בלאט 1 פון 13
אודך! מנשה איז דא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 3:45 pm
דורך דאנציגער
יא איר זעט גוט.. יעך בין געווען אויסגעשפארט פון יכולת צוצוקומען צו דביקות והתחברות הנעט בכלל, אבער יעצט האף איך ווידער זיך נעמען זינגען..
קודם פאר ברוכים הבאים פרייז, לאמיר אייך זאגן מיינע היינטיגע בייפאלן אין פארם פון סלאגאנען.
א] אז מ'האט א גוטס טאר מען עס נישט פארשלונגען
ב] אז א טיפש האלט זיך טאלאנטפול, איז עס אונז א אומגעראכטענע ווערטל..
ג] אפילו ס'איז עק וועלט איז אויך פארהאנען א וועלט..
ד] ווען צו זיין ערענסט איז אויכעט פון א בדחנס קונצן. [וואס אנדערע קענען נישט אזוי קאנטראלירן]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 3:48 pm
דורך שמעלקא טויב
ברוך הבא משנה יקירינו. אונז האמיר אייך שוין פארפאסט אין די פארגענהייט, אבער פארט הנאה געהאט צו ליינען אייער ווערק, איצטערט האפן מיר הנאה צו האבן מיט א ברייט האנט, כ'מיין שמייכל.
יהא בואכם לברכה!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 5:42 pm
דורך דארפסמאן
איך הא שוין גע'שלום'מט אין א צוויטע אשכול
נאדיר נאכאמאל "שלום עליכם"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 6:15 pm
דורך שמערי בערי
חביבי ידידי מנשה, כ'האב ס'גאנצע טאג געווארט אויפ'ן טעלעפאן רוף דיינעם... אוי ווי כ'פריי זיך דיר צו האבן צוריק ביי אונז אין קרעמל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 6:18 pm
דורך קרעמער
גם אני מצטרף להשמחה רבה ומקדם בברכה את ידידנו הדגול מוה"ר מנשה לוסטיג שליט"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 6:22 pm
דורך צום זאך
קרעמער האט געשריבן:גם אני מצטרף להשמחה רבה ומקדם בברכה את ידידנו הדגול מוה"ר מנשה לוסטיג שליט"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 6:54 pm
דורך ווארום
מנשה'לע איך בענק זיך נישט נאך דיר!
הלמאי??
ווייל איך בין אייביג בקשר מיט דיר
איך זעה דיר יעדן טאג פושט צורה ולובש צורה
א מחיה מוטצוהאלטן...
http://www.flickr.com/photos/david09/פון אן בלאט 6 איז דא אסאך פיינע סחורה, עיין שם ותצמאו נחת...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 6:58 pm
דורך איך_הער
מיר פרייען זיך צו ליינען אז ס'גייט זיין פיינע פרישע סחורה פונעם אלעמען באקאנטן לוסטיגן סוחר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 9:18 pm
דורך וויכטיג מאכער
וועלקאם בעק! אוי ווי מיר ווארטן צו ליינען דיינע זיסע סחורה...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 1:10 am
דורך דאנציגער
ב''ה
יא יעך בין צוריק דא! און מ'דארף צוריק אנצינדן דעם שרייב מאשין, און געבן די קרעטשמעריסטן צו שפייז און צו טרונקען, אזוי נעבעך געלאזט זיי דארשטן חדשים נאכאנאנד, אהנע רחמנות, נו זייט מיר מוחל אלע.. יעך בין דאך נישט שולדיג דא, איך האב דאך ניט געהאט קיין דביקות והתדבקות, ממילא האב איך געטאפט א וואנט.
אז מ'רעדט שוין, דערמאן איך מיר, ס'געווען א אמעהאורעץ, וואס האט אוועקגעקעקעצט א דאווענען, נאכן דאווענען רופט ער זיך אן, רבונו של עולם, זיי מיר מוחל כ'בין דיר געטרויטן אויפן נערווען.. אבער ואני ערל שפתיים..
נו לאמיר צום ארטיקל קומען..
היינט וועלן מיר ווידמען דעם ווארט איבער דעם טעמע פון 'איך וויל זיין פעימעס', אדער ווי קלענערע בעלי גאווה זאגן, איך וויל יעדער זאל הנאה האבן פון דייטשלאנד ביז סאויט אפריקע פון אלבעני ביז אפגאניסטאן..
