געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 8:30 pm
מיט א טיפע בענקשטאפט צו די פאעטישע מאלערייען פונם ווייטן אמאל וועלכער איז ווי באלזאם אויף די נשמה וועלכע לעכצט... אקעי ווייטער קען איך שוין נישט....
מנשה נעם צוריק די מייק
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 10:04 pm
נו, מנשה, שפיל אונז א שיינעם הארציגען וואלעכעל, זאלען די סטרונעס אונזערע געפילען ערוועקן. זאלען די פראזען דיינע און פעליטאנען, לייט ארטיקלען, ליינערס ווינקעל, און זאכען וואס קומען פאר אין דער ווארהייט אונז אויפהייטערן די געמיטער, לאז אונז נישט ווארטען. יחי מנשה
דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 10:12 pm
קרעמער האט געשריבן:נשמה שפראך
ולא יותר.
אהההה.... ס'צעגיסט זיך אין די ביינער....
מאנטאג נובמבר 29, 2010 1:59 pm
מנשה טייערער, נאך אונזער שמועס נעכטן מוז איך דיר נאכאמאל בעטן דא אויפן פלאץ "שרייב מנשה שרייב", אל כגון דא נאמר "אל תמנע טוב מבעליו",
דינסטאג נובמבר 30, 2010 6:54 pm
משה יחסן, ס'שרייבט זיך נישט אזוי.. מ'דארף זיין אין די גוסטע
זונטאג דצמבר 05, 2010 12:12 am
ב''ה
יא, מ'האט געשמועסט אז מ'דארף זיין אין די מוהט צו שרייבן. ריכטיג, און מ'דארף אוודאי האבן די ריכטיגע ווערטער אויכעט, מהשם מענה לשון..
היינט וויל איך אויסרעדן פון הארצן א פונקט וואס איז מיר אויפן צונג אבער כ'האב געדארפט טרעפן די פאסיגע לשון וויאזוי דאס ערקלערן אויפן געשריבענעם סטיל.
געווענליך ווען מ'גייט אויפן גאס און מ'באגעגענט א קאמידיאן, איינער וואס האט גוטע ווערטער אויפן צונג וכדומה, איז די שטייגער פון מענטשן אז מ'לאזט זיך מכבד זיין און מ'בעט זיך איין אויף א גוט ווארט. און אז מ'קען געבט מען צוריק וואס מ'ווייסט וואס מ'האט געקלערט, ווי א מתנה אויף צוריק, אדער ווי מ'זאגט, איך קען אויך..
וואס איז אבער די הלכה ווען דער יעניגער קאמידיאן איז נישט יעצט אין די מוהט? דעמאלטס איז ווי פארשטענדליך אלעס פארקלאפט! אין השכינה שורה אלא מתוך שמחה של מצוה. די כח פון שמחה קומט בלויז פונעם כח וואס דער הייליגער פאטער אין הימעל געבט אריין מיט א לעכטיגקייט און אין א מקום ווי ס'איז שורה הרחבת הדעת ווען מ'איז אויפגעלייגט.
אבער נוהג שבעולם איז, אז מ'קוועטשט דעם בדחן און ער מוז עפעס זאגן.. אדער אין ערגסטן פאל מוז ער מיר אויסהערן..
ס'וועט עהם שוין נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו.. זא א גוט ווארט.. נו זאג עפעס.. נו וואס ביסטו היינט אנגעזעצט.. און אז ס'פעלט אויס געבט מען נאך א ציה ביים ארבל א זעץ אין פלייצע.. אפשר האב איך קאפוויי, אפשר מעג איך אויך אמאל זיין אנגעזעצט.. אפשר..
זאל איך מיר נאר דערוואגן יענעם צו דערצערענען אין א גערעגטע מוהט אין א אנגעצויגענע מינוט, וועט זיין אחת דתו.. וואס? מיר זאגט ער יעצט, מ'טאר נישט זיין אנגעזעצט, מיט שמחה.. מנשה לאך צו מיר.. ווען איך וועל עהם וועלן מאכן לאכן אין א משוגענע מינוט, בין איך א צעדרייטער קאפ דרייער 'איך מאך מיך אלץ משוגע' ס'קען מיר שאטן פאר שידוכים.. אלעס ווייל יעצט ביסטו אנגעזעצט, וואס?
