געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך דצמבר 15, 2010 5:13 pm
מנשה, אמאל האב איך געמיינט אז דו פארמאגסט אין זיך די כח פון הומאר, אבער מיט די צייט זעה איך איין אז ס'איז לאו דוקא הומאר, ס'איז דאס טיף דענקענדע געפילן וואס וועבן זיך אין דיין הארץ ארויס ברענגענדיג עס אין א אופן וואס דער מענטש זאל זיך שפירן דערינען, צו ס'איז הומאר, צו זיך אפרעדן אויף סיי וועם, אדער זאגאר דאס ווארימקייט און דער כל נדרי'דיגער געפיהל וועלכע קומען ארויף אין די זמנים ווען די נשמה געט א טיפער טראכט און געט זיך א שטעל אפ, "וואו בין איך אויף דער וועלט". מנשה דו פארמאגסט אין זיך פארבארגענע כוחות צו ערוועקן א מענטש אין סיי וועלכע אומשטענדן, זאל דיר השי"ת באגלייטן און שיצן, און ס'זאל זיך דיר עפענען א נייעם בלאט אין לעבן, פול מיט גליק און פרייד, לעבן און לוסט.
און מנשה'לע קענסט מיר נאך א רוף טאן, כ'ווארט אויף דיין טעלעפאן קאל.
Advertisement
מיטוואך דצמבר 15, 2010 8:04 pm
שמערי בערי האט געשריבן:מנשה, אמאל האב איך געמיינט אז דו פארמאגסט אין זיך די כח פון הומאר, אבער מיט די צייט זעה איך איין אז ס'איז לאו דוקא הומאר, ס'איז דאס טיף דענקענדע געפילן וואס וועבן זיך אין דיין הארץ ארויס ברענגענדיג עס אין א אופן וואס דער מענטש זאל זיך שפירן דערינען, צו ס'איז הומאר, צו זיך אפרעדן אויף סיי וועם, אדער זאגאר דאס ווארימקייט און דער כל נדרי'דיגער געפיהל וועלכע קומען ארויף אין די זמנים ווען די נשמה געט א טיפער טראכט און געט זיך א שטעל אפ, "וואו בין איך אויף דער וועלט". מנשה דו פארמאגסט אין זיך פארבארגענע כוחות צו ערוועקן א מענטש אין סיי וועלכע אומשטענדן, זאל דיר השי"ת באגלייטן און שיצן, און ס'זאל זיך דיר עפענען א נייעם בלאט אין לעבן, פול מיט גליק און פרייד, לעבן און לוסט.
אראפגענומען די אונטערשטע שורה וואס איז מיר נישט נוגע, אבער צו די איבריגע בין איך מסכים ווארט פאר ווארט
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 7:33 am
איך האב געבעטן עמיצן זאל שיקן מנשה'לעס הארציגע דיבורים, פאר א חזן וואס ווען ער זאל זיך ווען גיין לערנען...
נאר וויבאלד ער איז פארנומען, לייגט ער עס כסדר אפ אויף שפעטער.
לאמיר האפן אז מנשה'ס טרעפליכע דיבורים וועלן עושה רושם זיין.
זונטאג דצמבר 19, 2010 4:40 pm
דעם שבת האט עס פאסירט, ס'האט זיך מיר פארגלוסט צו מאכן א דרינגליכער פארהער איבער א שבר כלי, ווי מ'רופט עס ווילד א 'נשמה יתירה'.. א יוד וואס איז נישט דווקא מיט אלעמען, און עהם איז מיר געווען נייגעריג אויסצוהערן איינמאל פאר אלעמאל, וואס ס'טוהט זיך אין זיין וועלטל.
ווען אין אנהייב האב איך גענישטערט און געפרעגט, געמוטשעט און געדרייעט א שמועס, האב איך אבער צוביסלעך גע'עפענט ביי יענעם א פארבארגענעם און פארקלאפטן צימערל אינעווייניג, תוך תוכיות נשמתו, ווי ס'האט זיך גענומען גיסן ווייטאג, אזעלכע אנדעקונגען וואס כ'האב מיך נישט געראכטן צו הערן, און כ'בין געבליבן גע'פלעפט גאנץ שבת און ביז יעצט נאך.
