קומט נאך.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ערב שבת חנוכה:
זיי מיינען אז מען מוז זיין אנגעצויגען, א נעכטיגער טאג. מיין לייכטערל איז שוין געווען אנגעגרייט פרייטאג צופרי, גלייך נאכען דאווענען. און נאכדעם גייט מען אביסל ארבעטן לקיים מה שנאמר בזיעת אפיך תאכל לחם, אבער נישט מער פון דעם. מען ענדיגט ארבעטן צו חצות היום און מען יאגט זיך אהיים. מען עסט נישט פיל, מען בייסט אבער איבער א ביסל טועמיה אזוי אז מען זאל קענען עסן די סעודה לתיאבון.
די קליינווארג באדען זיך און די עלטערע זיינען זיך מטהר אין די מקוה און מען שפארט זיך אן אביסל. ארום א האלבע שטונדע פאר דעם זמן גיט מען א גרייט צו דעם בלעך און מען ברענט אפ די ליכט. מען קוקט איבער אלע מנורות צו זיי זיינען אנגעראכטען אוואו עס געברויך צו זיין. ס'פייפט דער ערשטער פייף און אלע קינדער פרעגן אויב מען צינדט שוין חנוכה ליכט, ניין איז דער אנטווארט, מען צינדט חנוכה ליכט פאר די מאמע צינדט די שבת ליכט.
והנה, און דער צווייטער פייף לאזט זיך הערן. די עקרת הבית לויפט צינדען די שבת ליכט און דער מאן זאגט, איין מינוט, קודם דארף מען צינדען די חנוכה ליכט, ווייל אויב צינדט מען קודם שבת ליכט דאן קען די פרוי נישט יוצא זיין ווייל ביי איר איז שוין שבת. זי זאגט אז זי ווייסט דערפון אבער יעדעס יאר פארגעסט זו פון דאסניי.
דער טאטע מאכט די ברכות און ער צינדט די מנורה, די מאמע צינדט שבת ליכט און דאן צינדען די איבעריגע קינדער די חנוכה ליכט. ס'איז שבת מקץ און צוגאב איז דאס נאך א געוואלדיגער גרויסער שבת, שבת חנוכה, שבת מברכים. מען גייט אין שול דאווענען און מען קומט רואיג אהיים ווען די צוויי מלאכים באגלייטען.
מען גיט א קליינעם קלאפ אויפן טיר און מען מאכט דאס אויף. א גוט שבת א גוט שבת רופן אויס די אריינקומערס מיט א שבת'דיגע רואיגקייט. גוט שבת גוט שבת הערט זיך צוריק פון די וואס האבען אויסגעווארט אז די טאטע מיט די עלטערע ברודער זאלען אהיים קומען פון שול. שלום עלליייכככם מלאכי הששששלום הייבט מען אן צו זינגען און די מלאכים באגלייטער שאקלען צו אז לשבת הבאה יהיה כן. רבון כל העולמים, אשת חיל, אזמר בשבחין אלעס געזונגען אוואו אין א כאור, און ויהא רעוא פאר קידוש אז דער שבת זאל משפיע זיין פרנסה אויף די קומענדע ואך.
מען גיסט אריין די וואסער פונעם בעכער אין וויין אריין און דאן פילט מען זיך אן דעם בעכער ביז ער רינט איבער. מען הייבט אויף דעם כוס און אויף די ליכטעלעך א בליק מען כאפט. די זיסע קינדערלעך ארום דעם טיש ווער ס'שטייט און ווער ס'זיצט. קידוש מען מאכט, עדות אויף די בריאה זאגט מען דא, זעקס טאג האט דער הייליגער באשעפער די וועלט באשאפען און דעם זיבעטען טאג גערוט. בורא פרי הגפן, אשר קדשנו און מקדש השבת, א הילכיגן אמן קלינגט אפ און מען זעצט זיך אראפ טרינקען די קידוש וויין. אלע קריגען דערפון און מען גייט זיך וואשען.