מאכט זיך אז די קליינע צענערלעך [טינ'עידזשער בחורים] פארגליסט יעצט דעם שמח בחור, מוז איך ממש לויפן אויף אלע פיר.. איך מוז מיך מאכן צו שאנד און צו שפאט, יעצט ווילן זיי לאכן.. טוה מיך עפעס..
שטיי איך אין גראסערי, די קאפ רייסט פונעם אנגעצויגענעם ערב שבת ארבעט, מ'דארף האלטן קאפ מיט מענטשענס געלט, ס'נישט קיין חכמות און קיין ווערטלעך, איפה צדק ומשקל.. די חשבונות דארפן דא קלאפן סיי לשמים און סיי לבריות און נאך מער פארן בעל הגראסערי..
זיץ איך איבערן טיש און טרונק א קאווע, שנייד א סאלאט פארבייס עפעס, און איך בין געיאגט צו הונגעריג ס'דא אסאך נאך צו ערלעדיגן, און די מאגן איז לער און די קאפ האמער'דיג!!! אבער אפאר קליינע ראצערס ווילן יעצט לאכן.. אין גראסערי? אפאר יונגאטשן – כאטש דער האט שוין א ווייב מיט אפאר קינדער, אבער ווען ער וויל לאכן איז ער צוריק א תינוק בן יומו, איך מוז עהם פארגינען שוין יעצט א גוט ווארט. און טאמער בין איך נישט דערביי.. איז כופין אותו עד שיאמר פיץ אפ פון מיר..
רבותי איר דארפט פארשטיין, אז איך בין פונקט אזא יומען ביאינג, איך האב אויך דאגות און א לעבן מיט אופס און דאוינס. אויב דו גלייבסט אז דו מעגסט אמאל זיין אנגעזעצט איז פארוואס מעג מנשה נישט אריינפאלן אין א ענגע מצב ווי אויפן מינוט 'האט ער נישט קיין נערווען פאר דיר.. גראב גערעדט. הא? פארוואס?
זונטאג דצמבר 05, 2010 12:24 am
מנשה!!!
לולא דמיסתפינא וואלטעך געזאגט אז פאר דעם ארטיקל אליין האצעך געלוינט אז די זאלסט אריינפאלן און א בעד מוט, אבער וויבאלד איז זעמער יא מיסתפינא (וועא"מ) זאגעכעס נישט......
זונטאג דצמבר 05, 2010 10:50 am
און איך גלייב אז אין אן אנגעזעצטע מינוט וואלט ער אפילו אזא סארט ארטיקל נישט געקענט אפשרייבן, וועלן מיר טאקע אננעמען אז ער איז אויך יעצט ביים שרייבן געווען אין דירעקט א גוטע גיסטע.
זונטאג דצמבר 05, 2010 12:38 pm
מנשה, כ'בין נישט זיכער צו דו מעגסט זיין אמאל אין א בעד מוד, פרעג מיך פארדעם, אקעי?
א דאנק פארן עס באשרייבן, און כ'קען זאגן אז כ'האשוין אסאך מאל געפילט דיין פעין, ס'איז לאוו דוקא מיט גוט ווערטלעך, דו דארפסט נאר פונקט טרעפן איינעם וואס יענער איז מער אין מוד ווי דו, און דו ביסט א פארטיגער קרבן פסח.
יישר כחכם. אפשר וועלן זיי עס ליינען.
זונטאג דצמבר 05, 2010 2:50 pm
אבער ס'גוט, אמת
זונטאג דצמבר 05, 2010 4:30 pm
דאנציגער האט געשריבן:אבער ס'גוט, אמת
סיז גוט 'און' אמת
איכהער כאבעס געליינט
מאנטאג דצמבר 06, 2010 11:33 am
מנשה, זיכער.
משה יאכעס, עי וואן. מנשה מ'האלטמער אויף א וועג, מוישעיאכעס האטעס שוין געליינט.
דינסטאג דצמבר 07, 2010 11:56 pm
איר האט שוין אמאל שפאצירט אויפן גאס, און פלוצלינג געטראפן א מציאה?
ביי מיר פאסירט דאס זייער זייער אפט! און דאס איז צוליב א כלל וואס איך האב ביי מיר אנגענומען שוין מיט יארן צוריק. ווען איך זע א פאפיר אויפן ערד, הייב איך עס אויף! שוין אפגערעדט פון א מטבע א בלוטשקעדיגע אביעקט, וואס כמעט יעדער וואלט זיך געבויגן דערצו.