היות איך מנשה בן בארי בין דאך אינעם ליניע פון שפייען פון זיך ידיעה און סעלעבערטי'שאפט, וויל איך מסביר זיין מיין שטאנדפונקט און מיינונג איבערן נושא פון 'איך וויל זיין א סטאר' א שטערן..
ס'געווען אמאל א פאסטוכע'ל, אין א קליינעם דערפעלע קוים צוואנציג הייזעלעך, וואס האט ביים פאשענען די שעפעלעך פון די משפחה, אויסגענוצט זיינע פעאיגע טאלאנטן, און פלעגט שרייבן ווערטלעך, באשרייבן און פארלייענען הומאריסטישע געדאנקן. אלע ארומיגע חברים, פלעגן קוים אויסווארטן אויפן מינוט, ווען ער זאל שוין קומען זיצן מיט אלע אינאיינעם, און דארט אונטערן שאטן פון ביימער נעבן ברונעם, פלעגן זיי זיך צוזאמ'קומען און ער פלעגט נעמען דאס ווארט, און אלע האבן באמת הנאה געהאט.
איין טאג איז אנגעקומען א טוריסט אין דערפעלע, און האט פונקט ביים ברונעם געטראפן אונזער פאסטוכ'ל דער טאלאנטפולער שרייבער און דיכטער, דעבקע האט ער געהייסן, זאגט דער טוריסט צו דעבקע, ווי איך הער מיך צו צו דיינע פערל רייד וואס זענען אזוי ארגינעל און טאלאנטפול, קלער איך מיר, אז ס'איז א נארישקייט אז אזא געלונגענע געברוירענע שרייבער, זאל פארוויילען זיינע לעבנס טעג ליידיג און ארים, קום אריבער צו אונז אין שטעטל, דארט וועסטו זיין דער שטעטל שרייבער און מיר וועלן דיר באצאלן א געהאלט ווי געהעריג.
ער האט זיך געלאזט צורעדן פון די גאלדענע הבטחות, און צומארגענס האט ער פשוט פארלאזט די דארף און שעפעלעך, זיך אריינגעקליבן אין שטעטל, און האט זיך טאקע צוגעשארט צו א גוטע פאזיציע און זיך ארויפגעארבעט אלץ בעסטע שרייבער אין שטעטל.
אויב אזוי איז די מעשה, בין איך דאך משוגע אז איך ארבעט דא אין שטעטל, לאמיר אריינפארן אין גרויסן שטאט, און זיך אנטראגן אלץ גוטע שרייבער, און אולי יצליח..
וכך הווא, ער איז שנעל באקאנט געווארן אלץ דער גרויסער שרייבער, 'דעבקע' וואס אלע ווארטן מיט דארשט אויף זיינע קלוגע לאכעדיגע און גלייכצייטיג טיפזיניגע ארטיקלען.
די טאג איז געקומען, מ'איז געוואויר געווארן אין הויפט שטאט פון 'דעבקע', און ער איז געלאדענט געווארן צו ווערן דער לאנדס שרייבער!!
געוואלדיג, דעבקע האט זיך געפונען אויפן הויעכן לייטער, צענדליגע טויזענטע מענטשן, חליש'ן קוים אן געדולדט אויף זיינע געשריבענע פראזען און פעליטאנען, אן געלונגענע ארטיקלען למיניהם.
ווי אין רוים איז מען דערגאנגען, אז אזא שרייבער ווי 'דעבקע' איז פארהאנען, וואס די גרעסטע מבינים האבן פארשטאנען אז אזא חכם און נאטורליכע חוש איז א באמת א זעלטנהייט צו געפונען אין אסאך דורות, האט מען פון פונעם גרעסטן לאנד רוים, געלאזט רופען דעם 'דעבקע' ער זאל צייגן זיין בעסטע ארבעט, און ער איז בשעה טובה אנגעקומען צום העכסטן שטאפל וואס א שרייבער קען נאר ווען אנקומען אין לעבן און אינעם היסטאריע, אז אין רוים, די גרעסטע אדל'לייט די גרעסטע חכמים און פראפעסארן טשאטשקענען זיך אן מיט פולע פארגעניגען ווען נאר עס ערשיינט זיינס א ארטיקל איבערן טאג'בלאט.
נו?? עפעס גליקליכערס פון דעבקע איז דען פארהאנען? געלט האט עהם נישט געפעלט, כבוד און באקאנטשאפט, א היסטארישער וועלטס באקאנטע פיגור, וואס מיליאנען מיליאנען זענען עהם פשוט מקנה, זיין נאמען קלונג מסוף העולם ועד סופו, אן אויפהער.