'און דו מיינסט אז איך באמערק נישט ווי קיינער קוקט מיך נישט אן?.. לעצטע וואך האט זאבי געמאכט א שמחה, און יעדן האט ער מכבד געווען, מיך האט ער בכלל נישט געפרעגט וואס איך דארף און אזוי אויך דריי וואכן צוריק ווען יאנקל האט בר מצוה געמאכט, כ'האב גענומען א באטל ביר, און ער האט מיך אנגעשריגן פארוואס איך נעם אוועק פונעם שמחה זאכן..
איך שטיי און ציטער אוועק, ווען איך הער דברים מפורשים יוצאים מפי.. ס'הייסט דאך אז ער איז א פלאכע טיפש, ער כאפט נישט ווען מ'רעדט פון עהם, ער טרונקט זיך אן מזמן לזמן, ער האט חתונה געהאט מיט עפעס א צווייטע נצרכ'טע.. וואס ביידע לעבן זיך אזוי, אז ווען ער איז אינדערהיים איז זי נישט דארט, און אנדערע קאכן פאר זיי, און זיי לעבן ווי צוויי באזונדערע בריאים אין איין נעסט.
דו ווייסט איך האב נישט קיין קינדער, און יעדעס מאל ווען איך קום צו א זכר א וואכנאכט, ווארט איך אז איינער זאל טראכטן וועגן מיין ווייטאג. צוויי חדשים צוריק האט אפרים ק. געמאכט א שמחה, ער האט מיך אריינגשטופט אין טאש צען דאלער, דו ווייסט נישט ווי שטארק כ'האב מיך געפריידט, מעגסט מיך גלייבן איך בין אהיימגעקומען און כ'האב געוויינט.. אבי איינער פארשטייט מיך שוין וואס איך פיל..
כ'האב שוין נישט געוואוסט וואס צו טראכטן, איך האב מיר געציפט צו איך חלום נישט.. אזוי האלט ער חשבון? איז דאך עס א פחד, ווער ווייסט ווי מענטשן זענען מצער און נאכמער אזא איינער וואס פילט מער געקלאפט, און מ'כאפט זיך גארנישט, מ'מאכט א ווערטל, מ'מיינט ער פארשטייט נישט.
וואס האב איך געקענט זאגן? איך האב אנגעהויבן עהם ערקלערן, מענטשן מיינען גארנישט, כ'האב עהם איינגערעדט אז איך פיל אויך אזוי, זאגט ער מיר, דריי מיר נישט קיין קאפ, אמאל האב איך געמיינט אלעס איז א ווערטל, היינט פלאץ איך יעדעס מאל איך קום ארויס ברבים, ביי יעדע שמועס בין איך איבריג, ביי יעדע שמחה בין איך א שלעפער.
ממש תחיית המתים, איך האב גארנישט געוואוסט אז ער האלט טאקע חשבון, און כ'האב גלייך געפרעגט א דיין, צו איך מעג צוגיין צו די עטליכע נעמען וואס ער האט מיר אויסגערעכנט ווער ס'האט עהם אלץ איגנארירט, אפשר הייסט דאס גאר רכילות, און ער קען זיך נאכמער פארשעמען אז איך פלוידער אויס זיינע ווייטאגען.
אבער דארט באותו מקום וזמן, האב איך ממש געזען שטערנס.. דאס טייטש מ'קען מאכן חורבנות, שיסן ראקעטן אין צעבראכענע הערצער ונפשות, און גארנישט, מ'ווייסט ניטאמאל מ'האט געטרויטן אויף איינעמס מח, מ'האט איינעם איבערגעטרעטן כמעט צום טויט.