אבער צוליב מיין נייגער און שטארקע כלל פון טרעפן מציאות, אין זייער אפטע ערשיינונגען, פון אויפהייבן מזמן לזמן פאפירעלעך וואס קוקן אויס מיסט, אביעקטן און דאס גלייכן. האב איך צו פארציילן זייער אינטערעסאנטע עפיזאדן דערביי.
שוין צענדליגע יארן צוריק, האב איך באמערקט א צעריסענע צוקנייטשטע שרייב פאפיר, אין א הויפן שניי, און צוליב מיין נייגונג צו טרעפן אינטערעסאנטע זאכן אין אזעלכע מצבים, האב איך זיך מטריח געווען, אויפגעהויבן אויפגעקנייטשט, און געלאזט צוזאמ'שטעלן די שטיקלעך פאפירן.
וואס האב איך דארט געפונען? א גאר גרויסע פערזענליכקייט, האט געשריבן א פאפיר פאר א שליח זיינע, און דארט באפוילן א געהיימניס אויסצופירן, און צוגעענדיגט דעם כתב, 'ווען דו ענדיגסט דעם שליחות, צורייס די פאפיר און ווארף עס אוועק. און יענער האט דאס טאקע געטוהן, און איך האב עס געפונען און עס ליגט אין מיינע ארכיוון, און אין יארן איז דאס א ווערטפולע כתב. גלייבט מיר!
איך קען נישט פארציילן אלע סיפורים וואס איך האב זיך ערצייגט און אנגעקליבן זכיות, אבער נאך עטליכע עפיזאדן וועט אייך חשובע לייענער געבן צו שטוינען, פונקט ווי מיר ווען עס האט פאסירט, און זיך ווידער געהאלטן מיט רעכט אין דעם כלל, אסאך שטיינדעלעך פארמאגן אין זיך אינטימע ליכט..
נאר וואס א האלבע יאר צוריק, האב איך אינעם הייסן זומערדיגן תמוז, געיאגט צום עבודת היום, און עפעס האט מיר געדאכטן אז איך זעה א שטראל אין זאמד, וואס איז ווארשיינליך א שרויפעלע, וואס וואלגערן זיך אסאך אין די מיסט. אבער אויב די שרויפל האט א שיין, איז ווערד איך זאל עס אויפזוכען.
איך גיי צוריק אפאר פיס, און איך שפאציר אהין צווישן די זאמד, און בייג זיך נענטער זעה איך.. א 'קידושין רינגל'..
די קומענדיגע וואכן איז געהאנגן א השבת אבידה צעטל, 'מנשה לוסטיג האט געפונען א קידושין רינגל'.. פארשטייט זיך אז עס איז געווארן די ווערטל פונעם טאג, אז איך זוך א כלה.. נישט שלעכט.. אבער א לאנגע צייט האט זיך קיינער נישט אפגערופן.
ביז דער יעניגע וואס האט דאס פארלארן, האט זיך עפעס אפגערעדט אין שטוב פארן מאן, אז זי דארף גיין צו א שמחה, און האט באמערקט אז איר פעלט די רינגל. דער מאן פארציילט איר אז עס הענגט א צעטל ביי די געשעפטן, מנשה לוסטיג האט געפונען אפאר וואכן צוריק א קידושין רינגל. און זייער שנעל האבן מיר זיך פארבינדן טעלעפאניש, דער בעל האבידה איז נישט געווען כאטשיק ווער.. ווען איך האלט ווען די אבידה פאר מיר, האב איך א היסטארישע ארטיקל וואס וואלט זיך פארקויפט פאר אן א שיעור געלט, צוליב איר חשיבות צו וועמען עס געהערט אן.
איך האב מקיים געווען די מצוה פון השבת אבידה ווי א יודישער יוד..
און נאך איין סיפור ענליך צו דעם:
צוויי וואכן צוריק, באמערק איך צווישן די טויזענטע בלעטער וואס פאלן אראפ פון די ביימער, עפעס א צעריסענע צעטל למחצה לשליש ולרביע, עס האט אויסגעקוקט ווי איינער האט ארויסגעווארפן פון זיין טאש א אלטע אפגעריבענע חשבונות צעטל, עפעס ווערטלאז.