אבער ניין! ס'האט נישט לאנג געדויערט, און דעבקע האט חרטה באקומען פאר אלעס.. וואס האט שוין פאסירט??
דעבקע פילט זיך בכלל נישט חשוב, ער פילט פאר איבריג דאס גאנצע כבוד און האט פון אלעס אלעס גארנישט הנאה מער.
האט זיך איין שיינעם טאג, אויף א באקוועמער פאטעל אין א רייכע ווילא, זיך רואיג געמאכט א חשבון מיט א אמת, אז די גאנצע הנאה יעצט איז א פוסט און פראסטע זייפן באלאן.. ווייל טאקע טויזענטע מיליאנע מענטשן קענען זיין נאמען, אבער ער קען נישט זייער נאמען..
ווייסט ער דען פערזענליך ווער ס'האט הנאה פון זיינע ארטיקלען.. ער וואלט זיך ליבערשט צוריקגעקליבן דארט צוריק אונטערן קוה, און געמאלקן מילעך און געשריבן ארטיקלען אויף א נאטורליכע שטייגער, דאס וואס זיינע חברים האבן ליב, און זיינע חברים וועלן לאכן ער וועט זיי זען לאכן ער וועט מיטלאכן דאס איז זיין לעבן דאס איז זיין הנאה און חיות..
ער דארף נישט 'די גאנצע וועלט זאל לאכן'.. ער וויל זען זיינע פופצן צוואנציג יוגענט חברים קוילערן זיך פאר געלעכטער און שעפן הנאה, און דערביי רייכערט מען א לילקע און פייפט א לידעלע צום רואיגן טאג. ווער דארף דאס גאנצע וועלט זאל לאכן.. איך קען זיי נישט און זיי קענען מיר נישט..
זיי גלייכן מיר נישט און איך זיי ווייס נישט בכלל ווער איז ווער און וואס און ווען.. א נעכטיגן טאג כבוד..
די נמשל איז קלאר זיכטיג..
מנשה'לע גלייכט נישט קיין וועלטס מעדאלן, און קיין וועלט שאקלעריי.. נאר ווער ס'לאכט זאל לאכן גענוג הויעך און נאנט, און אין די אויגן אריין, אז איך זאל אזוי נאטורליך מיטלאכן און שמייכלען אן קנאה און איבריג געטריבענע כבוד, נאטורליך און זיס, זיך קרעטשמענען אין פריידן..
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 1:33 am
דורך שמויגער
אויב די וואלסט אונז אויס געזאגט ווי די פאשעסט וואלטן מיר אלע געטרייט אהין צו גיין דארט לאכן פין דיינע וויצען אין פראזען
יא איך לאך אפילו ווען איך בין אין יענע עק וועלט אויך
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 9:59 am
דורך וויכטיג מאכער
דריידעך אויס אהער מנשה... כי כי כי... זעהסטע? איך לאך דיר אין פנים אריין. (קענסט מיך ארויסווארפן פון כיידער אז דו ווילסט...)
און יעצט צום נמשל, מנשה ביטע פראביר נישט זוכן קיין גליקן אין ערגעץ, בלייב דא שרייבן צווישן דיינע חברים.
טענקס באדי!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 11:21 am
דורך מאשקע
מאשקע ברענגט א לעבעדיגן גרוס פון "מנשה" די ניק און "לוסטיג" די שם דבר. כ'האב די זכי' געהאט באופן נפלא אריינצוכאפן א באגעגעניש מיט'ן לוסטיג-מאכער, וואס כשמו כן הוא, און דאס שמייכל איז מיר געבליבן אויפ'ן פנים ביז חצות הלילה (אויפ'ן אלטן זייגער). כמותו ירבו.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 11:52 am
דורך פאקטיש
א שיינער אפנויג פונעם פונעם סטאנדעריסטישע מהלך המחשבה..
יא פארדעם קומט זיך א טאנץ(איגער) און א דעבקא -אזא שיינע לעגענדע מיט א טיפישע געוועב פון פאסטוך/דארף/רוים. באלד שפראצט ארויס די מאנאך..