די סעודת שבת גייט אן ווי געווענליך ביז מען דארף פארהערן די קינדערלעך, דאן הייבט זיך אן די חנוכה'דיגער חלק פון שבת. אין צוגאב צו די פרשה צעטלעך האבען זיי נאך א זאפאס פון חנוכה פראגען (און ענטפערס). איינער הייבט אן ביי אנטיוכוס און דער אנדערער האקט אריין מיט העליפורנוס, דער שרייט יהודי המכבי און דער אנדערער וויל ליבערשט די מעשה מיט יוסף משיתא און אזוי ווייטער.
מען זאגט א שטיקל נועם אלימלך און מען גייט בענטשן, מען ענדיגט ובכל שעה און די ווייב פרעגט נו, ועל הניסים? מען שאקעלט צו אה הא און שנעל לויפט זי צום ספרים שאנק ארויסנעמען א בענטשערל און איך מיש איר אויף צו די נאנטסטע ועל הנסים, ביי מודים, און זי וויל דירעקט די פון בענטשן, נו, מיש איך איר אויף ביי ברכת המזון, זאל שוין זיין אזוי. ועל הכל, רחם און רצה. דאן שפיר איך עפעס שפיזיגע בליקען, איך בליק ארויס פון בענטשערל און זי צייגט מיר ביי יעלה ויבא, נו? ניין איז דער אנטווארט און מען ענדיגט בענטשן.
שבת צופרי מען גייט אין שול, א מקוה געכאפט, אביסל חומש מיט אור החיים, מען איז מעביר סדרה. די שול איז נאך שיטער אבער דער בעל פסוקי דזמרה הייבט אן מה טובו און ברכות, מען קען נישט ווארטן ביז די שול פילט זיך אן, א שבת'דיגע דאווענען מיט א ניגון ביי ממקומך. קיינער קען נישט דעם ניגון און דער בעל תפילה אויך נישט, אבער ביי משיח צדקיך גיט ער אזא צו ארויף די שטימע אוואו דאס איז דער הויכפונקט פון נישט קענען מחבר זיין ניגונים, הלל ביי הודו פרובירט ער נאך עפעס ניי, אבער ביי פתחו לי-אנא זעהט ער אז סיז ליבערשט ער זאל נעמען אנאלטן ליד וואס יעדער קען. מען ליינט די פרשה, חנוכה און מוסף. כמעשהו ביי די ביינאכט סעודה כך מעשהו בייטאג.
מען קען דאך נישט ווארענען די קינדער אז ווער ס'גייט נישט שלאפען וועט נישט גיין צו די חנוכה פאאדי מוצאי צו זיידי און באבי, ווייל מען טאר שבת נישט אנגרייטן פאר וואכען. אלזא זאגט מען זיי אז ווער סגייט נישט שלאפען גיי נישט באקומען א עונג שבת פעקל. די עלטערן גייען זיך אנשפארען און וואא וואו האאא, טאאאאאטטטטי מאאאאאאאאאאאאאאאמממממי. מען ווארענט אזוי פונעם שלאף צימער ארויס אבער ס'העלפט א נעכטיגען טאג. מען קריכט ארויס פון די מטה און מען ווארענט זיי באשיינפערליך, ס'העלפט ביז מען איז צוריק אין בעט וחוזר חלילה. מען שטייט אויף און מען געט זיי נישט קיין שבת פעקל אבער א קלייניקייט יא, ס'פארט שבת אויף די וועלט.
מוצאי מען יאגט זיך אהיים נאכען דאווענען, מען זאגט גאט פון אברהם מען מאכט הבדלה און מען גייט די חנוכה ליכט אנצינדען. די האלבע שעה גייט פאראיבער און מען הייבט אן צו פארגעסן וואס מען דארף צו די פאדי ברענגען. די קינדער זיינען ארויס פון די גלייזען און מען בעט זיך מיט שיינעם מיט בייזען מיט געוויין און מיט קולות. און די קינדער האבען געוואונען, זיי גייען סיי ווי צו די פאאדי און זיי געדענקן דאס פון אלע יארען.
המשך יבוא אי"ה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