איך פויל מיר נישט, איך בייג זיך אראפ, און עפן אויף דעם דריי פערטל צושניטענע 'דאקומענט'. דארט זעה איך א וועלט! נישט מיין וועלט, נאר א עלטערע יוד ווי איך קען עהם גוט, האט לכאורה נישט געכאפט און ארויסגעשלעפט עפעס פון בוזעם טאש און דאס איז מיטגעקומען און אראפגעפאלן, דאס איז א קאפי פון יענעמ'ס סאשל סעקיורעטי נומער, יענעמס פאספארט נומער, קרעדיט קארד נומער, און נאך צוויי נומערן וואס איך ווייס נישט גענוי, אבער כ'מיין ס'איז גענוג.
איך בין נישט עוסק אין גניבה.. ממילא האב איך ווידער זיך געפריידט אז איך קען מקיים זיין דעם מצוה פון השבת אבידה, און דאס שטראל אויף יענעמס געזיכט און איבעראשונג איז געווען גענוג באדייטענד, אז איך הייב שוין באלד אויף יעדע טישא.. חחח
וואס האט מיר באוואויגן צו שרייבן דעם ארטיקל, ווייל נעכטן גיי איך אויפן גאס, זעה איך א קינדער בחינות צעטל, הייב איך עס אויף – ווי מיין נאטור, און איך זע, די מאמע פונעם קינד האט געשריבן א היבשע דרשה.. יאנקעלע האט זייער גוט געקענט און כ'האב זייער הנאה פונעם מלמד, און נאך פרטים, דאס קינד האט דאס עפעס אראפגעלאזט אין פארנט פון זיין הויז, איך האב דאס נאר אריינגעלייגט אין יענעמס פאסט באקס, אבער ווידער געקלערט איך מוז דאס באשרייבן. והנה זה!
מיטוואך דצמבר 08, 2010 7:38 am
יוי עטער כאפן דער שליח מיינער, כאגעהייסן פארברענען נישט אוועקווארפן, סארא אומאחריות דאס!!!
עניוועי מנשה זייער באטעמ'ט און אייגענארטיג באשריבן, איך מוז שוין אויפשטיין פריער, און אויך ארויסגיין צו די ארבעט פריער, אמער מנשה האט מיר אנגעשמירט מיט ארבעט.. אה דארט זע איך עפעס לאמעכעס אויפהייבן שנעל, איימענוט ווער כאפט מיר אויב דארט?? איך הער! די לייגסטעס אראפ??! סימיינס כאבעס קודם געזען!!!
מיטוואך דצמבר 08, 2010 4:21 pm
נאך אן אינטערסאנטע נאטור געוואויר געווארן איבער אונזער אלטער חבר מנשה'לע
מיטוואך דצמבר 08, 2010 9:57 pm
משה יאכעס, סיז מיין גענוצטע טישו, קענסטעס רואיג נעמען.................
מנשה, קודם האסטו געמאכט זיכער אז פון היינט און ווייטער איז נישטא אזא זאך ווי צורייסן און אוועק ווארפן, אויב עפעס גראד אינעם גארביזש טראק אריין, כ'האף אז דו גייסט נישט ארבעטן פאר די סאניטעישן, אויב יא, לאמעך וויסן, עלעך זוכן א פרישע עצה, אפשר אוועק לייגן אלע צעטלעך פאר שריפת חמץ
יישר כח עניוועי, האבעך הנאה געהאט פון דיינע מעשיות.
מאנטאג דצמבר 13, 2010 7:27 pm
א געזונטן ווינטער אלע פריינד שיחיו
אט איז מנשה'לע דא מיט א פרישע לעקציע..
ווען איך בין געווען יונג, האב איך אלץ געקלערט, אזויווי משה און יאנקל, קען איך פונקט אזוי שיין טאנצן, ווען איך וועל זיין א בחור וועל איך טאנצן, אלץ בחור האב איך געקלערט אז אלץ יונגערמאן וועל איך ווייזן דעם ציבור וואס מיינט א געטענץ..
איך קען פונקט אזוי גוט זינגן, און אזוי גוט גראמען, נאר כ'בין נישט יעצט אין די מוהט, אז איך וועל זיין עלטער וועל איך שוין דעמאלטס שרייבן און עקטן, ארויסגעבן 'אלע' מיינע טאלאנטן..
ווי א יאר שפעטער, אלץ מער זענען אלע קענטעניסן און טאלאנטן געווארן שטייפער און פארהעלטמעסיג, אלץ עלטער און מער איינגערעדט, אז יבוא יומי איך וועל איין טאג ווייזן די וועלט וואס איך קען אלץ..