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 12:59 pm
דורך דארפסמאן
מנשה, בלייב דא מיט דיינע שעפעלעך
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 2:39 pm
דורך נחמן נתן
דארפסמאן האט געשריבן:מנשה, בלייב דא מיט דיינע שעפעלעך
געב אכטונג, ס'קען אויך אמאל בייסן...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 8:00 pm
דורך קרעמער
מנשה האט נארוואס געווינען דעם וועלטס רעקארד פון ניקס וואס זענען שוין אזויפיל מאל פארשוואונדן געווארן אבער אלץ קומען זיי צוריק מיט א נארהאפטיגע פרישקייט. כה לחי!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 8:31 pm
דורך פארשריבן
ס'וואלט טאקע כדאי געווען אז ער זאל געבן צו פארשטיין פארוואס ער האט אפגעלאזט זיין ניק "קאפשטיק".
און נאך א הארבע פראגע וואס מוטשעט מיר, אז ער מכאט נישט קיין סוד אז ער איז מנשה, צו וואס זיך נישט רופן "מנשה לוסטיג" אויך מיטן ניק? אתמהה? (חוץ אויב ער הייסט עכט נישט "מנשה לוסטיג" נאר "דאנציגער", יוש כ'בין שוין צומישט...).
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_ ... m_id=20041
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 8:39 pm
דורך שמערי בערי
מנהש לוסטיג איז אויך נישט זיין נאמען אין ריעל-לעבן, הגם פילע וואס קאנען אים רופן אים ביי דעם נאמען, ספעציעל ווען ער ערשיינט אין סטדיו'ס אלס אקטיאר וכדו' רופט מען אים עמטליך מיט דעם נאמען.
דער נאמען דאנציגער איז "געשען" צוליב א טעכנישער פראבלעם מיט זיין אלטן ניק, און מאיזה סיבה האט ער נישט געקענט עפענען זיין אלטן ניק, ריקוועסטנדיג א נייעם פעסווארד האט ער אויך באקומען א נייעם ניק "דאנציגער" (וויאזוי ס'געשעהט אזאנס ווייסעכנישט, און ער ווייסט אויכנישט... אבער נאר ביי א מנשה קען דאס געשען...).
און אגב קרעמער, עינו ולבו פון מנשה זענען אין קרעטשמע, און ער קען נישט פאררעכנט ווערן אלס ניק וואס ווערט פארשוואונדן, זינט ער איז נאר פארשוואונדן ווילאנג ער האט נישט קיין דביקות....
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 8:50 pm
דורך פארשריבן
מען מעג וויסען ווי אזוי ער הייסט עכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 8:54 pm
דורך למעלה משבעים
מנשה!!! וועלקאם בעק, ביטע זיי ממשיך מיט די ענינים פון געשעפט.
פארשריבן זע וואס קרעמער האט געשריבן
דא אבער איך נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 8:58 pm
דורך ברענעריי
א ווידער קול האט דורך געבראכן דעם שטילן דערפל.
אין א צייט וואס דער עולם איז געווען פארזינקען אין א טיפן שלאף האט זיך פלוצלינג דערהערט א קול..
די קול איז געווארן שטערקער און דיקער, די קול האט מיטגעברענגט מיט זיך פרייליכע געדאנקן. די קול איז באקאנט אינעם דארף אלס דער קול פון אונזער אלעמען באליבטן מנשה..
וואס איז געשעהן מיט אים פרעגט יעדער מיט ווינדער, מיר האבן שוין אלע אויפגעגעבן אויף אים. מיר האבן שלום געמאכט מיטן ביטערן מציאות אז מנשה איז געגאנגען דעם זעלבן וועג ווי אסאך פון אונזערע גוטע פריינט זענען פארבלאנדזשעט, דאס איז די באקאנטע וועג וואס ווייניג קערן זיך צוריק פון דארט, אלזא, וואס האט דא פאסירט אז מנשה האט יא אפגעמאכט צוריק צוקומען און אונז ווידער מהנה זיין און אויפלעבן?
אבער מנשה לאזט זיך נישט לאנג ווארטן. מיט זיין שיינע ליבלעכע שטימע הייסט ער אונז זיך אלע אוועק זעצן ארום דעם שטאם פונעם בוים און ער דערציילט אונז מיט א גלאץ אין די אויג:
וויסן זאלט איר אז מיר האבן נישט געהאט אין פלאן אייך צו פארלאזן, אבער אייביג אין לעבן מאכט זיך זאכן וואס מ'פלאנט נישט און דערנאך געשעהט עס. און דאס איז דא די פאל. אבער וויסן זאלט איר טייערע פריינט, יעצט זענען מיר צוריק. און האפענטליך וועלן מיר שוין דא בלייבן מיט אייך.
שלאפט רואיג מיר זענען דא, איר וועט אייך אויפוועקן צום שיינעם פרימארגן מיט א ווארעם גלעזל מנשה זאפט.