ס'איז דאך א פחד און א שרעק, ס'איז דאך אזוי האקל און מסוכן, צום ערשט האב איך געקלערט דאס מפרסם זיין כאטש דא, און דאס זאל דינען אלץ א הויכ'הילכער אויף ווייט ווייט, צו לייגן געוויכט אויף דעם, ווי שטארק מ'דארף אכטונג געבן אויף די אומ'זעבארע פאטאלן.
שומר פתאים השם, און אין דעם מצב און פאל, זענען מיר דא גאר די פתאים..
מ'זאל זיין געזונט, און ריין פון זינד!
זונטאג דצמבר 19, 2010 4:52 pm
MESSAGE RECEIVED
זונטאג דצמבר 19, 2010 5:06 pm
דאנצי טייערער, כ'קען דיר נאר זאגן איין זאך
אמת ויציב ונכון וקיים וגו'
מאנטאג דצמבר 20, 2010 12:17 am
יא יא מנשה, איך האב מיך געוואונדערט א גאנץ שבת פארוואס'זשע האסטו מחליט געווען אהין צופארן אויף שבת, ליינענדיג דיין תגובה איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן "מה' מצעדי גבר כוננו"
און אז מע'רעד מער שוין יא, שרייב'זשע עפעס שטריכן פון דעם שבת.
מאנטאג דצמבר 20, 2010 8:45 pm
רבותי סיז צרות! כאב יעצט. גערעגדט צו מנשה'ן און ער זאגט מיר ערענסטערהייט אז אויב נעמט זיך נישט דערוילעם פעסט מגיב זיין דא אויף זיינע תגובות בעט ער אויפהערען שרייבן דא.
מיר טארען דאס נישט צולאזען, און מיר וועלען דאס נישט צולאזען! און שוין.
מאנטאג דצמבר 20, 2010 9:52 pm
אוי מנשה ווי אמת דאס איז
כ'האב אמאל געגריסט א צובראכענע נשמה וואס ס'קוקט אויס ווי ער ווייסט בכלל נישט פון זיין חיות, און ער האט זיך גענומען רעדן אז כ'בין ממש געבליבן געפרוירן! הייסט ער ווייסט גוט וואס טוט זיך ארום אים און דער עולם לאכט און שפעט פון אים
ס'איז שרעקליך!
ש'כוח מנשה פארן שרייבן
מאנטאג דצמבר 20, 2010 10:01 pm
your friend האט געשריבן:רבותי סיז צרות! .
מיר טארען דאס נישט צולאזען, און מיר וועלען דאס נישט צולאזען! און שוין.
נעוואדע עלמערעס נישט צולאזען אריין און פריזער עצעכעס נישט צולאזען...
מאנטאג דצמבר 20, 2010 10:10 pm
מנשה מנשה (ויאמר הנני). דיינע ווערטער זענען אימער ווערד באגריסונגען פונעם ציבור. נאר גלויב'זשע מיר אז זיי ווייסן פשוט נישט וויאזוי מגיב צו זיין, ס'שפירצעך ווי א נר בפני האבוקה מגיב צו זיין מיט פשוט'ע רייד אויף דיינע זעלטענע ווערטער.
מאנטאג דצמבר 20, 2010 10:33 pm
מאסע שעהאיע קאכ האויע
כ'האב מיין יור פרענד פארציילט בישטיקע.. אז איך פיל ווי כ'שרייב אויף א וואנט פון א חורבה ערגעץ ווי.. ווייל ס'שיינט מיר נישט קיין אויסהערער.. ממילא אם כן למה זה אנוכי.
האט ער געשוואוירן נקמה אין מיין נארישע מחשבה. און זיך א ציה געגיבן די לייצעס. און געטון וואס ער האט געטון, און פארשטויבט דעם קרעמל מיט לשון הרע שטויב.. אויף מיר אז איך גיי אויפהערן.. ליגענט האט ער נישט געזאגט!!!
ווי מער פידבעק, אלץ מער פראדוקציע.. ס'גייט אטאמעטיק..
מאנטאג דצמבר 20, 2010 10:51 pm
אקעי דא האסטע א פעקל פידבעק, סיגעניג אדער דארפסט נאך?!