טייערע חברים, די אלע חשבונות זענען פאלטשע, פון ווי ווייסט מען ביי זיך אז מ'קען א פאך, מ'איז טאלאנטפול אין וועלכע נאר פעלד, איינער וואס שרייבט איז א שרייבער, איינער וואס איז מחנך איז א מחנך, זאל זיין געמאלט אז איר קאנט זייער גוט שפילען, אבער אזוי לאנג ווי איר וועט צאפן דעם פינגער און טרוימען, וועט קיינע קלאנגען זיך נישט הערן, און קיין קאמפלימענטן נישט צוריקקומען צו אייער אויערן און הנאה, און נאר ווילדע זאנגן וועלן וואקסן מיט פארדרוס אינעם מחשבה, הלמאי איך בין שוין אפאר צענדליגס אריבער, און נאך אלץ בין איך אין די גלייזן.
דאס איז עס! אז מ'האט א גוט'ס טאר מען עס נישט פארשלונגען..
אז איר קענט טאנצן, פון וועמען איז דא זיך צו שעמען? פון דער וואס קען נישט??.. אז איר קענט שרייבן, וואס זיצט איר האנט געשלאסן, און זעט צו ווי אנדערע מאכן א לעבן.
וואס איז די קאפ געמאכט געווארן, פאר שיינקייט? און די הענט? אונטער צוהאלטן אזא שיינקייט?..
טייערע חברים, וועיק אפ!!! כאפט א וואדקע אזוי לאנג ס'לעבט זיך.. ווייל לא המתים יהללו קה.. שטייען אינדערזייט ביי יעדעס איינציגע חתונה און צוקוקען ווי יעדער לעבט.. זיצן טעג און נעכט און לייענען יענעמס תורות און אליין זיך גארנישט אויסגעבן.. בלייבט מען א פארשטויבטע סטאטויע אינעם זיץ פלעצער ליסטע..
יעך מנשה בן בארי, האב געקאנט גוטע פעהיגע לייט, אבער זיי האבן זייערע טאלאנטן נישט אריינגעלייגט אין א כלי מחזיק ברכה. עס געלאזט אויסרינען כחום היום.. און היינט זענען זיי פארוועלקט ווי א הערבסט בלעטל מיט פאני פעיסעס און א זאק פוהל מיט טענות ושרצים אויפן גאנצן בריאה.
יעדער מיינט זיך און איך מיין מיך.. יאללה.. כאפט זיך ביי די לייצעס און געלעבט זאל זיין געלעבט.. אז נישט וועט אייך מנשה אנציען ביים אויערן אז איר וועט שוין געדענקן אז איר פארמאגט קלאציגע אברים..
יעך וויל זען תגובות.. איך וויל הערן אייערע תורות... וויאזוי נאר איר קענט שירה ברימען.. יאלללה.. יעדער זאל מגיב זיין.. געלעבט צו געשטארבן.. געבענטשט צו געשאלטן.. לאמיר הערן אייערע קריטיק, אייערע געלונגענע אויסדרוקען.. אייערע שטיצע אייערע גוטע ווערטער און הנאה.. געגאנגן!!! נו?
וואס איז די פעפעריי אינעם עולם המעשה.. ס'דאך נישט געלעבט און נישט געשטארבן.. א יודיש וועלט און ס'דרייעט זיך ווי א שטומפיגע דריידל.. יאללה תגובות... !!!!!!!!
מאנטאג דצמבר 13, 2010 7:37 pm
ביטע ציה נישט מיינע אויערען, מילא די ציין, נו.
מאנטאג דצמבר 13, 2010 7:41 pm
בן בארי האצעך דערוועקט און אונז באגאסן מיט א פרישע געמויזעכץ, איימעניט ער הייסט צושרייבן, א ברירה האבעך? דא האסטע כאצוגעשריבן, צופרידען? ניין? וואסי דארפסט דווקא קאמפלימענטן? סארי כאנישט די ווערטער..., אה קריטיק איז אויך גוט אמממ דאס מאל האבעך נישט ס'האצעך מיר פונקט אויסגעגאסן דאס לעצטע ביסל...
מאנטאג דצמבר 13, 2010 8:14 pm
די יארן לויפן און דער בלייבט מיטן זעלבן לוסט און פריידט. אך.. ווי נעמט מען די פרישקייט?