זארגט איך נישט. מיין אפוועזענהייט איז א פארגאנגענהייט. יעצט בלייבן מיר דא בקביעות אי"ה.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 24, 2010 11:08 pm
דורך איך_הער
מנשה, קום נאר נענטער, לאמעך אייך אין פנים לאכן, איר האטעך ליב דעי זאכן.
שיק א גריס פאר דעבקע'ן, למעשה, איזער צוריק צו די שעפעלעך, אדער איזער נישט בייגעשטאנען די נסיון העושר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 7:11 pm
דורך דאנציגער
יא ס'איז הערבסט! אבער נאך וואו.. ס'פאלן בלעטער און בעטן זיך אויס אויפן ערד, ווי א ווארעמע דעקע וואס זאגט אן א קאלטע ווינטער.
יעדעס בלעטעלע מיט איר תפקיד באזונדער, שוועבן אראפ אין א לאנדונג פאזיציע, און גרייכן אין ציל ווי דער מנהיג העולם ויוצרו האט באשאפן און באפוילן איר צוועק, און עס ווערט גענוי אויסגעפאלגט און אויסגעפירט, ווען אלעס ארום העלפן בלויז צו, אז זיין הייליג באפעל זאל פארפולקאמט ווערן הונדערט פרעציז.
די ווינטן און לייכט פרירענדע טוי, געבן דעם איינדרוק און געפיל, אז עס קומט א טל ומטר לברכה, א געבענטשטער און געזונטער ווינטער, ממש פון גן עדן געשאנקן, און פונעם אלול ווינטעלע ווערט א חשוון רעגן דריזל, וואס פארוואנדעלט דאס ערב חנוכה אין א אינטימער הימלישער הרגשה, פון אני לדודי ודודי לי, ווען די ליפן שעפשן נאך דאס גשם געבעט, און אט פונעם משיב הרוח ומוריד הגשם, ווערט גאר א בלעזל פאלענדע שניי! און דאס קוים אויסגעווארטעטע שעה פונעם געזונטן אטמאספער, גרייכט צום גייסטיג זעלישער פרייד, מיט נאטורליכע היילונג צו אלע אומ'געוואונטשענע רוחות אז עס ווערן בטל און פארגייען פונעם האריזאנט, און עס פארנעמט א ארט, דאס טאפענדע געשמאקע ווינטער שניי, און פון הערבסט ווערט טריט ביי טריט, מיטאמאל 'ווינטער'!!!
באמת ווינטער איז נאך ווייט, ווייל ווילאנג די קנויטלעך צאנקן נאך אינעם שפיגעלדיגן מנורה, איז דאס צו פריה אז טבת שבט זאלן זיך דא פלאצירן צווישן די ביימער. דער הייליג גלאר'רייכע שיין פון חנוכה, איז דאס העכער פון טבע'דיגע ליכט, עפעס אור הגנוז, וואס שטראלט ארויס ווי א געזאלבטער אויסלייזער אינעם טונקעלקייט פונעם לאנגן ווינטער נאכט גלות.
א לעכטיגקייט וואס איז אלץ מוסיף והולך, און זאלבט און לייכט דורכאויס די נשמה, מיט היסטארישע און געהויבענע געפילן און פארשטאנד, אז ווילאנג און ווייט עס גרייכט די שטראל, די הימל שיין, אזוי נענטער ווערט אלץ צום פולקאמער גאולה טאג, טראץ ווי טונקל עס איז די סביבה, און ס'איז שוין לאנג 'תכלה רגל מן השוק', דווקא יעצט, שיינט שוין דאס וואונדערליכער פינק בהילו נרו עלי ראשי, א שיין וואס שפיזט אריין אינעם נקודת החיוני, און איז מבשר טוב אז דווקא פון דעם אין בליהט ארויס דאס אויסגעהאפטע לייזונג פאר אלע גלות ליידן.
דאן פונעם פענסטערל פון טיפן גרוב שפיגלען וועט דאס אור שבעתיים מזוקק, און היינו כחולמים אין יענע טעג, אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה, אנטקעגן גייענדיג אויף וואלקענעס שפרייזנדיג אין א העכערע גייסט און שוועבנדיג על כנפי נשרים אקעגן דער 'רועה שבעה'.
א גוטן חנוכה
און א גוט קוויטל,
און א געזונטן ווינטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 7:21 pm
דורך קרעמער
נשמה שפראך