מאנטאג דצמבר 20, 2010 11:07 pm
משה דו וועסט מיטן בלייבן שטיין אזוי מיטן יוכעס, בלייבן באלד סטיף! כאפ א טענצל ווי יעך..
מאנטאג דצמבר 20, 2010 11:14 pm
הדא היא דיכתיב לץ בבוא ללוצץ 'פלץ ונפלוצץ' פלוץ פלצתי עד מאוד...
דינסטאג דצמבר 21, 2010 9:52 am
די מעשה איז א געוואלדיגער! (כ'ווייס נישט אויב דאס איז ביי אלע אזוי. מעגליך אז דער דאזיגער מענטש איז אינטערגעשאצט געווארן אלץ גרעסערע משוגענער ווי ער איז אין פאקטישן לעבן. עס איז דאך אין פאקט דא משוגעים. נישט אזוי?)
מנשה. עפעס זעה איך אז די ביסט געווען אויף שבת ערגעץ ווי אין עס איז דא וואס צו דערציילן. נו?
דינסטאג דצמבר 21, 2010 10:02 am
מנשה; האסט געשריבן נקודה למחשבה. מיר וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן זיך אראפצוזעצן מיט אזא איינעם, ליידער.
דינסטאג דצמבר 21, 2010 1:14 pm
מנשה די האסט מיך געטוישט מיין מהלך מחשבה. און מיין ביהמ"ד איז אויך דא אזא איינער אבער ווען איך טראכט גיט אריין קען איך זען ווי ער איז כמעט אזוי ווי לייגסט דא אראפ, בל"נ איך וועל מער אכטונג געבען (און כמעט יעדע שול קען מען טרעפן אזא איינעם, איינער מער און איינער ווייניגער)
מיטוואך דצמבר 22, 2010 4:08 pm
צייטליך האט געשריבן:די מעשה איז א געוואלדיגער! (כ'ווייס נישט אויב דאס איז ביי אלע אזוי. מעגליך אז דער דאזיגער מענטש איז אינטערגעשאצט געווארן אלץ גרעסערע משוגענער ווי ער איז אין פאקטישן לעבן. עס איז דאך אין פאקט דא משוגעים. נישט אזוי?)
מנשה. עפעס זעה איך אז די ביסט געווען אויף שבת ערגעץ ווי אין עס איז דא וואס צו דערציילן. נו?
יא יא סאיז דא משוגעים, אסאאאך אסאאאאאך גארנישט ווייניג. נאר ווזאשע דען, אונטער דעם משו.. איז דא א הארץ וואס געווענטליך זעט אויס ווי עס רינט דארט וואסער, אמאל אז א מנשה'לע געט אזא קוועטש, זעט מען ווי עס רינט דארט געהעריגע בלוט.
אמת, שוטה אין לו בושת (וואו שטייט עס? עניוועי,) אבער ווי פארשטענדליך איז די מאס בושת געוואנדן אין די מאס שוטה.
איך בין שוין צופיל מעמיק אין עניני שוטה, מקען נאך דארט אריינפאלן... איך האף מנשה וועט זיין צופרידן אז כהאב אריינגעלייגט אפאר קערעקטערס.
מיטוואך דצמבר 22, 2010 5:12 pm
ווינקל האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:די מעשה איז א געוואלדיגער! (כ'ווייס נישט אויב דאס איז ביי אלע אזוי. מעגליך אז דער דאזיגער מענטש איז אינטערגעשאצט געווארן אלץ גרעסערע משוגענער ווי ער איז אין פאקטישן לעבן. עס איז דאך אין פאקט דא משוגעים. נישט אזוי?)
מנשה. עפעס זעה איך אז די ביסט געווען אויף שבת ערגעץ ווי אין עס איז דא וואס צו דערציילן. נו?