מאנטאג דצמבר 13, 2010 8:21 pm
העי מנשה, וואס טוסטו צו מיר??? איך האב נאך באמת געמיינט אז איין טאג וועל איך.......... שוין גילוי. אבער איין רגע, נע די מיינסט דאך דיר אליין, ווייסטו וואס איך וועל דיר זאגן, איך טרינק מיט דארשט דיינע רייד, ביטע פארהאלט עס נישט אין דיר, גיס ארויס צו אונז וויפיל די האסט.
מאנטאג דצמבר 13, 2010 9:46 pm
עס פעלט די מעשה וויאזוי דו ביסט ארויסגעקומען מיט דעם געוואלדיגן דערהער... איך ווייס... מאך עפעס מיט א אידענע אין גראסעריי... א טויבעלע האט געלאזט א פעקל אויף דיין היטל... מאך עפעס...
דינסטאג דצמבר 14, 2010 12:40 pm
שלום עליכם מנשה'לע! ווי האב איך דיר פארפאסט אזוי לאנג? זעהט אויס אז איך האב נאכנישט די צייט און כח צו אויפהייבן יעדען טישא... כ'מיין, ליינען אשכול.. וואטעווער.
אוי ווי גערעכט דער מנשה'לע איז. פארוואס זאלן מיר פארשלאפן אונזער לעבן. מ'לעבט נאר איינמאל. ניצט אויס אלעס וואס איר טראכט אז איר קענט! און מנשה'לע איז אונזער גרעסטער סעמפל. אנגעהויבן פון טאנצן אויף חתונות, שרייבן מייסטערהאפטיגע און זיסע ארטיקלן און תגיבות, א פאטאגרעפירער איינס און דער וועלט.. והאחרון הכביד. דער אידישער מאווי אקטיאר מיט די בעסטע בייפאלן!
קיפ איט אפ! און ממנו ילמדו וכן יעשו.
דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:34 pm
מנשה איין זאך בעט איך דיר אויב די טרעפסט מיינס א פריוואטע זאך ביטע לייג עס נישט דא ארויף
שכוח - יא אר די בעסט, קיפ איט אפ
מיטוואך דצמבר 15, 2010 4:59 pm
שטייט מנשה'לע ביים דלפק, און קלאפט אריין חשבונות, איינער צאלט אפ א חוב א צווייטער שמעקט יעצט אנהייבן א חוב, און דאס אפצאלן דאס קומענדיגע געלעגנהייט.
אינמיטן, בליצט מיר פארן די אויגן א ערשיינונג, איינער האט מיר געבעטן ארויפצושרייבן א נישטיגע סכום פון פיר טאלער, אבער אויף וועלכע נומער זאגט איר?.. דאס איז דאך די נומער פון איינער וואס איז נאר וואס יעצט נפטר געווארן..
ניין, ניין, דאס איז נישט מיין נומער, אוי מיין ריכטיגע נומער איז.. און איך קלאפ אריין די ריכטיגע נומער און בין מסדר דעם חשבון און קלאפ ארויס דעם ביל.
פארטיג מיטן קליענט, אבער יעצט ברויך מען פאר'רעכטן אז ס'זאל חלילה נישט ארויפגיין קיין א אומ'ריכטיגע חוב אויף א נומער וואס האט נישט מער קיין בעל הבית.
דער יוד, א בן שמונים, נעבעך אוועק אהנע קינדער, זיך אויף די עלטער געשיידט מיט די וועלט אן קיינע ווייב אהנע קינדער, די רחמנות פונעם סביבה האט עהם מסדר געווען, און ער האט זיך איינגעארדענט די לעצטע יאר צענדליג אין שטעטל, און די צייט איז געקומען און ער האט צוריקגעגעבן זיין נשמה צום יוצר כל היצורים.
איך טו מיר אונטערברימען דעם כל נדרי ניגון, ווען מיט ציטערדיגע הענט וויל איך יעצט 'אויסמעקן' דעם אקאוינט, מיטן צוועק אז ס'זאל נישט פאסירן וואס האט כמעט פאסירט, און בכלל, 'די סוף פון דעם משא ומתן איז געענדיגט.
דער יוד איז מער נישטא!!
א טיפע טיוכקע ציפט און רייסט זיך ארויס פון הארצן, מיט א טרויעריגע מעלאדיע, איבערגעלאזט דעם גאנצן געזעמל, און זיך אזוי ארויסגעשלייכט פונעם וועלט, אן קינדער אן משפחה, און די חשבון ווערט יעצט 'נעלם'.. נישטא מער! איי איי איי.. נישטא מער!