הערליכע אויסדריקן, שיינע געדאנקן.
זעער שעהן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הערליך, און יעצט האטער שוין עטליסט געשריבן המשך יבא, בינעך רואיגער. יישר כחכם.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מעכטיג
זאל ער מיר נאר נישט נעלם ווערן צווישן די רוישיגע וואסערען
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שיין שיין, נעם ווייטער מיט דיין נאטיץ ביכל וואו דו גייסט און לאז אונז מיטהאלטן פון דער נאנט דיין סדר היום.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מען הייסט די קינדער די מאנטלען אנטוהן און די וואס קענען נאך נישט טוט מען זיי אן. מען טרייבט זיי אונעם אויסגעוואקסענעם מיני ווען אריין. מענדי גייט אין די פראנט סיעט ווייל ער נעמט קעניינעהארע אויף פיל ארט, און די איבעריגע אכט אין צוגאב צו די ווייב שטיפט מען אריין אין די אונטערשטע זיצען. די ווייב אין די בעק סיט? יא, ווייל זי קען האלטען צוויי קינדער אויפען שויס, וואס אין די פראנט סיעט קאן מען דאס נישט טוהן. צוויי קאר סיעטס, איין בוסטער אין די גאנץ אונטערשטע סיעט און די איבעריגע אין די מיטעלסטע זיץ. מען שטעלט אויס דעם פאזעל און מיט דעם אלעם ארבעט עס נישט, אבער אונז האממער סיי ווי נישט קיין אנדערע ברירה און מען זאגט זיי אן אז ווער ס'גייט זאגען אז מען האט נישט קיין פלאץ דער קען גיין צו די שכנ'טע די בעיביסיטער (סתם א סטראשע, זיי זיינען נישט אינדערהיים, אויך ביי א פארטי).
איך שטעל אן דעם ג. פ. ס. פאר די זעקס גאסען פון מיין הויז ביז די חנוכה פאאדי הויז. יא, איך מוז האבען דעם ג. פ. ס. פאר די קליינע שטרעקע. זכרנו ימים מקדם פאראיאר, ווען מען האט אויך אזוי די קינדער אריינגעשטופט אין די קאר און די קולות וואס קענען מתים דערוועקן פון די קינדער, האבען מיך גוט צעמישט, און איך בין אנגעקומען צו די נישט ריכטיגע ארט. דאס מאל וועל איך אנטוהן אויערן שטאפערס און נאר קוקען אויף די מאשינקע ביז מען וועט למחוז חפצנו דערגרייכען.
מען הייסט די קינדער זיצען שיין אזוי אום מען זאל כאטש נישט זעהן קיין אקטיוויטעטן פון דערויסען און מען זאל פון אלע בייזע אויגען זיין אפגעהיטען מיטען באשעפערס הילף.
מען לאזט זיך ארויס אויפען וועג און די פארע פון אזויפיל חברה קע"ה אפעקטירען מיר דעם ווינדשיעלד, ס'ווערט שטארק פארהויכט. איך קען זיי אבער נישט הייסען אויפהערן אטעמען. איך ריק ארויף דעם דיפראסטער אויף גאר הויכע שטאפלען, ס'ווערט ביטער הייס אין די קאר אבער מיר האבען קיין אנדערע ברירה נישט, איך מוז ארויסקוקען פון דעם פאדערשטן שויב אויב וויל איך אנקומען זיכערערהייט. מען קומט אן לחיים ולשלום און מען קליקט אויפען טיר עפענער און בווווום, ווי קוילען אמוניציע פליען זיי ארויס פון די קאר, מען גייט ארויף צו די אור-עלטערן. מען קלינגט דעם גלאק און די באבע שרייט Who is? די קינדער זאג איך אז אמאל פלעגט מען אזוי אנשטאט דעם אינטערקאם טון. די באבע זאל זיין געזונט נעמט אלע אויף אזוי ליבליך. מען גייט אריין און דער זיידע קוקט ארויס פונעם מוצאי שבת זמירות אזוי אנגענעם און ליבליך און ער באגריסט אונז מיט דאווענען שפראך און מיט די הענט ווייזט ער אז מען זאל זיך צוזעצן ביים טיש. דעם קליינעם מיט די פרישע פיאות גיט ער א קניפ אויפן בעקל און מין א געוויין לויפט ער צו מיר אז זיידי האט אים געציפט. איך ערקלער אים אז דאס איז ליבשאפט אבער ער קוקט נאך אלס בייזליך אויפן זיידען.
מען גייט צוריק צו די קאר ארויפברענגען די זאכען וואס מען האט אונז באפוילען אנגרייטן. איך קום אן אויבען און איך קוק אויס ווי א רבי, נישט ממש א רבי, נאר עפעס ווייסלען אזוי. די קאנפעקשאן שאגער פון די פריטלעך זעהט אויס קלעבן בעסער צו מיין בעקעשע ווי צו פריטלעך. אזוי ווי מיר זיינען די ערשטע איז דאך נישט מער ווי רעכט ארויסצוהעלפן די אור עלטערן אנגרייטן וואס זיי זיינען נאכנישט אנגעקומען (אין קורצערע ווערטער, גארנישט). דער ברודער וואס איז געקומען צו די עלטערן אויף שבת האט אפגעיאגט באצייטנס. מען שארצט זיך ארויף די ארבעל און מען פערלאנגט גענוי אזוי פון