יא יא סאיז דא משוגעים, אסאאאך אסאאאאאך גארנישט ווייניג. נאר ווזאשע דען, אונטער דעם משו.. איז דא א הארץ וואס געווענטליך זעט אויס ווי עס רינט דארט וואסער, אמאל אז א מנשה'לע געט אזא קוועטש, זעט מען ווי עס רינט דארט געהעריגע בלוט.
אמת,
שוטה אין לו בושת (וואו שטייט עס? עניוועי,) אבער ווי פארשטענדליך איז די מאס בושת געוואנדן אין די מאס שוטה.
איך בין שוין צופיל מעמיק אין עניני שוטה, מקען נאך דארט אריינפאלן... איך האף מנשה וועט זיין צופרידן אז כהאב אריינגעלייגט אפאר קערעקטערס.
ווייסט טאקע נישט?
ב"ק פ"ו ע"ב
מיטוואך דצמבר 22, 2010 5:31 pm
מנשה!!!
ווארטסט אויף מיין ווארט? איך בין געפלעפט!!!
מיטוואך דצמבר 22, 2010 5:48 pm
כהאב ניש צופיל צייט געהאט נאכצוקוקן דעם מ"מ, כבין נאר געווען אונטער פרעשור פון מנשה אז כהאב געמוזט שנעל עפעס אריינפירקלען.
מיטוואך דצמבר 22, 2010 10:50 pm
מנשה, ס'מאכסטעך תמ'יש, שרייבט מען דען דיר נישט צוריק דא? קאמאן, דער עולם גייט אויס פאר דיינע געפילן, די אלע באבקע (יא די באבי פון די טעלעפאון) מעשיות, איז מעשה יצר.
כ'ליין און כ'האב הנאה, האלט אן.
און דאס וואס דו האסט אריין געיאכעסט אין יאכעס אריין, האט מיר געקאסט אן אויספלאץ. ביי.
מיטוואך דצמבר 22, 2010 11:54 pm
העהעהע מנשה הע העהע כ'ווייס נישט וואס איך טוה דיר פון מיין זייט הער שוין אויף צו שרייבען דא, די האסט מיר יעצט איינמאל גוט מסדר געווען אז נאר, מיין שוויגער האט מיר נאכקיינמאל נישט אזוי גוט מסדר געווען אוואו דיר יעצט!
עסטעך אוואדאי פרעגן על מה יצא השצף וואס איז דא געשען פלוצלינג, נו לא תשנא אחיך בלבבך כעל דיר עס געבן און פנים, איך קום יעצט פון א משפחה חתונה, און בין מיר געגאנגען כאפען מיין באשטימטע פלאץ און זייט פון זאל וואו איך קען באאבאכטען דעם גאנצען ארום, און פלוצלינג הייבט מיר אן ארויפצושווימען באקאנטע ווערטער וואס כאנאר וואס געליינט פון מנשה וועגן שטיין און יש זייט, און אז כאמער אונטערגענומען מער נישט צו שטיין און די זייט נאר מיט צוטאנצען, נו מצוה הבא לידך זאגטעך שוין דער רעבע אל תחמיצנה און כאמער אנגעהויבן צו שעמען פאר מיר אליין. און איך בין אריין און די רינגען און געדרייט אהער און געדרייט אהין, און יעצט זיצעך דא און איך קעמעך נישט כאפען דעם אטעם און איך קעמעך נישט רירען, און אלעס איז מנשה שולדיג!!!
נו פרעגיכייך בינעך נישט גערעכט???!!!!!
דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 11:41 pm
מנשה, רעג מיך נישט אויף!!! גיב מיר ארטיקלן צו ליינען. מיר דארפן דאס פאר געזונטהייט, דאס האלט מיך ביים קלארן דעת. איך וועל דיר אפילו אויסדריקן שיינע דאנק תגובות, אבער ארטיקלן פון דיר זאלן זיך דא מערן.
האסטו געהערט אזוינס, ער איז נישט אין די גוסטע דאן שרייבט ער נישט. וואס איז מיט אונז, צוקלאפטע, צעבראכענע, קשה יום'ניקעס. איש את רעהו יעזורו, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים. אמן