די קינדער. א פערלאנג ס'בלייבט ווייל זיי זיינען שוין לאנג מיט עפעס אנדערש פערנומען. מען וואשט אפ די שבת געשיר און עסצייג און מען הייבט אן שמוציג מאכען פרישע געשיר וואס מען וועט היינט נאכט נוצען. מען שפרייט אויס פרישע טישטוכער פאר מלוה מלכה אין דיינינג רום און פאאדי אין די קאך, מענער רופען דאס אן מער אן ערנסטן נאמען. טטטרררר, די טעלעפאן קלינגט און די קינדער לויפען כאפען די באבעס טעלעפאן. איינע פון די געשוויסטער פרעגן אויב איינער איז שוין דארט ווייל זיי ווילען נישט זיין די ערשטע. איך זאג זיי אז איך האב אויך נישט ליב צו זיין ערשט, אבער ביים אוועקגיין זיינען זיי יא די ערשטע, ווייל אראפרוימען איז זיי אויך מורא'דיג שווער. זי אייסערט זיך, אבער סע סיי ווי נישט בכדי שיעשה און ספעציעל איצט וועל איך נישט מאכען א קריגעריי פאר די צוזאמקום פון אלע געשוויסטער.
איצט הייבט דער טעלעפאן אן צו קלינגען אן אויפהער. די איבעריגע כל העולם נברא בשבילי געשוויסטער פרובירן צו דערשנאפען אויב אלעס איז שוין גרייט פאר זיי אן זייער הילף. ווען די באבע זאגט אז זי איז אויסגעמוטשעט ווייל זי האט כמעט אלעס אליין געדארפט טוהן. דאן ווערן זיי מורא'דיג ערנסט און זיי פרעגן, מאמי, וויי דידנט יא קאלל מי, יויש, איי פיל סאו בעד, נעקסט טיים פיק אפ די פאון ענד קאלל מי אויווער. איך האב סיי ווי נישט געהאט וואס צו טוהן אינדערהיים, און די קינדער ווילען שוין לאנג ארויסגיין, איי עם סאו סאררי.
יעדער קומט אן צו גוטען און דער פראגראם הייבט זיך אן, נישט ממש דער פראגראם, נאר פראגראמען. ווייל יעדער האלט אז וואס זיי שלאגען פאר איז די בעסט. מען נעמט אן איין שוועגערין'ס איידיע, נישט ווייל זי איז די געלוגענסטע, נאר פשוט ווייל מען געדענקט נאך די ברוגז שפיל וואס זי האט אנגעהויבן לעצטן יאר חנוכה און געענדיגט איצט צום פערטן ליכטל. יעדער מוז שוין פארשטיין וואס זי האט נאכנישט אנגעהויבן פלאנירן און צוזאמשטעלן.
מיין פרומע ברודער הייבט אן מוחה זיין אז א פרוי האט נישט וואס פארצושטעלן פאר מענער און ער הייסט שוין זיינע קינדער אנטוהן די מאנטלען. מ'בעט זיך איין אזוי ווי ער האט, טוט און וועט אייביג ליב האבען. ער לאזט זיך איבעררעדן און ער בלייבט מיט אונז צו אונזער גרויסער פרייד.
דער פראגראם וועל איך נישט דא אינגאנצען אויפשפילען, איך וועל ענק נאר זאגען אין קורצן וויאזוי דעס גייט. זי ליינט עפעס פאר און מען דארף געססען וואס די ענטפער איז, די ענטפער איז אייביג פארקערט פון וואס אונז פרוביר מיר צו ענטפערן. און זי פרייט זיך אז ס'איז אזוי עקסיידינג, ממש צו ברעכן.
די קינדער הייבען אן צו ווערן צעווילדעוועט, מען מאכט עפעס אינטערסאנט פאר זיי אויכעט. מען שיקט די באליבטע פריערדערמאנטע שוועגערין מיט אירע איידיעס האלטן די קינדער פארנומען. נאך א מזל זי האלט אז מען שיקט איר צוליב איר עקספערטיז.
מען ענדיגט עסן מלוה מלכה און יעדע שוועגערין לייגט ארויס די ספעשעלטי וואס זיי האבען אנגעגרייט פאר דעם אווענט, און מען גרייט זיך צו די ערוואקסענע עקסייטמענטס.
המשך יבוא אי"ה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט אנגעקומען צו ליינען, שיין שיין
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זייער זיס געשריבן.

ביי אונז מאכן די מענער אליין א פראגראם, ברויך מען נישט צוקומען צו די אומאנגענעמליכקייטן. (נישט אז צו דעם האב איך יא געדולד... בין איך דאך נישט אליינס).
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

דו געסט מיר צו א שטיק געזונט ;l;p-
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

"צו געזונט" פאר א שמיטה יאר צוריק...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: חנוכה ביים פשוטען איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

האמיר הנאה געהאט פונים געשרייבעכטס
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

צו געזונט האט געשריבן:המשך יבוא אי"ה

נא!! נאך דא אויף וואס צו ווארטן, אדער איך קען שוין ארויסלאזן מיין אטעם?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”